Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי

דאקיומענטרי איבער די עירמאנט קאמיוניטי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 274 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3381
זונטאג אפריל 14, 2013 4:13 pm#104638
איך מיין צו זאגן: אן אריינגיין אין דעם שמועס.
איך האפ אז דו האסט שוין גענוג געליינט מיינע הודעות דא, און דו ווייסט מיין גרויס הערצה צו די תקנות גדולות...
אבער מיט דעם אלעם בין איך ביים מיינוג אז א מוסד (וואס געהערט סוכ"ס צו א יחיד) האט א רעכט צו סקרינען וועם ער וויל וויאזוי ער וויל, ס'זיינס. ער איז א משוגענער? קען זיין. רעכט האט ער אבער.
זונטאג אפריל 14, 2013 4:21 pm#104640
קאווע טרינקער האט געשריבן:אבער מיט דעם אלעם בין איך ביים מיינוג אז א מוסד (וואס געהערט סוכ"ס צו א יחיד) האט א רעכט צו סקרינען וועם ער וויל וויאזוי ער וויל, ס'זיינס. ער איז א משוגענער? קען זיין. רעכט האט ער אבער.


יעצט וועט מען מוזן גיין פרעגן ריכטער קרעמער און זיצן אין דין תורה פאר אכצן יאר איבער א יעדע מוסד און דורכטון אויב עס באלאנגט צו א יחיד אדער צום כלל.

סיריעסלי ספיקינג, די מוסדות פון חסידישע קהלות פארשטייט יעדער איינער אז עס איז דא צו דינען פאר די גאנצע קהלה אפגעזעהן ווי דיק די מאמעס שטרימפ איז.

חוץ מזה, דו האלטסט אז ווען די מוסד איז זיינס האט ער רעכט. און וואס האלט אונזער טאטע אין הימל?, איז ער מסכים מיט דעם?
זונטאג אפריל 14, 2013 4:24 pm#104642
א שמועס נישט פאר יעצט.
שוין צייט איינצוזעהן אז אלעס אלעס געהערט פאר יחידים. נאך אלע דרייענישען.

זייט ווען רעכענט מען זיך מיט די טאטע אין הימל? חדש אסור מן התורה.

העמיר רעדן א צווייט מאל, כ'פאק פעק..
זונטאג אפריל 14, 2013 4:45 pm#104659
הוגה האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אבער מיט דעם אלעם בין איך ביים מיינוג אז א מוסד (וואס געהערט סוכ"ס צו א יחיד) האט א רעכט צו סקרינען וועם ער וויל וויאזוי ער וויל, ס'זיינס. ער איז א משוגענער? קען זיין. רעכט האט ער אבער.


יעצט וועט מען מוזן גיין פרעגן ריכטער קרעמער און זיצן אין דין תורה פאר אכצן יאר איבער א יעדע מוסד און דורכטון אויב עס באלאנגט צו א יחיד אדער צום כלל.

סיריעסלי ספיקינג, די מוסדות פון חסידישע קהלות פארשטייט יעדער איינער אז עס איז דא צו דינען פאר די גאנצע קהלה אפגעזעהן ווי דיק די מאמעס שטרימפ איז.

חוץ מזה, דו האלטסט אז ווען די מוסד איז זיינס האט ער רעכט. און וואס האלט אונזער טאטע אין הימל?, איז ער מסכים מיט דעם?

