Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ל"ג בעומר

ל"ג בעומר

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3704
דינסטאג מאי 07, 2013 12:09 am#112507
ל"ג בעומר
ל"ג בעומר

ס'איז דא א מנהג הלכה אדער קבלה בלב מדור דור, אז מפרייט זיך ביי הלולא דרבן שמעון בר יוחי, לעצטענס זעי איך אז די מנהג האט גענימען א נייעם פורם, ממש סאיז ארויס פין אלע גבולים, עס איז נתגלה געווארן עפעס פרישע הערות אין דעים ענין, עפעס דער עולם האט זיך גענימען צי רבן שמעון מיט אזעלכע כוחות אז עס שטייגט איבער אלע שמחת ביי כלל ישראל.

די חידיש איז וואס האט פאסירט אין די לעצטע פאר יארן אז די שמחת ל"ג בעומר האט אזוי אויפגעפלאמט ביי אינז אין די גלות לענדער, מ'האמער גענימען מאכן פייער'ס אויף יעדן ווינקל פינעם שטראז אז ס'זאל זיין רואין זה את זה, קליינע פייערלעך הייבן זיך אן מחובר לקרקע, ווי גרעסערער עולם עס איז ערווארטעט ביים הדלקה אלס העכער פינעם אדמת ניכר מיז עס זיין, ביי די גאר גרויסע מיזמן דינגען טשערי פיקער אינטער צי הייבן דעים פייער צינדער ביז גאר נאנט צים שטיק פעטס וואס גייט בקרוב פלאקערען לכבוד התנה אלוקי.

סיז דא אנדערע ענינים ביי כלל ישראל וואס מזעיט אז ס'האט באקימען מער א חשיבות ווי צעין פיפצען יאר ציריק, למשל יעדער וואס זיין געבארץ טאג איז פאר די אכציגער יארן, אפילו ער געדעינקט נישט דעים בעל ויואל משה נאר דעים ברך, העט וויסן צי זאגען אז מ'פלעיגט עסן מילכיגס שביעות, אדער אז מ'מאכט אזא טימל אז גאנצענע פירמעס דרייען זיך איבער מיט די מילכיגע מעניו איז א נייער דערהער, אויך די בלימען געשעפטן מאכן א געפילדער פין די בלעטער שביעות, וואס מיר פלעיגן אלס קינד סך הכל אראף פליקן פין א דערנעיבנדיגע בוים אין ארים קלעיבן די דירה מיט צעין צווייגלעך, היינט ציטאג איז די בלימען געשעפט שביעות א גאנצע מעשה, אזש אז סאיז א וויכטיגע צוועק מגייט ארים זיכען א ספאנסער אויס שטאפירן קערבער מיט בלימען לכבוד שביעות פאר א תלמיד חכם א בנן של קדושים, מ'מאכט שוין פאר די זוכים א יששכר זבילון געשעפט.

אבער נא סיז נאך אלס נישט עכט אפיציעל, סיז נאר א ווירקזאמער מיטל פין די אקציע'ס פין געניטע בלימען געשעפטן, וואס טיען מאכן טימלעך פאר וואכן לאנג וועיגן די בלימען, ממיז קויפן פאר עלטערן זיידעס באבעס פאר אלע מחותנים, אסאך טייערער פין פורים אריין גערעכנט צדקות, יעדע שלחמנות פין בלימען קאסט א מאה וחצי, אבער מ'מעיג עס נעמען פין מעות מעשר האבן זיי קאנווינצט דעים עולם, מאיז עס מרמז מיט פסיקים למשל כולל בלימען געשעפט, ס'געלט גייט פאר א חשובה צדקה צוועק, מיט דעים וואס איר קויפט דא בלימען ווערן אן א שיעור חולי ישראל געהיילט, ממיינט אז סאיז מקובל מדור דור אז ממיז געיבן די ריווח פין די בלימען פאר עניי עירך לקיים מה שנאמר וחי אחיך עמך, אין טאקע סיז פארהאן א בלים טשעין וואז האצעך א נאמען געגעין די וחי אחיך בלים געשעפט אויף אייער קארנער, אין ווען סווערט נעינטער צי שביעות, שלושת ימי הגבלה ווירבעלט זיך אין יעדע ווינקעל א דיספאזעבל בלים געזעמל מיט לייכטע מוזיק פין די לעצטע סידי לכבוד קבלות התורה, אבער דעיס קימערט מיך נישט ווייל דאס איז ביזנעס אין אויף סאקסעס פרעיגט מען נישט קיין שאלות.

