Under maintenance
הויפט זייט » מיכאל שניצלער, נייע אלבום...

מיכאל שניצלער, נייע אלבום...

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3687
מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:33 pm#180189
מ גפני האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:ליפא מיט די נייע סידי

ליפא ליפא וואו איז דיין פיאות??

האסט טאקע געמיינט ער גייט זיך אפשטעלן ביים בארד?
מיטוואך יאנואר 29, 2014 10:45 pm#180201
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:בקיצור דער סי די האט נישט קיין איין חסרון? איך קויף עס נישט אפ.
איך האב, יר געלייקט עניוועי פאר דיין עפפ, ט.

איך האב נישט געוואלט צומישען דעם עולם , האב איך אפגעמאכט צו לייגען מיינע הגהות און א עקסטערע תגובה , אבער נישט געזארגט איך האב הערות, יעצט אויף די מינוט באדערט מיר א נקודה, נישט אז מען דארף לערנען א ניגון ווי א קצות, אבער ליסטען, עס דארף שטימען.
איז אזוי : אויף די ניגון פון מענדי קענדי ווען דער קינד פארענטפערט זיך פארוואס ער האט גענומען די געלט צו קויפ'ן א קענדי זאגט ער " ווייל מענדי מענדי מענדי האט פאר זיין בייק מיר געגעבן א קענדי " האללא? וואס גייט דא פאר? ער האט באקומען? ער איז דאך דער וואס האט געגעבן די קענדי, ניין?, די גראמען דארף טאקע שטימען, אבער אויך די מעשה.
אויב איינער האט א ביאור זאל ער זיך אנריפען.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 12:58 pm#180378
וואס מיר באדערט דא איז אז די מעשה האט לעצטענס יוסף משה כהנא געהאט אויף זיין טעיפ לחיים טאטע , ירמי דאמען זינגט עס דארטן, טאקע אנדערע גראמען און אנדערע ניגון אבער פארט די זעלבע תוכן, איך פערזענליך האלט אז עס נישט אינטרעסאנט איבערצוניצן די זעלבע סחורה, עס איז דא געניג נייע !
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:14 pm#180387
די ניר -ברודער מעשה האט מער קשיות ווי תירוצים
די גאנצע ניר איבער-געגעבאכץ האט זיך ערשט אנגעהויבן יארן נאך די מלחמה
אבער סא חילוק, ס'הערליכע ניגון פינקי רייסט שטיקער, זאל ער זאגן וואס ער וויל.. זינג נאר
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:22 pm#180391
גיבור האט געשריבן:וואס מיר באדערט דא איז אז די מעשה האט לעצטענס יוסף משה כהנא געהאט אויף זיין טעיפ לחיים טאטע , ירמי דאמען זינגט עס דארטן, טאקע אנדערע גראמען און אנדערע ניגון אבער פארט די זעלבע תוכן, איך פערזענליך האלט אז עס נישט אינטרעסאנט איבערצוניצן די זעלבע סחורה, עס איז דא געניג נייע !

ליידער דאס איז נעבאך די טבע פון אינזער אידעלאך. מיר קאנען נישט טראכטן !מיר לאזן יענעם טראכטן אין מאכן איהם נאך !!
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:35 pm#180395
פישעלע איך האף אז דו לייגסט אריין מצטמק'ס אפשאצונג אין די קומענדיגן "קאווע בלעטער" אויסגאבע
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 1:58 pm#180402
.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:03 pm#180406
לך לך האט געשריבן:די ניר -ברודער מעשה האט מער קשיות ווי תירוצים
די גאנצע ניר איבער-געגעבאכץ האט זיך ערשט אנגעהויבן יארן נאך די מלחמה
אבער סא חילוק, ס'הערליכע ניגון פינקי רייסט שטיקער, זאל ער זאגן וואס ער וויל.. זינג נאר

נאך א קשיא? זייט ווען איז דאס א שמועס צווישן 2 קינדער וועגן אוועקגעבן א ניר איינער פאר'ן צווייטן?
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:10 pm#180407
מ גפני האט געשריבן:פישעלע איך האף אז דו לייגסט אריין מצטמק'ס אפשאצונג אין די קומענדיגן "קאווע בלעטער" אויסגאבע

