Under maintenance
הויפט זייט » באסטאן מאראטאן אויפרייסן

באסטאן מאראטאן אויפרייסן

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3475
מאנטאג אפריל 15, 2013 3:26 pm#105025
באסטאן מאראטאן אויפרייסן
צוויי אויפרייסן זענען פארגעקומען ביי די באסטאן מאראטאן ענד-ליניע. ס'איז נישט קלאר וואס אדער ווער ס'האט דאס פאראורזאכט. פארוואונדערטע ווערן אוועקגעפירט.
מאנטאג אפריל 15, 2013 3:36 pm#105034
האלט מיט לייוו http://abcnews.go.com/Live/
מאנטאג אפריל 15, 2013 3:49 pm#105041
באריכטן אז מען האט געבלאקט אלע סעלפאן סיגנאלן אז מען זאל נישט קענען אויפרייסן מער באמבעס.
מאנטאג אפריל 15, 2013 3:57 pm#105042
a police controlled explosion just happened in Boston, besides the 2 bombs that went off today
מאנטאג אפריל 15, 2013 3:59 pm#105044
15th April 1948
1st Jewish-Arab military battle, arabs defeated
5 murderers, of Egyptian pres Sadat, executed
האט א שייכות? גיי ווייס
מאנטאג אפריל 15, 2013 4:02 pm#105045
פרישע אויפריס
מען האלט שוין בא 12 טויטע
מאנטאג אפריל 15, 2013 4:04 pm#105046
וואו איז דאס? עפעס א סעפעציעלע ארט?
מאנטאג אפריל 15, 2013 4:05 pm#105047
2 dead
מאנטאג אפריל 15, 2013 4:06 pm#105048
האלט שוין ביי 3 טויטע
מאנטאג אפריל 15, 2013 4:11 pm#105049
Motive?
מאנטאג אפריל 15, 2013 4:15 pm#105052
מיין געס? יום העצמאות מדינת ישראל
מאנטאג אפריל 15, 2013 4:21 pm#105055
די באסטאן מאראטאן היי יאר איז געווידעמט און אנדעק פון די נאטיואן שולע שיסעריי.
מאנטאג אפריל 15, 2013 4:47 pm#105060
ביי די באסטאן אויפרייס איז שוין דא 2 טויטע אין 23 פארוואנדעטע, די רויעך ארויף געגאנגען 50 פיס,עס איז דארט געפונען געווארן נאך צוויי אופרייס מאטריאל די פאליציי האט זיי גלייך אומשעדליך געמאכט, פון וואשינגטאן די.סי. קומט אריין די נייעס אז די סיקרעט סירוויס האט פארשפארט די גאס אין פארנט פין די ווייסע הויז פאר פיסגגייער אין די סעקיוריטי דארט איז אויף א הויכע שטאפל, די ווייסע הויז געבט איבער אז אבאמא האט געהייסן זיין אדמענעסטראציע צושטעלן וואספארא הילף עס איז שייך, די ניו יארק פאליס דאפארטמענט האט געלייגט שטארקע סעקיוריטי ביי די לענדמארקס אין מאנהעטן ביז ווען זיי וועלן וויסן וואס דא איז געשען,
מאנטאג אפריל 15, 2013 4:48 pm#105063
Fire at JFK Library in Boston is NOT related to the Boston explosions, as of now...
מאנטאג אפריל 15, 2013 4:51 pm#105065
ווער עס געדענקט איז די מאראטאן דאהי אין ניו יארק געווארן אפגערופן וועגן סענדי על אפו וחמתו פון בלומבערג. ווער ווייסט אויב די פלענער האבן זיך געטוישט פון ניו יארק צו באסטאן אלס א רעזולטאט.
מאנטאג אפריל 15, 2013 5:40 pm#105079
ביי די לייברערי איז נישט געווען קיין באמבע. ס'איז געווען א פייער אין א מעקעניקעל צימער. נישט פארבינדן. די פאליציי שעף אין זיין פרעסע קאנפערענץ האט געהאט רויע אומקלארע אינפארמאציע.
מאנטאג אפריל 15, 2013 5:44 pm#105080
די פרעזידענט ווערט אינפארמירט איבער די אטאקע
בילד
קרעדיט knowledge אייוועלט
מאנטאג אפריל 15, 2013 5:47 pm#105082
Investigators have a suspect — a Saudi Arabian national — in the horrific Boston Marathon bombings, The Post has learned
מאנטאג אפריל 15, 2013 6:03 pm#105092
ער איז אין שפיטאל פאוואונדעט
מאנטאג אפריל 15, 2013 6:17 pm#105101
הערשל קלאר ווערט אויסגעפרעגט דורך די עפ.בי.איי. צו ער האט עפעס געוויסט פארדעים, ווייל ער ווארענט אייביג נישט צו זיין לעבן די מערעטאן'ס
מאנטאג אפריל 15, 2013 7:02 pm#105120
די חב"ד שליח איז ברוך השם נישט געשעדיגט געווארן
מאנטאג אפריל 15, 2013 7:52 pm#105141
וואס קלערסטו - ווער האט דאס אנגעווערטשאפט? אל-קאידעניקעס? ווייסע עקטרעמיסטן? פשוט'ע צולאזטע אראבער? די סי. איי. עי.? אבאמא אליינס? אבאמא ליב-האבער? אבאמא פיינט-האבער?

