מיטוואך אפריל 17, 2013 12:19 pm#105852
ווי חשוב איז חרדישקייט פאר אייך?
רוב דוברי אידיש איבער די וועלט זענען חרדישע אידן און שפירן אז דאס איז די ריכטיגע וועג ווי אזוי צו דינען דעם רבוש"ע. כו"ע מודה אז מאדערענע אידן זענען אויך פרום, קיינער האט נישט קיין פראבלעם מצרף צו זיין צו מנין מאדערן ארטאדאקסישע אידן. אבער די וואס גלייבן אין חרדישקייט האלטן אז דאס איז דער אמת'ער ריכטיגער וועג ווי אזוי צו זיין א איד, און נאר אזוי קען מען ריכטיג נתקרב ווערן צום אייבערשטן.
מיין שאלה איז צו די מענטשן וואס זיי האלטן באמת אזוי, זייער לעבן ווערט געפירט מיט די מחשבה אז חרדישקייט איז דער אמת'ער וועג. עס וועט זיי עסן דאס געזונט אויב זייער קינד ווערט מאדערן, אפילו אויב ער בלייבט פרום. ווי חשוב איז חרדישקייט באמת פאר אייך?
וואס וועט זיין אויב עס קומט ארויף א ערענסטע פראגע איבער די קידושין פון אייערע עלטערן, און אלע רבנים מוטשענען זיך צו טרעפן א דרך היתר, אבער אלע חרדי'שע רבנים פסק'ענען בדעה אחת אז עס איז נישט דא קיין אופן היתר און איר זענט א ממזר ל"ע! און דאס מיינט אז אייערע קינדער און אייניקלעך זענען אלע ממזרים.
אבער, מאדערענע ארטאדאקסישע רבנים טוען אויך דורך די שאלה און זיי זאגן אז מ'קען יא טרעפן א היתר אז איר זאלט זיין א כשר'ער מענטש כדת משה וישראל.
וואלט איר אין אזא פאל געזאגט: איך האב בוחר געווען אין א חרדישער אידישקייט, און ממילא קען איך נישט מקבל זיין קיין היתרים פון מאדערנע, און יא, איך מיט מיינע קינדער זענען ממזרים.
אדער וואלט איר געזאגט: אמת איך האב אייביג געלעבט ווי א חרדישער איד, אבער אז איך האב א וועג ווייטער צו לעבן ווי א איד, און מיינע קינדער וועלן לעבן ווי אידן, און נישט זיין פאררעכענט ווי ממזרים, דאן וועל איך יא אננעמען דעם היתר פון די מאדערענע רבנים.
וואס וואלט איר געטוהן?