Under maintenance
הויפט זייט » אזוי ווי עס גוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך, אדער פארקערט?

אזוי ווי עס גוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך, אדער פארקערט?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3531
זונטאג אפריל 21, 2013 1:22 pm#107158
אזוי ווי עס גוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך, אדער פארקערט?
עס איז דא דער באקאנטע שפריכווארט "ווען א איד טוט זיך אויס זיין שטריימל אין קראקא שמד'ט זיך א איד אין בערלין". פאר די וואס ווייסן נישט מיינט עס, אז אויב א איד מאדערניזירט זיך אביסל האט עס א ריפל עפעקט צו זיינע קרובים, חברים און שכנים און פון דארט גייט עס ווייטער און ווייטער ביז עס דערגרייכט די וואקעלדיגע איד און ער איז זיך מורה היתר צו זיך שמד'ן רח"ל.

דער ווארט האב איך געהערט אלץ קינד פון מיין טאטע ווען איך האב געוואלט קויפן מאדערנע גלעזער, פון מיין רבי אין חדר ווען ער האט מיך געזעהן שפילן באל, פון מיין רב ווען ער האט גערעדט איבער שייטלעך און נאך.

עטליכע זאכן באדערט מיך איבער דעם שפריכווארט.

לכאורה ווערט עס גענוצט צו דערשרעקן דעם אינגל/בחור/אינגערמאן, אז כאטש אפילו ער מיינט אז ער איז נאר משנה א קלייניגקייט ווי ברילן, שייטל אדער שטריימל, וואס מען קען דערויף נישט געפונען קיין בפירוש'ער איסור דאך זאלן זיינער רמ"ח איברים זיך ווארפן וויסנדיג אז זיין פעולה האט אזעלכע ווייט גרייכענדע קאנסיקווענצן אזש אז א איד וועט זיך שמד'ן לכבוד דעם.

איז עס אמת רעאליסטיש גערעדט? אויב איך טו אויס מיין שטריימל שמד'ט זיך א איד אטאמאטיש?

וואס וואלט שלעכט געווען צו זאגן אז ווען א איד אין קראקא טוט זיך אויס זיין שטריימל טוט זיך נאך א איד אין קראקא אויס זיין שטריימל?

עס איז דא נאך א באקאנטע שפריכווארט. "אזוי ווי עס גוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך. דאס מיינט אז די גויאישע/מאדערנע קולטור קלעטערט און כאפט זיך שטייטליך אריין ביי די אידן און האט אן השפעה אויף זיי. דאס איז עפעס וואס מען קען זעהן בחוש אז עס האט אן עפעקט סיי אויפן כלל און סיי אויפן פרט. (לאו דוקא אז עס איז א פראבלעם, ס'איז אבער א פאקט.)

זענען די צוויי כללים א סתירה? לכאורה יא. ווייל די ערשטע כלל זאגט אז די ירידה הייבט זיך אן אין קראקא און ענדיגט זיך אין בערלין. די צווייטע כלל זאגט אז די ירידה הייבט זיך אן אין בערלין און ענדיגט זיך אין קראקא. נו, וועלכער איז די אמת? אויסער אויב דו וועסט מאכן א פשט'ל אז עס איז א גלגל החוזר, דאן קומען מיר צוריק צום באקאנטע טשיקען - איי חקירה.

בכלל, בין איך בכלל מחוייב צו לעבן א גאנץ לעבן מיט א חשבן וואס דער איד אין בערלין וועט טון? דאס הייסט אז די סקווירא איד מוז אלעמאל טראגן שטיוול אפילו אויב ער איז קראנק אויף די פוס, די סאטמארער טאר נישט פארן אויף זיין טאטענ'ס לוי' אויב די איינציגסטע טיקעט איז אוועיליביל אויף אל על, און די ליטוואק מוז שטארבן פאר הונגער ווי איידער עסן ישן אלץ כדי די איד אין בערלין זאל זיך נישט שמד'ן?

נאך א חקירה וואס איך האב אלץ געהאט איבער דער נושא. ווען א גוי איז זיך מגייר אין בערלין טוט זיך א איד אן א שטריימל אין קראקא?


ן
זונטאג אפריל 21, 2013 2:03 pm#107198
דאס איז גאהר גוט, ארויס געברעגט זיס ווי צוקער.

יעדער זאך האט זיך א מראי מקום, יעדע חסיד טרעפט איינס צו פארענפערן זיין רבי'ס מנהגים הליכות והלכות.

