מוצ"ש אפריל 27, 2013 11:15 pm#109141
500,000 חסידים פארפלייצן קרית יואל הבירה צו גיגאנטישער הדלקה
500,000 סאטמארער חסידים פארפלייצן קרית יואל הבירה צום גיגאנטישן מעמד הדלקה
א פלייץ פון הונדערטער טויזנטער אלופי אלפי ישראל, פילן אן די מינוטן דעם מעטראפאלין פון ערליכע אידן איבער דער וועלט, די הייליגע שטאט קרית יואל הבירה זי"ע, אין אנבליק צו דעם גיגאנטישן מעמד רבתי עם פון דער מעכטיגער הדלקה פון רבבות אלפי ישראל כפליים כיוצאי מצרים לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי זיעועכי"א.
דער כיכר פארנט פונעם ביהמ"ד הגדול איז אפגעשפארט געווארן אויף מיילן ארום כדי צו קענען אקאמאדירן די הונדערטער טויזנטער אידן פון אלע עקן פון דער וועלט, וועלכע זאמלען זיך איין תחת קורת רקיע אחד צו קוקן אויף די גיגאנטישע פלאמען פון דער מעכטיגער הדלקה, אין שפיץ פון אבינו רועינו הוד כ"ק מרן אדמו"ר עט"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א.
דער גרויסער און הייליגער מנהיג פון דער גיגאנטישער עדה קדושה, דער סאטמארער רבי שליט"א, פירט שוין אן מיט די מעכטיגע הדלקות בכל שנה ושנה פאר כמה וכמה שנים כולן שוין לטובה, און דאס האט ער מקבל געווען פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע צו וועמענ'ס הדלקות תלמידים וחסידים דרוקן זיך אויס מיט נאסטאלגיע געדענקנדיג בהלו נרו על ראשינו.
נאך בחיים חייתו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע ווען עס איז פארגעקומען די גרויסע הדלקה פארנט פון נעפ מענשאן אין וויליאמסבורג געדענקען די עלטערע חסידים ווי דער רבי האט אמאל געגעבן דעם פאקל פאר רבינו שליט"א וועלכער איז דאן נאך געווען א בחור מיט א גלאטן פנים, און האט געזאגט, "נעם [כ"ק אדמו"ר הגה"ק] אהרן [שליט"א], דו דארפסט דאך זיך אויסלערנען צו צינדן לכבוד התנא אלוקי!"
היינט, ווען עס קומען זיך צוזאם אזויפיל הונדערטער טויזנטער אידן ביי דער ממשיך דרך זעט מען די ווייטע און שארפע אויגן פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, וועלכער האט נאך דעמאלט מסמיך געווען דעם סאטמארער רבי'ן שליט"א אריינצוגיסן פאר סאטמארער חסידים די בכל אתר ואתר קדושתו וחממותו פון דעם תנא האלוקי, מיט שלהבת העולה מעליה אין שטאט מנרו אותיות מרון.
תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי.