Under maintenance
הויפט זייט » Dropouts or pushouts?

Dropouts or pushouts?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3898
זונטאג מאי 26, 2013 6:00 pm#118117
Dropouts or pushouts?
מע רעט די לעצטע צייט א סאך רעדען וועגען די פראבלעם פון חדרים און ישיבות אז מע ווארפט ארויס קינדער מיט בחורים און א סאך מאל אן וואס זיי האבען עפעס שלעכט געטוהן נאר ווייל זיי זענען נישט די מצינים.
צוויי וואכן צירוק איז געווען א אסיפה פון רבנים און בןציון טברסקי האט גערעדט (דער זון פון A.J.) האט ער געזאגט אז ביי יהדות החרדית איז כמעט נישטא קיין ׳דראפ אוטס׳ ס׳נאר דא push outs ניינציג פראצענט פון די בחורים אויפן גאס האבן נישט אליין מחליט געווען דארט צו זיין א ראש ישיבה האט זיי דארט געלייגט און די ווארט drop-outs האבן די ראשי הישיבות געגעבן כדי צו קענען בעסער שלאפן ביינאכט.
זונטאג מאי 26, 2013 6:16 pm#118124
WOW דאס איז א שטארקע סטעיטמענט
זונטאג מאי 26, 2013 6:19 pm#118125
איך ווייס נישט וואס דו רעדסט. מיר האבן א הערליכע קהלה, די שענסטע פון איבעראל.
אמת, ס'איז דא אפאר ארויסגעפאלענע, אבער זיי רעכנט מען נישט, די אויסוואורפן וואס זיי זענען.
אדרבה, צייג מיר אן נאך אזא שיין שטעטעלע אויפן כדור העולם ווי וויליאמסבורג!
זונטאג מאי 26, 2013 6:26 pm#118128
14 סיבות בן ציון טברסקי האט געזאגט די רבנים פארוואס בחורים זענען אויפן גאס

•The child who was expelled from yeshiva for disciplinary reasons. He/she has virtually no chance of return, and is branded as a reject, jeopardizing likelihood of admission elsewhere. Some time ago, the prevailing psak was that expulsion was permitted if the child was a rodef or would likely bring others down with him. Most all such brandings are simply untrue.

•A student chose to leave a yeshiva without plans to go to another one, discovering the hard knocks of denial of admission.

•A family relocates to a new neighborhood or city, and the child needs admission mid-year or mid-semester.

•The child has special needs, educational, language, medical, or psychological.

•A student was enrolled in a small school that decided late to not open that grade. Admission was already closed everywhere else because the school year was beginning.

•Child has divorced parents. School rejects all applications for admission from single parent families.

•Tuition from previous year was unpaid. Child is denied admission for following year. This can occur with divorced parents where the non-custodial parent is contracted to pay all or part of tuition and has defaulted.

•A child is about to graduate from 8th grade at a yeshiva/school that also has a high school level, but the two levels are labeled as different institutions, and have another admission process. Due to this lack of continuity, the high school reserves the right to deny admission to students who are academically mediocre. These kids are thrust into the new admission challenge.

•Many yeshivaless kids are walking wounded. They are victims of abuse, whether physical, emotional, or other. Once shamed by an authority figure, it is difficult to allow another to be trusted, and these kids just do not connect.

•The range of non-conforming and non-compliant behavior makes many kids unable and unwilling to stay in yeshiva.

•Kids at risk already engaging in behaviors including chilul Shabbos, smoking or using drugs, viewing movies, changing external appearances are generally unwelcome in most yeshivos. Sometimes this rejection extends to their siblings also.

•Children who have parents whose behavior is not to the liking of the school. Mother does not follow tznius standards, or father does not daven with minyan during the week. Yeshiva sets standards for parents as prerequisite for accepting children to yeshiva.

•A boy refuses to return to a yeshiva where he was bullied. He is refused by other yeshivos who suspect other issues. Original yeshiva only notes that this talmid was often involved in fights.