וה"ה לענין דידן, יעדע נוצט דעם שפריכווארט דארט ווי ער וויל, אין בשעת מעשה לייגט ער דעם צווייטן שפריכווארט אין זיין אונטערשטע טאש.
זונטאג אפריל 21, 2013 2:08 pm#107202
פיינער שריפט מר. הוגה

נניח אז א יחיד האט נישט א עפעקט,אבער דאס פארשטייט איר יא אז א גרעסערע קבוצה מענטשן טיען א זאך לרע או לטוב האט עס א עפעקט אויף אנדערע? דאס הייסט אויב די ליטוואקס הסרים למשמעו פון הגריא״ל וועלן נאך לאזן און עפעס וועט עס האבן א עפעקט אויף די מזרחיסטן אדער ש״ס אנהעגער?
זונטאג אפריל 21, 2013 2:37 pm#107224
די צוויי שפריכווערטער האבן א שטיקל שייכת ווייל די ווערטעל פינעם שטריימאל אין קראקע נעמט זיך טאקע פין דער גויאשע גאס (אדער פארקערט)

געט א קוק

Butterfly effect

זע אויך
Systems_theory

משמי דמלמד ולא קיבל משמי ד'וויקיפידיע וקיבל


@בדחן איז דער סאטמערער אימיאנענט אדער גייט די השפעה ביידע וועגן?
זונטאג אפריל 21, 2013 3:14 pm#107248
עפעס באותו פרק ובאותו זמן וואס דער בוהוש רבי האט אויפגעהערט נעמען געלט פון דער מדינה, און א ווארף געטוהן זיין נעק-טיי, איז געוועהן א ריפל עפעקט וואס איהר'ס גלייכען איז שוין לאנג נישט געוועהן. דערמאן מיר ביטע וויפיל גרים איז צוגעקומען צום אידישן פאלק?
אה! פארקערט יענער בעל תשובה גאר האט געמאכט דער בוהוש רבי זאל אויפהערן זאגן הלל יום העצמות...
זונטאג אפריל 21, 2013 3:26 pm#107257
דולה, גוט געזאגט, ביידע מאל. איך האב שוין בייגעוואוינט דאס ארויסשלעפן פון בוזעם טאש מערערע מאל.

בדחן, אויב גאנץ סקווער טוט זיך אויס די שטיוול וועט גאנץ פייוו טאונס טוען וואס?

הקטן, די לינקס וואס דו ברענגסט זענען עוסק בנוגע ענוויראמענטיל, פיזיש און מאטאמאטישע עפעקטן, איך זעה נישט די גזירה שוה צו רעליגיעזע עפעקטן.
זונטאג אפריל 21, 2013 4:14 pm#107288
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די ווארט - ביז מען האט ערפינדען WEB CAMS

"ווען אן אינגערמאן אין וויליאמסבורג סווייפט זיין קארטל, שמד'ט זיך א מיידל אין קאליפארניא..."
זונטאג אפריל 21, 2013 4:47 pm#107314
הוגה האט געשריבן:און די ליטוואק מוז שטארבן פאר הונגער ווי איידער עסן ישן אלץ כדי די איד אין בערלין זאל זיך נישט שמד'ן?

חדש, כצ"ל.
זונטאג אפריל 21, 2013 5:31 pm#107331
הוגה האט געשריבן:הקטן, די לינקס וואס דו ברענגסט זענען עוסק בנוגע ענוויראמענטיל, פיזיש און מאטאמאטישע עפעקטן, איך זעה נישט די גזירה שוה צו רעליגיעזע עפעקטן.


דאס איז א concept וואס איז שייך אויף א יעדע system. די אויבען דערמאנטע זענען פשוט משלים
א google search אויף "butterfly effect religion" האט מיך געפירט צי if the Pope who is “God on Earth” gives up, what is left for the rest of the mortals?
זונטאג אפריל 21, 2013 6:26 pm#107349
ר' שמחה, עס איז געשריבן געווארן סארקאסטיש, אבער שכח פאר די הערה.

טייערע הקטן, עס איז צו טיף פאר מיין קליינע מח, אפשר קענט איר צונעמען אביסל די נושא און אנצייגן וויאזוי עס טייטש זיך אויס למעשה אין אונזערע נושא דא לגבי די קראקא'ווער שטריימל.

תודה למפרע.
זונטאג אפריל 21, 2013 7:13 pm#107360
אינטערעסאנט צענדליגער מאמר חז״לן אייסערט מען זיך דא אז זיי זענען נישט געווען בקיאין זיי האבן געמיינט צו דערשרעקן אבער אויף א מאמר ה...כווייסנישטווער לערנט מען פשוט כפשוטו אש שחורה על אש לבנה אן קיין פשט׳לעך.
בד״וו פארוואס מוזן ביידע מאמרים שעפן די כוחות פונעם זעלבן קוואל אז ס׳זאל זיך שאפן א פאראדאקסישער גלגל החוזר אפשר איז דא צוויי כוחות איינס וואס מאכט קאלט און פאריז דורך אונז , א צווייט׳ס וואס מאכט אונז קאלט דורך זיי......... אויו וויי יעצט געכאפט כהאנישט באמערקט אז כבין נישט אריינגעסיינט מיט מיין בדחן ניק ואתכם הסליחה....
זונטאג אפריל 21, 2013 7:28 pm#107367
ווען א ציוני עסט א באנדעל (טשאלענט) שטארבט א חסידישע יוד?
אדער נאר ווען א יוד עסט דעמאלטס שטארבט א ציוני?
זונטאג אפריל 21, 2013 8:58 pm#107416
הקטן האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן: if the Pope who is “God on Earth” gives up, what is left for the rest of the mortals?


