Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » ענגלישער "המודיע" ווערט פולקאמער נייעס-וועבסייט

ענגלישער "המודיע" ווערט פולקאמער נייעס-וועבסייט

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3608
מאנטאג אפריל 29, 2013 12:16 pm#109772
ענגלישער "המודיע" ווערט פולקאמער נייעס-וועבסייט
אין א צייכן אז דער איינפלוס פון דעם אינטערנעט איז אומאפלייקנבאר, און אז מ'מוז זיך צושטעלן צו די פאקטן פון לעבן, האט די רעדאקציע פון דער חרדישער ענגלישער "המודיע" צייטונג לעצטנס איבערגעארבעט איר וועבסייט, ווי א געהעריגער פּארטעל פון נייעס און ארטיקלען.

דער וועבסייט פון "המודיע", hamodia.com, עקזיסטירט שוין איבער דרייצן יאר, אבער אין די ערשטע יארן איז עס גענוצט געווארן בלויז ווי אן ארט וואס האט געמאלדן דעם אימעיל אדרעס פון דער רעדאקציע, און האט קלארגעשטעלט די צייטונג'ס חרדי'שע שטעלונג אז "מיר וועלן נישט פובליצירן אן אינטערנעט אויסגאבע פון דער צייטונג."

hamodia.com אין יאר 2004:
Ha2004.JPG
Ha2004.JPG (37.87 KiB) געזען געווארן 2564 מאל


מיט דער צייט איז צוגעקומען גראפיק צו דעם וועבסייט, עס זענען צוגעלייגט געווארן אדרעסן, און מער אינפארמאציע איבער דער צייטונג. אבער "המודיע" האט נאך שטאלץ דערקלערט "We will not be publishing an internet Edition of the paper."

hamodia.com אין יאר 2007:
Ha2007.JPG
Ha2007.JPG (155.47 KiB) געזען געווארן 2564 מאל


אין יאר 2009 איז דער "המודיע" וועבסייט געווארן "לעבעדיג". די רעדאקציע האט אנגעהויבן ארויפלייגן ציטאטן פון ארטיקלען, און האט אנגעפאנגען טוישן דעם אינהאלט פון דעם וועבסייט יעדע וואך. עס איז נאך נישט געווען קיין געהעריגער נייעס-וועבסייט, נאר האט געהאלטן די לייענער אינפארמירט איבער נייעס און ארטיקלען וועלכע מען קען געפינען אין דער געדרוקטער צייטונג.

hamodia.com אין יאר 2010:
Ha2010.JPG
Ha2010.JPG (162.03 KiB) געזען געווארן 2564 מאל


סוף פון יאר 2010 האט "המודיע" געמאלדן אז די גאנצע צייטונג, אויסגעשטעלט פונקט ווי אין דער געדרוקטער צייטונג, וועט יעדן טאג קענען געלייענט ווערן אויף זייער וועבסייט.
בילד

טעכנאלאגיע בלייבט נישט שטיין, און די צייטונג וואס האט זיך לאנגע יארן געגרויסט אז "מיר וועלן נישט פובליצירן אן אינטערנעט אויסגאבע פון דער צייטונג," האט אין אפריל 2013 גענצליך איבערגעמאכט איר וועבסייט, עס איז געווארן א פולקאמער נייעס-פארטעל וואס ווערט כסדר איבערגעפרישט, מיט אן ענליכן אויסשטעל ווי די גרויסע נייעס-וועבסייטס, א שטייגער ווי דעם "ניו יארק טיימס".