•A child has a sibling that accused a rebbe of abuse. This could have gone to beis din or secular authorities. The yeshiva now refuses to permit this child admission, and intervenes with other yeshivos to warn about litigious parents.
זונטאג מאי 26, 2013 6:42 pm#118134
ידען האט געשריבן:Tuition from previous year was unpaid. Child is denied admission for following year. This can occur with divorced parents where the non-custodial parent is contracted to pay all or part of tuition and has defaulted

אז דו שרייבסט דאס, וועל איך שוין מעתיק זיין וואס כ'האב פריער געשריבן אין מאחורי, און ס'איז וויכטיג ס'זאל דא אויך דערהערט ווערן:

דו דערמאנסט מיר וואס האט מיר ארויפגעברענגט בייז-בלוט דעם פארגאנגענעם שבת.

עס האט זיך געדרייט בראשורן אין די בתי מדרשים איבער דעם מוסד "למען אחי", וועלכע האט א ספעציעלע קעמפ און איז מקרב אידישע קינדער פון שטובער וועלכע פירן זיך נישט אידיש און פון פובליק סקולס... און בתוך הסיפורים ברענגען זיי דארט, אז זיי האבן אמאל געטראפן א קינד וועלכער האט געוואוסט איבער עשרה בטבת, און דער קינד האט געהאט חשק צו לערנען איבער אידישקייט, און ווען מען איז געגאנגען פרעגן זיין פאטער צי ער איז מסכים צו שיקן זיין בחור'ל אין א ישיבה, האט ער געענטפערט "אז ס'קאסט מיר נישט קיין געלט, פארוואס נישט". ממילא אז מיר געבן געלט ביים דינער קען מען ראטעווען אידישע נשמות...

דאן האב איך געשריגן אין מיין קאפ: "וואס בין איך שולדיג אז איך בין געבוירן אין א היימישע משפחה"? אז מיין טאטע וויל נישט - אדער קען נישט - צאלן די געפעפערטע פרייזן פון ישיבה, וועט מען אויך מאכן טיי אווענטס פאר מיר? אדער מען וועט מיר אהיימשיקן מיט א צעטל פארן טאטן "איר קענט נישט צוריקשיקן אייער קינד ביז אייער באלאנס איז באצאלט"?
זונטאג מאי 26, 2013 7:18 pm#118149
שמעקעדיג האט געשריבן:דאן האב איך געשריגן אין מיין קאפ: "וואס בין איך שולדיג אז איך בין געבוירן אין א היימישע משפחה"? אז מיין טאטע וויל נישט - אדער קען נישט - צאלן די געפעפערטע פרייזן פון ישיבה, וועט מען אויך מאכן טיי אווענטס פאר מיר? אדער מען וועט מיר אהיימשיקן מיט א צעטל פארן טאטן "איר קענט נישט צוריקשיקן אייער קינד ביז אייער באלאנס איז באצאלט"?[/b]

איך בין נישט אזוי באהאווענט, אבער איז טאקע דא היימישע בחורים וואס ווערן ארויסגעווארפן פון היימישע ישיבות (איך רעד נישט פון געסטראשעט, אדער אהיים געשיקט אויף א טאג), נאר ווייל ס'דא א שכר לימוד באלאנס? אויב יא, איז די עוולה באמת הימל-שרייענד.

ביי די רוסישע אידן איז זיכער אזוי, אז אויב וועט מען זיי נישט צושטעלן א אידישע חינוך פאר בחנם, וועלן זיי בלייבן חלילה אויף אייביג בלייבן דערווייטערט מתחת כנפי השכינה.
זונטאג מאי 26, 2013 7:57 pm#118159
שמעקעדיג האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:Tuition from previous year was unpaid. Child is denied admission for following year. This can occur with divorced parents where the non-custodial parent is contracted to pay all or part of tuition and has defaulted

אז דו שרייבסט דאס, וועל איך שוין מעתיק זיין וואס כ'האב פריער געשריבן אין מאחורי, און ס'איז וויכטיג ס'זאל דא אויך דערהערט ווערן:

דו דערמאנסט מיר וואס האט מיר ארויפגעברענגט בייז-בלוט דעם פארגאנגענעם שבת.

