Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » הרה"ק ר' שלאמקע מ'זעוויל זי"ע

הרה"ק ר' שלאמקע מ'זעוויל זי"ע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 17 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3696
מאנטאג מאי 06, 2013 2:38 pm#112311
הרה"ק ר' שלאמקע מ'זעוויל זי"ע
היינט איז די יארצייט פון הרה"ק ר' שלאמקע זי"ע ווי מע האט איהם גערופען און מע דערציילט זייער אינטערעסאנטע מעשיות מיט מופתים וועגען איהם.

איין זייער א אינטערעסאנטע מעשה האבעך אמאל געלייענט אז ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבען די נאציס געוואלט גיין איינעמען ארץ ישראל און ער איז דעמאלטס געגאנגען איינגעריסען וועלטען און זיי זענען טאקע נישט אנגעקומען צו ארץ ישראל.

שפעטער איז ער אוועק, און מע האט געזאגט אז מיתת צדיקים מכפרת.

פארוואס דארף א צדיק שטארבען אז זיינע תפילות זאל מען אנעמען?

וואס איז פשט אז מיתת צדיקים מכפרת?

ווער קען נאך עפעס פון די מעשה און וויזוי סע געווען, וואס איז געווען און נאך מעשיות פון דעם צדיק?
מאנטאג מאי 06, 2013 4:06 pm#112328
מ'דערציילט אויך אז ער איז אמאל געווען אין א קלאס פון כתה א' קינדער, און ער האט געזאגט אז ער זעט אויגן וואס וועלן זען משיח'ן.
מאנטאג מאי 06, 2013 4:23 pm#112333
קרעדט פאר דעם פארוואס די דייטשען זענען נישט אנגעקומען קיין ארץ ישראל, נעמט יעדער איינער.

די ליטווישע זאגען אז עס איז ווייל מען האט נישט מתפלל געוועהן אין פוילין, פארדעם האבען זיי געקענט האבען א שליטה, משא"כ אין אר"י האבען זיי געמאכט יום תפילה'ס און פארדעם האבען די דייטשען ימ"ש נישט געקענט האבען א שליטה.

און יעדעס מעשה ביכל פין א גדול וואס האט געוואוינט אין אר"י בשעת די מלחמה, קען מען מן הסתם טרעפען א מעשה וואס ער האט געטוהן כדי די דייטשען זאלען נישט אנקומען, און וויאזוי עס האט געארבעט ניסים ונפלאות.

און די אמת איז, אז די דייטשען זענען פשוט געקומען אונטער געשאצט פאר די כחות אין מצרים, און האבען פשוט געליטען א מפלה.
מאנטאג מאי 06, 2013 4:36 pm#112336
הער אויף מיט די מעשהלעך, איך שוין געפרעגט טויזענט מאל פארוואס פונקט יעצט ווען איך לעב מיטן פולע דעת קען שוין קיינער נישט מאכען קיין מופתים, פארוואס דארף איך גלייבן אז סאיז דעמאלטס יא געווען
מאנטאג מאי 06, 2013 7:33 pm#112395
הונדערטער אידן האבן מתפלל געווען היינט אויפן הייליגן ציון פון הרה"ק שלומ'קע מזוועהיל זי"ע, און אויסגעבעטן רפואות וישועות להכלל והפרט בזכותו של אותו צדיק
מאנטאג מאי 06, 2013 7:35 pm#112398
היינט ביים זוועהיל'ער ציון. דאכצעך א באקאנטע היימיש פנים.

וויזוי אימער זאל ער האבן געפועלט אלעס גוטס!
מאנטאג מאי 06, 2013 7:36 pm#112399
נאך ביים ציון
מאנטאג מאי 06, 2013 7:58 pm#112405
דער היימישער קוקט אויס ווי ר' יושע באנדא.
מאנטאג מאי 06, 2013 8:22 pm#112410
קינות, אפשר איז היינט אויך דא ווער עס קען מאכן א מופת?

