דאנערשטאג מאי 23, 2013 11:32 am#117189
מעמד אדיר "לשמור ולעשות" אלף קרח אין וומס"ג קעגן אינטערנעט
נו שוין ווידער עפעס א מעמד. ניין איך בינישט געווארן קיהל חלילה, סארי אלע קילעה ניקים. אבער דאך די אלע כינוסים יעדן ראשון ושישי הייבט אן צו טראגן דין אויף מיר. און יעצט רעדט מען פון אן גרויסן אסיפה ויקרא שמו "לשמור ולעשות" אום אלף פרשת קרח (נישט פארמישן מיט אלף שמות) דער ציהל מיטן פראטעסט איז "צו נעמען דאס אויפקלערן די דענזשער פונעם נעט צום נעקסטן העכערן שטאפל". ס׳וועט פארקומען אין ווילי אינעם גרויסן לאט "יוניאן לאט" יוניאן קארנער וואלאבאוט בראשות אדמור מסאטמאר ווימסב״ג.
אויף אן אנפראגע צו איינע פון די עסקנים צי מקען ערווארטן נאך אן אסיפה "ולקיים את" נאכן זומער? האט ער נישט געוואלט קאמענטירן, נאר אונז פארזיכערט אז דער ראש העסקנים האט א גרויסן סידור אפען, און ווילאנג ס׳וועט זיין נעמען וועט זיין כינוסים...
א ווארטזאגער פאר על גאור, דער ערפינדער פונעם פראטעסטירטן, מודה געווען פארן שרייבער פון די שורות אז די אלע פראטעסטען נעמט א טאלל פון זיין באסס, אבער ער איז קאנפידענט אז דער נעט איז דא צו בלייבן אן א פילטיר צי מיט.
ליצנית אינדערמיט, די אינפארמאציע איז אמת און כשרייב נאר וואס איך פיהל אז ס׳שוין טו מאטש, איך מאך נישט קאלט. און אפשר פיהל איך נישט גוט. אז סקומט סיי ווי פאר זאל עס זיין מיט הצלחה.

