Under maintenance
הויפט זייט » נארישע אנקעטעס, אבי גערעדט

נארישע אנקעטעס, אבי גערעדט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
48 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3279
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 6:44 pm#99264
נארישע אנקעטעס, אבי גערעדט
זייטס מיר מוחל, נישט זיך נאריש צומאכן סתם אביסעלע זיך אויסטשוכן אין שמייכל פארום, קען מען נעמען אנקעטעס איבער אלעס, טעארעטיקלי, לאו דווקא שייכות'דיגע אישוס תרתי משמע. ס'מוז נישט זיין שייך און ס'מוז נישט האבן שייכות.

ובזה החילי: אויב מ'זאל גיבן יעדן דא א טשענס מיטצוהאלטן א סדר ביי איינע פון די דריי אידן: הרה"ק מסאטמאר זי"ע, הרה"ק מבעלזא זי"ע, הגאון הגדול חזון איש זי"ע. וואו וואלסטע געוועהלט מיטצוהאלטן און פארוואס? ביטע אפגעבן אן ענטפער א דאנק. (אז איך מאך מיר אזוי נאריש שטים כאטש ביטע)
--------
מיין צווייטע אנקעטע איז וועלכע פסח קעיקס/קוקיס פרעפערט איר? אבערלענדערס? הגדה?

די אשכול איז אפען פאר יעדן צו פרעגן וואס ער וויל.
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:18 pm#99272
איך וואלט אויסגעקליבן חזון איש. סיבה: ווייל איך בין קיהל :) קידינג קידינג, פשוט ווייל דארט וואלט איך מער הנאה געהאט באזירט אויף וואס איך ווייס איבער די סדרים פון די דריי צדיקים.
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:19 pm#99273
גוט... ש'כח.
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:29 pm#99276
סאטמאר. ווייל דאס איז די מערסטע היימיש.
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:56 pm#99285
בעלזא רב
איך וויל זעהן א מלאך נישט נאר יום כיפור
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 7:59 pm#99288
הגדה ווייל עס זאגט זיך פון זיך אליין
בעיקר האט עס א שטארקע הכשר פון בן אב"ד וואלאווע
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 8:19 pm#99295
היות איך האב אסאך געליינט איבער דעם סדר פון סאטמאר רב, וואלט איך די מערסטע חשק געהאט צו גיין אהין.
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 8:21 pm#99297
אה, און וועגן די פסחדיגע קוכן, איך בין זיך נישט נוהג זיי צו עסן, סיי אלס נישט מישן, און סיי אלס די טעם, אלע קאמפאניס כולן שווין לרעה, עס איז מיר גרינגער זיי נישט צו עסן ווי יא; פאר די קינדער אינדערהיים קויף איך די ביליגסטע, און הגדה איז ביליגער ווי אבערלענדערס בדרך כלל.
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:16 pm#99314
איך וואלט בוחר געווען בעלזא רב.
דעם חזון איש'ס סדר קען איך מיך פארשטעלן אין דמיון. דריי ריזיגע מצות, א טעפל מרור, וכו', אזוי ווי ס'שטייט אין די א.ג. "טרוקענע" שלחן ערוך.
דער סאטמאר'ס רב סדר איז דאך באשריבן מיט גוזמאות כדרכם בקודש, און אז מ'רעכנט אראפ האלב, קוקט דאס אויס בערך ווי די סדר פון מיין זיידע, וואס האט עלענד אליינס ("אן חסידים") אויפגעבויט א אידישע שטוב על טהרת היושר והצדק.
ווידער דעם בעלזא רב'ס סדר, לויט ווי זיי לייגען דאס אראפ, גלייב איך פשוט נישט. ע"כ וואלט איך זיך דאס אליינס געוואלט איבערצייגען.
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:20 pm#99318
חזון איש ,איך וויל זען א מלאך אן מאכען די אלע פאני קונצען פון וויינען קוועטשען היסען שאקלען קלאצען מיט די אויגען ,איך מיין סאיז די מערסטע אריגענעל
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:22 pm#99319
נאן אף די אבאוו.
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:25 pm#99320
קאווע, אזאנע בייעסד ברילן צו האבן? האסט געגעבן גאר א שוואכע סיבה פאר דיין אויסוואהל, און דיין תגובה קען מען אראפשרייבן פונקט פארקערט אן טוישן עפעס מיינונגפול... אזוי:

קאווע טרינקער וואלט געקענט שרייבן...