דא ביי די דייטשן איז עס נישט אז איינער האט גענומען קרעדיט פאר א מופת, נאר אז זייערע תפילות האבן גע'פועל'ט. דאס גלייבסטו דאך - האף איך - אז תפילה העלפט. מען דארף נישט זיין קיין בעל מופת דערפאר איך גלייב אז דו קענסט עס זען ביי דיר אויך.
זונטאג מאי 12, 2013 1:53 am#114080
איחוד פעלד האט געשריבן:קרעדט פאר דעם פארוואס די דייטשען זענען נישט אנגעקומען קיין ארץ ישראל, נעמט יעדער איינער.

די ליטווישע זאגען אז עס איז ווייל מען האט נישט מתפלל געוועהן אין פוילין, פארדעם האבען זיי געקענט האבען א שליטה, משא"כ אין אר"י האבען זיי געמאכט יום תפילה'ס און פארדעם האבען די דייטשען ימ"ש נישט געקענט האבען א שליטה.

און יעדעס מעשה ביכל פין א גדול וואס האט געוואוינט אין אר"י בשעת די מלחמה, קען מען מן הסתם טרעפען א מעשה וואס ער האט געטוהן כדי די דייטשען זאלען נישט אנקומען, און וויאזוי עס האט געארבעט ניסים ונפלאות.

און די אמת איז, אז די דייטשען זענען פשוט געקומען אונטער געשאצט פאר די כחות אין מצרים, און האבען פשוט געליטען א מפלה.


דיינע ווערטער זענען נישט און אנקלאנג מיט וואס סשטייט און אונזער תנ״ך
דינסטאג יוני 11, 2013 10:24 am#123891
ב"ה

לגבי הכותרת: לא "זעוויל" אלא "זוועהיל" או "זוויהעל".

מרן הגר"ש גולדמן מזוויהל/זווהיל זצוק"ל עלה לארץ בתרפ"ו עם נכדו הגאון ר' גדליה זצ"ל שהיה לימים האדמו"ר לאחר אביו ובכורו של ר' שלמה, הגאון ר' גדליה משה זצ"ל, שעדיין היה אז בחו"ל. ר' שלמה שלח את נכדו ללמוד בישיבת "מרכז הרב" בחיי מרן הגאון הרב קוק זצוק"ל, ואח"כ בישיבה חסידית.
מידי ראש חודש בראש חודשו, היה בא לפני הרב קוק יושב לפניו בשתיקה, נהנה מזיו פניו ומאזין לדבריו של הרב קוק לשואליו, ולאחר זמן מה היה חוזר לביתו (ראו 'מועדי הראי"ה', פרק "עולת חודש", עמ' ל"ט).
זונטאג מאי 25, 2014 8:13 am#202206
אויפגעוועקט
צום מארגענדיגן יארצייט
זונטאג מאי 25, 2014 9:02 am#202216
יאנקל האט געשריבן:מ'דערציילט אויך אז ער איז אמאל געווען אין א קלאס פון כתה א' קינדער, און ער האט געזאגט אז ער זעט אויגן וואס וועלן זען משיח'ן.