בדרך כלל אויב פאסט ער זיך נישט צו צו די תקנות המוסדות איז ער אויך נישט אין די קהלה, דאס גייט געקניפט און געבינדן
זונטאג אפריל 14, 2013 5:57 pm#104691
די מוסדות באלאנגט פאר א קהלה, וואס די קהלה באשטייט פון יחידים, וואס די רוב פון די יחידים ווילען יא אז מען זאל קיקען אויף די לבוש פון די עלטערן טו א סערטען דעגרי.
זונטאג אפריל 14, 2013 7:14 pm#104717
הערה צו קאווע טרינקער
די מעשה'לע וואס דו ברענגסט איז זייער הארצרייסנד. ס'איז א "טיער דזשערקער". אבער דאס קען דאך נישט טוישן דעם פאקט אז פון נייטרא ביז לעיקוואוד איז א מהלך פון קרוב צו דריי שעה פארן. און א קליין קינד קען נישט מיטמאכן א נסיעה פון דריי שעה, צוויי מאל א טאג. חוץ אויב לעיקוואוד מאכט אויף א תלמוד תורה אין נייטרא אדער נייטרא מאכט אויף א תלמוד תורה אין לעיקוואוד. מ'קען זיין זיבן דורות א היימישער, געטרייער, אייגענער. און ס'קען זיין קירוב הלב, אבער דעם פאקט פון ריחוק מקום קען מען נישט טוישן. :oops: :roll:
זונטאג אפריל 14, 2013 7:36 pm#104727
איך בין אויך מסכים אז ער האט רעכט ווייל למעשה געהערט עס צו א יחיד. אבער קום נישט בעטן געלט ביי מיר.
זונטאג אפריל 14, 2013 9:30 pm#104768
berlbalaguleh האט געשריבן:די מעשה'לע וואס דו ברענגסט איז זייער הארצרייסנד. ס'איז א "טיער דזשערקער". אבער דאס קען דאך נישט טוישן דעם פאקט אז פון נייטרא ביז לעיקוואוד איז א מהלך פון קרוב צו דריי שעה פארן. און א קליין קינד קען נישט מיטמאכן א נסיעה פון דריי שעה, צוויי מאל א טאג. חוץ אויב לעיקוואוד מאכט אויף א תלמוד תורה אין נייטרא אדער נייטרא מאכט אויף א תלמוד תורה אין לעיקוואוד. מ'קען זיין זיבן דורות א היימישער, געטרייער, אייגענער. און ס'קען זיין קירוב הלב, אבער דעם פאקט פון ריחוק מקום קען מען נישט טוישן. :oops: :roll:

פשששש.... וואו דא תורה, דארט חכמה!
מאנטאג אפריל 15, 2013 8:18 pm#105167
נייגעריגער האט געשריבן:א הערצליכן דאנק מיסטער דאט קאם!!
דו האסט עס אליין אפלוידעט? אויב יא: עצתי נתונה אז זאלסט טוישן דעם ווידיאו טייטל צו עפעס אינגאנצן אנדערש כדי ס'זאל זיין אביסל שווערער פאר די חברה עס צו טרעפן מיט א בלויזע סערטש אויף יו-טוב און קלעימען קאפירייט!
עניוועי: איך האב עס שוין אראפגענומען פאר מיר!


גוט האסט עס אראפגענומען, מיינס איז שוין אראפ, יעצט איז דיין רייע...

עס איז מיר אינטרעסאנט געווען איבערצוקוקן די אנאליטיקס רעפארט, ווי שנעל אזא זאך פארט היינט צו טאג'ס, די ווידעאו איז געווען אנליין נאר 5 טעג און מיט א פרייוועט לינק, דאס הייסט פרעמדע האבן עס נישט געקענט טרעפן, איבער 8100 מענטשן האבן עס געקוקט, 68% איז געווען מאביל וויזיטס, די איבעריגע איז יוטוב.קאם אדער עמבעדעד אין וועבסייט'ס, די לינק איז צוערשט געווען דא אויף קאווע שטיבל און דערנאך צושפרייט אויף טוויטער, פעיסבוק, היידפארק, און אויף נאך בערך 15 וועבסייטס, מענטשן פון 27 מדינות האבן עס געזעהן, עס זענען געווען קוקער'ס פון אזוי ווייט ווי קראאטיע, רוסלאנד, פוילן, טיילאנד, אויסטראליע... לייקס און נישט לייקס צוזאמען בערך 50 און גלייך אויף גלייך, כמאמר הכתוב 2 אידן 3 דעות.
מאנטאג אפריל 15, 2013 10:27 pm#105207
אז ס'איז מין רייע בינעך דא...
איך האב נישט קיין יו-טוב קאנאל, און כ'בין נישט אינטערעסירט צו עפענען!
האב'ך געבעטן א חבר זאל עס לייגן אויף זיין! און דאס איז דער לינק [נאר עקסעסעבעל דורך'ן לינק]:
ביטע צושפרייטן..
m http://www.youtube.com/watch?v=tcywCHEH ... e=youtu.be m
דינסטאג אפריל 16, 2013 10:45 am#105313
דיין חבר האט עס שוין אראפגענומען
דינסטאג אפריל 16, 2013 1:40 pm#105426
ש'כח פארן מעורר זיין דערוועגן!
איך האב איהם געפרעגט דערוועגן, האט ער געזאגט ס'איז געווען א טעות און ער האט עס שוין צוריק ארויפגעלייגט!
איך האב געטוישט דעם פריערדיגן לינק צום נייעם!
דינסטאג אפריל 16, 2013 4:50 pm#105523
א חבר מיינע פרעגט מיר נעכטן, וועלכע חלק פון די "שטעטל" קליפ האב איך דאס מערסטע ליב געהאט. איך האב אים געענטפערט אז איך האב דאס מערסטע הנאה געהאט די חלק וואו רעביצן גאלדבערגער תליט"א באקומט א חח ונזם אינעם טבור.

