Under maintenance
הויפט זייט » חתונת נכד הראשון של אדמו"ר מבעלזא

חתונת נכד הראשון של אדמו"ר מבעלזא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3805
מוצ"ש מאי 18, 2013 10:30 pm#115380
חתונת נכד הראשון של אדמו"ר מבעלזא
די בעלזא חתונה דעם וואך אי"ה בשעה טובה ומצהלות, איז ווערד אן אשכול.
איך בין נישט דא אויסן צו ריפארטען די חתונה מיט אלע דעטאלען, אבער אפאר נייעס'לעך און אויך עצות...

א) נייעס: בעלזא חסידים זענען געגאנגען די וואך שבת מיט ווייסע זאקן, אנשטאטס די שווארצע. געפרעגט א בעלזא'ן חסיד "מהי האי?" זאגט ער: "שבת נאך שבועות!"...

ב) עצות: היות ס'דרייען זיך ארום עטליכע 100 לעבעדיגע אלמנות, וואלט איך גע'עצה'ט זיי זאלן מאכן א גרויסע שלאשידות אין די בעלזא זאל, און דערנאך א צענטראלע הבדלה. פארוואס דארפן זיי זיך שלעפן צו שכנים צו הערן הבדלה?
מוצ"ש מאי 18, 2013 11:02 pm#115387
אויב קענען די בעלזא חסידים אליינס דא געבן אפדעיטס, און האלטן די חברי השטיבל אינפארמירט מיט די גרויסע שמחה, תשואות חן חן להם,
איך וויל וויסן צו עס איז אמת
אז עס גייט נישט זיין קיין מוזיק נאר תופים ביי די חתונה כמנהג ירושלים ? אויב איז עס אמת מאי שנא מחתונת אהרן מרדכי ?
קומען איינער פון די גרויסע שוואגערס צו פארן ? אדער שיקן זיי איינעם בשליחת ? אויב יא וועמען
א דאנק פון פארויס, אויף די טירחא פון אונז מיטיילן דעטאלן פון די גרויסע שמחה,
וביום שמחתכם נשיב לכם כגמולכם הטוב
מוצ"ש מאי 18, 2013 11:13 pm#115390
ר' אהרן מרדכי'ס חתונה איז אויך געווען אין ירושלים?
זונטאג מאי 19, 2013 12:34 am#115419
אויס מענטש האט געשריבן:
אויב קענען די בעלזא חסידים אליינס דא געבן אפדעיטס, און האלטן די חברי השטיבל אינפארמירט מיט די גרויסע שמחה, תשואות חן חן להם,
איך וויל וויסן צו עס איז אמת
אז עס גייט נישט זיין קיין מוזיק נאר תופים ביי די חתונה כמנהג ירושלים ? אויב איז עס אמת מאי שנא מחתונת אהרן מרדכי ?
קומען איינער פון די גרויסע שוואגערס צו פארן ? אדער שיקן זיי איינעם בשליחת ? אויב יא וועמען
א דאנק פון פארויס, אויף די טירחא פון אונז מיטיילן דעטאלן פון די גרויסע שמחה,
וביום שמחתכם נשיב לכם כגמולכם הטוב

By r' Aron Mordechai's wedding there was also no music only an acordian which was for rythm only. I know that R'Aron is sending his son in law R'Yosef Rokeach and his garndson (also Rokeach, a brother of R'Yosef) and that Viznitze Rebbi R'mendel is coming for Shabbos Sheva Brochos.
I also got this:
האד' מויזניץ בס"ג קרא לחסידיו להשתתף בשמחת בעלזא. קו החשיפות: "גיסי האד' מבעלזא מחתן נכד ראשון, זוהי שמחה גדולה עבורנו ומובטחני כי אבי זצ"ל ישתתף בשמחה"

עוד מדברי האד' מויז'ניץ: "אמנם לא חסר לו מנין ב"ה אך לאור ששמחתו - שמחתנו, אברכים שיכולים ישתתפו בשמחה לכבוד אבי".
זונטאג מאי 19, 2013 8:59 am#115542
יא אהרן מרדכי חתונה איז געווען אין ירושלים.
לבי במזרח זאגט אז סאיז געווען נאר קארדיון, מעגליך, אויף די קליפס פון די חתונה סאונד יא ווי עס איז דא מוזיק.
אלנפאלס, יישר כח, פאר די אפדעיטס, האלט אונז ווייטער אינפארמירט
זונטאג מאי 19, 2013 2:03 pm#115631
נעכטן נאכט פארגעקומען גרויסע פארשפיל (מיט מוזיק)
זונטאג מאי 19, 2013 2:12 pm#115636
כמובן ווייל די תקנה פון מוזיק איז נאר פאר חתנות.
זונטאג מאי 19, 2013 2:59 pm#115656
שמועה שמעתי אז הרה"צ אהרן מרדכי טוט נאך א שידוך די וואך ? קען דאס איינער מברר זיין?

