Under maintenance
הויפט זייט » דער "טעם הכמוס" פון צאנזער רב צו אסר'ן מאשין-מצות

דער "טעם הכמוס" פון צאנזער רב צו אסר'ן מאשין-מצות

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3231
זונטאג מערץ 17, 2013 2:26 pm#97697
דער "טעם הכמוס" פון צאנזער רב צו אסר'ן מאשין-מצות
עס איז באקאנט אז איינער פון די גרעסטע לוחמים קעגן מאשין-מצות איז געווען דער צאנזער רב, בעל "דברי חיים". עס איז באקאנט אז דער צאנזער רב האט גע'פסק'נט אז מאשין-מצות איז "חמץ גמור", און מען זאגט זאגאר נאך פון נאסודער רב, מגדולי תלמידיו, אז אפילו אויב עס געלונגט צו פראדוצירן א מאשין-מצה וואס איז נישט חמץ קומט א מלאך און טוט אריין דערין חמץ.

דער פסק פון דעם דברי חיים איז געדרוקט אין א תשובה אין שו"ת דברי חיים (או"ח סימן כ"ג) וואו ער שרייבט בזה הלשון:
בדבר השאלה אם מותר לעשות מצות לפסח על המאשינין. הנה ראיתי תשובות גאוני זמנינו שהסכימו לאסור וצדקו מאוד בדבריהם, הגם כי על קצת דברים יש להשיב אך די לאסור בזה, אולם גם לדעתי הרבה טעמים עפ"י דין לאיסור אך הם כמוסים אתי כאשר כן קיבלתי מפי מו"ח ז"ל שבכמות אלה הדברים אין לגלות הטעם רק לפסוק הדין בהחלט והשומע ישמע וגו' ולכן בדרך החלט אומר לכם כי העושה מצות על כלי זה הוא חמץ גמור ועוד זאת אודיע כי העיד לפני אדם חשוב סוחר נכבד מפה שהי' אשתקד באונגארין וראה אצל קלי הדעת עושין מצות על המאשין והראה להם שהוא חמץ גמור ונתביישו מאד וגם אמרו לו שהרב המתיר להם מתחרט מאד. ולכן ידידי לדעתי שאין להתיר זה בשום אופן ואם לא יאבו שמוע מה נעשה להם אם אוכלים חמץ ממש בפסח ועיין בפסקי מהרי"א שהביא ראי' שאין להקל מחמת חשש שיצאו חוץ לד"ת, ולכן אין להתיר בשום אופן וד' יצילנו משגיאות ומכשולות ח"ו והיה שלום. יום ב' ער"ח ניסן תרי"ח לפ"ק.

אין אידישער איבערזעצונג: "אויך לויט מיין דעה איז דא פילע טעמים עפ"י דין צו אסר'ן אבער זיי זענען באהאלטן מיט מיר, אזוי ווי איך האב מקבל געווען פון מיין שווער ז"ל [דער ברוך טעם] אז אין אזעלכע פעלער זאל מען נישט אנטדעקן דעם טעם, נאר פסק'ענען דעם דין מיט א זיכערקייט און דער וואס וועט זיך צוהערן וועט הערן. דערפאר זאג איך אייך בדרך החלט אז ווער עס מאכט די מצות אויף דעם כלי איז עס חמץ גמור..."

וואס האט דער דברי חיים מקבל געווען פון זיין שווער? וואס הייסט אז אין "אזעלכע פעלער" זאל מען נישט מגלה זיין דעם טעם? וואס איז אזוי אייגנארטיג פון דעם פאל?

האדמו"ר מסאטמאר ז"ל שרייבט אין זיין שו"ת "דברי יואל" (סימן ל"ה אות ה') אז מען קען ארויסלערנען די סיבה פון דעם "טעם הכמוס" פון וואס דער דברי חיים שרייבט (או"ח ח"ב סימן א') לגבי מאשין ציצית. דארטן שרייבט דער צאנזער רב אז "לדעתי ראוי לפסול הציצית ובפרט כי ידוע אופני המאשין שנשתנים כמעט בכל יום, ומי יודע למחר מה יהי' בזה והאיך בשביל פרנסת איש אחד נקל במצוה החשובה נגד כל המצות." זאגט האדמו"ר מסאטמאר אז דאס איז אויך געווען די כוונה פון דעם צאנזער רב'ס טעם הכמוס לגבי מאשין מצות, אז אויב ער וועט זאגן א קלארן טעם וועט מען קענען יארן שפעטער זאגן אז דער טעם איז מער נישט נוגע, ווייל דער מאשין ארבעט שוין אנדערש, האט ער דעריבער נישט געזאגט קיין טעם. דאס איז דער לשון פון האדמו"ר מסאטמאר:
ובדבר המאשין מצות שכתב הדברי חיים שאינו רוצה לגלות הטעם, לפענ"ד דברי תורה עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר, שבתנינא גבי המאשין ציצית גילה הטעם כי ידוע אופני המאשין שמשתנים בכל עת ומי יודע למחר מה יהיה, וטעם זה הוא גם במאשין מצות כי אילו היה מגלה טעם האיסור היה מקום לומר שיתקנו המאשין מאלו החששות או היו מפלפלים בדבר, אבל דרך עשיית מאשין שמשתנה בכל יום וההיתר נשאר, כמו שהוא באמת בזמנינו שנעשו מאשינן בהמצאות חדשות ואופנים שכל המתירין שהיו אז לא היו מתירין אלו שבזמנינו בשו"א.

דער ביאור פון האדמו"ר מסאטמאר אין די ווערטער פון דעם צאנזער רב איז זייער שטארק אנגענומען געווארן, דער פראבלעם איז נאר אז דער דברי חיים אליין שרייבט גאנץ קלאר אז נישט דאס איז די סיבה פארוואס ער האט גע'אסר'ט מיט א טעם הכמוס.