אבער ווען סקימט צי ל"ג בעומר זעיען מיר אז סאיז נתחדש געווארן א גענצליך נייע יום טוב ביי כלל ישראל, ממש יעדע רבי אין זיין שילעכל מאכט מעטעמים פין דעים, ממאכט פארענטשעס על מנת שתעלה לרקיע, מ'שמיסט אף מיט די לאקאלע אינסטאנצען אז משפארט אף די גרעסטע גאס שייך, פאר ווי לאנג סלאצעך, ממש אלע הלכות פין וויזוי די טענץ זאלן ציגיין, סארא אינסטערמענטן סזאלען זיין, סמיז זיין א קלארינעט, אין סאיז חשובער אויב ער קען הייסן חיליק, ווייל ס'ווערט אזוי קלאר געברעינגט, טאמער נישט מיז ער שפילען אזוי ווי עים גענוי בלי שום שינוי, די שריפה האט א הקדמה מיט א עת התעוררת ווי מזינגט די נעניום נגינום וואס מפלעיגט זינגען אויף די חרדים שמחת תורה, אין בשעת דער רבי צינט אן די הדלקה גייט עס קיינמאל נישט גלייך ס'נעמט עפעס אפנארמאל לאנג, ווי לאנג דאס פייער כאפצעך אן, ממש מ'זעיט גרויסע ענינים אזוי ווי ביי די שברים‘ס וואס קימען אנשטאץ די תקועה'ס, מזעיט קליף אין קלאר ווי די רבי אמפערצעך מיטן שטן אין די יעניגע, אין נאר מיט די זכותים פינעם עולם'ס גרויס עקטאז, וואס דער עולם שפרינגט אזוי לכבוד התנה, נאר אזוי זענען מיר זוכה אז די הדלקה צינט זיך אן.

אין ווען ס'ברענט שוין ב"ה, גייט די רבי ארויס מיט אזוינע הילכיגע טענץ, אזש אז ער מיז לאדענען צוויי פרישע גבאים, אחד מימנו משמול ישראל, ואחד שכל את ידו מימינו השני שהוא שמולו, גיי ווייס פארוואס די נייע אויסדערוועילטע גבאים מיזן זיין גרויסע עשירים וואס האבען אין די מליאנען, אין די געוועינליכע גבאים טויגען נישט פאר אזעלכע גרויסע כוונות, ווער ווייסט צי ס'האט אפשר ציטיען מיט די פאפעראצים וואס כאפן די בילדער נאכנאנד, די זעלביגע הלכות שפילן זיך אף ממש ביי איעדע רבי, מפוילט קודם מיט בייזן, מ'גיסט איילבירט אויל פין די אויבירשטע פינעם שטייסל, מ'צינט, מעקספלאדירט מיט טענץ, עשירים, בילדער כאפער, שטייעדיגע מיט בליצען, אין ריקעדיגע פארן יו טוב, נאר אוועילעבל אויף די געפילטערטע, טוויץ יעדע דריי ביז פיער מעניט, דארעכאויס די מעמד הנורה, אין לסיום המעמיד איז די אלע הפעות אין די יוד בלאט וואך אין כל העולם כילו אין אויף די אינטערוועלט, אזוי ווי עס וואלט וועין געוועין קלאר געשריבן אדער אזוי מקובל איש מפי קיש, אין מקען ממש פין פאראויס וויסען וואס עס גייט פאסירן וועלכע ניגון מ'גייט זינגען סיז דא אפילו רבי'ס וואס מ'קען וויסן ווי זיי גייען חלישען, אין די גבאים וואס וויסן דארפען ביי יענעם מאמענט אנכאפען שטערקער כדי מזאל נישט זאגן רבם דחפים, איך ווייס נישט צי די רבנים זענען נאכגעקימן די פארלאנג פינעם ציבור צי פארקערט.

אבער וואס סיז פלאי פלאים פארוואס פינקט די רבי פין די גרעסטע קהילה קדושה אין וויליאמסבורג, עקשנ'צעך אזאנץ אז ער וויל נאך נישט מגלה זיין די סודות וואס רינען ארויס דארך אנדערע רבנים, אויב וועט ער נישט ארויס קימען ביז א יאהר וועט ער עס באוויינען לעולם ועד, זאלער מיר נישט איינרעדן אז סיניש דא אין דעים קיין געלט אדער העכערס בשעת אלע היינטיגע זענען קלאר חולק. אין סיז בטלן דעתו.

דעיס איז מיט די רבי'ס זיי קענען אינז זאגען וואס ספאלט זיי איין, צי ווייל אזוי ווילעך אין אזוי העט זיין, צי ווייל זיי האבען געקריגען א כריז מן שמיא, אבער דעם עולם וויזוי האט זיך עס אזוי געטוישט אז דער עולם עקסטאזט אזוי, די המון עם האט עפעס באקימען א ספעציעלע געפיעל פאר רעב שמעונען דעיס מיזען מען דערגיין, קען זיין מיר זענען וויקטמים פין די חי רוטל משקע מארקעטיניג קאמפיין, אדער אולי פין די אלע גורלות וואס מקען כסדר געווינען טיקעץ קיין ארץ ישראל אויף לג בעומר ממילה פאלט דער עולם וואס בלייבט דאהו ביי די געמיטער, מיילע טרייסט מען זיך אז דא איז אויך לעיבעדיג, אלענפאס וואס וואלטען מיר וועין געטיען ווען מוואלט וועין גוזר טענת געוועין אדער געמאכט דערפין א יום תפילה, וואלט וועין געוועין פיעל ארגער טא וואס ארט מיר אז מגייט ל"ג בעומר אויף א טריף מהערט מוזיק, סא איך בין אין סגייט מיך שוין גארניש אן אבי מלעיבט, אפילו עס איז צייטווייליג, ווייל ווען די זין גייט אינטער גייט מען פין הוד צי יסוד אין יסוד איז שוין פראבלעמטיש.
דינסטאג מאי 07, 2013 12:25 am#112514
יוא לאך איך. פרישער איז פרישע ווארע שרייבט מער און האפנטליך וועט איר זיך אויך ארויסזען פון אייער דיסלעקסיע פאר מיר אלע פארגעסן וויאזוי א גראד ווארט קוקט אויס.
דינסטאג מאי 07, 2013 12:39 am#112518
גוט געזאגט.
איין טעות, "פורים" האסטו געשריבן עפעס מאדנע, פ"ו"רים. ס'קומט עכט צו שטיין "פירים" עפ"י דרכך...
אבער, דערשרעק זיך נישט, לאז דיין פעדער רינען...
כה לחי אדונינו וכו'
דינסטאג מאי 07, 2013 1:49 am#112545
שיין געשריבן, פרישער. כ'האב עס דורכגעמאכט בשלום.
דינסטאג מאי 07, 2013 7:24 am#112575
קאווע טרינקער האט געשריבן:גוט געזאגט.
איין טעות, "פורים" האסטו געשריבן עפעס מאדנע, פ"ו"רים. ס'קומט עכט צו שטיין "פירים" עפ"י דרכך...
אבער, דערשרעק זיך נישט, לאז דיין פעדער רינען...
כה לחי אדונינו וכו'