געהערט האב איך מיט איינעם פינק
זונטאג מאי 19, 2013 4:25 pm#115694
איך בין באמת פרייליך פארן בעלזא'ן רב.
מיט א פילן מויל קען ער זאגן: תערוך לפני שלחן נגד צוררי!
זונטאג מאי 19, 2013 5:31 pm#115721
זייער א נארישע וויץ אויפן חשבון פון א מנהיג ישראל
זונטאג מאי 19, 2013 5:57 pm#115746
אויב מיט "מנהיג ישראל" מיינסטו אדמו"ר מבעלזא, פארשטיי איך נישט וואו דו זעהסט דא א שמעק פון נארישקייט.
אויב מיט "מנהיג ישראל" מיינסטו דעם זעלבען וועם איך מיין מיט "צוררי", דאן פארשטיי איך פונקטליך וואס ס'באדערט אייך, אזוי גייט עס, סוף הכבוד לבוא.
זונטאג מאי 19, 2013 7:44 pm#115799
וועלכע טאג קומט פאר די חתונה?
זונטאג מאי 19, 2013 7:49 pm#115800
יום שלישי.
זונטאג מאי 19, 2013 8:16 pm#115811
שלשלת האט געשריבן:נעכטן נאכט פארגעקומען גרויסע פארשפיל (מיט מוזיק)

ביים טיש זעהט מען נאר תופים
און מען הערט א קארדיון
מאנטאג מאי 20, 2013 3:35 am#115964
אט איז א בילד פון די שאטער ווי די חתונה וועט געפראוועט ווערן

(כהאב מיר גערישט אויף עפעס מער גיגאנטיש)
מאנטאג מאי 20, 2013 9:32 am#115995
בעל הבית האט געשריבן:שמועה שמעתי אז הרה"צ אהרן מרדכי טוט נאך א שידוך די וואך ? קען דאס איינער מברר זיין?

געהערט האב איך מיט איינעם פינק

I also heard that a daughter is becoming a kaleh
מאנטאג מאי 20, 2013 1:35 pm#116063
דער בילד איז פון דער בעלזער חתונה וואס קומט פאר מארגן. בטעות ארויסגעקומען פריצייטאג
מאנטאג מאי 20, 2013 1:41 pm#116070
לא מאמינה.

אמיתית?
מאנטאג מאי 20, 2013 1:49 pm#116073
עס וועט קיינעם גארנישט העלפן, עס וועט זייו סאך א גרעסערע עולם, דאס בילד איז מסתמא פין א שבע ברכות אין מאקווע אין כפר אתא
מאנטאג מאי 20, 2013 2:15 pm#116079
איז דא א חתן מאל היינט?
מאנטאג מאי 20, 2013 2:25 pm#116081
איך פארשטיי טאקע נישט פארוואס זיי גייען נישט אין עפעס א ריזיגע זאל, זיי האבן עפעס אזא שגעון (אדער טרעף עפעס א בעסערע ווארט) אז עס זאל זיין דוקא אין קרית בעלזא?
מאנטאג מאי 20, 2013 2:32 pm#116084
יא. ווייל אין בעלזא זאגט מען נישט, יענקל די פארסט קיין ארץ ישראל צום חתנוה ?

נאר אזוי, יענקל פארסט קיין בעלזא ?

אזוי וועט פרעגן א באבובער איד פין לאנדאן ,פארסט קיין באבוב
מאנטאג מאי 20, 2013 2:45 pm#116087
בעל הבית האט געשריבן:יא. ווייל אין בעלזא זאגט מען נישט, יענקל די פארסט קיין ארץ ישראל צום חתנוה ?

נאר אזוי, יענקל פארסט קיין בעלזא ?

אזוי וועט פרעגן א באבובער איד פין לאנדאן ,פארסט קיין באבוב


גוט!! די לץ איז בעק!!! האסט נאך גוטע ווערטלעך?
מאנטאג מאי 20, 2013 6:21 pm#116148
נו, עפעס אפדעיטס?
דינסטאג מאי 21, 2013 3:26 am#116286
פארשפיל מוצש"ק