אין א תשובה (סימן כ"ד), וואס איז געדרוקט הארט נאך דער פריערדיגער תשובה, און איז געשריבן געווארן אין דעם זעלבן חודש ניסן שנת תרי"ח, שרייבט דער דברי חיים בזה"ל:
והעיד פה נגיד א' ובפני עדה קדושה איך שאשתקד היה במדינת הגר וראה שאפו מצות על מאשין והראה להם שהוא חמץ והודו לו שיראי השם חלקו ע"ז גם הרב המתיר להם נתחרט על מה שהתיר לכן איך שייך חשש לעז. תמהני על הרב הגאון דקהלתכם מה לו להרבות בפלפול בשביל דבר מבודה כזה והנה גוף המאשין לא ראיתי ואולם לפי מה שציירו לפני נ"ל טעם גמור לאסרו אך לא רציתי לגלותו כי אין דנין רק בראיית עין. סוף דבר נ"ל בבירור שאסור ללוש על מאשין כזה ומחמת טרדות החג הקדוש אפסוק ואומר שלום. ניסן תרי"ח.

דער צאנזער רב איז דא קלאר מסביר פארוואס ער האט נישט אנגעגעבן קיין טעם, נאר האט דערקלערט "טעם הכמוס", ווייל... ער האט נישט געזען דעם מאשין מיט די אייגענע אויגן! און אויף א זאך וואס מ'האט נישט געזען מיט די אייגענע אויגן זאגט מען נישט קיין טעם. און דא ווערט אונז קלאר אז דאס וואס דער דברי חיים האט געשריבן אין סימן כ"ג אז זיין שווער האט אים איבערגעגעבן אז "בכמות אלו" זאגט מען נישט קיין טעם, מיינט א פאל אזויווי דאס, וואס ער האט עס נישט געזען מיט די אייגענע אויגן. די סיבה איז א פראקטישע, ווייל אויב וועט מען זאגן טעמים וועלכע זענען באזירט אויף דעם אויסזען און די פונקציעס פון דעם מאשין קען מען דאך ווערן ללעג ולקלס אויב די פרטים שטימען נישט מיט דעם מציאות. אויף דעם ארויף האט דער צאנזער רב מקבל געווען פון זיין שווער אז אויב מ'האט נישט געזען א זאך מיט די אייגענע אויגן נעמט מען נישט די ריזיקע אריינצוגיין אין פרטים, נאר מ'זאגט מותר אדער אסור, און מ'רעדט ווי ווייניגער.

אין דער פריערדערמאנטער תשובה אויף מאשין ציצית זעט מען אז דער צאנזער רב גייט אויך מיט זיין מהלך נישט אריינצוגיין אין דעטאלן ביי א זאך וואס ער האט נישט געזען מיט די אייגענע אויגן: "ובענין הציצית אין דרכי לפלפל בדבר שלא ראו עיני טבעי ואופן המאשין." אבער אין יענעם פאל ערלויבט ער זיך אביסל יא צו שרייבן איבער דעם ווייל, "ואולם בני הרב כו' האבד"ק שינאווי שלדעתי אינו משנה הדיבור אפילו יהבו ליה כל חללי דעלמא והוא אמר לי..."

זעען מיר א קלארן מהלך וואס דער דברי חיים האט מקבל געווען פון זיין שווער אז ביי א זאך וואס ער האט נישט געזען מיט די אויגן פרובירט מען נישט צו רעדן צופיל דערפון. און דאס איז געווען די סיבה פארוואס ער האט בלויז געזאגט א "טעם הכמוס" אויף דעם איסור אויף מאשין מצות.
זונטאג מערץ 17, 2013 2:32 pm#97703
מחלוקת בין שו"ת דברי יואל והניק קארל.
זונטאג מערץ 17, 2013 2:36 pm#97706
א דאנק ר' שמחה פאר דער זאכליכער הערה הקילורין לעיניים. ביטע לאזט אייך הערן מער כדי שיתבדרו ד"ת בבי מדרשא.
זונטאג מערץ 17, 2013 2:41 pm#97709
מחלוקת בין שו"ת דברי יואל והניק קארל, ונראין דברי הניק קארל...
זונטאג מערץ 17, 2013 2:54 pm#97715
זייער א שיינע המצאה קארל, ס'איז אייגענס?

די פירכא איז, סיי לויט דיר און סיי לויט סאטמאר רב, אויב איז דאס א טעם הכמוס, פארוואס האט ער עס מגלה געווען אויף א צווייטע פלאץ?

אלזא לדעתי, אויב שרייבט ער אליין דעם טעם אט דאס איז א הוכחה אז דאס איז נישט דער טעם הכמוס.
זונטאג מערץ 17, 2013 2:58 pm#97717
ממרום, זיין "טעם הכמוס" איז געבליבן כמוס עד היום הזה, און איז ווארשיינליך געווען באזירט אויף דעם וועג וויאזוי ער האט פארשטאנען אז דער מאשין ארבעט. די שאלה איז נאר פארוואס ער האט באהאלטן דעם טעם. אין סימן כ"ד איז דער צאנזער רב מסביר אז די סיבה פארוואס ער האט אנגעגעבן "טעם הכמוס" איז געווען ווייל ער האט נישט געזען דעם מאשין מיט די אייגענע אויגן, און נישט ווייל ער האט מורא געהאט אז דער מאשין וועט זיך טוישן אין לויף פון די יארן, ווי האדמו"ר מסאטמאר האט געוואלט אריינלערנען פשט.
זונטאג מערץ 17, 2013 3:08 pm#97721
גערעכט
זונטאג מערץ 17, 2013 3:18 pm#97731
עס איז אינטערעסאנט אז אויב די גאנצע סיבה פארוואס ער האט געאסר'ט די מאשין מצות איז נאר צוליב דאס וואס ער האט עס נישט געזען, פארוואס איז ער ארויס מיט אזא מלחמת חרמה אנטקעגען די מאשין מצות, כהנוסח "חדש אסור מן התורה"?! ועוד, אויב דאס איז די גאנצע סיבה לאסור בלויז ווייל ער האט עס נישט געזען, איז דאס א סיבה אויף לאסור? איך וואלט פארשטאנען אז דאס איז א סיבה אויף נישט מתיר צו זיין, אבער נישט אויף לאסור.