איך וואלט בוחר געווען סאטמאר רב.
דעם חזון איש'ס סדר קען איך מיך פארשטעלן אין דמיון. דריי ריזיגע מצות, א טעפל מרור, וכו', אזוי ווי ס'שטייט אין די א.ג. "טרוקענע" שלחן ערוך.
דער בעלזע רב'ס סדר איז דאך באשריבן מיט גוזמאות כדרכם בקודש, און אז מ'רעכנט אראפ האלב, קוקט דאס אויס בערך ווי די סדר פון מיין זיידע, וואס האט עלענד אליינס ("אן חסידים") אויפגעבויט א אידישע שטוב על טהרת היושר והצדק.
ווידער דעם סאטמאר'ן רב'ס סדר, לויט ווי זיי לייגען דאס אראפ, גלייב איך פשוט נישט. ע"כ וואלט איך זיך דאס אליינס געוואלט איבערצייגען.


נאר וואס דען? האסט אביסעלע קעגן סאטמאר איז אלעס וואס מ'שרייבט איף אים איבערגעטריבן... משא"כ אויף בעלזא איז עס טאקע "אומגלויבליך" און מ'מוז עס אליינס "איבערצייגן"... אבער ביז דו צייגסטיך עס אליינס איבער וועסטע "גלויבן"... און ס'זיכער נישט איבערגעטריבן!

א שרעק דער שנאה מקלקלת....!!
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:28 pm#99322
זר'ל, איך האב נישט אזויפיל מחשבה אריינגעלייגט אין דעם תשובה, ווייל ס'איז א פאנטאזיע.
ווען דו פרעגסט מיך צו וועלכע סדר איך וויל גיין:
א. בערל וויין
ב. יונתן סקס
ג. בנימין פיין
ד. צבי שכטר
ה. מרק שפירא
ו. קופערניקוס

דאן וואלט איך זיך געמוטשעט צו בוחר זיין.
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:28 pm#99323
לעמאן דזשוס האט געשריבן:נאן אף די אבאוו.

וואלסט ענדערש געבליבן אינדערהיים?
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:31 pm#99324
זר, קענסטוך פארשטעלן וואספארא סדר דער לימון לייגט אראפ?.... ס'גיסט זיך טרערן פון הומה, ערגה, כיסופים, געגועים ועוד.
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:32 pm#99326
אוי ביזטעך גערעכט... איך וואלט געוואלט זיין ביי לעמאנ'ס סדר!! סימיר נישט בייגעפאלן.
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:34 pm#99328
און צו שיר השירים וואלטיך אריבערגעגאנגען צו בן תמליון....
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:35 pm#99329
חד גדיא וואלטיך געגאנגען צום ניק חד גדיא.. ס'ווערט גוט דא
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:38 pm#99330
זר זהב האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:נאן אף די אבאוו.

וואלסט ענדערש געבליבן אינדערהיים?


דו נישט? יעדער איינער כמעט וואלט ענדערש געבליבן אינדערהיים. חוץ אויב די שאלה איז ווען מען גייט נאך צום שווער צים סדר...
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:40 pm#99331
יעדער בר דעת וואלט איבערגעלאזט אלעס און געלאפן צו איינע פון די 3 צדיקים
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:40 pm#99332
קוקיס וואלט איך געגעסן אסטערייכערס ווען כ'קען ווען. נאו קידינג.
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:43 pm#99335
זר זהב האט געשריבן:יעדער בר דעת וואלט איבערגעלאזט אלעס און געלאפן צו איינע פון די 3 צדיקים

אינטערסאנט, כ'קען אידן "ברי דעת" וואס האבן געלעבט אין יענע תקופה און זיי זענען נישט אריבערגעלאפן צו קיין איינע פון די דריי.

זייט ווען גייט מען צו א רבי'ס סדר? א משוגעת.
דאס זענען די זעלבע חסידים שוטים וואס גייען צום רבי'ן מיט זייער 3 יעריגען, די רבי זאל אים שעהרן... משוגענער דו. דער רבי איז א בארבער???
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:43 pm#99336
איך פיק ר' יואלישן פשוט ווייל איך וויל איהם פרעגן פנים אל פנים יעצט אין 2013 אז ער זעט ווער עס פירט היינט די מלוכה ער'ט געגרינדעט, צו ער וואלט נישט למפרע נאכן קריג אוועקגעשטעלט אן אנדערן סיסטעם אז למשל מיר וואלטן היינט בעסער געפארן א שטייגער ווי די פייוו טאונס אידן.
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:44 pm#99337
אוי כאפארגעסן צוצולייגן אז מ'קען נישט רעדן צו קיין איינע פון די רביים! יעצט וועהל איבער ביטע
דאנערשטאג מערץ 21, 2013 9:51 pm#99340
בן תמליון האט געשריבן:איך פיק ר' יואלישן פשוט ווייל איך וויל איהם פרעגן פנים אל פנים יעצט אין 2013 אז ער זעט ווער עס פירט היינט די מלוכה ער'ט געגרינדעט, צו ער וואלט נישט למפרע נאכן קריג אוועקגעשטעלט אן אנדערן סיסטעם אז למשל מיר וואלטן היינט בעסער געפארן א שטייגער ווי די פייוו טאונס אידן.