די האסט געמאכט דעים טעות ווייל מיר האבן נישט חלילה גאוואלט זאגן דאס ווארט פורים נאר דאס ווארט פורם כמו פארם מיט א קמץ אזוי ווי א קניידל פורם.. אין געמיינט האב איך צי זאגען א נייע אויסקיק
דינסטאג מאי 07, 2013 8:00 am#112581
איך האב געמיינט דאס:
מיז קויפן פאר עלטערן זיידעס באבעס פאר אלע מחותנים, אסאך טייערער פין פורים אריין גערעכנט צדקות, יעדע שלחמנות פין בלימען קאסט א מאה וחצי,

בכל אופן, אויב יא שוין דיין האס קעגען דעם אויס "ו" וואס די ניצט ניר ווען ממיז, פארוואס שרייבסטו "ויואל משה" מיט צוויי איבריגע וי"ו'ס?
דינסטאג מאי 07, 2013 8:07 am#112584
כאב דאס געליינט אין בעט 3 ביינאכטן און זיך אזוי געווארפן פאר געלעכטער, דער שכן האט געמיינט אז איך טו עפעס א מצוה..
דינסטאג מאי 07, 2013 8:34 pm#112853
הערליך!! הערליך!!!!
כה לחי!!
גיי אן!!
דינסטאג מאי 07, 2013 10:50 pm#112870
זר זהב האט געשריבן:כאב דאס געליינט אין בעט 3 ביינאכטן און זיך אזוי געווארפן פאר געלעכטער, דער שכן האט געמיינט אז איך טו עפעס א מצוה..

דו ביסט דער וואס האט מיר נעכטן געשטערט שלאפן? איך האב גראדע געהאלטן אז דו טוהסט א גרויסע עבירה, מיר צושטערן מיין אויסגעקארגטע 10 שעה שלאף.
מאנטאג מאי 12, 2014 11:20 am#200118
ארויפגעברענגט לכבוד ל״ג בעומר.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:12 pm#271291
ארויפגעברענגט לכבוד ל״ג בעומר.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:40 pm#271537
חידה:
וואו איש די ערשטער מקור אז לג בעומר איז די יארצייט פון ר' שמעון בר יוחאי?
(ס'איז נישט קיין גמרא, נישט קיין מדרש, אויך נישט קיין זוהר........)
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 9:59 pm#271544
אז מען רעדט שוין דא פונעם נייעם יום טוב אין אמעריקע וואס ווערט איוואלווד צי א אלמעכטיגן יום טוב, צי די פרייד פון אלע אידן דא וואס הינגערן פאר עפעס פריילעך'ס, וויל איך נעמען א נייע דוגמה פון א יום טוב וואס איך געדעינק נישט אז מען זאל האבן געהעריג באשמיעסט און קען זיין אז יא, אבער ווען איך העט וועין געהאט צייט וואלט איך געווידמעט א געהעריגע אשכול, נאר היות איך בין פארפלאנטערט געווארן, וועל איך נאר אנמערקן בקיצור.

די יארצייט פון ר' ישעי' פין קארעסטיר, עס איז געווארן און די לעצטע יארן א גאנצע ישועה געפּוילעכץ, און דער עולם פארסמאקעוועצעך אויף זיין חשבון מיט פרעסעריי וואס מיר האבן נאך נישט געזעין מאז היתה לגוי.

מיר שיינט אז ביז פינף יאר וועט מער נישט זיין אזא זאך ווי קויפן עסן און דעים געהויבענעם טאג ווי ישועות בו מקיפות, מען וועט זיך אריין זעצען אין א רעסטעראן און זיך לאזן מכבד זיין מכל טוב אדוניו, לייגן אויף ר' שייעלע'ס חשבון, פריוון זאל ער פאדערן באצאלדינג וועט מען אים פרעיגן הא ביזט א אויבער חכם, ווייסטו דען נישט אז היינט צאלט ר' שייעלע אויב ווילסטו אויס לעיבן ס'יאר.