hamodia.com אין אפריל 2013:
Ha2013.JPG
Ha2013.JPG (139.07 KiB) געזען געווארן 2564 מאל
מאנטאג אפריל 29, 2013 12:20 pm#109774
נאכאמאל, מ'קען דארט ליינען אלע חומר פונעם געדרוקטן צייטונג? אויב יא, האבן זיי נישט מורא פון א מעגליכע צורקולאציע רעדוקציע
מאנטאג אפריל 29, 2013 12:21 pm#109775
שקצים! שטעלט'ס ענק פאר אייוועלט ווערט א קאווע שטיבל. היו לא תהיה.
בקיצור, יעצט דארף מען נאר ווארטן זיי זאלן אראפגיין פון די געשעפט פאליצעס. מ'וועט עס ארויספרינטן אויף שבת און אויסלייגן אויף די טישן.
מאנטאג אפריל 29, 2013 12:30 pm#109781
נישט צו גלייבען!! :o :o :o
איך בין נייגעריג וואס א רב וואלט געזאגט ווען ער זעהט די דאקימענטעישען.... ווי מ'זעהט בחוש די דירעקשען ווי מ'פארט , אבער מ'פירט נאך אזא בלינדע מערכה קעגן די אינטערנעט אין די וועלט אריין.....
מאנטאג אפריל 29, 2013 1:22 pm#109809
ייש"כ יאנקל פארן אינטערעסאנטן באריכט. די מיליאן דאלערדיגע פראגע: וועלן זיי ערלויבן קאמענטארן? דערווייל איז נישטא, און כ'גלייב אז זיי ווילן דאס נישט, ווי ס'משמע פונעם "בריוון" ( m http://hamodia.com/letters/ m ) אפטיילונג - ווייל אז עס איז דא קאמענטס, ווער דארף המודיע זאל פובליצירן בריוון? אבער די אנליין געים האט זיך אירע אייגענע רולס, און אויב שפילט מען נישט מיט די רולס קען מען פארלירן די געים. כ'גלייב אז ביז אפאר יאר וועט המודיע מוזן צושטעלן די קאמענטארן אפציע.
מאנטאג אפריל 29, 2013 1:29 pm#109812
כ'מיין אז דער ניו יארק פאוסט האט אויפגעהערט מיט ליינער קאממענטס
מאנטאג אפריל 29, 2013 1:57 pm#109825
ראשעקאל האט געשריבן:נישט צו גלייבען!! :o :o :o
איך בין נייגעריג וואס א רב וואלט געזאגט ווען ער זעהט די דאקימענטעישען.... ווי מ'זעהט בחוש די דירעקשען ווי מ'פארט , אבער מ'פירט נאך אזא בלינדע מערכה קעגן די אינטערנעט אין די וועלט אריין.....

איך פארשטיי נישט דיין פראבלעם? מ'וועט צולייגן דעם המודיע צום ליסטע פון די גע'אסר'טע אויסגאבעס, און פטור פונעם פראבלעם! ווייסטו נאך נישט אז וואו תורה דארט חכמה?
דינסטאג אפריל 30, 2013 12:49 am#110071
ווי באקאנט איז די המודיע אין אמעריקא געגרינדעט געווארן [דאכצעך ע"פ הוראת האדמו"ר מגור שליט"א] מיט'ן ציל מונע זיין דעם עולם פון ליינען גוי'שע צייטונגען, אפילו די וואס האבן זיך באנוצט מיט די גוישע צייטונגען בלויז פאר ביזנעס, מיטצוהאלטן די סטאקס וכדומה.
ס'איז קיין שום ספק אז זיי האבן גאר גאר אסאך אויפגעטוהן אין דעם הינזיכט.

זעהט אויס אז די צייטן האבן זיך געביטן, אין מיט'ן זעלבן ציל פון עת לעשות לד', שפירן זיי פאר וויכטיג צו אקטיוויזירן א פראפעסיאנאלע נייעס וועב-זייטל, וועלכע וועט האפענטליך גענוג זעטיגן די וואס זוכן נייעס אויף די גוי'שע מידיא סייטס.

שתשרה שכינה במעשי ידיהם!
דינסטאג אפריל 30, 2013 12:53 am#110073
יידל האט געשריבן:ייש"כ יאנקל פארן אינטערעסאנטן באריכט. די מיליאן דאלערדיגע פראגע: וועלן זיי ערלויבן קאמענטארן? דערווייל איז נישטא, און כ'גלייב אז זיי ווילן דאס נישט, ווי ס'משמע פונעם "בריוון" (http://hamodia.com/letters/) אפטיילונג - ווייל אז עס איז דא קאמענטס, ווער דארף המודיע זאל פובליצירן בריוון? אבער די אנליין געים האט זיך אירע אייגענע רולס, און אויב שפילט מען נישט מיט די רולס קען מען פארלירן די געים. כ'גלייב אז ביז אפאר יאר וועט המודיע מוזן צושטעלן די קאמענטארן אפציע.


וואטס דהע ביג דיל! פארוואס זאלן זיי נישט ערלויבן קאממענטס? ס'עט זיין אזוי ארנטליך ווי די געדריקטע בריוו זענען יעצט... און דערנאך 'עלען זיי די צייגן, קוק נאר אן, אפילו די קאמענטארן אונזערע זענען מסכים...
דינסטאג אפריל 30, 2013 1:08 am#110086
שלשלת האט געשריבן:ווי באקאנט איז די המודיע אין אמעריקא געגרינדעט געווארן [דאכצעך ע"פ הוראת האדמו"ר מגור שליט"א] מיט'ן ציל מונע זיין דעם עולם פון ליינען גוי'שע צייטונגען, אפילו די וואס האבן זיך באנוצט מיט די גוישע צייטונגען בלויז פאר ביזנעס, מיטצוהאלטן די סטאקס וכדומה.
ס'איז קיין שום ספק אז זיי האבן גאר גאר אסאך אויפגעטוהן אין דעם הינזיכט.

זעהט אויס אז די צייטן האבן זיך געביטן, אין מיט'ן זעלבן ציל פון עת לעשות לד', שפירן זיי פאר וויכטיג צו אקטיוויזירן א פראפעסיאנאלע נייעס וועב-זייטל, וועלכע וועט האפענטליך גענוג זעטיגן די וואס זוכן נייעס אויף די גוי'שע מידיא סייטס.

שתשרה שכינה במעשי ידיהם!

עס איז נאר אינטערעסאנט ווי דער "עת לעשות" וואס האט אמאל דיקטירט אז מ'זאל קאטאגאריש דערקלערן אז עס ווער נישט זיין קיין "המודיע" אויף דעם אינטערנעט, אנערקענט דעם געטוישטן רעאליטעט לגבי חרדישע אידן אויף דעם אינטערנעט. קען איינער דאס אפשר דערציילן פאר די גדולי הרבנים אין שטוב פון האדמו"ר מסקולען שליט"א?
דינסטאג אפריל 30, 2013 2:16 am#110114
יאנקל האט געשריבן:עס איז נאר אינטערעסאנט ווי דער "עת לעשות" וואס האט אמאל דיקטירט אז מ'זאל קאטאגאריש דערקלערן אז עס ווער נישט זיין קיין "המודיע" אויף דעם אינטערנעט, אנערקענט דעם געטוישטן רעאליטעט לגבי חרדישע אידן אויף דעם אינטערנעט. קען איינער דאס אפשר דערציילן פאר די גדולי הרבנים אין שטוב פון האדמו"ר מסקולען שליט"א?

איז די אסיפת הרבנים נישט מיט'ן זעלבן, אדער שטארק ענליכן ציל, אז היות גאר אסאך אידן מוזן אין פאקט האבן אינטערנעט, דעריבער זוכט מען עצות, ווי פילטערס וכדומה...?

בנוגע אז המודיע פלעגט שרייבן אז סוועט נישט זיין קיין המודיע אויף די אינטערנעט, וואס איז די גרויסע וואונדער? פאר דרייצן יאר צוריק ווען המודיע האט געגרינדעט זייער סייט, האט "קיינער" נישט גע'חלומ'ט ווי ווייט די היינטיגע טעכנעלאגיע וועט אריינדרינגען אין אונזערע טאג-טעגליכע לעבן, און וועט ברענגן דערצו אז א כשר'ע נייעס זייטל זאל גאר פאררעכענט ווערן ווי אן אויפטוה אין אידישקייט, פאר די וואס ברויכן עס.

דאס מערסט וואס מען האט זיך דאן דערוואגט צו חלומ'ן איז געווען א גאר שטייטע דייל-אפ קאנעקשאן. די.עס.על., וויי-פיי, 4G, וכדומה, מאן דכר שמי'...
דינסטאג אפריל 30, 2013 2:38 am#110123
נאך ווי מ'האט געחלומ'ט, קוק נאר וואס AT&T האט פרעדיקטעד אין '93, און רוב פון זייער נבואות זענען שוין מקוים געווארן.

דינסטאג אפריל 30, 2013 4:04 am#110130
געפילטע פיש האט געשריבן:נאך ווי מ'האט געחלומ'ט, קוק נאר וואס AT&T האט פרעדיקטעד אין '93, און רוב פון זייער נבואות זענען שוין מקוים געווארן.

אמת, די גרויסע קאמפאניס וואס האבן אנגעפירט דעם אינטערנעט ביזנעס האבן גאר ווייט גע'חלומ'ט. איך רעד פון אלגעמיינע בירגער, ובפרט אידן, האבן 13 יאר צוריק על פי רוב נאך ניטאמאל געואוסט גענוי וואס איז דאס, די נייע זאך וואס מ'רופט אינטערנעט. איך האב אין יענע תקופה געהאט צוטריט צו א קאמפיוטער (מיט פלאפי דיסקס) אבער האב נישט גע'חלומ'ט אז איין טאג וועל איך נאך שרייבן אויף די "אינטערנעט"
דינסטאג אפריל 30, 2013 6:44 am#110132
שלשלת, ס'האנדעלט זיך דא וואס אונזערע בלינדע פאסטוכע האבן געזען אין 2007, נישט וואס די אלגעמיינע בירגער האט פאראויסגעזען 1993!
דינסטאג אפריל 30, 2013 9:52 am#110162
איז דא א סיבה פאר איינער וואס האט עקסעס צו געהעריגע נייעס אויפ'ן אינטערנעט, סיי אלגעמיינער נייעס וואס ער קען דאך ליינען דירעקט פון ווי דער המודיע נעמט עס, און סיי יידישע נייעס וואס סדא פארשידענע סייטס וואס באריכטען אביסעל וואס סגעשהט אין דער היימישער גאס און נישט נאר נאך דער צענזור פון המודיע, אז ער זאל בכלל וועלן קוקען אויף דער סייט פון המודיע?