איך האב געהאט א בעיבי למז"ט א וואך מיט א האלב צוריק, און איך בין איינגעשפארט ביינאכט אין מיין פרומער שווער'ס הויז, אן אינטערנעט און אן א קאמפיוטער. ביי די ארבעט קען איך גנב'ענען אפאר מינוט דא און דארט, אבער איך האב מורא אז דאס מאהל וועט די #קאוועבלעטער נישט ערשיינען. איך האב קיינמאהל נישט געוואוסט ווי שווער עס איז קעיר צו נעמען פון א בעיבי ביינאכט. דער גאנצע טאג נאכדעם גייט צו ווי נאך א שיכור'ער נאכט.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:18 pm#180410
מ גפני האט געשריבן:פישעלע איך האף אז דו לייגסט אריין מצטמק'ס . שאצונג אין די קומענדיגן "קאווע בלעטער" אויסגאבע


טרויב'עלע טייערער, וואו איז דיין לייק אויף מיין תגובה? לייג צו נאך איין לייק וועט עס האבן די רעכט אריין צו גיין און די "קאווע בלעטער " ,
א תגובה דארף האב'ן כאטש צען לייקס צו קענען אריין גיין אהין .
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 2:28 pm#180413
מחאה.jpg
מחאה.jpg (110.88 KiB) געזען געווארן 1742 מאל
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 3:02 pm#180421
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:פישעלע איך האף אז דו לייגסט אריין מצטמק'ס אפשאצונג אין די קומענדיגן "קאווע בלעטער" אויסגאבע

איך האב געהאט א בעיבי למז"ט א וואך מיט א האלב צוריק, און איך בין איינגעשפארט ביינאכט אין מיין פרומער שווער'ס הויז, אן אינטערנעט און אן א קאמפיוטער. ביי די ארבעט קען איך גנב'ענען אפאר מינוט דא און דארט, אבער איך האב מורא אז דאס מאהל וועט די #קאוועבלעטער נישט ערשיינען. איך האב קיינמאהל נישט געוואוסט ווי שווער עס איז קעיר צו נעמען פון א בעיבי ביינאכט. דער גאנצע טאג נאכדעם גייט צו ווי נאך א שיכור'ער נאכט.

מזל טוב פישעלע אסאך אידיש נחת.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:10 pm#180452
איך בין מוחה! כ'בין ראש ישיבה נישט דיין.. ווייל דומ''ץ איז ליפא ערמאנטעווער זאל מאריך יארן זיין.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:13 pm#180454
דאס מערסטע האט מיך געכאפט די ניגון 'מענדי סענדי'. איך הער עס טאג און נאכט שוין, און כ'באלעק זיך דערמיט ווי א קענדי..
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 4:15 pm#180457
ראשעקאל האט געשריבן:.

ווי איז דאס? אין א צייטונג?
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 5:11 pm#180484
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:פישעלע איך האף אז דו לייגסט אריין מצטמק'ס אפשאצונג אין די קומענדיגן "קאווע בלעטער" אויסגאבע

איך האב געהאט א בעיבי למז"ט א וואך מיט א האלב צוריק, און איך בין איינגעשפארט ביינאכט אין מיין פרומער שווער'ס הויז, אן אינטערנעט און אן א קאמפיוטער. ביי די ארבעט קען איך גנב'ענען אפאר מינוט דא און דארט, אבער איך האב מורא אז דאס מאהל וועט די #קאוועבלעטער נישט ערשיינען. איך האב קיינמאהל נישט געוואוסט ווי שווער עס איז קעיר צו נעמען פון א בעיבי ביינאכט. דער גאנצע טאג נאכדעם גייט צו ווי נאך א שיכור'ער נאכט.