מיין חבר קוקט מיר אן מיט פארוואונדערונג, די בעלי באטן רינג???? ער האט נישט געקענט גלייבן אז איך בין אזוי shallow און נאריש.

די אמת איז אבער אז איך האב גאר שטארקע רעספעקט דייקא פאר אזעלכע מעשים. דאס גיין מיטן מגן דוד כנגד הלב איז קינדערישע נקמה אין סאטמאר (אויסער אויב זי קען מיך איבערזאגן כאטש דריי שטיקלעך פון הערצל, בן גוריון אדער רב קוק). די זעלבע איז מיט גאר אסאך זאכן וואס ווערן – און ווערן נישט – דערמאנט דארט. עס ווערט געטון פשוט אויפצורעגן אנדערע אדער צו געפעלן אנדערע.

דער ספעציפישע אקט איז אבער א שטארקע סימבאליזירנדע אקט. איך בין נישט זיכער אז זי אליינס פארשטייט דאס, אבער אין מיינע אויגן איז עס גאר שטארק געשעצט. שמעו דברי און איך וועל מיך מסביר זיין.

א רינג אינעם טבור איז אויסגעהאלטן על פי תורה לכל הדעות. איך גלייב נישט אז מען קען טרעפן א שום שמץ של איסור דערביי (אויב יא, אדרבא איך בין נייגעריג צו זעהן). פון די אנדערע זייט וועסטו זאגן אז במקומותינו איז דאס נישט איינגעפירט, נו קיינער זעהט דאך עס נישט סייווי, סאו עס איז נישטא ווער זאל קרומען מיט די נאז אדער לאכן.

איינער וואס שמעקט גאר שטארק אן זיך צו לעכערן די בויך (גיי פארשטיי פארוואס) אפגעזעהן פון וואו זי/ער נעמט דער מושג, אבער יענער האלט זיך צוריק פון עס טון נאר צוליב דעם ווייל עס איז "משוגע" "פאני" "מאדנע" "קרעיזי" "גוי"איש" וכדומה איז אין מיינע אויגן א קאויערד. נעם אביסל מוט עס אדורך צו טראכטן אן זעהן אויב עס איז דא א סיבה פארוואס נישט, זיי אייגנארטיג, און טו אמאל עפעס פאר דיר און נישט פאר יענעם!

פרומט, כולנו בעד הטבור רינג!!!! :D :D :D

דיסקלעימער: מיין ווייב און איך פלאנען ביידע נישט דאס נאכצומאכן, אפשר מיט אנדערע זאכן אבער נישט מיט דעם. לעכערן די בויך וועלן מיר לאזן פאר אנדערע.
דינסטאג אפריל 16, 2013 4:55 pm#105524
דברים של טעם. ממש דברים העומדים בטבורו של עולם! הוי, טבורך אגן הסהר!
דינסטאג אפריל 16, 2013 5:00 pm#105526
קען דאס נישט זיין א שאלה פון חציצה?
דינסטאג אפריל 16, 2013 5:03 pm#105529
איך בין זיכער אז די רבני ערמאנט, האבן דירוך געטאן די הלכה, און איך גלייב נישט אז אזא אישה כשרה, וואו פרימט'ל ואלט דאס געטאן אן קיין דעת תורה, פון די חשובע רבנים בתוככי ק''ק ערמאנט יצ''ו!
דינסטאג אפריל 16, 2013 5:04 pm#105530
פיקציע האט געשריבן:קען דאס נישט זיין א שאלה פון חציצה?


קודם כל, איך האב הנאה אז איינער האט אנגענומען מיין טשאלאנדזש ערענסט און זוכט צו טרעפן א מקור לאיסור... :)

למעשה, צו ענטפערן דיין שאלה, עס איז פונקט אזא שאלה פון חציצה ווי אוירינגלעך, און נאזרינגלעך וואס אונזערע הייליגע אמהות האבן געטראגן.
דינסטאג אפריל 16, 2013 5:04 pm#105531
פיקציע האט געשריבן:קען דאס נישט זיין א שאלה פון חציצה?


עס קוקט מיר נישט אויס ווי דאס זענען אירע פראבלעמען
דינסטאג אפריל 16, 2013 6:25 pm#105565
פיקציע האט געשריבן:קען דאס נישט זיין א שאלה פון חציצה?