איך רעד שוין נישט וואס דער סייט זעהט נאך אויס אביסעל צוריקגעבליבען, און איז עפעס נישט ריכטיג אויסגעשטעלט (לפחות אין קרום), און איז נישט מחובר מיט די פילע זאכען וואס מדארף צו מאכען א סייט מוצלח אויפ'ן נעט, ווי פעיסבוק טוויטער וכו'.
דינסטאג אפריל 30, 2013 10:03 am#110169
מסתמא האט דאס מיט א ווייטע בליק פון די המודיע אייגנטומער אז די קהילה פילטערס וועלן בקרוב זיכן צו פראדוצירן אן אייגענעם געוועב כדוגמת אחינו באיראן וסין.
דינסטאג אפריל 30, 2013 10:15 am#110178
שלשלת האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:נאך ווי מ'האט געחלומ'ט, קוק נאר וואס AT&T האט פרעדיקטעד אין '93, און רוב פון זייער נבואות זענען שוין מקוים געווארן.

אמת, די גרויסע קאמפאניס וואס האבן אנגעפירט דעם אינטערנעט ביזנעס האבן גאר ווייט גע'חלומ'ט. איך רעד פון אלגעמיינע בירגער, ובפרט אידן, האבן 13 יאר צוריק על פי רוב נאך ניטאמאל געואוסט גענוי וואס איז דאס, די נייע זאך וואס מ'רופט אינטערנעט. איך האב אין יענע תקופה געהאט צוטריט צו א קאמפיוטער (מיט פלאפי דיסקס) אבער האב נישט גע'חלומ'ט אז איין טאג וועל איך נאך שרייבן אויף די "אינטערנעט"

פארגעס נישט אז בלויז איין יאר צוריק האט דער פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי שליט"א גע'פסק'נט בכח תורתו הקדושה במעמד רבבות אלפי ישראל אז דער אינטערנעט מעג גענוצט ווערן נאר לצורך פרנסה, און נישט פאר קיין שום אנדערן צוועק. אפנים "המודיע" שטעלט צו זייער נייעם וועבסייט ארויסצוהעלפן זלמן ווידער צוגרייטן די נייעס פאר "קול מבשר".
דינסטאג אפריל 30, 2013 11:05 am#110218
שלשלת האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:נאך ווי מ'האט געחלומ'ט, קוק נאר וואס AT&T האט פרעדיקטעד אין '93, און רוב פון זייער נבואות זענען שוין מקוים געווארן.

אמת, די גרויסע קאמפאניס וואס האבן אנגעפירט דעם אינטערנעט ביזנעס האבן גאר ווייט גע'חלומ'ט. איך רעד פון אלגעמיינע בירגער, ובפרט אידן, האבן 13 יאר צוריק על פי רוב נאך ניטאמאל געואוסט גענוי וואס איז דאס, די נייע זאך וואס מ'רופט אינטערנעט. איך האב אין יענע תקופה געהאט צוטריט צו א קאמפיוטער (מיט פלאפי דיסקס) אבער האב נישט גע'חלומ'ט אז איין טאג וועל איך נאך שרייבן אויף די "אינטערנעט"


אמת, וועגן דעם די גרויסע גדולים וואס פירן דעם כלל ישראל מיט זייער ווייטן בליק, דארפן זיך דורך רעדן מיט די גרויסע קאמפאניס וואס חלומ'ען ווייט - פאר זיי מאכן תקנות וואס עקספייערען נאך א פאר יאר.

זיי זאלן שוין אנהייבן מאכן תקנות פאר גוגל גלעזער און אינטערנעט אין קארס און נישט זיין ביזי מאכן תקנות פאר טעקסט מעסעדזשעס, פאלם פיילאטס, MP3 פלעיערס, ווידיאס ביי חתונות און אפילו בלעיק בעריס... די אלע זענען נעכטיגע טעכנעלאגיע ווי טעלעגראמס מיט פאנאגראפס.
דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 6:31 pm#147860
די ערשטע מאל אין היסטארי האט המודיע געלייגט א פיקטשער פון א פרוי!!
מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 10:30 am#311046
יעצט קען מען שוין באקימען minute by minute אפדעיט'ס פון Hamodia.com.....