די ווארט וואס דו ברענגסט פון נאסאדער רב, אז די מלאכים מאכן זיכער אז די מאשין מצות ווערן חמצ'דיג איז א תמיה רבתי, עס קען אפשר אביסל דערהערט ווערן מיט וואס פאפא רב פארציילט אין די הקדמה פון זיין הגדה של פסח ויחי יוסף (מפי השמועה, איך האב עס נישט געזעהן);
דער בעשה"ק איז אמאל געגאנגען מיט זיינע תלמידים קוקען ווי אזוי פשוט'ע אידן באקען מצות. זיי זענען אנגעקומען צו א געוויסע דארפסמאן וואס האט צוזאמען מיט זיין ווייב געארבעט איבערמידלעך פון דאס האקן די האלץ ביזן אנהייצען א אויבן. ווען עס איז געקומען צום ארבעטען מיט די טייג האבן די תלמידים אויפגעפאסט ווי דאס קנעטען און וועלגערן נעמט לענגער ווי דאס שיעור חימוץ, און די מצות שטייען צו לאנג אויף איין פלאץ. די תלמידים האבן געוויזן פארן בעשה"ק וואס עס גייט דא פאר. דער בעשה"ק האט ארויס גענומען זיין טאש טיכל און געריבען העכער זייער אויגן. ווי נאר דער בעשה"ק האט דאס געטוהן האט זיך געפענט זייערע אויגן און זיי האבן געזעהן ווי מלאכים שטייען און האקן אויף די טייגלעך זיכער צו מאכן אז עס ווערט נישט חמץ. לפי"ז אז די מלאכים זענען דא זיכער צו מאכען אז די וואס מיינען עס ערענסט ווערן נישט נכשול, איז מסתבר צו זאגן אז דאס זעלבע קען גיין אויף פארקערט. עס וואונדערט מיר נאר צו זיין מימרא איז גולטיג דוקא אויף די וואס ווייסן פונעם חת"ס, ד"ח, ומתכוונים להקניטם, אדער ה"ה פאר די וואס ניצען עס לפי תמימתם. ואולי יש לומר אז די וואס ניצען עס לפי תמימתם ווערט עס פון מאשין מצות האנד מצות.
זונטאג מערץ 17, 2013 3:26 pm#97739
ביים דברי חיים איז געווען ברור אז מאשין-מצות זענען חמץ. אויף ארויסגעבן א פסק אן זען דעם מדובר מיט די אייגענע אויגן האט ער נישט געהאט קיין קבלה נישט צו טאן, נאר אויף ארויסצוגעבן דעם טעם האט ער געהאט אזא קבלה. אין אנדערע ווערטער, אפילו ביי אים איז געווען ברור אז עס איז חמץ לויט ווי ער האט געהערט אז דער מאשין ארבעט, האט ער אבער נאכגעפאלגט די פראקטישע קבלה פון זיין שווער נישט צו זאגן קיין טעם, כדי מען זאל אים נישט כאפן ביים ווארט אויב ער וועט נישט שילדערן די פרטים פון דעם מאשין גענוי ווי עס איז.

און א דאנק פאר דיין מעשה.
זונטאג מערץ 17, 2013 3:49 pm#97761
ס'איז גאנץ פשוט אז דער גאנצער איסור אויף מאשין מצה, איז בלויז דערפאר ווייל עס איז געקומען פון דייטשלאנד, און מען האט מורא געהאט אז עס שמעקט מיט השכלה (פרעג מיר נישט פארוואס).

אויב וואלט דער מאשין (אויך מיר א מאשין...) ענטפינדן געווארן אין קראקא צום-ביישפיל, וואלט קיין שאלה דערויף נישט געווען. עס וואלט געווען כשר בתכלית הכשרות. צאנזער רב האט מורא געהאט אז אויב וואלט ער געשריבן דעם טעם, וואלט מען עס אפגעפרעגט אז עס איז נישט גענוג טעם צו אסר'ן, אבער ער האט חושש געווען אז איין 'מאשין' וועט ברענגען די אנדערע, און ווער ווייסט וואו עס וועט זיך ענדיגן... האט ער דעריבער נישט געשריבן.

איך גלויב אז אויב וואלט מען ענטפינדן אין יענע טעג שאויערס אין די מקוואות, און מען וואלט געזאגט פארן צאנזער רב אז מען האט דעם געדאנק אינפאטירט פון דייטשלאנד, וואלט ער געזאגט אז ווער עס גייט אין שאוער איידערן טובל'ען איז דאס נישט כשר גע'טובל'ט, און וואלט צוגעלייגט אז ער האט א טעם הכמוס דערויף, און האט בקבלה דאס נישט צו ערקלערן.

..
איך וויל דא צולייגן, אז די היינטיגע מאשינען איז גענצליך נישט די אמאליגע מאשינען. אויף די היינטיגע מאשינען איז פאראן ערנסטע שאלות און ספיקות, ואכמ"ל. פאראן וואס שרייבן טאקע אז אויב וואלט דער צאנזער רב געזאגט א טעם, וואלט מען געזאגט אז די היינטיגע מאשינען זענען אנדערש, דעריבער האט ער גענצליך נישט געוואלט זאגן א טעם.
זונטאג מערץ 17, 2013 5:48 pm#97811
דאס וואס מען שרייבט דא אז ער האט עס געאסר'ט צוליב א חשש השכלה, און האט דאס נישט געוואלט זאגען, איז נאריש, ווייל ער וואלט נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו זאגען אז עס שמעקט מיט השכלה און פאר דעם זאל מען עס נישט ניצען, ווי איידער ער זאל זיין א פולקאמער ליגנער און זאגען אז עס איז חמץ גמור, ווען עס איז נישט חמץ, נאר "השכלה" פראבלעם.

ביי מיר און ביי יעדער וואס קוקט אמאהל אין דער תשובות פין צאנזער רב, ווייסט אז ער איז געוועהן אן איש אמת, און איך בין זיכער אז ווען מען גיט אים כל חללי דעלמא וואלט ער נישט געזאגט קיין ליגענט (אזוי ווי ער איז מעיד אויף זיין זוהן), דער היינטיגער נארישער מהלך פין ליגענט זאגען דעם עולם, און זאגען אז דאס איז אסור צוליב יענץ ווען מען שרייט אויף די טאכטער און מען מיינט דער שנור, איז ב"ה נאך נישט געוועהן איינגעריסען אין יענער זמנים.

און אויב מען מעג בעטען ביי מענטשען. דער דברי חיים אסר'ט מאשין מצות ווייל עס איז "חמץ גמור", און דער טעם פארוואס עס איז "חמץ גמור" איז א "טעם הכמוס" נישט דער איסור איז א טעם הכמוס.

לדעתי צדקו דברי קארל מאוד, אז דער קבלה פין זיין שווער אויף צו זאגען א טעם הכמוס, איז ווען מען קען זיך נישט אזוי אויס מיט דער מציאות.

עס מאכט אבער שווער מקבל צו זיין זיינע רייד, ווייל סוף סוף איז ער מודה אז ער קען נישט דער מציאות, און אויב אזוי מאכט עס זיין גאנצע שיטה אין דעם ענין שוואכער אנצונעמען.

דער אנדערער מהלך, פין אדמו"ר מסאטמאר, אז ווען מען וויל א זאך זאל בלייבען אסור, זאגט מען נישט דער טעם, אויס מורא אז מען וועט אנפרעגען דער טעם, איז צריך בירור, וואס איז פשט אין דעם? אויב פרעגט מען אהן דער טעם, איז דאך אויס איסור! אלזא וואס האסטו מורא אז איינער וועט אנפרעגען דיין טעם? די ווילסט דאך אויך נישט אסר'ן א דבר המותר!!

וא"ת אז די ווילסט באמת יא אסר'ן א דבר המותר, א"כ ביסטו דאך שטיקעל קאראפטירט!
זונטאג מערץ 17, 2013 5:57 pm#97817
סאטמאר רבי זי”ע האט נישט געזעהן די תשובה וואס קארל האט געזעהן?
זונטאג מערץ 17, 2013 6:04 pm#97820
נראין דברי קארל. איך האב נאך א קושיא אויף דעם סאטמארער רבי'נס צושטעל, און עס רירט אביסל צו צו איחוד פעלד'ס נקודה. אין דער תשובה אין הל' ציצית נוצט דער דברי חיים דעם פראבלעם אז מאשינען טוישן זיך אויף א טעם לאסור. כלומר, אפילו אויב זאל עס זיין מותר וויל איך נישט מתיר זיין ווייל עס קען זיך טוישן צו אן אסור'דיגן מאשין, און דערנאך וועט מען זיך נאך פארלאזן אויף מיין היתר (ענליך צו דעם נימוק וואס מאנכע אוסרי העירובין האבן גענוצט ברענגנדיג מאנהעטן ווי א משל, ואכמ"ל). ביי מאשין מצות איז פונקט פארקערט, דאס איז קלאר אז דער דברי חיים האט געהאלטן אז עס איז חמץ, נאר לויט'ן צושטעל פונעם סאטמארער רב ער מורא געהאט אז דער מאשין וועט עווענטועל זיך טוישן צו אן אופן היתר, און ער האט געוואלט אז עס זאל בלייבן אסור פאר אייביג.
זונטאג מערץ 17, 2013 6:09 pm#97822
ייש"כ קארל, איך וויל פשוט אנפרעגען מיין הערה, אז לויט האדמו"ר מסאטמאר שטימט בעסער די "קבלה" פונעם שווער. דהיינו, דער שווער האט אים אויסגעלערענט דעם מהלך, אז אויב זענען דא חששות אז מכשולות וועלן מעגליך אפשר יתכן געשעהן אין צענדליגע יארן שפעטער, אסר'ט מען יעצט "ווייל אזוי", אן קיין טעם, אזוי ארום וועלן חסידים ועושי רצונו ממשיך זיין בדרך זה.
משא"כ לפי ביאור מעלתו, וואס דארף ער זיין שווער פאר דעם? צו זאגן אז "כ'אסר און כ'געב נישט ארויס פארוואס" אך ורק כדי צו פארדעקן זיין נישט-זעהן די מציאות הדברים, דאס האט אים זיין שווער מחדש געווען? שווער צו הערן.

נישט אז די שמועס איז נוגע למעשה, ווייל אוודאי איז ער נישט געווען גערעכט מיט זיין פסק אז ס'איז חמץ גמור, והראיה, ווייל אפילו לויט האדמו"ר מסאטמאר איז דאך להדברי חיים גופא נישט געווען מאשין מצות חמץ גמור בשעתו, סך הכל איז דאס געווען אן הזהרה אויף לעתיד על כל חמץ שלא תבוא.
אז א צאנזע אייניקען וועט מיך ענטפערען "ניין" אויף מיין שאלה: אז דו האסט נישט בליל הפסח נאר א מאשין מצה, וואלסטו געגעסן דערפון די כזיתים? - איז דאס נישט פון גרויס יראת-שמים, נאר אדרבה, קלות ראש אויף א מצוה פון גאט, איבער אנצוהאלטן די גאלדענע פייט עד ביאת הגואל.

בנוגע די מלאכים וואס נאסוידע רב ווייסט צו זאגן. נו, ס'שווער זיך צוקריגען מיט אים ווייל אין מיין תורה זעה איך נישט קיין מדובר וועגן דעם.

פון ר' יענקעלע (נישט צו פארטוישען מיט אונזער יאנקל - וואס האקט יעצט) פארציילט מען, אז אמאל ביים עסען פיש האט ער זיך אנגערופן "וואו קומט צו א צדיק (וואס ווערט מגולגל - לשיטת בעלי גלגולים - אין א פיש) צו עסען חמץ אין פסח? אה, ער האט געגעסען מאשין מצות, נו, זאל ער האבן א תיקון". וכך הוה.
זונטאג מערץ 17, 2013 6:37 pm#97837
איחוד פעלד האט געשריבן:דער אנדערער מהלך, פין אדמו"ר מסאטמאר, אז ווען מען וויל א זאך זאל בלייבען אסור, זאגט מען נישט דער טעם, אויס מורא אז מען וועט אנפרעגען דער טעם, איז צריך בירור, וואס איז פשט אין דעם? אויב פרעגט מען אהן דער טעם, איז דאך אויס איסור! אלזא וואס האסטו מורא אז איינער וועט אנפרעגען דיין טעם? די ווילסט דאך אויך נישט אסר'ן א דבר המותר!!

