Under maintenance
הויפט זייט » שבת בלעטל

שבת בלעטל

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
45 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #343
דאנערשטאג אפריל 05, 2012 9:54 pm#4106
שבת בלעטל
דער עולם איז זיכער באקאנט מיט די ארבעט פון געטרייע אידן וואס געבן ארויס די בארימטע גליונות וואס דערלייכט די אויגן פונעם ערליכן חרדישן אידנטום.

צום ערשיינונג פונעם נייעם גליון עפן איך דיזן אשכול אז מען זאל קענען קאמענטירן.
דאנערשטאג אפריל 05, 2012 10:00 pm#4107
דא איז א לינק

m http://shabbosblettel.wordpress.com/2012/04/05/ m שבת-בלעטל-נומער-9/
דאנערשטאג אפריל 05, 2012 10:15 pm#4110
ברוך השם! א האלבע יאר געווארט אויף דעם, די חברה אנטוישן נישט, 18 בלעטער כענעהארע, זעט אויס ווי אינטערעסאנטע ארטיקלען, מ'וועלעמער זיך מוזן איינהאלטען און איבערלאזן די עונג פאר יום טוב.
דאנערשטאג אפריל 05, 2012 10:53 pm#4114
טאקע זייער לאנג געווארט.

מען דארף טוישן די נאמען צו סיזענעל בלעטל. וואס עפעס שבת בלעטל?
פרייטאג אפריל 06, 2012 1:48 am#4128
Eech hub gehert ah vitz ahz ALIM LETREEFU. TREEFU MEINT MEDICINE. Men ken nisht nemen medicine ven men vil. Ahles hut zein tzeit. VD"L
פרייטאג אפריל 06, 2012 1:54 am#4129
וואזוי מישט מען די בלעטער דארט ? איך קען נאר לעזן די ערשטע עמוד. העלפ!
פרייטאג אפריל 06, 2012 5:46 am#4131
דרוק אויף די דאטום april 5 קנעפל, וועסטו אנקומען צו א צווייטע לינק. נאכדעם דרוק אויף די shabbos blettel לינק.
פרייטאג אפריל 06, 2012 7:48 am#4136
דא האט איר א סטרעיט יו אר על m http://shabbosblettel.files.wordpress.c ... tel-93.pdf m
פרייטאג אפריל 06, 2012 8:39 am#4139
נאמבער 6
און נאמבער 7
קען מען נישט דאונלאוידען?


ביטע העלפט
פרייטאג אפריל 06, 2012 9:04 am#4140
אן אויסגעצייכנטער איבערזיכט אויף פעלדמאן׳ס בוך.
פרייטאג אפריל 06, 2012 9:24 am#4141
קרעקער האט געשריבן:נאמבער 6
און נאמבער 7
קען מען נישט דאונלאוידען?


ביטע העלפט
פרייטאג אפריל 06, 2012 12:49 pm#4150
גוטע נייעס, ס'וועט זיין וואס צו ליינען.
פרייטאג אפריל 06, 2012 3:08 pm#4153
ארויסגעפרינט דעם פרישן בלעטל און ווייהל איי וואז עט איט, האב איך אויך ארויסגעפרינט אפאר קאפיעס פונעם היסטארישען אסיפת בעלי בתים למען זיכוי הרבים.

טוהט אויך אזוי און פארשפרייט דעם אסיפה און די רעזאלוציעס אירע, און זאלן זיך מענטשן עפענען די פארהאקטע קעפ און זען וואס די רבנים דארפן מתקן זיין אין זייער אייגענע שרעקליכע עוולות.
זונטאג אפריל 15, 2012 12:19 pm#4627
ייש"כ זיך דערקוויקט מיט יעדען ווארט.
שמואל כץ שרייבט טאקע אויף זיין פיעסבוק פעידזש איבער זיין איבערגעטייטשעטע ארטיקל.
זונטאג אפריל 15, 2012 3:42 pm#4661
די שבת בלעטטל איז זייער אינטרעסאנט אבער אסאך זאכן איז צו אויפגעקלערט. עס איז נישט קיין מצווה צי זיין אזוי אויפגעקלערט
זונטאג אפריל 15, 2012 3:51 pm#4665
עסן עסט'זיך האט געשריבן:די שבת בלעטטל איז זייער אינטרעסאנט אבער אסך זאכן איז צו אויפגעקלערט. עס איז נישט קיין מצווה צי זיין אזוי אויפגעקלערט