כ'האב דיר געווינטשען דא פאר'ן לייענען דעס
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 5:14 pm#180486
מצטמק ויפה האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:פישעלע איך האף אז דו לייגסט אריין מצטמק'ס . שאצונג אין די קומענדיגן "קאווע בלעטער" אויסגאבע


טרויב'עלע טייערער, וואו איז דיין לייק אויף מיין תגובה? לייג צו נאך איין לייק וועט עס האבן די רעכט אריין צו גיין און די "קאווע בלעטער " ,
א תגובה דארף האב'ן כאטש צען לייקס צו קענען אריין גיין אהין .

כ'האב נאכנישט געהאט קיין צייט צו לייענען, און געהאפט עס צו לייענען שבת אין #קאוועבלעטער
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 5:17 pm#180488
ראשעקאל האט געשריבן:.

ער איז עתוד ליתן הדין פאר'ן אויסגעבן געלט פאר גארנישט. ער האט אלע רעכט צו מאכן קאפיס פאר זיך אליינס.
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 6:55 pm#180537
שרולי ווערדיגער מיט שלומי טויסיג מיט די סידי
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 7:00 pm#180539
אידען מיט די סידי
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 8:02 pm#180554
וואס איז פשט אין קול קורא מה למעלה - whatsapp בלע"ז? לאל
דאנערשטאג יאנואר 30, 2014 11:57 pm#180612
סאיז אינטערעסאנט אנצומערקן דער חידוש פון מיכאל, אויבן אויף איז ער געקנעטן פונעם זעלבן טייג ווי ליפא דרייט זיך מיט די זעלבע עלעמענט, זינגט די זעלבע סטייל ניגונים, טאנצט אויף די זעלבע קאנצערטן האלט די זעלבע אין אידישקייט און פירט זיך אויף מער ווייניגער אייניג (ביז ליפא האט גענצליך אראפגענומען די בארד און פאות) אבער ליפא איז חזיר טרייף אינו מותר לבא בקהל משא"כ מיכאל ווערט אינטערוואיוד אלל אווער מען רופט אים צו היימישע חתונות ער איז אויף קול מבשר איי וועלט וכו' ב'קיצור ער האט עס געמאכט.
דאס מיינט אין אנדערע ווערטער: קענסט טוען וואס עס שמעקט דיר אבער ברויכסט נאר וויסן וויאזוי.
פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:01 am#180614
''ער האט עס געמאכט'' וואס האט ער געמאכט?
כגלייב נישט אז ער איז האלב אזוי אנגענימען ביי די אנדרע קרייזען ווי ליפא. כרעד פון די מער מאדערענע.
קאנסערטס איווענטס איז ביי אייוועלט נישט דא.
סאיז טאקע אינטערסאנט ציפארשטיין פארוואס ליפא איז מער אסור?
א טעיפ דיסטריביוטער האט מער גטנעהט אז ליפא'ס סידי איז געווען און סאך ווייניגער געשעפטען צי קויפן פון מיכאלס, אין וויליאמסבורג.
פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:07 am#180616
א פשוט'ע סיבה. נעם מיכאל שניצלער'ס ניגונים און קלעב עס ארויף אויף אייזיק האניג, ס'שטימט ווי א שווייצער זייגער. נעם ליפא'ס ניגונים און לייג עס ארויף אויף מיכאל יאקאבזאן, און ס'שטימט ווייטער. פרוביר צו טון פארקערט און ס'שטימט ווי יתרו מיט עשרת הדברות.
פרייטאג יאנואר 31, 2014 12:11 am#180619
טרעק פייוו שטימט אויך מיט האניג?
און זייט ווען שטימט נישט יתרו מיט עשרת הדברות?
און אנדערע ווערטער זאגסטו ווען ליפא געט ווען ארויס ענליכע טעיפס צו מיכאל וואלט ער נאך היינט געווארן אינטערוואיוד אויף קול מבשר. איך הער איך בין נישט איבערצייגט. כמיין סהאט אויך מיטן נאמען שניטצלער און מיט זיין יארגאנג, וואס איז מותר פאר א פערציג יעריגס פון סענס סטריט איז נישט מותר פאר א יונגע צוצאק פון סקווירא.