וויפיל פון די קלאס לעבן נאך?
זונטאג מאי 25, 2014 9:57 am#202221
שמעתי אז ר' שלמה'קע האט געהאט א ריזיגע חסידות אין זוויהל,טויזענטער חסידים זענען זיך געקומען קוויטלען ביי אים, אזוי ווייט אז ער האט געהאט 4 קוויטל שרייבער מ'זאל קענען נאכקומען דעם פארלאנג, און מיט דעם אלעם ער האט דאס אלעס איבערגעלאזט נאך זיך, און ער האט עולה געווען קיין ארה"ק כדי אז דער אויבן דערמאנטער אייניקל זאל נישט אריינפאלן אינעם רוסישן מיליטער און אנשטאט קענען לערנען אין א ישיבה אין ארץ ישראל, מ'דערציילט אז פאר זיי זענען אנגעקומען אין הייליג לאנד האט דער זיידע געהייסן דעם אייניקל זאל אים צוזאגן אז ער וועט נישט דערציילן פאר קיינעם ווער ער איז און וואס פאר א גרויסע רבי ער איז, אזוי איז טאקע געווען די ערשטע שטיק צייט איז ר' שלמה'קע אנגעגאנגען באהאלטענערהייט, איינמאל איז ער געגאנגען אויפ'ן גאס און אן אלטער חסיד -וואס האט אויך עולה געווען- האט אים באמערקט איז געקומען צולויפן רבי!! וואס מאכט איר!!, ווייזט אים ר' שלמה מיטן פינגער אויפן מויל ששש!!! און דערנאך האט ער אים אנגעווארנט ער זאל פאר קיינעם נישט דערציילן ווער ער איז און וואס ער איז.
אבער ווי לאנג קען זיך א גרויסע רבי באהאלטן?!? איינמאל ווען ר' שלמה'קע האט געדאוונט ביים כותל המערבי איז דאן אויך דארט געווען דער הוסיטאנ'ע רבי און ווי די סדר ביי די בני מלכים פון די ריזשענע דינאסטיע איז געווען אז דער עולם איז דורך געבן די האנט, האט דער רבי נאר אנגערירט די פינגער פונעם חסיד, ר' שלמה'קע האט זיך אויך געשטעלט אין די רייע, ווען ס'איז געקומען זיין רייע צו געבן די האנט, האט עס דער הוסיטאנ'ע רבי געגעבן א כאפ אן אינגאנצן, און אנהאלטנדיג די היילגע האנד אים געפרעגט: ווי אזוי הייסט איר? האט ער געענטפערט: "שלמה" פרעגט דער רבי פון ווי זענט איר? זאגט ער "פון זוויהל" רופט זיך דער רבי אן: "אה, דער הייליגער זווהיל'ער רבי!!!" דאן איז נתפרסם גאווארן שמו הגדול.
זונטאג מאי 25, 2014 10:54 am#202228
און ווי אזוי פילט ער אז זיינע אייניקלעך רייסען זיך ווי קעטץ פאר רבי'סטעווע.
זונטאג מאי 25, 2014 11:25 am#202237
איחוד פעלד האט געשריבן:קרעדט פאר דעם פארוואס די דייטשען זענען נישט אנגעקומען קיין ארץ ישראל, נעמט יעדער איינער.

די ליטווישע זאגען אז עס איז ווייל מען האט נישט מתפלל געוועהן אין פוילין, פארדעם האבען זיי געקענט האבען א שליטה, משא"כ אין אר"י האבען זיי געמאכט יום תפילה'ס און פארדעם האבען די דייטשען ימ"ש נישט געקענט האבען א שליטה.

און יעדעס מעשה ביכל פין א גדול וואס האט געוואוינט אין אר"י בשעת די מלחמה, קען מען מן הסתם טרעפען א מעשה וואס ער האט געטוהן כדי די דייטשען זאלען נישט אנקומען, און וויאזוי עס האט געארבעט ניסים ונפלאות.
און די אמת איז, אז די דייטשען זענען פשוט געקומען אונטער געשאצט פאר די כחות אין מצרים, און האבען פשוט געליטען א מפלה.


חחחח, און אפשער האט מען פין אויבען געפירט אז זיי זאלען אונטער שאצען די אליאירטע כוחות אין מצרים ?, האסט אפשער פארגעסען אז דער באשעפער איז די סיבת כל הסיבות, אין אז מען וויל נישט פין אויבען וועט זיך שוין מאכען כל מיני סיבות אז ס'זאל זיך נישט אויסארבעטן,

ס'דא זאכען וואס זענען תלוי און די בחירה פין דעם מענטש, אים ס'דא זאכען וואס זענען נישט,