טראכטען מיינט אויפגעקלערט?
לאז ארויס די ברכה אתה חונן
זונטאג אפריל 15, 2012 3:51 pm#4666
עסן עסט'זיך האט געשריבן:די שבת בלעטטל איז זייער אינטרעסאנט אבער אסך זאכן איז צו אויפגעקלערט. עס איז נישט קיין מצווה צי זיין אזוי אויפגעקלערט

טראכטען מיינט אויפגעלקלערט?
זונטאג אפריל 15, 2012 4:51 pm#4673
קאווע טרינקער האט געשריבן:ייש"כ זיך דערקוויקט מיט יעדען ווארט.
שמואל כץ שרייבט טאקע אויף זיין פיעסבוק פעידזש איבער זיין איבערגעטייטשעטע ארטיקל.


לינק?
זונטאג אפריל 15, 2012 5:11 pm#4677
קאווע טרינקער האט געשריבן:טראכטען מיינט אויפגעקלערט?
לאז ארויס די ברכה אתה חונן


ס'איז נישט אינגאנצן אזוי. ס'זענען פאראן מענטשן וואס זענען צופרידן מיט'ן לעבן און אונזער לעבנסשטייגער בכלל. רוב מענטשן טראכטן נישט אריין צו טיף אין יעדער זאך - נישט דווקא ווייל זיי קענען נישט, נאר אפטמאל פשוט ווייל זיי ווילן נישט. איך בין נישט אזוי זיכער אז ס'איז א יושר צו אריינשטעלן פאר אזעלכע מענטשן פייגלעך אין קאפ. איך מיין מיט דעם בעיקר דעם ארטיקל "פארשטיין ג-ט דורך לאגיק". ווער עס זוכט די נושא, קען זי גרינג געפינען אויפ'ן אינטערנעט. טראכטן אינדרויסן פון אונזער "באקס" - אפילו קריטיקירן געוויסע אספעקטן פון אונזער לעבנסשטייגער - איז איין זאך; בארירן יסודות אין אמונה, איז שוין א צווייטע מסכת.

חוץ מזה, איז די קירוב ליטעראטור נישט געווידמעט היימישע אידן. אפילו די טענות און תירוצים פון דער קירוב באוועגונג זאלן נישט זיין אינגאנצן אויסגעהאלטן, דארף מען געדענקען אז די קירוב אקטיוויסטן צילן אויף "רחוקים". קירוב קרובים איז א צווייטע סוגיא בכלל. די "רחוקים" אויף וועמען די קירוב באוועגונג צילט זענען אויך לאו דווקא גרויסע טראכטערס, און זייערע קשיות זענען אויך לאו דווקא באזונדערס טיף און גרונטיג. די ענטפערס פון די קירוב'ניקעס איז בדרך כלל אויף דער זעלבער מדריגה ווי די קשיות, מיט וועלכע זיי ספראווען זיך.

"טראכטן" מיינט נישט די זעלבע ווי "פראפאגאנדירן" אדער אפילו "הויך רעדן". נישט יעדע זאך וואס קען מוז למעשה אויסגעשמועסט ווערן ברבים.
זונטאג אפריל 15, 2012 5:27 pm#4680
מ'דארף זיך אויסלערנען צו קענען טאלערירן אויך אנדערע מיינונגען, נישט נאר וויאזוי מ'איז אויפגעוואקסן. נישט אויף אלעס מוז מען זיין איינשטימיג, ס'איז א געוואלדיגע צרות המוחין צו קענען דערהייבן נאר דיינע דיעות.
אויסערדעם וואס קיינער ווערט נישט געצווינגן צו ליינען עפעס וואס ער גלייכט נישט. פרייהייט פון אויסדרוק און צוטריט צו אינפארמאציע אן קיין צענזור איז אן עלעמענטארע רעכט פאר יעדן.
זונטאג אפריל 15, 2012 6:25 pm#4691
קול גדול האט געשריבן:מ'דארף זיך אויסלערנען צו קענען טאלערירן אויך אנדערע מיינונגען, נישט נאר וויאזוי מ'איז אויפגעוואקסן. נישט אויף אלעס מוז מען זיין איינשטימיג, ס'איז א געוואלדיגע צרות המוחין צו קענען דערהייבן נאר דיינע דיעות.
אויסערדעם וואס קיינער ווערט נישט געצווינגן צו ליינען עפעס וואס ער גלייכט נישט. פרייהייט פון אויסדרוק און צוטריט צו אינפארמאציע אן קיין צענזור איז אן עלעמענטארע רעכט פאר יעדן.