לכאורה תלוי אם יכולים להתעקש בבקשת מהיכן דנתנו.
זונטאג מערץ 17, 2013 8:17 pm#97883
ר' שמחה האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:דער אנדערער מהלך, פין אדמו"ר מסאטמאר, אז ווען מען וויל א זאך זאל בלייבען אסור, זאגט מען נישט דער טעם, אויס מורא אז מען וועט אנפרעגען דער טעם, איז צריך בירור, וואס איז פשט אין דעם? אויב פרעגט מען אהן דער טעם, איז דאך אויס איסור! אלזא וואס האסטו מורא אז איינער וועט אנפרעגען דיין טעם? די ווילסט דאך אויך נישט אסר'ן א דבר המותר!!

לכאורה תלוי אם יכולים להתעקש בבקשת מהיכן דנתנו.



ביטע זייט מסביר אייערע ווערטער, איך בין זיכער אז די מיינסט צו זאגען עפעס ווערטפול, אבער אויב די קארגסט אפאר קלאפערייען אויף דער ק"ב, ווייל די ווילסט ווארפען קורצע פוילישע זאגעכצער, ליידט דער גאנצער עולם קאווע ליינערס, ווייל זיי ווילען און דארשטען צו פארשטיין די קלוגע רייד פין ר' שמחה, אבער ר' שמחה וויל דווקא אריין ווארפען קורצע נקודות, און יעדער זאל זיך מוטשען צו פארשטיין דיינע זאצען. ביטע זייט מאריך, און גיט אויף אייער טעם הכמוס פין נישט מגלה זיין אייערע דברי כמוסים......
זונטאג מערץ 17, 2013 8:30 pm#97900
רבינו יואל מסאטמאר האט נאך אזוי גוט געקענט יעדע תשובה אין דברי חיים
דער תירץ איז פשוט, און די תשובה שרייבט ער
הרבה טעמים עפ"י דין לאיסור אך הם כמוסים
דאס מיינט אסאך טעמים (אין דעם איז נכלל הטעם מהאדמו"ר מסאטמר)

ווידער שפעטער רעדט ער א לשון יחיד
מה שציירו לפני נ"ל טעם גמור לאסרו
עס איז 2 באזינדערע זאכן
זונטאג מערץ 17, 2013 8:36 pm#97903
איחוד פעלד האט געשריבן:
ר' שמחה האט געשריבן:
איחוד פעלד האט געשריבן:דער אנדערער מהלך, פין אדמו"ר מסאטמאר, אז ווען מען וויל א זאך זאל בלייבען אסור, זאגט מען נישט דער טעם, אויס מורא אז מען וועט אנפרעגען דער טעם, איז צריך בירור, וואס איז פשט אין דעם? אויב פרעגט מען אהן דער טעם, איז דאך אויס איסור! אלזא וואס האסטו מורא אז איינער וועט אנפרעגען דיין טעם? די ווילסט דאך אויך נישט אסר'ן א דבר המותר!!

לכאורה תלוי אם יכולים להתעקש בבקשת מהיכן דנתנו.

ביטע זייט מסביר אייערע ווערטער, איך בין זיכער אז די מיינסט צו זאגען עפעס ווערטפול, אבער אויב די קארגסט אפאר קלאפערייען אויף דער ק"ב, ווייל די ווילסט ווארפען קורצע פוילישע זאגעכצער, ליידט דער גאנצער עולם קאווע ליינערס, ווייל זיי ווילען און דארשטען צו פארשטיין די קלוגע רייד פין ר' שמחה, אבער ר' שמחה וויל דווקא אריין ווארפען קורצע נקודות, און יעדער זאל זיך מוטשען צו פארשטיין דיינע זאצען. ביטע זייט מאריך, און גיט אויף אייער טעם הכמוס פין נישט מגלה זיין אייערע דברי כמוסים......

הלא כמוס היא עמדי...


ביי א פסק דין קען מען פארלאנגן פונעם דיין, ער זאל אייך צייגן אויף וואס און פון ווי ער האט גענומען זיין שטעלונג,
בל"א, מהיכן דנתנו.[
זונטאג מערץ 17, 2013 9:08 pm#97925
כ'ציטער ס'גייט דא ווערן א מחלוקה צווישען די חברים דא. איך וואלט גע'עצה'ט מ'זאל אריבערפארן קיין מאנסי, אדער בעטען חברינו היקר ********** *** ***** תושב מאנסי, זאל אריינגיין צום יעצטיגן וויזניצע'ן רבי'ן, און פרעגן צו זיין טעם הכמוס אויף צו אסר'ן זיינע סטאדעס (זיי אליינס זענען מודה אז דער רבי איז זייער "רועה נאמן") זיך צו באניצען מיט תקנת חז"ל בתיקון עירובין.
אויב זאגט ער "כ'האב אזוי מקבל געווען פון שווער", וועט מען זיך אריבער כאפן קיין סקווירא און אנפרעגן בנו מ"מ, אדער זר'ל'ס רבי, מאיר שילער, צו מברר זיין דעת מהרי"י מסקווירא ז"ל. ווידער אויב וועט דער מאנסי'ער רבי זאגן אז ער האט נאך נישט געזעהן דעם עירוב, וועט מען וויסען אז קארל איז גערעכט.
זונטאג מערץ 17, 2013 9:18 pm#97930
נישט קיין חילוק וואס דער אמת'ער טעם פון די איסור אויף מאשין מצות איז ברור אז די טייטש פון טעם כמוס אויף מאמע-לשון ברויך צו זיין "א טעם וואס אויב וואלט איך דאס מגלה געווען וואלט מען זיך אויסגעלאכט דערפון, יעצט אבער אז איך באהאלט דאס איז דאס מער מיסטעריעזיש און מען קען מיר דאך נישט אפפרעגן ממילא זאל דער עולם טוהן וואס איך הייס". לע"ד האט אן איסור געבויט אויף אזא טעם נישט קיין שום תוקף הלכתי. דאס האבן דאך די פראנקפורטע דיינים פרובירט צו טוהן ביי די קליווער גט און אלע גדולים זענען ארויס קעגן זיי להשמיד ולהרוג.
זונטאג מערץ 17, 2013 9:53 pm#97952
קאווע טרינקער האט געשריבן:ייש"כ קארל, איך וויל פשוט אנפרעגען מיין הערה, אז לויט האדמו"ר מסאטמאר שטימט בעסער די "קבלה" פונעם שווער. דהיינו, דער שווער האט אים אויסגעלערענט דעם מהלך, אז אויב זענען דא חששות אז מכשולות וועלן מעגליך אפשר יתכן געשעהן אין צענדליגע יארן שפעטער, אסר'ט מען יעצט "ווייל אזוי", אן קיין טעם, אזוי ארום וועלן חסידים ועושי רצונו ממשיך זיין בדרך זה.
משא"כ לפי ביאור מעלתו, וואס דארף ער זיין שווער פאר דעם? צו זאגן אז "כ'אסר און כ'געב נישט ארויס פארוואס" אך ורק כדי צו פארדעקן זיין נישט-זעהן די מציאות הדברים, דאס האט אים זיין שווער מחדש געווען? שווער צו הערן.