די ווארט קומט אויך פון אונז: "אם בארזים נפלה שלהבת, מה יענו איזובי קיר".

דאס איז נאך א זאך וואס די גוים האבן באקומען פון די אידן...
זונטאג אפריל 21, 2013 10:07 pm#107448
ברעט מענינג האט געשריבן:ווען א ציוני עסט א באנדעל (טשאלענט) שטארבט א חסידישע יוד?
אדער נאר ווען א יוד עסט דעמאלטס שטארבט א ציוני?


א קאלטע באנדעל...
זונטאג אפריל 21, 2013 10:09 pm#107449
אן אלטע ווארט:

די אלע וואס זענען געווארען מאלעסטעט ביים גלח זענען געווארן גרים...
מאנטאג אפריל 22, 2013 2:36 pm#107651
דרך אגב דו מקור פין די ווארט איז געבויעט פין די 'כוזרי' אז
ישראל לב העמים, אין ווען די הארץ ווערט קאליא ווערן אלע אנדערע חלקים פינעם גוף שוואך.
ממילא אזוי ווי עס יודלעט זיך אזוי קריסטעלט זיך.
אזוי האב איך געהערט פין רב גופטער זי'ע בשם רב יעקב קאמינענצקי זי'ע.
אין עס איז פארקערט ווי די וועלט זאגט אז, אזוי ווי עס גוישט זיך אזוי אידעלט זיך,
נאר פארקערט
מאנטאג אפריל 22, 2013 2:38 pm#107652
דער "ווי אזוי עס גוי'אישט זיך אזוי אידיש'ט זיך" האט א מקור פון דעם רמב"ם אז א מענטש ווערט נשפע פון זיין סביבה,
און מען זעהט דאס בחוש, אין יעדע לאנד ווערן די אידן פארכאפט (למחצה ולשליש ולרביע) לויט די קולטור פון יענעם פאלק. (אין אמעריקע איז עס לוקסוס און תאוות עוה"ז)
זונטאג מאי 12, 2019 12:25 am#430180
אזוי ווי עס גוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך, אדער פארקערט?
וויאזוי איך פארשטיי איז דאס וואס הקטן האט געוואלט ארויסברענגען, איז אז די שפריכווארט ״אזויווי עס גוי׳אישט זיך, אזוי אידישט זיך״ איז א ראציאנאליסטישע מציאות׳דיגע sociological פענאמענאן, דהיינו אז מ׳ווערט נשפע פונ׳ם ארומיגע סביבה (וכדציין שמעקעדיג לדברי הרמב״ם). משא״כ דאס שפריכווארט ״ווען א איד טוט זיך אויס זיין שטריימל אין קראקא שמד'ט זיך א איד אין בערלין״ איז א סארט מיסטישע כח (וכעין מה דציין תלמיד חכם לדברי הכוזרי), ולאו דוקא ראציאנאליסטיש (ולפי״ז פארענטפערט עס אפשר הוגה׳ס איסתפקתא, אז עס ׳עט גיין פארקערט אויך). דאס פארענטפערט אויך פארוואס די צווייטע שפריכווארט איז נאר כולל אידן אליין און נישט די אוה״ע אזויווי די ערשטע; א כעין מיסטישע כל ישראל ערבים וכו׳.

(איך פארשטיי אז מיט דעם אלעם בלייבט עס נאך אלס א שטיקל סתירה.)


Sent from my iPhone using Tapatalk
זונטאג מאי 12, 2019 7:49 am#430195
גנדי האט געשריבן:אן אלטע ווארט:

די אלע וואס זענען געווארען מאלעסטעט ביים גלח זענען געווארן גרים...

ס'קען נישט זיין אזוי אלט, ווייל נחום רב"ג איז געווען ווער ס'האט אויסגעטראפן די מאלעסטעשען משומדים.
זונטאג מאי 12, 2019 7:15 pm#430254
Re: אזוי ווי עס גוי'אישט זיך אזוי אידישט זיך, אדער פארקערט?
מ׳שלעפט ארויס די סטעטימענטס ווען מ׳האט נישט קיין עכטע תירוץ. דער סקווערער איז גארנישט עובר ווען ער טוט אויס די שטיוועל, און בלית ברירה מוז מען ברענגן די ׳בעלזער פוצט די צענער, שמד׳ט זיך דער באנקיר׳ לאזונג. טאמער מיין קינדער ווילען עסן חדש, וועל איך נישט מער ווי ווייזען די פסוק חומש פאר זיי. דאס דארף נישט קיין בעק דור חשבונות.

אין דער ליטא גייט די ווערטל ׳ווען דער פרוש אין איישישאק פארמאכט די גמרא אפאר מינוט פאר מנחה, שמד׳ט זיך דער באנקיר׳. דאס איז א מעטאפיזישע גלויבונג, און דאס איז די תירוץ פארוואס מ׳טוט נישט קיין קירוב. מיט׳ן לערנן אין איישישאק האט מען מקרב געווען באנקירען. און טאמער זיי בלייבען נישט פרום, דארף מען לערנען מער און בעסער. אלס מעטא פיזיש

Sent from my LG-K373 using Tapatalk