אינגאנצן מסכים. און אגב, איך האב שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקל - דעם סגנון, די לאגיק און תוכן. א שיינער מאמר און זייער שיין געשריבן.

קען זיין אז איך האב זיך נישט קלאר געמאכט פריער. איך האב געמיינט ארויסצוברענגען צוויי נקודות. איינס, אז נישט יעדע זאך וואס קען און מעג געשריבן ווערן, דארף למעשה געשריבן ווערן. און נישט צוליב ווייניג טאלעראנץ, נאר פשוט אלס איינזעעניש מיט מענטשן וואס זענען אדאנק זייער חינוך און סביבה נישט אויסגעשטעלט געווארן צו די זאכן, אבער וועלן עס לייענען ווייל ס'איז געשריבן געווארן אויף א היימישן אידיש און טאקע מיט א שיינער שפראך.

מיין צווייטע נקודה איז געווען אז די קירוב באוועגונג צילט נישט דווקא אויף פראפעסארן און אינטעלעקטועלע מענטשן, נאר אויפ'ן דורכשניטליכן מענטש וואס טראכט נישט צו טיף און וועמענס קשיות אויף אמונה זענען אויך נישט באזונדערס טיף. זייערע קשיות זענען בדרך כלל פשוט'ע קאמאן סענס פראגעס, און די ענטפערס פון די קירוב אקטיוויסטן זענען אויף אן ענליכן שטאפל. א היימישער איד מיט קשיות קומט פון אן אנדערן פערספעקטיוו ווי א סעקולערן מענטש; ער האט געווענליך ווייניגער ידיעות אין וויסנשאפט און פילאסאפיע פון איין זייט, אבער טראכט מער גמרא'דיג פון דער צווייטער זייט. די קירוב-רחוקים טענות קענען רוב מאל נישט ביישטיין א בריסקער חילוק געזינגען אויף א גמרא ניגון.
זונטאג אפריל 15, 2012 6:57 pm#4700
פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
קול גדול האט געשריבן:מ'דארף זיך אויסלערנען צו קענען טאלערירן אויך אנדערע מיינונגען, נישט נאר וויאזוי מ'איז אויפגעוואקסן. נישט אויף אלעס מוז מען זיין איינשטימיג, ס'איז א געוואלדיגע צרות המוחין צו קענען דערהייבן נאר דיינע דיעות.
אויסערדעם וואס קיינער ווערט נישט געצווינגן צו ליינען עפעס וואס ער גלייכט נישט. פרייהייט פון אויסדרוק און צוטריט צו אינפארמאציע אן קיין צענזור איז אן עלעמענטארע רעכט פאר יעדן.



אינגאנצן מסכים. און אגב, איך האב שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקל - דעם סגנון, די לאגיק און תוכן. א שיינער מאמר און זייער שיין געשריבן.

קען זיין אז איך האב זיך נישט קלאר געמאכט פריער. איך האב געמיינט ארויסצוברענגען צוויי נקודות. איינס, אז נישט יעדע זאך וואס קען און מעג געשריבן ווערן, דארף למעשה געשריבן ווערן. און נישט צוליב ווייניג טאלעראנץ, נאר פשוט אלס איינזעעניש מיט מענטשן וואס זענען אדאנק זייער חינוך און סביבה נישט אויסגעשטעלט געווארן צו די זאכן, אבער וועלן עס לייענען ווייל ס'איז געשריבן געווארן אויף א היימישן אידיש און טאקע מיט א שיינער שפראך.

איך זע נישט קיין פראבלעם דערמיט. אבער אויסערדעם איז דאך די שבת בלעטל געווידמעט פאר די וואס זייערע אויגן זענען שוין געפענט. די וואס ווילן ווייטער בלייבן באמונה תמימה וועלן לכתחילה נישט ליינען אזא בלעטל, און בכלל זיך נישט דרייען אויפן אינטערנעץ.
מאנטאג אפריל 16, 2012 1:25 am#4768
איך געדענק נישט דאס לעצטע מאל ווען איך האב געליינט זאלכע תוכןדיגע ליין מאטריאל.
טיפע פיליזאפשע געדאנקן קלאר ארויסגברגענגט אויף א למעשהדיגע אויפן,מיט א רייכע שפראך.