איך זע נישט וואספארא חסרון עס קען זיין אנצונעמען פון דעם שווער ז"ל א פראקטישע עצה ווען מען פסק'נט שאלות. איך בין נישט אזוי זיכער אז עס וואלט יעדן איינגעפאלן אז מ'זאל אינגאנצן נישט רעדן פון קיין טעמים אויב מ'האט נישט געזען מיט די אייגענע אויגן, נאר מ'וואלט פרובירט צו מינימיזירן דאס רעדן. דער ברוך טעם האט איבערגעגעבן פאר דעם דברי חיים - ווי עס קומט קלאר ארויס פון זיינע ווערטער - אז ווען ער האט נישט געזען במו עיניו זאל ער גענצליך האלטן דאס מויל פארמאכט. "זאג 'טעם כמוס' וזהו!"

kliger האט געשריבן:רבינו יואל מסאטמאר האט נאך אזוי גוט געקענט יעדע תשובה אין דברי חיים
דער תירץ איז פשוט, און די תשובה שרייבט ער
הרבה טעמים עפ"י דין לאיסור אך הם כמוסים
דאס מיינט אסאך טעמים (אין דעם איז נכלל הטעם מהאדמו"ר מסאטמר)

ווידער שפעטער רעדט ער א לשון יחיד
מה שציירו לפני נ"ל טעם גמור לאסרו
עס איז 2 באזינדערע זאכן

דו מישסט אויס די טעמים לאסור זעלבסט און דער טעם פארוואס דער דברי חיים האט נישט געוואלט זאגן די טעמים לאיסור. אז דער דברי חיים זאגט אז ער האט געהאט א סך טעמים לאסור האט ער זיכער געהאט. אבער ער האט נישט ארויסגעגעבן וואס זיי זענען. מיר זענען נישט דא דן וואס די טעמים זענען געווען, נאר מיר זענען דן פארוואס ער האט זיי געהאלטן פאר א סוד. ולאחר העיון בתשובותיו סימנים כ"ג וכ"ד זעען מיר אז ער האט נישט ארויסגעגעבן זיין טעם/טעמים לאסור ווייל זיין שווער האט אים אנגעזאגט אז מ'זאל נישט ארויסגעבן קיין טעם ווען מען האט נישט געזען מיט די אייגענע אויגן.

תחכמוני האט געשריבן:נישט קיין חילוק וואס דער אמת'ער טעם פון די איסור אויף מאשין מצות איז ברור אז די טייטש פון טעם כמוס אויף מאמע-לשון ברויך צו זיין "א טעם וואס אויב וואלט איך דאס מגלה געווען וואלט מען זיך אויסגעלאכט דערפון, יעצט אבער אז איך באהאלט דאס איז דאס מער מיסטעריעזיש און מען קען מיר דאך נישט אפפרעגן ממילא זאל דער עולם טוהן וואס איך הייס". לע"ד האט אן איסור געבויט אויף אזא טעם נישט קיין שום תוקף הלכתי. דאס האבן דאך די פראנקפורטע דיינים פרובירט צו טוהן ביי די קליווער גט און אלע גדולים זענען ארויס קעגן זיי להשמיד ולהרוג.

דאס איז לאו דווקא. ער האט נישט געזאגט דעם טעם ווייל ער האט נישט געוואלט נעמען די ריזיקע פון רעדן אויף אן אופן וואס מ'זאל זען אז ער קען נישט דעם מאשין פון דער נאנט.
זונטאג מערץ 17, 2013 9:59 pm#97960
קארל האט געשריבן:
תחכמוני האט געשריבן:נישט קיין חילוק וואס דער אמת'ער טעם פון די איסור אויף מאשין מצות איז ברור אז די טייטש פון טעם כמוס אויף מאמע-לשון ברויך צו זיין "א טעם וואס אויב וואלט איך דאס מגלה געווען וואלט מען זיך אויסגעלאכט דערפון, יעצט אבער אז איך באהאלט דאס איז דאס מער מיסטעריעזיש און מען קען מיר דאך נישט אפפרעגן ממילא זאל דער עולם טוהן וואס איך הייס". לע"ד האט אן איסור געבויט אויף אזא טעם נישט קיין שום תוקף הלכתי. דאס האבן דאך די פראנקפורטע דיינים פרובירט צו טוהן ביי די קליווער גט און אלע גדולים זענען ארויס קעגן זיי להשמיד ולהרוג.

דאס איז לאו דווקא. ער האט נישט געזאגט דעם טעם ווייל ער האט נישט געוואלט נעמען די ריזיקע פון רעדן אויף אן אופן וואס מ'זאל זען אז ער קען נישט דעם מאשין פון דער נאנט.

דאן הא גופא קשיא פארוואס שטעלט ער א מיינונג ווען ער ווייסט נישט קלאר די מציאות? און בכלל פארוואס זאל ער נישט מסביר זיין ווי ער פארשטייט די מאשין איז געבויט און וואס זיינע פראבלעמען דערמיט זענען און בעטן מען זאל אים פאררעכטן אויב ער האט א טעות.
אין בעסטן פאל איז ער נישט קיין ערליכער מענטש פארן זיך אוועקשטעלן כאילו ער קען די מציאות.
זונטאג מערץ 17, 2013 10:13 pm#97968
בקיצור, דו ווילסט טרעפן אינעם דברי חיים א פוסק ווי הג"ר שלמה זלמן אויערבאך ז"ל. עס איז געווען אנדערע צייטן און אן אנדערן מהלך המחשבה.
זונטאג מערץ 17, 2013 10:20 pm#97972
איך פארשטיי
זונטאג מערץ 17, 2013 10:23 pm#97973
קארל האט געשריבן:בקיצור, דו ווילסט טרעפן אינעם דברי חיים א פוסק ווי הג"ר שלמה זלמן אויערבאך ז"ל. עס איז געווען אנדערע צייטן און אן אנדערן מהלך המחשבה.