עס ווערט איבער געגעיבן דורך סאנדער'ס בעקעריי אז פאר צוויי יאר ציריק האט ער געבאקן טוראש דעלקעלעך פערציג פינט, פאריאר בערך הינדערט, היי יאר דריי היהדערט פונט טשיז דעלקעלעך לעילו נשמתו, דאס רעכענט נישט אריין אלע אנדערע פרעסעריי לחיים'ס וואס ווערט אפגעבאקען ביי אנדערע בעקערייען, זעין מיר ווי עס בריעט זיך א נייע יום טוב ביי כלל ישראל, מיט גרויס האפענינג אז עס וועט נאך ברעינגען שיין רווח פאר אימעצן, א שטייגער ווי חי ראטל משקה, וועט מסתם זיין חי דעלקעלעך פאר ר' שעיה'לע פין קארעסטיר, מיט א ישועה גאראנטיד.
דאנערשטאג אפריל 30, 2015 11:15 pm#271555
עס איז א זיכערע ישועה פאר די בעקערייען און פרעסטוראנטן... ניין? איינער איז מנדב 300 סענדוויטשעס....
פרייטאג מאי 01, 2015 12:01 am#271566
ירח בן יומו האט געשריבן:חידה:
וואו איש די ערשטער מקור אז לג בעומר איז די יארצייט פון ר' שמעון בר יוחאי?
(ס'איז נישט קיין גמרא, נישט קיין מדרש, אויך נישט קיין זוהר........)


כ'האב שוין געשריבן אין שכינות'דיגע אשכול אז די מקור איז פון ר' חיים ויטאל, אויף וואס די חיד"א שרייבט שוין אז ס'איז א ט"ס. ס'איז געשטאנען "יום שמחתו" און דער דריקער האט עס פארטוישט אויף "יום שמת בו"
פרייטאג מאי 01, 2015 12:18 am#271571
Re: ל"ג בעומר
דער קערעסטירער מנהג איז נאך נישט אנגעקומען קיין לעיקוואוד. וואס טוט מען אין אונגארען לכבודו?
מיטוואך מאי 06, 2015 5:27 pm#272998
יישר כח
מיטוואך מאי 06, 2015 5:28 pm#272999
אבער ווי זעהט מען די הדלקה? די ריקודים וכדו'?
מיטוואך מאי 06, 2015 5:31 pm#273002
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער קערעסטירער מנהג איז נאך נישט אנגעקומען קיין לעיקוואוד. וואס טוט מען אין אונגארען לכבודו?

מען האקט און מען פרעסט מצאת החמה עד אשר יצר
מיטוואך מאי 06, 2015 5:33 pm#273003
Why cant i see anything from that link ?
מיטוואך מאי 06, 2015 5:34 pm#273005
דא קען מען זעהן די ריקודין אויכעט נאר יעצט איז ער אביסעל אווקעגעגאננגען און איז אראפ די בארג מען זאל קענען זעהן אביסעל פון דארט אויכעט
מיטוואך מאי 06, 2015 5:43 pm#273008
מזעהט פיין
מיטוואך מאי 06, 2015 6:03 pm#273010
Re: ל"ג בעומר
היינט אויף 18 עוו. האב איך געזען אינגעלייט לייגן אריין אי פריוואטע טראקס פון די בעריקעידס פון די פארעיד איינער ווייסט פשט?
מיטוואך מאי 06, 2015 6:11 pm#273013
--
מיטוואך מאי 06, 2015 8:19 pm#273038
מען זעהט נישט יעצט
מיטוואך מאי 06, 2015 10:32 pm#273082
עס איז לג בעומר אויף דער וועלט און כלל ישראל 'פייערט', מען טאנצט ארום פייער און מען זינגט אומפארשטענדליכע ווערטער איבער קשרי שי''ן און אף גילת כותרת על עיש, ספעציעל שווער ווערט ביי די ווערטער ל''ב נתיבות ראשית תרומה וואס חוץ פון דעם וואס מען האט נישט קיין השגה וואס מען זאגט, מאכט דאס  אויך לאגיסטישע פראבלעמען וויאזוי דאס ארויסצוזאגן, מאנכע זענען מפשר אויף למד בית נתיבות, ווידער פאר אנדערע הערט זיך דאס פרעמד און דעריבער זאגט מען שנעל שלשים ושתים נתיבות אפהאקנדיג דעם שנעלן ספרדישן ריטעם. (אך ווי אויפגעהייטערט מען ווערט ווען מען האלט שוין ביים לעצטן שטיקל אשרי יולדתך דא פילט זיך דער עולם in, און מען קען זיך פשוט נישט געזעגענען דערפון ).