וואס האלטן די קאווע טרינקער?
מאנטאג אפריל 15, 2013 7:58 pm#105143
למעשה איז די אויפרייס ביי JFK יא געווען פארבינדן און דערווייל מיין איך האט מען נישט קיין סוספעקט
מאנטאג אפריל 15, 2013 8:00 pm#105144
לייוו
מאנטאג אפריל 15, 2013 8:26 pm#105151
Horrifying audio of emergency dispatch right after explosion in boston m http://t.co/JxNCH4xZf9 m
דאנערשטאג מאי 09, 2013 6:20 pm#113561
מען גיבט נישט ארויס ווי וואס ווען, אבער די פאליציי אין באסטאן האבן געמאלדן, אז איינער האט זיך ענדליך מרחם געווען, און גענומען די פגר פונעם רוצח עס צו באגראבן.

דאס קומט נאך א שטיק צייט וואס די טויטע קערפער איז געלעגן אין א לאקאלע טשאפעל, אין די צייט וואס קרובי משפחה האבן געזוכט א בית הקברות וואס זאל מסכים זיין איהם צו באגראבן אין זייער שטח, אבער די בקשות זענען צוריקגעשליידערט געווארן איינס ביי איינס. קיינער האט זיך נישט געזוכט די כבוד אז דער מערדער זאל ליגן אין זיינע ד' אמות.

די מאמע פון רוסלאנד האט אין א אינטערוויו געזאגט זי ווייסט נישט וואס סגייט פאר. איין מינוט זאגט מען ער איז באגראבן, א צווייטע מינוט הער זי אז נישט...

ווארשיינליך ברויך זי דאס וויכטיג וויסן, כדי מזאל זיך שוין קענען זעצן שבעה, און אנהייבן שרייבן א פאסיגע נוסח מצבה...
זונטאג מאי 12, 2013 9:00 pm#114449
פאלגנד איז דער מקום וואו מ'האט פאריגע וואך באגראבן דעם פגר פון טאמערלאן צארנאעוו.
בילד

עס איז נארוואס אנגעקומען אין עלעקטראנישן פאסט-קעסטל דער "המבשר" פון מארגן, און עס ווערט געמאלדן ווי פאלגנד:
פרייטאג מאי 17, 2013 4:01 am#115200
פרישע באריכט איבער די מאטיוו פון די טעראריסטן...

