ארויפגעברענגט לכבוד חוה"מ.
מ'האט נישט דערמאנט דא unstructured games, וועלכע קענען זיין מער נוצליך און באלערנד ווי געווענליכע שפילן.
לדוגמא, ביי אונז איז דא א שפיל גערופן "פרעג מיר אפ". איינער רוקט ארויס א פאלשע סטעיטמענט, און דער צווייטער דארף אים פרובירן אפצופרעגן נוצנדיג לאגישע טענות. פארשטייט זיך אז דער ערשטער לאזט זיך נישט, און קומט אויף מיט פלפולים און הכא במאי עסקינןס צו בלייבן גערעכט. דאס קען זיך ענדיגן גאר קאמיש.
איך האב זיך אמאל אנגערופן צו מיין 3 יעריגס, "יאסעלע, איך זאג אז דו ביסט א פויגל. פרעג מיר אפ."
- "אבער טאטי, א פייגל קען נישט רעדן, און איך רעד יא!"
- "מוז זיין אז דו ביסט א פאפאגיי."
- "א וואס?"
- "ס'דא א מין פויגל וואס קען נאכזאגן ווערטער וואס ער הערט, ס'הייסט א פאפאגיי."
- "פארדעם זאגט מען דו רעדסט ווי א פאפאגיי?"
- "יא, ס'מיינט איינער וואס זאגט סתם נאך און טראכט נישט וואס ער רעדט. בקיצור, ביסט א פאפאגיי. פרעג מיר אפ."
- "אבער איך האב נישט די זאך ביי די מויל!"
- "מיינסט א שנאבל. קוקט אויס אז דו האסט ערגעץ אריינגעקראכט ביים פליען און דיין שנאבל איז נעבעך אראפגעפאלן."
- "אבער איך האב נישט קיין פעדערן!"
- "אוי וויי! איינער האט דיר עס אויסגעפליקט."
און אזוי ווייטער.
מערק ווי ער האט זיך אויסגעלערנט ווערטער, מושגים, טראכטן מיט לאגיק און זיך ארויסברענגען צום פונקט. און פארשטייט זיך אויך הנאה געהאט.
ווען די קינדער ווערן מער ראפינירט קען מען קומען מיט מער סאפיסטיקירטע טענות, וואו דער צד הסותר איז מער סובטיל. דאס לערנט זיי אויך אז מ'דארף זיך נישט דערשרעקן פון הויכקלינגערישע פראזן און שטיין-שפאלטנדע הגדרות, ווייל עס קען זיין שטויות במיץ עגבניות. אדער קען מען זיי לאזן זיין דער וועמען מ'דארף אפפרעגן, איבנדיג זייער שעפערישקייט אויפצוקומען מיט אויסטערלישע היכי-תמצאס וואו זיי זענען נישט אפגעפרעגט.
א צווייטע שפיל איז "טרעף די שקר". איינער פארציילט 3 זאכן וואס זענען געשען צו אים היינט, און דער צווייטער דארף טרעפן וועלכע פון די 3 איז אויפגעטראכט. דא קומט מער אריין קאמאן סענס. ("אויף צו פארלירן זיין אויערן-שיצער האט ער געדארפט ארויסגיין דערמיט אויפן גאס, אבער אין אזא וועטער ווי היינט לאזט מען עס געווענליך אינדערהיים. נישט מסתבר"). א ידיעה אין body language קען אויך בייהילפיג זיין.
בענין (וואס מ'האט געשמועסט דא אויבן) צו דער טאטע זאל שפילן שוואכער כדי דאס קינד זאל האבן א שאנס צו געווינען, ביידע זייטן האבן חסרונות. אויב שפילט מען אלעמאל מיטן פולן שטארקייט וועט דאס קינד ווערן פרוסטרירט (עכ"פ אנהייב), און אויב לאזט מען איר אלעמאל געווינען וועט זי זיך נישט אויסלערנען צו זיין א good sport, וועט זיך איינרעדן אז זי קען גאר גוט ווען באמת איז זי שוואך (און כאפן א מיאוסן שאק שפעטער), און - אויב איז זי קלוג - קען זי גאנץ גרינג כאפן דעם אמת און זיך שפירן נאריש.
איך האב אויסגעלערנט מיינע קינדער אז איך קען שפילן אויף צוויי וועגן. טאטע מאוד, וואו איך פרוביר צו געווינען, און חבר מאוד, וואו איך פרוביר צו שפילן אויפן קינד'ס שטאפל. זיי קענען מיר זאגן מתחילה אויף וועלכע וועג איך זאל שפילן, אדער אפילו טוישן אינמיטן. איך האב זיי געזאגט אז חבר מאוד מיינט נישט בהכרח אז איך גיי נישט געווינען, נאך א קורצע צייט האב איך זיך געדארפט זאגן אז טאטע מאוד מיינט נישט בהכרח אז איך גיי געווינען...
ווען כ'האב אויסגעלערנט שאך פאר מיין טאכטער האב איך גענוצט אן אנדערע סטראטעגיע: כ'האב געשפילט מיטן פולן שטארקייט ("טאטע מאוד"), אבער כ'האב איר געלאזט טוישן קאליר מיט מיר ווען אימער זי האט געוואלט, (חוץ ווען איך האב א mate in 2 וכדומה), אזוי האט זי זיך אינאיינוועגס אויסגעלערנט וויאזוי צו ראטעווען פארלוירענע פאזיציעס. שפעטער האט זי שוין נאר באקומען א באגרעניצטע צאל פון טויש-רעכטן, האט זי געדארפט אויפפאסן נישט צו פארפאטשקען די שאנסן ווילאנג ס'איז נישט קריטיש.