מ'קען דאס אויסטוהן פונקט ווי א אויערינגעל.
הדד בן בדד האט געשריבן:עס קוקט מיר נישט אויס ווי דאס זענען אירע פראבלעמען

פארוואס נישט, ווייל זי גייט נישט מיט סיעמס?
דינסטאג אפריל 16, 2013 7:37 pm#105600
כ'האב הערשט יעצט געענדיגט קוקן דעם קליפ, און כאב כמעט נישט געליינט דעם אשכול ביז אהער. -- כ'האב געמיינט ס'ערגער ווי ס'האט אויסגעזען צו זיין, דער אינדיג רעד גראדע גאנץ גוט, ער איז וואויל אידישלעך. און די מערסט ראדיקאלע זאך וואס כאב באמערקט פון די איינוואוינער וואס מ'האט דא פילמירט, איז דאס מאכן קידוש און פירן דעם שבת טיש אנעם שטריימל בעקישע, עפעס וואס איך טוה אויך, און איך וואוין נישט אין עירמאנט...
דינסטאג אפריל 16, 2013 7:48 pm#105604
הוגה האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אבער מיט דעם אלעם בין איך ביים מיינוג אז א מוסד (וואס געהערט סוכ"ס צו א יחיד) האט א רעכט צו סקרינען וועם ער וויל וויאזוי ער וויל, ס'זיינס. ער איז א משוגענער? קען זיין. רעכט האט ער אבער.


יעצט וועט מען מוזן גיין פרעגן ריכטער קרעמער און זיצן אין דין תורה פאר אכצן יאר איבער א יעדע מוסד און דורכטון אויב עס באלאנגט צו א יחיד אדער צום כלל.

סיריעסלי ספיקינג, די מוסדות פון חסידישע קהלות פארשטייט יעדער איינער אז עס איז דא צו דינען פאר די גאנצע קהלה אפגעזעהן ווי דיק די מאמעס שטרימפ איז.

חוץ מזה, דו האלטסט אז ווען די מוסד איז זיינס האט ער רעכט. און וואס האלט אונזער טאטע אין הימל?, איז ער מסכים מיט דעם?


We should have a new thing

Every New Kehilah that will be formed, should fill out one little question on the form

Private?0

or

Public?0

If its private they will loose tax exempt status. end of story
דינסטאג אפריל 16, 2013 7:53 pm#105606
פיקציע האט געשריבן:קען דאס נישט זיין א שאלה פון חציצה?


די וואך גע'לערנט מיט מיין זוהן...

כל לנאותו אינו חוצץ
דינסטאג אפריל 16, 2013 7:57 pm#105608
גנדי האט געשריבן:We should have a new thing Every New Kehilah that will be formed, should fill out one little question on the form
Private?0
or
Public?0
If its private they will loose tax exempt status. end of story


אויב מעגליך, ביטע זיי עס מסביר, במשכול ראשון קימסטע אריין זייער נישט קלאר,
דינסטאג אפריל 16, 2013 8:00 pm#105609
זר זהב האט געשריבן:כ'האב הערשט יעצט געענדיגט קוקן דעם קליפ, און כאב כמעט נישט געליינט דעם אשכול ביז אהער. -- כ'האב געמיינט ס'ערגער ווי ס'האט אויסגעזען צו זיין, דער אינדיג רעד גראדע גאנץ גוט, ער איז וואויל אידישלעך. און די מערסט ראדיקאלע זאך וואס כאב באמערקט פון די איינוואוינער וואס מ'האט דא פילמירט, איז דאס מאכן קידוש און פירן דעם שבת טיש אנעם שטריימל בעקישע, עפעס וואס איך טוה אויך, און איך וואוין נישט אין עירמאנט...


דאס ערגסטע איז אפשר, אז די פרוי גייט מיט א שמאלע געפאסטע טיכל, וואס מקען דורכזעהן די צורת הראש און צורת הקוקו...
דינסטאג אפריל 16, 2013 8:07 pm#105610
בדחן האט געשריבן:
גנדי האט געשריבן:We should have a new thing Every New Kehilah that will be formed, should fill out one little question on the form
Private?0
or
Public?0
If its private they will loose tax exempt status. end of story


אויב מעגליך, ביטע זיי עס מסביר, במשכול ראשון קימסטע אריין זייער נישט קלאר,


א יעדע קהילה וואס ווערט פארמירט האט שטאטוטען.

יעדע קאנגרעגעשאן אדער מוסדות וואס ווערט רעגיסטרירט דארף אויספילן פאפירן.

אויף די פאפירן זאל זיין א פשוטע קליינע פראגע:

דאס געהערט פארן ציבור? אדער פארן יחיד?

דאס וועט פארמיידן אלע קאפ ווייענישען פון די לעצטע יארן....



אויב שרייבט מען אז דאס געהער צו דעם יחיד, זאל עס פארלירן די TAX EXEMPT STATUS