יא, ס'האט מיר א קלוגע איד גע'פרעגט, זאג נאר, די רבי האט דאך געהאט א וויייטע בליק. האט ער נישט געזעהן פון פאראויס אז די דימאנט-שלייפן ביזנעס וועט זיך נישט אנהאלטן לנצח, און ס'וועט קומען א צייט וואס מ'וועט מוזן קענען אביסעלע שפת המדינה...
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 4:48 pm#150055
ר' בערל, איר כאפט נישט איך מיין אייער טובה.
איך וויל מ'זאל מיינען ATUB @סאשי פיש ATUB ביסטו, און אויף סאשי פיש זאל מען מיינען דאס ביסטו.
איך האב פראבירט איינמאל, איר האט אבער געמוזט אהער קומען און זיך צופירן די הענט פאר די גילוי'סטן.
האב איך געפריווט א צווייטן מאל. ר' בערל איך טוה די ארבייט פאר אייך, איך פארלאנג נישט איר זאלט מיטהעלפן. שטערן זאלט איר מיר אבער נישט.
פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:18 pm#150057
יואב האט געשריבן:ר' בערל, איר כאפט נישט איך מיין אייער טובה.
איך וויל מ'זאל מיינען @סאשי פיש ביסטו, און אויף סאשי פיש זאל מען מיינען דאס ביסטו.
איך האב פראבירט איינמאל, איר האט אבער געמוזט אהער קומען און זיך צופירן די הענט פאר די גילוי'סטן.
האב איך געפריווט א צווייטן מאל. ר' בערל איך טוה די ארבייט פאר אייך, איך פארלאנג נישט איר זאלט מיטהעלפן. שטערן זאלט איר מיר אבער נישט.

אנטשולדיגט. יעצט בינעך שוין אינגאנצן "קאנפיוז'ד". איר זענט אויס מגלה צו זיין אדער מכסה צו זיין???!!! :lol: :oops: :roll:
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 11:11 am#152133
ווען איך האב געלערענט די פרשה פון בראשית זענדיג ווי די וועלט פלעגט זיין איגאנצען אנדערש, איינע פון די זאכען וואס האט געכאפט מיין אויג איז געווען אז מען פלעגט לעבען צווישען 800 - 900 יאר!
וויל איך וויסען צו איינער וואלט געוואלט אז מען זאל היינט לעבען אזוי לאנג?
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 12:36 pm#152153
איך וויל, נישט ווייל איך בין אינטערעסירט צו זיין אויף דעם עולם השקר אזוי לאנג, נאר איך וויל זען וואו די וועלט וועט האלטן דעמאלס. סייענס, מיטל מזרח קאנפליקט, חרדיזם ועוד.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 6:59 pm#152322
קענסט אפשר האבן ביידע וועל"ט'ן.
זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 7:15 pm#152326
איך מיין אז דעיע מהלך האט בעסערע אויסזיכטן.
מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:57 am#152435
וואס האט איר געגעסן היינט פאר וועטשערע?
געפילטע קרויט
געפילטע פיש
זיסע מייערן
פארטרוקענטע קיגל
צולאזטע קאטשעניא
מצטמק ורע'יגער טאשאלענט

שלהי דקייטא קשיא מקייטא...
מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 1:45 am#152464
יא יא, כ'בין נאך קיינמאל אזוי פליישיג געווען ווי יעצט...
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 8:47 pm#153124
אין די יעצטיגע טעג ווען ס'גייט נישט פארביי א צוויי מינוט אן דעם וואס איר זאלט נישט א פראסקע טאן, פארשנעקלען, בלאזן, קלאפן, שמייסן, נייגן אלע רמ"ח אברים, און שאקלן אלע שס"ה גידים אין א פארזוך אפצושטויסן כל שרץ העוף ממינים שונים ומשונים, וועלכע דערגייען דעם מענטשהייט צו א אומדערטרעגליכן קלימאקס. וועלעכעס פון די קריכעדיגע געפליאכטס וואלט איר באצייכנט אלס אייער שונא נומער איינס.

