Under maintenance
הויפט זייט » גשמי ברכה בימי הספירה

גשמי ברכה בימי הספירה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3619
דינסטאג אפריל 30, 2013 12:37 am#110064
גשמי ברכה בימי הספירה
ווערנדיג באנעצט פון רעגן וואסער שפאצירענדיג אויף די גאס, האב איך זיך דערמאנט וואס איך האב אמאל געהערט, אז רעגן וואסער בימי הספירה - אדער נאר חודש אייר - איז א סגולה אויף כמה ענינים.

אויב איך געדענק גוט, זענען דא אזעלכע וואס פירן זיך צו טרינקן פון די וואסער. אנדערע פארמאכן בלויז די שירעם צו ווערן אביסל נאס פון די מסוגל'דיגע רעגן, אא"וו.

ווי איז די מקור?
וואס איז די ענין?
דינסטאג אפריל 30, 2013 12:39 am#110066
געזען אין אמרי פנחס פון ר' פנחס'ל קאריצער זצ"ל.
מיטוואך מאי 01, 2013 5:28 am#110602
נופת צופים
מיטוואך מאי 01, 2013 2:54 pm#110780
שכח פאר די מקורות!
די לשון "שאין לך רפואה כמוהו בכל החניות של רפואות" איז עפעס געוואלדיג!
זונטאג מאי 25, 2014 8:46 am#202213
אויפגעוועקט
זונטאג מאי 25, 2014 1:06 pm#202268
רפואה וסגולה
כ'האב געהערט אן איטערעסאנטע מעשה ווי מ'האט קלאר געזעהן ווי די סגולה העלפט (נישט רפואה, נאר פארקערט!)
געווען א בחור וואס האט געדארפט גיין צום לשכת הגיוס, און נישט ווילנדיג דינען אין די צה"ל (ווייל ער מיינט א דוד המלך האט אויך מלחמה געהאלטן מיט א גמרא אין די האנט :lol: ) האט ער זיך אויפגעפירט ווי א משוגה'נער, אזויארים צו באקומען א פטור, נאכן אביסל אינטערזוכן האבן זיי אים פריי געלאזט. אבער זיי זענען נישט געווען זיכער אז ער איז משוגה, האבן זיי זיך אפגעמאכט אז מ'גייט אים נאכקוקן ווען ער גייט ארויס צו זעהן צו ער'ז טאקע צודרייט.
געווען איז דאס חודש אייר, אין ס'האט דאן גערעגנט. תיכף ווי די בחור איז ארויס פונעם לשכה הייבט ער אויף זיין קאפ אריין צו כאפן אפאר טראפעלעך אין מויל אריין, אין אפאר אין אויגן אריין. ווען זיי האבן דאס צוגעזעהן האבן זיי טאקע פעסגעשטעלט זיין שגעונות און מער האט מען אים נישט געטרייט נערמאל צו מאכן.