גראדע, אפילו דער שואל ומשיב שוין שרייבט גאר שארף אויפ'ן דברי חיים פאר'ן נעמען א צד אן זיך דורכרעדן מיט די רבנים המתירים.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 7:11 pm#329204
א ידיד האט זיך מיר אפגערעדט אז ער האט יעצט געספענדט 800 אויף מצות. כ'האב אים געזאגט אז ער האט איבערגעצאלט מיט 650 ווייל ער איז חושש צו א שיטה יחידאי פון א גדול וואס איז נישט צו שטארק אנגענימען , וואס אפילו די שיטה יחידאי איז גאנץ מעגליך שוין אויך נישט נוגע היינטיגע צייטען.

ברענג איך ארויף די אשכול אז יעדער זאל וויסען פינקטליך אויף וואס זיי צאלען אזעלעכע גראב געלט.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 7:15 pm#329206
Re: דער "טעם הכמוס" פון צאנזער רב צו אסר'ן מאשין-מצות
נישט צו שטארק אנגענומען? סעס הא?
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 7:18 pm#329207
ער איז אנגענומען ווי א צדיק אבער נישט ווי א פוסק
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 7:39 pm#329209
המלוכה והממשלה האט געשריבן:ער איז אנגענומען ווי א צדיק אבער נישט ווי א פוסק

איך ווייס נישט וואס די וועלט זאגט (כ'האב נישט זיין BBM), אבער איך ווייס פון צענדליגער טויזענטער חסידי סאטמאר ובאבוב ועוד וואס נעמען דעם דברי חיים אהן ווי א שטארקע פוסק, מילד גערעדט.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 7:40 pm#329210
די רעדסט פון די צעהן משפחות וואס גייען אפגעבינדען ווי צאנזע רב האלט אז מ'מוז גיין עפ'י תורה??
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 7:42 pm#329211
Re: דער "טעם הכמוס" פון צאנזער רב צו אסר'ן מאשין-מצות
די זעלבע וואס נעמען יא אדער נישט אהן צאנזער רב נעמען אהן נישט צו עסן מאשין מצות, לאו דוקא ווייל די הלכה איז אזוי נאר ווייל אזוי איז איינגעפירט והיינו טעמא דקטניות והיינו טעמא דשרויה.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 7:56 pm#329212
המלוכה והממשלה האט געשריבן:ער איז אנגענומען ווי א צדיק אבער נישט ווי א פוסק

די רבי זי"ע האט אמאל געענטפערט פאר איינעם וואס האט אים געפרעגט הלמאי ער טוט להיפך פון וואס ווערט גע'פסק'נט אין השיב משה, האט די רבי זי"ע געענטפערט, א פוסק איז געווען די חתם סופר און די דברי חיים, והיא פלא.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 8:04 pm#329214
Re: דער "טעם הכמוס" פון צאנזער רב צו אסר'ן מאשין-מצות
צו קענען דאס זאגן דארף מען אויך זיין א פוסק... מעיקרא דדינא ליתא.

אגב, פון וועלכע רבי רעדסטו?
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 8:08 pm#329215
Re: דער "טעם הכמוס" פון צאנזער רב צו אסר'ן מאשין-מצות
ווען דברי חיים האט א תשובה אויף סיי וואס, רעכענען זיך די פוסקים נישט דערמיט? חסידי קלויזענבורג סאטמאר ובאבוב זענען נישט וויכטיג לגבי דעם, אבער די פוסקים וואס רעכענען זיך יא מיט דברי האחרונים רעכענען זיך יא, דוכט זיך, מיט'ן דברי חיים.
יא, דער חת"ס שטייט העכער, אבער ביחס צום שו"מ, בית יצחק, מהרש"ם, כת"ס, מהר"ם שיק וכהנה איז ער פונקט אזא מ"ד.
לגבי מאשין מצות איז שווער צו זאגען אז ער איז אנגענומען ווייל אויסער פון די אויבענדערמאנטע חסידים, קימערט זיך קיינער נישט.מיט זיין פסק. גדולים וטובים האבען געגעסען מאשין מצות לכתחלה, און איך קען נישט קיינער וואס, אלס פסק אויס, איז חושש לאיסור. ס'איז געווארען דער נישט היימישע זאך צו טוהן, אבער מחמירים אין א"י און אמעריקא לאזען עס געהעריג און שפעטערע גדולי הפוסקים, ווי דער חזו"א, הגר"ח מבריסק ר' חיים עוזר ועוד האבען קיין ווארט נישט געזאגט קעגען. איך בין נייגעריג צו דער ח"ח האט געגעסען מאשין מצות. איך האב געליינט ערגעץ אז אין איישישאק הסמוכה לראדין האבען די האנט מצה בעקעריי ארבעטארער'ס פארפיהרט גענוג אז מ'האט נישט צוגעלאזט קיין מאשין מצות. אבער ווילנא, וואס איז נישט ווייט פון דארט, האט קיין איין האנט מצה בעקעריי נישט געהאט. וכידוע הסיפור עם הגרי"ז והגרח"ע