דער שרעקעדיגער בין.
דאס נערווען שפאלטנדע פליג ימ"ש.
די ארכי-בלוט זויגער נאצי מאסקיטא שר"י .
דער עקלהאפטיגער קלעבעדיגער 'לעדי באג' פעך צא טמא.
אדער?
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 9:18 pm#153139
זיכער א בין, ער קען דאס מערסטע שעדיגן
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:05 pm#153159
זר זהב האט געשריבן:זיכער א בין, ער קען דאס מערסטע שעדיגן

מאידך גיסה דרייען זיך נישט אזויפיל בינען ווי אנדערע געפליאכצער, מ'קען זיי לייכט הרג'נען משא"כ דער פליג, (מאסקיטא קען מען טאקע אויך), און דריטנס ס'בכלל נישט אזוי שעדליך ווי די איבערגעטריבענע שרעק מ'האט דערצו. ער שטעכט נישט אזוי שנעל, און אפילו ווען ער שטעכט שוין יא.
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:39 pm#153171
מאסקיטא.ער איז מער מצוי, און שטעכט למעשה מער מאל, און זיינע שטעכערייען לאזן נישט קיין מנוחה.
דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:51 pm#153177
גורן האט''ד האט געשריבן:מאסקיטא.ער איז מער מצוי, און שטעכט למעשה מער מאל, און זיינע שטעכערייען לאזן נישט קיין מנוחה.

מאידך גיסה בעת דער מאסקיטא גיבט א שוואכע ציפ, קען מען פונעם בין אריינהייבן אן ערענסטער שטאך. מאסקיטאס קען מען צוקלאפן עטליכע אויף א מאל אין רגעים, בעת דער פליג איז כמעט אוממעגליך צו דעריאגן, און דער לעדי באג איז אן עקל וואס שמייסט זיך אן אין דיר, און האט נאך פליגלן אפצוטראגן בעוד מועד.
מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:05 am#153218
בלי שום ספק דער מאסקיטא, ימח שמם. בעת פון א בין האב איך נאך אין מיין לעבן נישט באקומען א שטאך, נאר אדרבה גאר גענאסן פון איר האניג, זענען די מאסקיטאס דומה לזבוב (...) וואו אימער איך גיי און שטיי באווייזן זיי זיך דעם זויערן פרצוף זייערן, און שטעכן אריין אן רחמנות עד זוב דם. עוורידזש באקום איך יעדן זומער איבער 200 מאסקיטא בייטס. שומו שמים וויפיל פארגאסן אידיש בלוט. לבי לבי על חלליהם.
מיטוואך אקטאבער 02, 2013 12:40 am#153231
זיי קומען צו א גוטן שמעק :-)

די בינען וואס דרייען זיך דא זענען נישט קיין האניג בינען על פי רוב, זיי הייסן יעלאו זשעקעטס דוכט זיך.
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 3:10 pm#154702
וועט דער איד/צייטונג באריכטן הרב עובדיה'ס ז"ל'ס פטירה?
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 3:12 pm#154703
מסתמא יא אבער נישט אויף די פראנט פעיזש
מאנטאג אקטאבער 07, 2013 4:40 pm#154718
די איד'ס העדליין אויפן בעק דעקל וועט זיין "ש"ס פארטיי זוכט נייע פירער נאכן פארלירן זייער גייסטליכע פירער"
בלאט'ס העדליין וועט זיין "כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא נעמט אנטייל אינעם לויה פונעם ספרדישן גייסטליכע פירער"
מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 7:35 pm#165268
טראגט איר א שטריימעל ביים חנוכה ליכט צינדען?
דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 12:40 pm#165357
מוצאי שבת
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:45 am#168319
דעי וואכ'ס פרשה איז מרומז ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום. זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך ?
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 11:51 am#168321
נישט עכט. ס'איז זייער שווער, מיינע ציינער זענען נישט איינמאל ארויסגעפאלן אינמיטן תרגום
מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 12:46 pm#168327
sefish האט געשריבן:נישט עכט. ס'איז זייער שווער, מיינע ציינער זענען נישט איינמאל ארויסגעפאלן אינמיטן תרגום


האסט מקיים געווען:
שינים מקרה = ס'געשעהן א מעשה מיט די ציין.
אחד תר גום = איינס איז געווארן אויסגעריסן פון דיין גאם.