דינסטאג אפריל 3, 2012 9:57 pm#3946
פילטערד אינטערנעט
איך דארף-וויל האבן אינטערנעט אינדערהיים און איך האב מיך אנגעהויבן אביסל אומקוקן איבער פרייזן פאר געפילטערטע אינטערנעט, ס'איז ממש א געלעכטער... אין די צייט וואס איך קען האבן Verizon Fios מיט א ספיד פון 25 מ"ב דאונלאוד און אפלאוד מיט טעלעפאן פאר $75 א חודש, האבן די פילטער קאמפאניס פאר די זעלבע פרייז בלויז 1 מ"ב דאונלאוד און כמעט גארנישט אפלאוד...איז דא עפעס וואס איך ווייס נישט?
נוצן א פראגראם ווי K9 וכדו' איז לכאורה נישט שייך ווייל איך וויל נוצן אויף די ווייפיי מיין טעלעפאן און אייפעד און דאס זאל אויך זיין געפילטערט
עני איידיעס?