עס האט זיך געדרייט בראשורן אין די בתי מדרשים איבער דעם מוסד "למען אחי", וועלכע האט א ספעציעלע קעמפ און איז מקרב אידישע קינדער פון שטובער וועלכע פירן זיך נישט אידיש און פון פובליק סקולס... און בתוך הסיפורים ברענגען זיי דארט, אז זיי האבן אמאל געטראפן א קינד וועלכער האט געוואוסט איבער עשרה בטבת, און דער קינד האט געהאט חשק צו לערנען איבער אידישקייט, און ווען מען איז געגאנגען פרעגן זיין פאטער צי ער איז מסכים צו שיקן זיין בחור'ל אין א ישיבה, האט ער געענטפערט "אז ס'קאסט מיר נישט קיין געלט, פארוואס נישט". ממילא אז מיר געבן געלט ביים דינער קען מען ראטעווען אידישע נשמות...

דאן האב איך געשריגן אין מיין קאפ: "וואס בין איך שולדיג אז איך בין געבוירן אין א היימישע משפחה"? אז מיין טאטע וויל נישט - אדער קען נישט - צאלן די געפעפערטע פרייזן פון ישיבה, וועט מען אויך מאכן טיי אווענטס פאר מיר? אדער מען וועט מיר אהיימשיקן מיט א צעטל פארן טאטן "איר קענט נישט צוריקשיקן אייער קינד ביז אייער באלאנס איז באצאלט"?

מעיק אפ יור מיינד, ווען עס קומט צו יודשקייט תקנות פארפירסטע אז די מוסד געהער פאר די עלטערן און זיי זענענן די אמת׳ע בעה״ב פינעם מוסד, וכו׳ וכו׳ וכו׳

ווען עס קומט אריינצונעמען איינעם וואס האט נישט קיין געלט איז שוין פלוצליניג דא א הנהלה וואס דארף זיך דארגען פאר די הוצאות פינעם קינד, דארף פאנד-רעזעין דערפאר, און דארף שלעפן די עול פון די חובות..

אדער אדער, אויב פארשטייסטע אז די מוסד האט נישט קיין שום אוטעראטי איבער די הלך ילך פינעם קינד אדער עלטערן אינדרויסן פון די אכט שעה וואס דאס קינד איז דארט, פארשטיי אויך אז קיינער אין די הנהלה האט נישט קיין שום אבליגעשין פאר קיינע פון די בחורים וואס האבן נישט צו צאלען קיין שכ״ל, עס איז די עלטערענס מוסד, זאלן זיך צוזאם נעמען דריי פיר עלטערן און שאפן די שכ״ל.

כן נראה לי לענית דעתך.
זונטאג מאי 26, 2013 8:07 pm#118165
לעניות דעתך איז אזוי, דאס אז דער שטאט איז מחוייב צו צושטעלען א חינוך פאר יעדעס קינד איז אן הלכה אין שולחן ערוך, נישט קיין חילוק צו ער האט יא געלט צו נישט, ברויך מען שאפען די געלט און אים געבען א אידישע חינוך. און יא די הנהלה טאר קיינעם נישט ארויסווארפען, נאר זענען מחוייב צו שטעלען מענטשען וואס וועלען עס טוהן מרצונם הטוב (און עס איז דא גענוג) זאלען שאפען שכר לימוד פאר אלע קינדער וואס די עלטערען האבען נישט. און אז נישט זאלען זיי נישט נעמען דער כבוד פין זיין א הנהלה פין אונזערע מוסדות.

פארשטאנטא?
זונטאג מאי 26, 2013 8:17 pm#118171
איך כאפ נישט פינקטליך וואס די זאגסט דערפאר וועל איך אליינס שרייבען מיין מיינוג, לענית דעתי איז יעדע קהלה זיך מחיוב צו זארגען פאר זיינע מעמבערס אז זיי זאלן האבן ווי צו שיקען די קינדער, עס איז נישט קיין שטאטישע התחייבות נאר א קהלה התחייבות.