חצי עבד האט פארזען א וויכטיגע נוקדה אין שטיקל "אויטאנאמיע פון ריליגיע"
כהאב אמאל גלערענט א שאלה , ווען דער אויבשטער כביוכל באווייזט זיך צו א מענטש אין הייסט עם
טון אן עוולה דארף מען \מעג מען פאלגן?
ס'זאל זיך בעסער הערן די שאלה, וויל דער אויבשטער מען זאל עם פאלגן אין די פאל צו נישט? (בחינה דער רבי זל אמר אויב זאג איך ציונת איז מותר זאל מען נישט פאלגן)
עקידת יצחק איז משמע אברהם האט ניט געטענהט נאר געפאלגט , משאכ סדום האט אברהם יא גטענהט
" חָלִלָה לְּךָ מֵעֲשֹׂת כַּדָּבָר הַזֶּה לְהָמִית צַדִּיק עִם רָשָׁע וְהָיָה כַצַּדִּיק כָּרָשָׁע חָלִלָה לָּךְ הֲשֹׁפֵט כָּל הָאָרֶץ לֹא יַעֲשֶׂה מִשְׁפָּט."
די ארטיקל אויף פעלדמאן זייער גוט.
מאנטאג אפריל 16, 2012 10:46 am#4773
ס'איז מיר פשוט-קאמפלוצירט צו פארשרייבען פאר פשוט קאמפלוצירט גאנצעטע מאמרים דא. אבער בקיצור: א מענטש איז מחיוב צו טראכטען, טאקע טאקע אין אמונה ענינים. זעה ר' אלחנן וואסערמאן אין ערשטע'ן מאמר פון קובץ מאמרים נספח למס' יבמות.
די וואס האבן מורא צו טראכטען, איז דאס פשוט א תוצאה פון שוואכע אמונה.
דהיינו: איך בין אזוי זיכער אז ס'איז דא בורא עולם, און ער האט מגלה געווען רצונו אין די תורה שבידינו על ידי משה (נישט ויואל משה), און ער האט מיר געגעבן שכל צו פארשטיין אלעעעעס וואס איך "דארף" פארשטיין. און אויב כ'וועל זיך אנשטויסען אין א קשיא, איז איינס פון די צוויי. א) כ'וועל זיכען א תירוץ ב) אויב קיין תירוץ, דאן מיינט דאס איך דארף דאס נישט וויסען.
מאנטאג אפריל 16, 2012 1:09 pm#4800
אין איינע פון די שמועסן מיט מיינער א נאנטער ידיד וואס פלעגט מיט עטליכע יארן צוריק זיין אן אפטער שרייבער אין היימישע פורומים, און מיט זיינע גלענצענדע רעיונות און גוטע געדאנקען וואס ער האט גאר רייך ארויסגעברענגט אויפן פאפיר האט ער מיר צוגעצויגן מיט א מאגנעט און איך פלעג זיך באלעקן מיט זיינע מאמרים. אין א פארזוך אים צוריקצוברענגען נאך וואס ער האט זיך צוליב צענזור אוועקגעצויגן, איז אונזער שמועס פארגאנגען איבער דעם מהלך אין קאווע שטיבל, און ער האט ארויסגעברענגט זיינע רעזערוואציעס דערויף.

איינע פון זיינע נקודות איז געווען אז מארק שפירא איז נישט געמאכט פאר יעדן, און נישט יעדער דארף זיינע השקפות אפלערנען. שפעטער האט מען ארויפגעלייגט דעם שבת בלעטל וואס איז שוין א געמיש פון אפלאכן פון א פארדרייטן לעבן און פון פראגעס אויף אמונה.

במשך דעם יום טוב ווען איך בין געגאנגען אין ביהמ"ד און באטראכט דעם ציבור האב איך געטראכט אז לכאורה איז ער טאקע גערעכט, און רוב פונעם עולם איז בעסער אז זיי גייען אן אין טאג טעגליכן לעבן אן וויסן אז ס'דא אנדערע מיינונגען, און עס קען זיי נאר צומישן ווען זיי וועלן הערן פארשידענע אנדערע מושגים.

איך האב געקלערט צו מאכן אן אשכול מיטן קעפל: 'איז גוט אויפצוקלערן דעם עולם?'

אז מען האט עס דא אויפגעברענגט איז עס ווערד אויסצושמועסן. און לאמיר הערן די מיינונג פון דעם עולם דא.
מיטוואך יולי 04, 2012 1:57 pm#21651
קאווע טרינקער האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:דאס ארטיקל "פארוואס איך האב אינטערנעט אן א פילטער" שנייד מיט א עלעקטעראנישע צירקולער זעג אין הארץ אריין.


