Under maintenance
הויפט זייט » ווי אזוי האט געהייסן די רעבעצין פון דער אמרי חיים מוויזניץ?

ווי אזוי האט געהייסן די רעבעצין פון דער אמרי חיים מוויזניץ?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3582
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:23 pm#108823
ווי אזוי האט געהייסן די רעבעצין פון דער אמרי חיים מוויזניץ?
ביי די קינדער פון די אמרי חיים, וויזניצע רבי רבי משהלע פון בני ברק זצ"ל און וויזניצע רבי רבי מאטעלע פון מאנסי שליט"א, איז געוועהן א מחלוקת ווי אזוי זייער מאמע האט געהייסן, מרגליא אדער מרגליות. פאר רבי משהלע האט מען מתפלל געוועהן פאר משה יהושע בן מרגלית און פאר רבי מאטעלע זאגט מען מרדכי בן מרגליא (אדער פארקערט)
ווי אזוי האט זי טאקע געהייסען, און וואס זענען די ראיות פון די צוויי צדדים??
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:27 pm#108825
דער וויזניץ מאנסי רבי שמעקט נישט אז זיין מאמע האט א העברעאיש קליגנענדע נאמען, דאס אלעס.
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:29 pm#108826
קופערניקוס האט געשריבן:דער וויזניץ מאנסי רבי שמעקט נישט אז זיין מאמע האט א העברעאיש קליגנענדע נאמען, דאס אלעס.


און לכבוד דעם וועט ער לאזן אידן מתפלל זיין אין די וועלט אריין אומאדרעסירט?
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:31 pm#108828
דער בני ברק'ער לעבט דאך שוין נישט, איז אנצונעמען אז דער מאנסיער האט די ריכטיגע נאמען. ניין?
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 9:32 pm#108830
קופערניקוס האט געשריבן:דער וויזניץ מאנסי רבי שמעקט נישט אז זיין מאמע האט א העברעאיש קליגנענדע נאמען, דאס אלעס.

וואס קלינגט עבריתיש? מרגליא אדער מרגלית?
איז נישט דא קיין כתיבה?
ווי אזוי האט מען איר געריפען ווען זי האט געלעבט?
דאנערשטאג אפריל 25, 2013 11:15 pm#108855
מרגלית קלינגט עברית'יש ווען מעליינט עס מארגאלית, כמיין אז אין די כתובה שטייט מרגלי', אין ביים לעבן האט מען איר געריפן מרגלית.
פרייטאג אפריל 26, 2013 1:36 am#108906
זונטאג אפריל 28, 2013 6:41 pm#109515
אין וויז'ניץ זאגט מען זאגט א ווערטעל אז די צוויי וויזניצא רבי'ס רבי משה'לע ז"ל און רבי מאטעלע שליט"א זענען ווייט פון ברודער געווען,
איינ'מס מאמע הייסט מרגלית, און דער צווייטע מרגליא(-ה).
רבי משה'לס טאטע האט געהייסן רבי ח"מ,
רבי מאטעל'ס רבי ח"ם ( געוואנדן לויט זייער חתימה).
איינער איז\געווען ויז'ניץ,
דער מאנסי'ער איז וויזשניץ, אדער וויזניץ-מאנסי.

דער מחלוקה איז א לאנג פארצויגנעם מיט צדדי קודש לכאן ולכאן, און דעם קומט בעיקר אריין אפאר הויפט כללים, ווי אזוי און וואס איז געשטאנען אין די ערשטע כתובה פארן מלחמה, און אין דער צווייטע נאכן אנקומען קיין א"י,
ווי אזוי זי פלעגט זיך רופען, אינטער'חתמ'נן,
(ווי אזוי די אמרי חיים האט איר גערופען-אויב ער האט איר אמאל גערופען ביים נאמען-וואס דאס אליין דארף א שמוס, פאר זיך), ווי אזוי מען רופט אלע מרגלי' אין דער ראחמסטריווקא משפחה (רעבצין מרגלי' איז ווי באקאנט געווען א טאכטער פון רבי זאב מראחמסטריווקא זי"ע)
אבער אזוי ווי איך זעה האט שוין ר'שמחה מיטן link אלעס דערציילט
מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 3:07 pm#226227
קופערניקוס האט געשריבן:דער וויזניץ מאנסי רבי שמעקט נישט אז זיין מאמע האט א העברעאיש קליגנענדע נאמען, דאס אלעס.

קופערניקוס: ייש"כ. ברוך שכיוונתי. עיין מה שכתבתי באשכול אחר בענין זה... :? 8-) :roll: :lol: :roll: :lol: :P :oops: ;) :o