ווי ווייט איך ווייס, פראבירט יעדע קהלה זיך צו זארגען פאר אלע זייערע מעבערעס אז זיי זאלען האבן מוסדות ווי צו שיקען די קינדער, און מען שיקט קיינעם נישט אוועק, חוץ ביי פעלער ווי די עלטערן שיקען די קינדער און אנדערע מוסדות און נאר די דורכגעפאלענע אדער די שוואכע אדער די וואס האבן שוין געגלישט ברענגט מען צירוק, בכגון דא קען די מוסד זאגען פאר די עלטערן שיק דעם קינד דארט ווי די שיקסט די אנדערע קינדער, אדער דארט ווי ער איז געווען ביז יעצט,

כו״כ איז נישט דא קיין חיוב צו האלטען קינדער וואס פארדארבען אנדערע קינדער,
בדר״כ וועט א מוסד פראבירען צו ציען די מערסטע מיט די עלטערן צו פראבירען די בעסטע, אבער דארט ווי די עלטערן זענענן אויבער חכמים און קאפערירען נישט, וועט מען ווייזען די וועג פאר די קינדער וואס פארדארבען אנדערע.
זונטאג מאי 26, 2013 8:28 pm#118177
אין די גמרא שטייט אנדערש.
זונטאג מאי 26, 2013 8:41 pm#118187
דעת תורה האט געשריבן:אין די גמרא שטייט אנדערש.

אפשר זאגסטע וואס? עס איז דא צוואנציג בענדער איך ווייס נישט ווי זיכען!!
זונטאג מאי 26, 2013 8:43 pm#118191
שמעקעדיג האט געשריבן:\
עס האט זיך געדרייט בראשורן אין די בתי מדרשים איבער דעם מוסד "למען אחי", וועלכע האט א ספעציעלע קעמפ און איז מקרב אידישע קינדער פון שטובער וועלכע פירן זיך נישט אידיש און פון פובליק סקולס... און בתוך הסיפורים ברענגען זיי דארט, אז זיי האבן אמאל געטראפן א קינד וועלכער האט געוואוסט איבער עשרה בטבת, און דער קינד האט געהאט חשק צו לערנען איבער אידישקייט, און ווען מען איז געגאנגען פרעגן זיין פאטער צי ער איז מסכים צו שיקן זיין בחור'ל אין א ישיבה, האט ער געענטפערט "אז ס'קאסט מיר נישט קיין געלט, פארוואס נישט". ממילא אז מיר געבן געלט ביים דינער קען מען ראטעווען אידישע נשמות...

דאן האב איך געשריגן אין מיין קאפ: "וואס בין איך שולדיג אז איך בין געבוירן אין א היימישע משפחה"? אז מיין טאטע וויל נישט - אדער קען נישט - צאלן די געפעפערטע פרייזן פון ישיבה, וועט מען אויך מאכן טיי אווענטס פאר מיר? אדער מען וועט מיר אהיימשיקן מיט א צעטל פארן טאטן "איר קענט נישט צוריקשיקן אייער קינד ביז אייער באלאנס איז באצאלט"?[/b]

נעקסטע מאל א מוסד סטראשעט אז אויב מצאלט נישט גענוג שכר לימוד, דינער געלט, אדער מחתמ'ט נישט אז די קאמפיאטער איז געפילטערט מיט א פילטער וואס ברענגט אריין געלט פאר די מוסד, לאזט מען נישט ווייטער די קינדער אין חדר, זאל מען רוהיגערהייט מודיע זיין, אקעי, וועל איך שיקען מיינע קינדער אין פאבליק סקאל.
אפשר דעמאלטס וועלן זיי כאפן וואס זיי טוהן.
זונטאג מאי 26, 2013 8:47 pm#118193
בדחן האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:אין די גמרא שטייט אנדערש.

אפשר זאגסטע וואס? עס איז דא צוואנציג בענדער איך ווייס נישט ווי זיכען!!

