זונטאג מאי 12, 2013 12:35 pm#114209
מימיני מיכאל ומשמאלי גבריאל
למעשה בין איך נישט געגאנגען צום מעמד הדר קבלוה. מיין זון האט מיר געפרעגט יענע נאכט פארוואס איך גיי נישט. זיין רבי האט געזאגט אין חדר אז יעדע ערליכע איד גייט צום כינוס. כ'האב אים מדחה געווען בקש אז ב"ה דער אייבישטער האט מיר געשאנקען א גוטע זכרון אין איך געדענק נאך גוט וואס מען האט גערעדט ביים ערשטע מאל און ס'פעלט נישט אויס צו מאכן חזרה יעדע שני וחמישי ווייל איינער גאטליב איז צושרויפט געווארן פון א כזיתים קליפ.
דער אמת איז, דאס לעצטע כינוס ליגט מיר נאך גוט אין די ביינער, ספעציעל מיינע שכנים. אויף מיין רעכטע זייט איז געזעצען איינער מיכאל, א וויזשניצער אינגערמאן וואס האט נאך נישט געהאט קיין חתימת זקן, ס'האט אויסגעזעהן ווי ער האט ער נאך בכלל נישט קיין סימני גדלות. אבער פון די אנדערע זייט האט ער האט שוין געהאט א פאר אינגלעך מיט זיך. כ'האב געטראכט צו מיר אז א בריסקער וואלט זיך מסתמא נישט משדך געווען מיט זיינע בנים אלץ חשש ממזרים.
אויפן שויס זיינע איז געלעגן זיין משומר טעלעפאן. כ'האב מיך געווינדערט וואס זוכט ער דא. ס'זעהט נישט אויס ווי ער האט שייכות מיטן גאנצען אינטערנעט. פאר אזעלכע אידן דארף מען נישט קיין כינוסים, ביי זיי איז די מעשה זייער פשוט: אז דער רבי האט געזאגט משומר טעלעפאון איז משומר און פארטיג. ער איז פון די סארט אידן וואס דער יצר הרע האט איבערגעהיפט אזוי ווי דער אייבישטער האט איבערגעהיפט די אידישע הייזער פסח ביי נאכט. ס'איז ביי אים לבו חלל בקרבו. דער יצר הרע איז ביי אים איז טויט. געשטארבן. געפייגערט.
איך קום צו די החלטה אז ער איז דא ווייל ס'איז דא אן עקסטערע הנאה פון הערן וואספארא שקצים עס זענען פארהאן און וואספארא גראבע עבירות אידן ווערן נכשל. אז נאכדעם זאל מען זיך קענען קלאטשען די בייכל ב"ה שִֹישִֹו מעי, אַה, מיר זענען ריין פון די אלע איבלען און אומווערדיקייטן.
אויף מיין לינקע זייט איז געזעצען איינער גבריאל, א קילער יינג מיט זיין אייפאון אין דער האנט און געהאלטן אין איין קראכן בילדער און כאפן קליפס כאילו די גאנצע כינוס איז איין שטיק זשאוק. עס האט מיר אויסגעזעהן אז ער איז פון די יעניגע וואס זייערע ווייבער גייען מיט א טבעת אינעם טבור, און גיב עס נאך א פאר יאר איז ער אויף דר. פילל'ס שאוי און בארעדט אלע פרומע. ביי אים איז די מעשה געווען פארקערט, ער איז געקומען לועג לרש'ן אויף די פרומע. זיך באסמאקעווען מיט יעדע איסור וואס ווערט נתחדש. אזוי אז די אונטערשייד צווישען אים- דער פיצא פרעסער- און דער וויזשניצער-דער קוגל עסער- זאל ווערן גרעסער.
און אני הקטן בין געזיצן אינדערמיט מיט מיין האלב צופליקטע טעלעפאן, ס'איז נישט משומר און ס'איז נישט קיין אייפאון, סאיז נישט קיין טעקסט פריי אבער אויך נישט קיין G4. און איך פאנג אן צו כאפן וואס עס איז מיר אזוי אומעטיג אויפן הארץ. איך פיל ווי א אָבל צווישן חתנים. דער מימיני מיכאל איז פריילעך און צופרידן ער האט געשוואוירען טרייהייט פארן רעכטן עקסטרעמע לאגער און קוקט נישט צוריק, ער איז צופרידן מיט זיין אבאמא פאון. און ווילאנג מען דארף נישט עפלייען פאר פאוד-סטעמפס אנ-ליין איז אלעס בסדר. און דער משמאלי גבריאל איז אויך אויף א הֵיי, ער איז ראשון ורובו אינעם לינקן לאגער, ער לאכט פונעם פרומער מיט אזא מין לאך וואס חז"ל האבן גע'אסר'ט זינט חורבן בית שני.
אבער איך בין עפעס נישט אהער און נישט אהין. איך זיץ מיט מיין פאון וואס איז מיט איין פיס אינעם נייעם מילעניום און דער אנדער פיס איז נאך ערגעץ אינעם מיטעל אלטער. ס'איז נישט אויף קידוש און נישט אויף הבדלה. איך קען מיך נישט אידענטיפיצירן נישט מיטן מיכאל און נישט מיטן גבריאל. דער גאנצער מצב דערמאנט מיך אין דאס וואס רבא האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: לא איברי עולם הזה אלא ל'אחר' ולא איברי עולם הבא אלא ל'חנינא בן דוסא', אלע אינדערמיט זאלן גיין קלאפן בַּארן.
איך טראכט צו מיר אז קען זיין דאס איז די סבה פארוואס איך בין נישט געגאנגען דאסמאל צום כינוס, כדי נישט צו שפירן נאכאמאל דעם געפיל וואס די נפילים האבן געשפירט ווען זיי זענען געפאלן פון הימל און געבליבן הענגען צווישן שמים וארץ.