אביסל איבערגעטריבן, ווארום, ער מערקט נישט אן וואס ער טוט איבערן טאג, וואלט ער שווער געארבעט ווואלט ער זיך געקענט איינהאלטן אפילו באופן וואס זיין ווייב('ס מדריכה) איז שולדיג.
איינער וואס האט א סאך צייט (אזוי ווי ס'משמע צווישען די שורות) וועט קיינמאל נישט זיין צופרידען, ס'האט דאך נישט קיין שיעור ...

די פונקט איז נישט ווי אפט ער באקומט עס פון זיין ווייב, נאר ווי אזוי ס'גייט צו. א מענטש ברויך האבן סיפוק אין לעבן ווי לופט צו אטעמען, אריינגערעכענט [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], אינטימע, און ראמאנטישע סיפוק.
מיטוואך יולי 04, 2012 2:01 pm#21654
איבער דעם נושא איז דא אן אשכול אין דעם באהאלטענעם פארום. ביטע רעדן איבער דעם נאר דארט.
מיטוואך יולי 04, 2012 2:05 pm#21656
קאווע טרינקער האט געשריבן:אביסל איבערגעטריבן, ווארום, ער מערקט נישט אן וואס ער טוט איבערן טאג, וואלט ער שווער געארבעט ווואלט ער זיך געקענט איינהאלטן אפילו באופן וואס זיין ווייב('ס מדריכה) איז שולדיג.
איינער וואס האט א סאך צייט (אזוי ווי ס'משמע צווישען די שורות) וועט קיינמאל נישט זיין צופרידן, ס'האט דאך נישט קיין שיעור ...


אינטערעסאנט אז אין שו"ע איז משמע פארקערט, די וואס ארבעטן שווער איז עונתן בכל יום, משא"כ די תלמידי חכמים וועלכע לערנען, און אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה, ביי זיי איז נאר משבת לשבת.

דעת תורה היפך דעת בע"ב????.....
מיטוואך יולי 04, 2012 2:17 pm#21657
די קומענדיגע הודעה איבער דעם נושא אין די אשכול וועט מוזן געמעקט ווערן. ביטע שרייבן איבער דעם אין די באהאלטענעם פארום. א דאנק.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 8:09 pm#22047
איינער האט נומער 7?
דאנערשטאג יולי 05, 2012 8:21 pm#22049
טאמבל סאס האט געשריבן:פיקטיוו, האב איך געמיינט אז אפ' דער רעדאקטאר אדער קאלעגע שרייבער זאלן נישט וויסן מיין אידענטיטעט

זיי שרייבן אויפן וועבסייט:
"מיר האבן באקומען פילע אנפראגעס איבער דער מעגליכקייט פון פובליצירן ארטיקלען אינעם ״שבת בלעטל״. מיר ווילן דעריבער קלארשטעלן אז איר קענט אנאנים אריינשיקן אייערע ארטיקלען צו אונזער אימעיל אדרעס, און זיי וועלן ערשיינען אין איינער פון די צוקונפטיגע נומערן."
דאנערשטאג יולי 05, 2012 9:43 pm#22062
גלות יוד האט געשריבן:איינער האט נומער 7?

If yes, please send to
e Yedios1@gmail.com e
Thanks.
דאנערשטאג יולי 05, 2012 9:52 pm#22066
סע מיר אינטערעסאנט. נאר איין ארטיקל איז געווען געשמאק און צו דעבאטירן אין די לעצטע בלעטל?
דאנערשטאג יולי 05, 2012 11:51 pm#22077
ידען האט געשריבן:
גלות יוד האט געשריבן:איינער האט נומער 7?

If yes, please send to
Yedios1@gmail.com
Thanks.

און אויכעט לייג עס ארויף דא
מאנטאג יולי 09, 2012 10:46 am#22625
שמעקעדיג האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:אביסל איבערגעטריבן, ווארום, ער מערקט נישט אן וואס ער טוט איבערן טאג, וואלט ער שווער געארבעט ווואלט ער זיך געקענט איינהאלטן אפילו באופן וואס זיין ווייב('ס מדריכה) איז שולדיג.
איינער וואס האט א סאך צייט (אזוי ווי ס'משמע צווישען די שורות) וועט קיינמאל נישט זיין צופרידן, ס'האט דאך נישט קיין שיעור ...


אינטערעסאנט אז אין שו"ע איז משמע פארקערט, די וואס ארבעטן שווער איז עונתן בכל יום, משא"כ די תלמידי חכמים וועלכע לערנען, און אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה, ביי זיי איז נאר משבת לשבת.

