Under maintenance
הויפט זייט » הילף: צוטריט צו אייפעד דורך דעסקטאפ

הילף: צוטריט צו אייפעד דורך דעסקטאפ

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #339
מיטוואך אפריל 04, 2012 10:58 pm#4054
הילף: צוטריט צו אייפעד דורך דעסקטאפ
נארמאל איז פארקערט, מ'וויל האבן צוטריט צו די דעסקטאפ דורך די אייפעד - און פאר דעם זענען דא אסאך עפפ'ס.
איך וויל אבער פארקערט - איך וויל האבן צוטריט צו מיין אייפעד דורך מיין דעסקטאפ. איינער האט שוין געהערט פון א זאך? פון א עצה ווי אזוי מ'קען אזא זאך טין?
דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:39 am#4062
Re: הילף: צוטריט צו אייפעד דורך דעסקטאפ
וואס פונקטליך ווילסטו טוהן? אריבערפירן בילדער, מוזיק?
דאנערשטאג אפריל 05, 2012 1:54 am#4065
Re: הילף: צוטריט צו אייפעד דורך דעסקטאפ
צוויבל מיט איי האט געשריבן:וואס פונקטליך ווילסטו טוהן? אריבערפירן בילדער, מוזיק?

א טייל פון מיין דזשאב איז אריינצולייגן געוויסע אינפאו איז די קאמפעני׳ס VPN סיסטעם אויף מיין אייפעד. איך האב צוטריט צו די סיסטעם נאר דורך די אייפעד. אבער איך וואלט געוואלט טון די זעלבע מיט מיין קאמפיוטער ווייל ס׳גרינגער. דערפאר וויל איך וויסן צו ס׳דא אזא זאך אז איך ברעג ארויף די אייפעד אויף מיין דעסקטאפ סקרין, און איך קען טון די ארבייט אויף די אייפעד דורך מיין קאמפיוטער.
דאנערשטאג אפריל 05, 2012 5:52 am#4067
Re: הילף: צוטריט צו אייפעד דורך דעסקטאפ
ראשעקאל האט געשריבן:
צוויבל מיט איי האט געשריבן:וואס פונקטליך ווילסטו טוהן? אריבערפירן בילדער, מוזיק?

א טייל פון מיין דזשאב איז אריינצולייגן געוויסע אינפאו איז די קאמפעני׳ס VPN סיסטעם אויף מיין אייפעד. איך האב צוטריט צו די סיסטעם נאר דורך די אייפעד. אבער איך וואלט געוואלט טון די זעלבע מיט מיין קאמפיוטער ווייל ס׳גרינגער. דערפאר וויל איך וויסן צו ס׳דא אזא זאך אז איך ברעג ארויף די אייפעד אויף מיין דעסקטאפ סקרין, און איך קען טון די ארבייט אויף די אייפעד דורך מיין קאמפיוטער.


דיין בעלעבאס האט מן הסתם א פי סי ווערסיע פון די פראגרעם.
דאנערשטאג אפריל 05, 2012 9:11 am#4077
Re: הילף: צוטריט צו אייפעד דורך דעסקטאפ
עס איז מסתמא נישטא אזא זאך ווי האבן די אייפעד אויפן פי סי, ווייל די הארטנעקיגקייט פון עפל שטעלט זיי אויפן חזקה אז זיי ערלויבן נישט אזא זאך. אבער אז די דזשעילברעיקסט דיין אייפעד וועסטו מסתמא יא קענען.