הייב אן ביי ברכות וועסט אי״ה אנקומען
זונטאג מאי 26, 2013 8:50 pm#118195
ס׳געווען א ישיבה און בארא פארק פאר שוואכערע בחורים ״שמעלקע לייפער׳ס ישיבה״, ער איז געגאנגען צו א גביר און געזאגט איך דארף 100,000$ צו האלטן אויפן די ישיבה. דער גביר האט געזאגט ״אין לי״, די ישיבה האט זיך טאקע פארמאכט. האלבע יאר שפעטער האט ר׳ שמעלקע געהערט אז דער איד האט געגעבן האלבע מיליאן פאר א מציינים ישיבה, איז ער עם געגאנגען פרעגן היתכן? האט ער גענטפערט איך וויל מיין טאטעס נאמען אויף אלכסנדר,בית מאיר און אור ישראל און נישט אויף שמעלקע לייפער!. האט עם ר׳ שמעלקע גענטפערט א אלכסנדר בחור וועט לערנען מיט דיין געלד אדער אן דיין געלד!! מיינץ א בחור האלט דיין געלד ביי אידישקייט>
זונטאג מאי 26, 2013 9:02 pm#118202
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו רעדסט. מיר האבן א הערליכע קהלה, די שענסטע פון איבעראל.
אמת, ס'איז דא אפאר ארויסגעפאלענע, אבער זיי רעכנט מען נישט, די אויסוואורפן וואס זיי זענען.
אדרבה, צייג מיר אן נאך אזא שיין שטעטעלע אויפן כדור העולם ווי וויליאמסבורג!

הרב שמעקעדיג. דו האסט געהערט פון א איד וואס האט געהייסן ר' סענדער דייטש ז"ל? ער האט אויך אזוי געהאלטן און געזאגט. ער האט געזאגט/געשריבן כהאי לישנא. ביי אונז (אין די קהילה) איז אלעס זייער פיין און וואויל. דער קאמפאט איז זייער גוט געוון. דער עולם איז זיך צוגאנגען מיט פרייליכע הערצער און געהויבענע געמיטער אין די פריע פארטאגס שעות. דער חילוק איז אז דו זאגסט עס בלשון סגי נהור. און ער האט עס געזאגט לפי פשוטו.
זונטאג מאי 26, 2013 9:15 pm#118204
Rav Shach ZT”L shared many times his approach to the expulsion of a talmid. He explained that “Smohl docheh” must be followed by “Yemin mikareves”. It does not mean to expel the talmid and throw him away. It means to push him away, but then to embrace him afterward. (Mesoras Hachinuch, also in Yosif Ometz)

Rav Shach ZT”L addressed the concept of “yeshivos lemetzuyanim”, where the academic achievements and skills are criteria for admission. This excludes those who are weaker. Rav Shach was opposed to this, and together with Rav Elyashiv ZT”L, they issued a letter to all roshei yeshivos stating that they have a responsibility to offer learning to all, and that the image and kavod of the yeshiva should not be reckoned as relevant. (Mesoras Hachinuch)

Rav Moshe Feinstein ZT”L (Igros Moshe Yoreh Deah 3:71) addressed the effort required by a rebbe with a talmid who has difficulties in learning or behavior. He emphasizes that maximum effort must be invested, and that the talmid who ruins others is the only one to be removed from yeshiva, “but this must be decided with koved rosh and iyun rav, as it is dinei nefashos.”

Everything done by the melamed must be educational. Rav Elyashiv ZT”L stated the following, “It says, ‘Chanoch lenaar al pi darko’. One must be mechanech in a pleasant manner, not where the child will react with rebellion. In our generation, the fact is that most hitting (strict discipline) will cause the opposite (negative) effect. In the past, the child was obliged to adults. Today, the child is independent. Sometimes, even the parents do not understand this, and also take actions that detract from Torah learning, which can cause chilul Hashem ch”v. Therefore, it is critical that one find the proper (effective) strategy. (Quoted in Mileches Hashem – Hilchos Melamdim)

Rav Shteinman shlit”a spoke at a recent kinus on chinuch in Har Nof. He stated that there is a present preoccupation with “chutzpah” by talmidim. He said that the real chutzpah resides with the parent and the mechanech for pushing children beyond their readiness and potential, and for applying discipline which is not recognized by the talmid as beneficial. If a talmid sees a rebbe or parent behaving in a manner that benefits only the rebbe or parent, he learns to be self-centered, and will act out rebelliously.