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 8:09 pm#329216
ווען איך זאג רבי ר' מיכעלע מיין איך ר' מיכעלע זלאטשובער אדער ר' מיכעלע נתניה
ווען איך זאג ר ' מיכל מיין איך ר' מיכל לעבאוויטש
ווען איך זאג מיכל מיין איך מיכעלע פאטעטא
ווען איך זאג רבי זי"ע מיין איך די רבי ז"ל.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 8:12 pm#329217
Re: דער "טעם הכמוס" פון צאנזער רב צו אסר'ן מאשין-מצות
דאכציך אז כמעט אלע רבי'ס זענען זי"ע, אבער פון די פשטות וואס דו נעמסט אן אז ס'נאר דא איינס, קלער איך אז דו מיינסט זיכער דעם רשכבה"ג.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 8:20 pm#329218
הגם ס'דארף אנגעמערקט ווערן אז די הייליגע תשובות אין דברי חיים זענען געשריבן געווארן אין גרויס דביקות עד כדי כך אז פתח בכד ומסיים בחבית, אבער מ'דארף האבן אמונה אז אוודאי איז עס אזוי געשריבן אז ס'זאל שטימען מיטן סוד.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 8:48 pm#329222
Re: דער "טעם הכמוס" פון צאנזער רב צו אסר'ן מאשין-מצות
בדרך אגב, האט שוין איינער חוץ מיר באמערקט אז ער שרייבט נישט אז מאשין מצות איז חמץ גמור?
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 8:54 pm#329223
"בדבר השאלה אם מותר לעשות מצות לפסח על המשינען הנה ראיתי "תשובות גאוני זמנינו" שהסכימו לאסור וצדקו מאוד בדבריהם, הגם כי על קצת דברים יש להשיב אך די לאסור בזה, אולם גם לדעתי הרבה טעמים עפ"י דין לאיסור אך הם כמוסים אתי כאשר כן קיבלתי מפי מו"ה ז"ל שבכמות אלה הדברים אין לגלות הטעם רק לפסוק הדין בהחלט והשומע ישמע וגו' ולכן בדרך החלט אומר לכם כי העושה מצות על כלי זה הוא חמץ גמור ועוד זאת אודיע כי העיד לפני אדם חשוב סוחר נכבד מפה שהי' אשתקד באונגארין וראה אצל קלי הדעת עושין מצות על המאשין והראה להם שהוא חמץ גמור ונתביישו מאד וגם אמרו לו שהרב המתיר להם מתחרט מאד ולכן ידידי לדעתי שאין להתיר זה בשום אופן ואם לא יאבו שמוע מה נעשה להם אם אוכלים חמץ ממש בפסח ועיין בפסקי מהרי"א שהביא ראי' "שאין להקל מחמת חשש שיצאו חוץ לד"ת" ולכן אין להתיר בשום אופן וד' יצילנו משגיאות ומכשולות ח"ו והיה שלום. יום ב' ער"ח ניסן תרי"ח לפ"ק".
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:07 pm#329226
חוץ פון דעם וואס דער דברי חיים זאגט אז ס'איז חמץ ממש, זאגט ער אז העושה מצות על כלי זה, הוא חמץ גמור, וואס דאס מיינט אז דער וואס מאכט מצות אויף די מאשינען איז ער (דער מצות מאכער זעלבסט) חמץ גמור. מאדנע פשט ? דאס איז פשוט גראמאטיק.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:09 pm#329227
האסט דאך אליין געזאגט פריער אז זיינע תשובות זענען געשריבן געווארן מיט גרויס דביקות
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:16 pm#329229
Re: דער "טעם הכמוס" פון צאנזער רב צו אסר'ן מאשין-מצות
מה נעשה להם אם אוכלים חמץ בפסח..., לענ"ד האט ער דירעקט ארום געדרייט מיט די לשונות אז די חסידים זאלן מיינען ער זאגט אז ס'איז חמץ. אבער מ'קען אויך לערנען פשט, מה נעשה להם אם וכו' כאדם האומר 'און וואס וואלטעך געקענט טוהן ווען זיי עסן ווען טאקע חמץ'. וק"ל (בדרך אפשר שטייצעך)
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:19 pm#329232
Re: דער "טעם הכמוס" פון צאנזער רב צו אסר'ן מאשין-מצות
אויב וואלט געווען פשוט גראמאטיק וואלט געדארפט שטיין 'הם' חמץ גמור. צו זאגן אז ביידע טעותים איז אזוי איינגעפאלן אין אזא גאון'ס תשובה איז אויך א חידוש.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:29 pm#329235
קל וחומר האט געשריבן:אויב וואלט געווען פשוט גראמאטיק וואלט געדארפט שטיין 'הם' חמץ גמור. צו זאגן אז ביידע טעותים איז אזוי איינגעפאלן אין אזא גאון'ס תשובה איז אויך א חידוש.

נישט ריכטיג ער זאגט העושה הוא חמץ גמור
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:30 pm#329236
Re: דער "טעם הכמוס" פון צאנזער רב צו אסר'ן מאשין-מצות
פיין, ביסטו מודה אז ס'גייט נישט ארויף אויף די מצות.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:32 pm#329237
ניין ער האט אוודאי יא געמיינט די מצות, למעשה איז דאס נישט עפעס ווייס איך וואס, ס'איז א לשון מגומגם, נישט עפעס אן ערענסטע גרייז, ער וואלט ענדערש געדארפט זאגן והמצות שעושים על כלי זה, הם חמץ גמור.
דאנערשטאג אפריל 14, 2016 9:47 pm#329240
Re: דער "טעם הכמוס" פון צאנזער רב צו אסר'ן מאשין-מצות
אויף דעם האב איך מעורר געווען אז ס'ליגט דא צוויי גרייזן, איינס אז ס'גייט באמת ארויף אויף די מצות און נישט אויף דעם 'עושה', דהיינו ס'וואלט געדארפט שטיין והמצות הנעשים וכו. ועוד, אז די לשון 'הוא' איז מוכיח אז ס'גייט ארויף אויף א יחיד (דהיינו, ווען ס'שטייט ווען הם וואלטעך געקענט מוחל זיין די טעות פונעם רישא, אבער טאמער די סיפא שטימט אזוי גוט מיט, איז נישט מסתבר צו זאגן אז ער האט געמאכט א טעות אינעם משמעות ודו"ק).
פרייטאג אפריל 15, 2016 1:11 am#329278
וואס רעדסטו נארישקייטן אז דאס איז א דעת יחיד אז מאשין מצות איז אסור, עס איז דאן בשעתו געווען גדולי הפוסקים וואס האבן אזוי געהאלטן א שטייגער ווי רבי מרדכי זאב, דער חידושי הרי"ם ועוד
פרייטאג אפריל 15, 2016 1:17 am#329282
Re: דער "טעם הכמוס" פון צאנזער רב צו אסר'ן מאשין-מצות
לכאורה האט ער געמיינט די חלק אז ס'איז א חק מטעם הכמוס, די אנדערע האבן מפרש געווען זייער טעם האיסור, וואס ביי די היינטיגע מאשינען זענען זיי נישט גילטיג.
פרייטאג אפריל 15, 2016 1:28 am#329285
עס איז בפירוש דא טעמים וואס איז גילטיג ביי די היינטיגע מאשינען