זיצט מען ארום געדעקטע טישן און מען טרינקט מים חיים סאדע און מען הערט זיך צו צו די פארשידנארטיגע בעלי דרשנים וועלכע פרובירן יעדער איינער אויף זיין שטייגער ארויסצוברענגען דעם קדושת היום און שלעפן  צוזאם שטיקלעך זוהר, חסידישע ספרים, און ווערטלעך פון גוטע אידן, צו מאכן עפעס א שטיקל מקור פאר עפעס וואס האט נישט קיין מקור. איינס פון די זאכן וואס מען האט געטראפן איז ווי פאלגענד : נאכדעם וואס קבלה איז פארשפרייט געווארן צווישן אידן איז אנגענומען געווארן אז די זיבן טעג פון ספירה האבן שייכות מיט זיבן פון די ספירות ד.ה. די לעצטע זיבן, און ווען עס איז פארפולקאמט געווארן די שיטה האט עס געלויטעט אז די זיבן טעג פון יעדע וואך זענען אויך קעגן די זיבן ספירות באופן אז יעדער איינער גייט אינאיינעם מיט יעדן, געוויסע מקובלים האבן זיך דאן איינגעפירט צו זאגן פארשידענע תפילות און קאפיטלעך נאכן ציילן ספירה צוליב די רמזים, און טראץ דעם מחאה פונעם גאון דער חק יעקב קעגן דעם וואס המון עם האט זיך דאס גענומען זאגן האבן אבער חסידים אויפן אינציאטיוו פונעם בעל התניא דאס איבעראל איינגעפירט און איז היינט געדרוקט אין אלע סידורים של נוסח ספרד (עס איז אויך מעגליך אז דאס האט א שייכות מיט דעם וואס גאר אסאך קליינע מצוות ווצב''ש קידוש לבנה האבן צובאקומען דעקונג ע''ד הרבה צבאה לפייסה ואכ''מ).

איז אזויווי לויט דעם אויבנדערמאנטן חשבון קומט אויס לג בעומר בספירת הוד שבהוד האבן זיך דרשנים און מגידים צוגעכאפט דערצו ווי א געבראטנס, פארשידענע ערליי רמזים און פשטים זענען געבויט געווארן דערויף אזש די שמחה האט זיך שוין אריבערגעגאסן און די גאנצע וואך פון הוד זאגט מען נישט קיין תחנון און יעדער חדר אינגל ווייסט '' וואס הייסט, עס איז דאך הוד? ''.

וויל איך דא מודיע זיין צערי לרבים, לדאבוני האב איך נאכנישט זוכה געווען צו פארשטיין וואס איז די גרויסע שמחה  מיט הוד? אי ווייל עס איז שיין, תפארת איז נאך שענער, צי ווייל עס איז די מדה פון אהרן הכהן, נו, אברהם יצחק יעקב זענען עפעס אוועקצומאכן? , האב איך מיך געואנדן צו איינעם וואס פארשטייט אין די קליינע אותיות, זאגט ער גאר אז הוד איז פון די חמש גבורות! דריי איך מיר אזוי ארום אליין און וואונדער זיך, מילא די וואס זענען שוין העכער פערציג  זיי האבן דאך שוין אודאי דורכגעלערנט כתבי האריז ''ל ביזן סוף, אבער די יונגעלייט און בחורים, ווער האט זיי אויסגעזאגט דעם סוד?

_______
ללומדים : ובחת''ס מביא בשם הגריעב''ץ שהוא ע''ד  כולם שאמרו חייב זכאי שהוא ב' פעמים דין, והקשה עליו א''כ ישמחו יותר בגבורה שבגבורה, והוא כתב שהוא בבחינת מיין נוקבין מלמטה למעלה בהיפוך ומתחילין במלכות וא''כ בל''ג הוא תפארת שבתפארת.
מיטוואך מאי 06, 2015 11:20 pm#273092
Re: ל"ג בעומר
ביי אינז אין ד׳ליטא האט מען געויסט אז אין די ימי ספירה, לערנט מן די ׳מ״ח דברים שהתורה נקנית בהם׳ , יעדן טאג איינס (ובמ״ט חוזרים על כולם)

כך ידוע בשם הגר״א קוטלר, וע״ע בספר חכמה ומוסר ח״א ע׳ תכז. ובאור רש״ז פ׳ אמור...

ולולא דמסתפינא וואלט איך איינגעפיהרט אין די סודורים ,
במקום צי זאגן ׳שפגמתי בספירה הוד שביסוד..׳.
העמיר זאגן ״שתקנתי היום במדת מיעוט שחוק מ׳המ״ח דברים שהתורה נקנית בהם.....

אין אזאוי ווייטער בכל יום....

לולא דמסתפינא.....כמובן


Sent from my iPhone using Tapatalk
דאנערשטאג מאי 07, 2015 12:29 am#273112
Re: ל"ג בעומר
איז אזוי, בעצם די גאנצע ענין פון מאכן א הדלקה ל''ג בעומר איז דאך להרבות שמחה, משום איזה סיבה ווערן מענטשן גאר הייפער ווען זיי זעען א פייער, און ווי גרעסער אלץ מער העפי, האבן רבי'ס איינגעזען אז משמח זיין אידן איז גאר א געהויבענע זאך האבן זיי גענימען פאר זיך די ארבעט -וואס באלאנגט בעצם פארן שמש- אנציצינדעם דעם פייער, און זיך פארענען מיט די אויל און די וואטע,
על כן נראה לי להלכה אז בזמנינו וואס די עיקר שמחה קומט פון די מוזיק, זאלן די רבי'ס עוסק זיין אין צישטעלן די ספיקערס, מען זאל ברענגען די גרויסע סםיקער מיטן ווייער, די רבי זאל דרייען מיטן ווייער שבע ספירות און דערנאך עס איינשטעקן, וכל העם יראו וירונו,
דאנערשטאג מאי 07, 2015 2:21 am#273148
יא די אשכול איז זייער פאסיג.