דער צווייטער, לעבן געבליבענער, טעראריסט, וועלכע האט זיך אויסבאהאלטן אין א שיפל, האט - לויט א היינטיגע באריכט - אנגעפירקעלט א מעסעדזש אויף די וואנט פונעם שיפל, ווי ער שרייבט אז די אטאקע איז געקומען אלס "פעיבעק" פאר די אמעריקאנע מלחמות אין מוסלמענישע לענדער ווי איראק און אפגאניסטאן.

"אן אטאקע אויף 'איין' מוסלים, איז א אטאקע אויף אלע" האט ער געשריבן. צווישן אנדערע שרייבט ער אויך, אז ער וועט זיך נישט בענקן נאך זיין עלטערע ברודער - וועלכע איז יענע נאכט גע'הרג'עט געווארן אין א פייער אויסטויש מיט די פאליציי - ווייל בקרוב וועט ער זיין צוזאמען מיט איהם (למעשה איז איהם געווען באשערט צו איבערלעבן און ארעסטירט ווערן)
פרייטאג מאי 17, 2013 4:30 am#115201
אין א צווייטע באריכט איז ערשינען פרישע, און גאנץ שטוינענדע, פאקטן איבער וואס עס האט זיך אפגעשפילט יענע אומפארגעסליכע נאכט אין וואטערטאון, ווי די צוויי טעראריסטן האבן זיך געראנגלט מיט די פאליציי, נוצענדיג גאנס און אנדערע וואפן.

לויט א פרישע אינוועסטיגעישן, וואס איז אונטערגענומען געווארן צו דערגיין גענוי וואס סהאט זיך דארט אפגעטוהן, שטעלט זיך ארויס די פאלגענדע...

- צווישן ביידע ברודער צוזאמען האט זיך געפינען נאר איין גאן, ביי די עלטערע ברודער וואס איז געשטארבן. אין צוגאב צו די גאן האבן זיי אויך געהאט אנדערע אייגן-געמאכטע עקספלאסיווס.

- די פאליציי האט אויסגעשאסן 300 רונדען קוילן יענע נאכט - א פיל גרעסערע נומער ווי פריערדיגע באריכטן - אין א אפשניט פון א צירקע פינף-צען מינוט.

- די טראנסיט פאליסמאן וועלכע איז געשאסן און שווער פארוואונדעט געווארן אויפן סצענע, איז גאר געשאסן געווארן פון פריינטליכע פייער. קוילן וואס די פאליצייי האבן געשאסן רעכטס און לינקס, האבן איהם אנגעטראפן און כמעט געהרג'עט.

- אין איין פאל האט די פאליציי באשאסן א אומשולדיגע ליידיגע SUV, מיינענדיג אז עס באלאנגט פאר די טעראריסטן
מיטוואך יולי 10, 2013 4:16 pm#132274
דער לעבן פארבליבענער מערדער האט היינט געפליעט 'נאט גילטי' אויף אלע 30 קלאגעס!
דינסטאג אוגוסט 06, 2013 11:24 pm#139174
חזקיהו המלך
ATUB @חזקיהו המלך ATUB

Boston - Boston Marathon bombing suspects Tamerlan and Dzhokhar Tsarnaev befriended a brain-damaged anti-U.S. government conspiracy theorist through their
mother’s health care aide job years before the deadly attack, a lawyer said Tuesday.
Advertisement:

Attorney Jason Rosenberg, who represents the family of Donald Larking, said Larking shared publications with the brothers and discussed theories including that the Sept. 11, 2001, terror attacks and the Newtown, Conn., elementary school shooting didn’t happen or the U.S. government was behind them
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 12:03 am#139193
ATUB @ישמעאל הכהן ATUB

אין די גלייבסטעס נאך, ס'הוילע נארישקייטען, די גאנצע באסטען באמינגס איז אינטער געשטעלט, ס'דא אויף דעם פיהלצאליגע באווייזען,

אין ניין ס'איז לאו דוקא "די גאווערמענט", ס'איז אינטערעסען וואס האבען היבש קאנטראל איבער די גאווערמענט, אין זיי ניצען די גאווערמענט פאר זייערע אינטערעסען, אין ווער ס'גייט נישט אין שפאן ווערט עלימינירט, ווי למשל קענעדי,

