בנוגע אז א פרוי טאר זיך ע"פ תורה נישט שיין מאכן,
לפי עניות דעתי קען מען עס צוטיילן אויף צוויי נקידות
א') עס איז דא תאוות, מידות רעות, חסרונות און נסיונת וואס אדם לעמל יולד און מען דארף זיך אויסארבעטן, אויב איינער האט א חסרון און דער צווייטע האט עס נישט, איז דאס א מידה רע וואס די רבוש"ע האט "איהם" עס געגעבן זיך אויסצוארבעטן, און אויסצורייסן.
אבער א תאווה וואס "אלע" מענטשן האבן ווי למשל עסן, טרונקן, שלאפן, אא"וו, וויל נישט דער בש"פ אז מען זאל אויסרייסן, (אפילו אין חסידישע ספרים רעדט מען נאר פון עס אויסארבעטן, נישט עס אויסצורייסן).
עס איז דא נאך א חלק הבריאה, וואס איז פאראן ביי "אלע" פרויען, אז זיי זיכן זיך צו שיין מאכן און אויסזעהן גוט.
אויב זיך מאכן שיין איז א שלעכטע מידה וואלטן א חלק פרויען עס יא געדארפט האבן, און א חלק נישט, אזוי ווי אלע מידות רעות, ווי כעס, גאווה, וכ'ו.
ווען אלע מחנכים/מחנכות א.ד.ג. זענען עס עוקר מן השורש, זענען זיי אפשר גאר די אפוקרסים, נעמענדיג א חלק מן הטבע און רייסן עס אויס כאילו ח"ו ג-ט ווייסט נישט וואס ער טוט, אלעס אויפן נאמען פון "צניעות".
איידער איך שרייב דער צווייטע נקודה וועל איך מיטטיילן אן עפיזאד וואס האט פאסירט נעכטן, א קרובה מיינע איז געפארן מיט א היימישע קאר סערוויס, און דערציילט אז דער דרייווער האט נישט אראפ גענומען די אויגן פון איר....
דאס דערמאנט מיר מיינע זיסע קינדער'שע יארן, ווי יעדער שחור פלעגט קוקן אויף מיר, זעהנדיג שוין זיין געווער, און ווי אזוי ער זאגט שוין פאר זיינע חברים אז מען גייט מאכן א לינטש מיט מיר.
דו איינרעדעניש און אנדערע שטותים קומען ווייל אזוי האט מען אינז געבראטן און געקאכט אז טונקעלע זענען רוצחים, קיד נעפערס, גנבים, און אינטערוועלטניקער.
אז מען זאגט פאר פרויען אז ענק טארן נישט ארויסברענגן ענקער שיינקייט ווייל מיט דעם כאפט מען מענער'ס אויגן "און קוקן אויף ענק", עביוזט מען זיי סיי פיזיש (ווייל זיי אליין ווילן אויסזעהן גוט, ווייל ג-ט האט עס אריין געלייגט אין זיי) און גייסטיש (אז זיי זעהן שוין ווי יעדער וויל טוהן, און וויל זיי האבן).
אויב וויל מען אז די מענער זאלן זיך אויסארבעטן, וואס פייניגט מען די פרויען, ארבעט מיטן זכר!,
עס איז דומה צו א מענטש וואס ווערט נערוועז פון מענטשן, און אנשטשט טראגן דעם מענטש צו א פסיכעלאג, לאזט מען קיינעם נישט וואקן איז זיינע מאתיים אמות...