מיט צען יאר צוריק איז געווען איין קליינע פייער אין גאנץ וויליאמסבורג, היינט ברענט ביי יעדע ווינקעל, שוין דא מער פייערס ווי ביי שריפת חמץ.

סהאלט זיך אינמיטן דעוועלאפן א נייע יום טוב ביי כלל ישראל, איך זעה פאר אז איין טאג גייט מען נאך גיין מיט שטריימלעך לג בעומר, (איך גיי זיין די פאני מענטש וואס גייט נאך גיין מיט א היט ווי א אויבער חכם) סוועט זיין א גאנצע דיון צו מ׳דארף אויך גיין ווייסע זאקן, סוועט אריינגיין און גדר פון מבזה מועדים

אויב אונזערע אייניקלעך וועלן נישט גיין צו קיין פייער וועט מען זיי נאך פארהאלטן היתכן ביזט אזא קאלטער יוד, אזוי ווי אונזערע זיידעס זאגן אונז פארן נישט גיין צו מים שלנו.

יעדער וואס האט דא א ביזנעס זאל וויסן אז איינטאג גייט מען נאך מוזן געבן א יום טוב באונעס פאר די ארבעטער לג בעומר.

Developing
דאנערשטאג מאי 07, 2015 7:52 am#273157
מיין ווייב האלט מיך פאר פארוואס איך בין אן אויבער חכם און גיי נישט צו קיין פייער לג בעומר?

Unbelievable!
דאנערשטאג מאי 07, 2015 7:59 am#273158
מ'זעט וואס איז געווארען פונ'ם עם קשה ערף, מ'לאזט זיך בלאזען פאר יעדער ווינט.
בעיקר דארף מען פרעגען די אלע פלעצער וואס לאזען זיך אסאך זאכען וואס די הלכה און דער שכל האלט נישט אויס, מיט'ן טענה אז 'אזוי האט מען זיך געפיהרט, אזוי האט דער רבי זכרונו לברכה געהייסען, אזוי האבען מיין זיידעס געטוהן', און שכל מיט הלכה שטופען זיך ארויסצוטאנצען פון פענסטער פאר אזעלכע שווערער וויכטיגע טענות. יעצט ווען מ'הערט אז ס'איז דא קאושע"ר ענטערטעינמענ"ט אדער דער פחד אז מ'וועט גייען צו א צווייטען, זענען זיי גרייט איינצופיהרען א ספרדיש'ע מנהג, און נישט נאר אלע ספרדים נאר א קליין צאל ספרדים, און פון דעם מאכען א גאנצע טאראראם. מ'שטערט מענטשען פון שלאף, מ'באנוצט זיך מיט רעגירונג'ס פארבינדונגען פאר מינדערוועכטיגקייט'ס, מ'שטינקט אן די גאסען און מ'באלעמוטשעט טאטע'ס און קינדער אין גרויסען, און די גאר וויכטיגע פעלזען שטארקער יסוד פון 'טאטע, באבע, מסורה, קעבע' איז שוין נישט קיין ארטיקעל. און אזוי גייט מען וויידער ציען א דור אויף לגיונות מיט אינטערעס'ן.
א גאנצע ווערטשאפט פון שקר.
זונטאג מאי 10, 2015 9:46 pm#273900
מה כל הרעש אז מען מאכט נאך א מנהג פון ארץ ישראל?! און אז רביס מיט זייערע חסידים האבן א טשענס זיך משמח צו זיין און נאך אפשר ווייזן אז זייי טויגן?
אין שטערן פון שלאף! גיי צו יעדן הדלקה עסטע זעהן ווי אלע ווינדאוס און פארטשעס זענען פול מיט פרייליכע שכנים
זונטאג מאי 10, 2015 10:51 pm#273918
Re: ל"ג בעומר
איך האב בעיקר געפרעגט אן אנדערע שאלה. אז דו ביסט גרייט איינצופיהרען א פרעמדע מנהג לצורך השעה, הייסט'ס דו מאכסט חשבונות מיט דיין מנהגים. פיין און וואויל. אבער יעצט ווען דו פאר'עקשנסט זיך אויף א מנהג, איז דאס נישט מחמת דער חשיבות פון א מנהג נאר אויך מיט'ן נישט אנערקענען דער חשבון פארוואס אויפצוגעבען. אז מ'איז מבזה א תמימות'דיגע ספרד'ישע איד פאר'ן נישט זאגען קץ ביי קדיש, איז דאס נישט וועגען דער טייערע 'מנהג' (טעות) פון צולייגען א ווארט אריין אין מיט'ן די צען ווערטער פון בעלמא ביז משיחיה, נאר ווייל מבזה זיין א איד איז נישט אזא וויכטיגע חשבון ווי ברענגען א מנהג פון א טייל פון ספרדיש'ע אידען אין א''י.
מאנטאג מאי 11, 2015 8:58 am#273973
איך האב געהערט היי יאר א אינטערעסאנטער מראה, א אידל (נאמען געהאלטן אין געהיים) נעמט א קליינע בעיג, לייגט עס אראפ אויפן פלאר, צינדט עס אינטער, נעמט א זמירות'ל, זאגט בר יוחי מיט ואמרתם, און קיקט אויפן פייערל ביז עס פארלעשט זיך, און פיצט אפ,
מאנטאג מאי 11, 2015 9:17 am#273974
Re: ל"ג בעומר
מאכט מען שוין געשמאק אביסל דעם אידישקייט, און מ׳געט זיך אויס זקנים ונערים טאנצן און שפרינגן ביי א פייער. האט מען ווייטער טענות.