דעת תורה היפך דעת בע"ב????.....

די צוויי ענינים האבן קיין שייכות, ווייל לעומת זה שטייט דאך: הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו.
חיוב עונה איז תלוי אינעם תדירות פונעם בעל צו זיין אידערהיים. ס'האט קיין שייכות מיט נסיונות.
זעה איש חמודות פונעם אמת'ן מושיען של ישראל רמח"ד ווייסמאנדעל, פראקטישע הנהגה פאר אינגעלייט נאכן חתונה. בתוך הדברים: ארבעטען שווער...
אוי איז ער גערעכט.
ואגלה עוד טפח. די גאנצע תאוה מן האיש אל האשה איז דאך א תוצאה פון חטא אדם הראשון. און די עצה איז געווען די קללה פון ארבעטן שווער. כי תלוי הא בהא.
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 4:39 pm#44723
קאווע טרינקער האט געשריבן:
ואגלה עוד טפח. די גאנצע תאוה מן האיש אל האשה איז דאך א תוצאה פון חטא אדם הראשון. און די עצה איז געווען די קללה פון ארבעטן שווער. כי תלוי הא בהא.


פונקט פארקערט

די קללה איז געווען פאר די פרוי אז ואל אישך תשוקתך, נישט האיש אל האשה נאר האשה אל בעלה...
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 7:24 pm#44787
פארוואס קומט די שבת בלעטל ארויס נאר איינמאל א יעדע האלבע יאר?
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 7:35 pm#44789
ידען האט געשריבן:פארוואס קומט די שבת בלעטל ארויס נאר איינמאל א יעדע האלבע יאר?


זיי ווארטן פאר ארטיקלעך פונ'ם עולם זעט אויס... שארץ דיר ארויף די ארבעל אפשר 'עסטו זען איינס בקרוב.
זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 7:50 pm#44794
דבילה האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:פארוואס קומט די שבת בלעטל ארויס נאר איינמאל א יעדע האלבע יאר?


זיי ווארטן פאר ארטיקלעך פונ'ם עולם זעט אויס... שארץ דיר ארויף די ארבעל אפשר 'עסטו זען איינס בקרוב.

איך נאר מיך נישט אז אזוי פיל חדשים האבען זיי שוין זעכער גענוג סחורה און מיינע גארבעדזש וועט זיי נישט מאכען ארויסגעבען שנעלער,
מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 9:54 am#44914
ידען האט געשריבן:
דבילה האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:פארוואס קומט די שבת בלעטל ארויס נאר איינמאל א יעדע האלבע יאר?


זיי ווארטן פאר ארטיקלעך פונ'ם עולם זעט אויס... שארץ דיר ארויף די ארבעל אפשר 'עסטו זען איינס בקרוב.

איך נאר מיך נישט אז אזוי פיל חדשים האבען זיי שוין זעכער גענוג סחורה און מיינע גארבעדזש וועט זיי נישט מאכען ארויסגעבען שנעלער,

מאי שני דיין גארביטש פון יענעם'ס גארביטש?
מיטוואך אקטאבער 03, 2012 12:16 am#49198
ווייסט איינער וואס די סיבה מיר האבן נישט זוכה געווען צי א פרישע שבת בלעטעל לכבוד יו''ט?

קטלא'ס יריד וואלט ווען געווען שיין דארט, אלץ עקסטרע רידינג מעטריאל.
דינסטאג פעברואר 19, 2013 8:07 pm#88883
גלות יוד האט געשריבן:און אויכעט לייג עס ארויף דא

shabbosblettel.files.wordpress.com/2011/08/shabbos-blettel-71.pdf
און די וואס ברויכן נומער 6
shabbosblettel.files.wordpress.com/2011/08/shabbos-blettel-6.pdf
מיטוואך פעברואר 20, 2013 1:16 am#88974
רבתי וואס איז געשען מיטן שבת בלעטעל?
פרייטאג אוגוסט 16, 2013 2:28 pm#142452
וואס איז מיט שבת בלעטל?
פארטיג? מער נישט? :x
מאנטאג נאוועמבער 14, 2022 11:53 pm#512007
טאמבל סאס האט געשריבן:וואס איז מיט שבת בלעטל?
פארטיג? מער נישט? :x

קען איינער וואס האט אין זיין באזיס אלטע שבת בלעטער, טון א גענאדע אין אריינסקענען די סחורה פארן ברייטן ציבור צו הנאה האבן...
א דאנק.