ניין עלעווען איז פשוט אז ס'געווען אינטערגעשטעלט פין זיי, ווען ס'האלט אנדרעש איז פשוט לא בא לכלל דעת, אדער האט ער קיינמאל נישט איבערגעקוקט די דעטאלען וואס שרייען פין זיך אז די גאנצע אפיציעלע סטארי איז א באבע מעשה,

אין די זעלבע ביי סענדי האק, וואס דארט איז געווען די אמת האב איך נישט ציפיהל אדורעך געטוהן, אבער לויט איז סטאטיסטיקס קען מען נישט גיין צי ראנג מיטען זאגען אז ס'געווארען אינטערגעשטעלט כדי עס צי ניצען פאר א פראפעגאנדע קעגען גאנס, אזוי צי אזוי איז דארט אויך דא היבש קשיות, זיכער האט עס פאסירט זיכער זענען קינדער געהארגעט געווארען, די שאלה איז נאר ווער האט עס געטוהן,

אזאלכע זאכען זענען אלטע טריקס צי סטעדזשען טעראר אטאקעס פאר געוויסע אינטערעסען, היטלער האט עס אסאך געניצט, למשל די רייכסטאג פייער אין קלאמפישע אטאקעס פין פוילען ביי די גרעניץ פין דייטשלאנד פאר די נאצישע אטאקע אויף פוילען, אין אזוי ווייטער,

בקיצור, ס'איז אלעס אלטע טריקט מיט א נייע טוויסט, אין די קינדערלעך גלייבען אלעס ווי די שעפסעלעך, האלאו וועקט אייך אויך, מען פיטערט אייך בערג מיט שקרים, ס'קען ברענגען א ערענסטע שולשול,

הצלחה
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 12:09 am#139194
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol:
:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
פרייטאג מאי 15, 2015 3:33 pm#275494
ברעיקינג: די דזשורי האט צוגעטיילט טויטשטראף פארן אינגערע באסטאן מאראטאן טעראריסט דזשאָכאַר צאַרנאַעוו.
פרייטאג מאי 15, 2015 4:21 pm#275507
wow, א היסטארישע מאמענט!

זעהט אויס די דזשורי איז געווערן צוריסן פון די שרעקליכע עוועדענס, און האט נישט רעפלעקטירט די איבער 60 פראצענט באסטאן איינוואוינער, וואס זענען געווען אנקעגן טויט שטראף פאר'ן מערדער.
פרייטאג מאי 15, 2015 4:36 pm#275509
מען זאגט אז זיי האבן אים געגעבן טויטשטראף ווייל ער האט נישט ארויסגעוויזן קיין שום חרטה דורכאויס דעם גאנצן פראצעס.
פרייטאג מאי 15, 2015 4:46 pm#275511
לאקאלע קאוורעזש נאך סערנייעו'ס טויט אורטייל
m http://boston.cbslocal.com/show/cbs-boston-live-video/ m

א שטוינדע מסודר'דיגע קאלעקציע פון אלע עדות און עווידענס אינעם קעיס. זשורנאליזם גאונות.
m http://www.bostonglobe.com/metro/2015/0 ... story.html m
פרייטאג מאי 15, 2015 5:00 pm#275514
Re: באסטאן מאראטאן אויפרייסן
ישראל קאפקע האט געשריבן:מען זאגט אז זיי האבן אים געגעבן טויטשטראף ווייל ער האט נישט ארויסגעוויזן קיין שום חרטה דורכאויס דעם גאנצן פראצעס.

uploadfromtaptalk1431723639514.jpg
uploadfromtaptalk1431723639514.jpg (56.5 KiB) געזען געווארן 653 מאל
מיטוואך יוני 24, 2015 2:33 pm#284886
היינט אין געריכט, האט דער ריכטער פאר׳משפט דעם אנגעקלאגטער מערדער צו טויט שטראף. דער אנגעקלאגטער האט 10 טאג צו אפעלירן.