אדרבא זאל זיך פארמערן נאך אזאלעכע געשמאקע מנהגים, זאל מען אפיק ברענגן פרייליכע מנהגים פון בענגעלאדעש פאר אלל איי קעיר.

העיטערס גאנע העיט העיט העיט העיט

שעיק איט אפ שעיק איט אפ וכו׳ וכו׳ וגו׳
מאנטאג מאי 11, 2015 9:37 am#273978
פליקער האט געשריבן:איך האב געהערט היי יאר א אינטערעסאנטער מראה, א אידל (נאמען געהאלטן אין געהיים) נעמט א קליינע בעיג, לייגט עס אראפ אויפן פלאר, צינדט עס אינטער, נעמט א זמירות'ל, זאגט בר יוחי מיט ואמרתם, און קיקט אויפן פייערל ביז עס פארלעשט זיך, און פיצט אפ,


שומעים את הנראה אדער רואים את הנשמע?
מאנטאג מאי 11, 2015 9:41 am#273980
Re: ל"ג בעומר
געוואלדיג האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:איך האב געהערט היי יאר א אינטערעסאנטער מראה, א אידל (נאמען געהאלטן אין געהיים) נעמט א קליינע בעיג, לייגט עס אראפ אויפן פלאר, צינדט עס אינטער, נעמט א זמירות'ל, זאגט בר יוחי מיט ואמרתם, און קיקט אויפן פייערל ביז עס פארלעשט זיך, און פיצט אפ,


שומעים את הנראה אדער רואים את הנשמע?

א לעכט איז נישט בעסער אדער מער נארמאל?
פליקער האט געשריבן:איך האב געהערט היי יאר א אינטערעסאנטער מראה, א אידל (נאמען געהאלטן אין געהיים) נעמט א קליינע בעיג, לייגט עס אראפ אויפן פלאר, צינדט עס אינטער, נעמט א זמירות'ל, זאגט בר יוחי מיט ואמרתם, און קיקט אויפן פייערל ביז עס פארלעשט זיך, און פיצט אפ,
מאנטאג מאי 11, 2015 9:46 am#273981
Re: ל"ג בעומר
מ'מאכט עפעס געשמאקער, אבער נישט דער אידישקייט. פארוואס נישט סתם מאכען זינטיג נאכט דענצינ''ג מיט קאקטעיל''ס צו מאכען דער 'אידישקייט' געשמאק?
אגב, דער חתם סופר איז אויך געווען א העיטע''ר?
מאנטאג מאי 11, 2015 12:13 pm#274017
ליטוואק, לענ"ד יעדע זאך וואס מען קען פארבינדן צו אידישקייט מאכט אידישקייט געשמאקער.
אז דו טאנצט בר יוחאי לכבוד רשב"י ביי א פייער און איינער האט הנאה פון די עקשאן, וועט ער האבן נאך א סטעפ צו דארפן דורכגיין בעפאר עס דארף באשליסן צי עס לוינט אים צו גיין אט"ד,
זינגען דענצינג מיט קאקטעילס (אגב וואס מיינט עס?) קען דער גוי פונקט אזוי, ממילא וועט דאס נישט זיין אן אפהאלט פאר איימיצן פון גיין סאוט בלע"ז,
און וועגן דעם חת"ס, חוץ כמה וכמה טעמים, איז אויך א ריזן חילוק פון זיין דור ביזן היינטיגן, ס'איז זייער יתכן אז היינט וואלט ער אנדערש געשריבן.
מאנטאג מאי 11, 2015 12:47 pm#274028
Re: ל"ג בעומר
קאקטעיל''ס איז א טרינק געמישט געווענדליך מיט אלקאהאל און עפעס זיס, ווי וואדקע מיט מאראנצ'ן זאפט, צו סקאט''ש מיט קוקא - קולא. גויים פארברענגען אזוי מיט מוזיק און ראמאנטישער טאנצען. ס'איז א וועג פון פארברענגען ביי זיי, מערצעשעם ביי אונז אויך.
אלס יינגעל בין איך געגאנגען אין גאס מיט מיין טאטע זז''ג ליל שמיני עצרת און מיר זיינען אריבער א חסידיש'ער ביהמ''ד, וואס ביי זיי פיהרט מען זיך צו טאנצען הקפות ליל שמ''ע אויך. זייענדיג יונג האב איך זיי מקנא געווען. האט מיין טאטע זז''ג מיר פארציילט אז די קינדער פון בריסקער רב זענען אמאל אריבער א חסידיש'ער שטיבעל ליל פסח, וואס ביי זיי האט מען אנגענומען דער מנהג הספרדים צו זאגען הלל מיט א ברכה אין ביהמ''ד נאך מעריב (נישט ווי דער רמ''א). די בריסקער רב'ס קינדער זענען נתפעל געווארען פונ'ם התלהבות פונ'ם הלל. האט דער בריסקער רב זיי געזאגט ''ווען מ'דארף יעצט זאגען הלל, איז דא וואס נתפעל צו ווערען. ווען מ'דארף אבער נישט זאגען, איז דער התלהבות אויף גארנישט. אלס ווענד זיך אויפ'ן מצוה. ביי אונז יוצאי אשכנז זאגט מען נישט הלל, מילא איז נישט דא וואס נתפעל צו ווערען'.
איך האף דער עולם קען פארשטייען דער נמשל און נישט זיך ספראווען אויפ'ן משלים.
זונטאג מאי 14, 2017 2:00 am#370844
Re: ל"ג בעומר
יאפ נאך צוויי יאר, פרישער וואלט נישט געחלום'ט וואס ווערעצקי וועט אנווערטשאפטן דא,
התחלות האשכול איז 4 יאר ציריק.
זונטאג מאי 14, 2017 4:01 pm#370908
און there we go, די סגולות פעקטארי'ס זענען אריין אין אווערדרייוו.

Segulot for Lag Ba'Omer:

1. *⚠Light candle for R Shimon Bar Yochai. Some light 17 candles, because it's 17 days between Lag Ba'Omer and Shavuot- so we asking for this 17 days to be good days.*

2. *⚠It's a day to pray for zivug. Hilulla = Wedding Also R. Shimon bar yochai himself got married on that day(lag Ba'Omer).* *Ask HaShem for the zivug of your kids, siblings and friends.*

3. *⚠It's the day to pray and ask Hashem for Torah to be a part of our lives*

4. *⚠On that day we can ask for the house if we don't have one, because R Shimon bar yochai always moved from place to place, so he knows how difficult it could be to move all the time.*

5. *⚠It's a great day to pray for zera kodesh (children) and to buy bow and arrow, kids are like bow and arrows (Tehilim 127,4).*

6. *⚠To have guests- segula to have kids*

7. *⚠Parnassa - 18th of Iyar, in the dessert it was the first time when Bnei Israel received the Mann.*

8. *⚠To read 7 times perek 67 in Tehilim, this psalm has the most times words of gratitude to HaShem.*

9.  *⚠We have to be happy all day, not to be sad, upset or mad.*

10. *⚠Ask HaShem for help in raising good kids, kids who respect HaShem and parents.* *Kids that all their deeds and thoughts are for the sake of Heaven Ask HaShem to be good parents*

*Chag sameach!!!*

נופך משלי.
זאג א קאפיטל תהילים און בעט דעם אייבירשטן פאר א קלארן דעת, היינט איז א גרויסע סגולה פאר אביסל דעת. שמעון איז בגמטרי' שכל טוב לכל.
מיטוואך מאי 08, 2019 3:28 pm#429957
Re: ל"ג בעומר
פליקער האט געשריבן:אז מען רעדט שוין דא פונעם נייעם יום טוב אין אמעריקע וואס ווערט איוואלווד צי א אלמעכטיגן יום טוב, צי די פרייד פון אלע אידן דא וואס הינגערן פאר עפעס פריילעך'ס, וויל איך נעמען א נייע דוגמה פון א יום טוב וואס איך געדעינק נישט אז מען זאל האבן געהעריג באשמיעסט און קען זיין אז יא, אבער ווען איך העט וועין געהאט צייט וואלט איך געווידמעט א געהעריגע אשכול, נאר היות איך בין פארפלאנטערט געווארן, וועל איך נאר אנמערקן בקיצור.

די יארצייט פון ר' ישעי' פין קארעסטיר, עס איז געווארן און די לעצטע יארן א גאנצע ישועה געפּוילעכץ, און דער עולם פארסמאקעוועצעך אויף זיין חשבון מיט פרעסעריי וואס מיר האבן נאך נישט געזעין מאז היתה לגוי.

מיר שיינט אז ביז פינף יאר וועט מער נישט זיין אזא זאך ווי קויפן עסן און דעים געהויבענעם טאג ווי ישועות בו מקיפות, מען וועט זיך אריין זעצען אין א רעסטעראן און זיך לאזן מכבד זיין מכל טוב אדוניו, לייגן אויף ר' שייעלע'ס חשבון, פריוון זאל ער פאדערן באצאלדינג וועט מען אים פרעיגן הא ביזט א אויבער חכם, ווייסטו דען נישט אז היינט צאלט ר' שייעלע אויב ווילסטו אויס לעיבן ס'יאר.

עס ווערט איבער געגעיבן דורך סאנדער'ס בעקעריי אז פאר צוויי יאר ציריק האט ער געבאקן טוראש דעלקעלעך פערציג פינט, פאריאר בערך הינדערט, היי יאר דריי היהדערט פונט טשיז דעלקעלעך לעילו נשמתו, דאס רעכענט נישט אריין אלע אנדערע פרעסעריי לחיים'ס וואס ווערט אפגעבאקען ביי אנדערע בעקערייען, זעין מיר ווי עס בריעט זיך א נייע יום טוב ביי כלל ישראל, מיט גרויס האפענינג אז עס וועט נאך ברעינגען שיין רווח פאר אימעצן, א שטייגער ווי חי ראטל משקה, וועט מסתם זיין חי דעלקעלעך פאר ר' שעיה'לע פין קארעסטיר, מיט א ישועה גאראנטיד.
גוט יום טוב, עס האלט שוין נישט ווייט פון מיין פראדיקשן יארן צוריק.