Rav Gamliel Rabinovich shlit”a writes about the greatness of telling stories about tzaddikim in which there are words of mussar. He explains that the delivery of direct words of mussar, even if included in a message given to a large group, tend to provoke a reaction of defensiveness. This is avoided by storytelling. (Tiv Chinuch)

Rav Gamliel Rabinovich shlit”a writes that it is critical that one never say a word of zilzul to a child, quoting the posuk, “Ki be’apom horgu ish”. He says this is tantamount to spiritual murder. This is not a form of discipline or education but a form of destruction. (Tiv Chinuch)

Rav Gamliel Rabinovich shlit”a states the obvious when he notes that the parent or mechanech that disciplined or punished when it turned out to be unnecessary, he must admit his wrongs and ask mechila from the child. (Tiv Chinuch).

Rav Shlomo Zalman Auerbach ZT”L was asked whether a victim of bullying should hit back or rather to bring the matter to the rebbe. He replied that the victim should hit back in order to prevent additional bullying, but not for revenge. It appears that RSZ was aware that the rebbe is not likely to address the problem successfully. In most cases, the bully is a difficult child to address behaviorally, but the victim is generally easier. The victim that hits back is often singled out for punishment, although unfairly.

Rav Aharon Rosenfeld Admor of Pinsk – Karlin stated the following: “Regardless of the matzav, one must remember to protect the respect of the child and not to make him feel bad or to disrespect him chas veshalom. Because this child is not an ordinary child at all; he is the son of your Great Master, have rachmonus on him. Tomorrow, you will stand before your Great Master, and He will ask you, “What did you do to My son?” (Mishnas Hachinuch – Orchos Aharon)

Rav Mordechai Porush shlit”a points out that there is an observed tendency to approach the “baal tshuvah with a softness reflected in the pleasant manner, the ignoring of trivial issues, etc., but the child who is considered “karov ve’omeid” is given no such mildness. He states that it is obligatory to extend the same “loving touch” and welcoming to the child who is already part of the community as to the newcomer. He quoted such a behavior from the Chofetz Chaim ZT”L.

Rav Yosef Chaim Zonnenfeld ZT”L quoted the statement of Chazal, “Al tig’u bimshichoi, eilu tinokos shel beis rabon,” that this indicates that each and every talmid has the potential to be Moshiach and a gadol baTorah.

Rav Aharon Friedman shlit”a stated the following: “Never shame or denigrate a child. Even not in public it is assur to do this. One must wait for an appropriate, effective moment to give the mussar, where every word and its consequence can be weighed. Otherwise, every effort to rebuke can backfire and cause danger, not healing. Even the child who repeats his offenses should be addressed with pleasant speech and calm environment.
זונטאג מאי 26, 2013 9:16 pm#118206
יפיש חייהון האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:אין די גמרא שטייט אנדערש.

אפשר זאגסטע וואס? עס איז דא צוואנציג בענדער איך ווייס נישט ווי זיכען!!

הייב אן ביי ברכות וועסט אי״ה אנקומען

נו, איך בין מוחה. מ'קען דורכדעים ח"ו צו קומען צו לערנען דף היומי, ר"ל. פרעיג נאר ביי "הרב" ישראל מ. סופר. ער'ט דיר שוין אראפלייגן א גאנצע מגילה ווי שעדליך ס'איז, און ס'קומט גאר פון ס"ם אליינס. ער האט ברוב גאונותו מברר געוועין אז בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה. נאר דער וועים די סטרא אחרא העלפט, דער 'עט קענען לןערנען. כדוגמת "מוסד הרב קוק".
זונטאג מאי 26, 2013 10:02 pm#118222
ווער ס׳האט געשריבן דעם דף און דער וואס האט געבויט דעם כותל וועלן פון שאול תחתית קיינמאל נישט ארויסגיין אזוי מצער געווען די רבי זי״ע
זונטאג מאי 26, 2013 11:20 pm#118242
ידען האט געשריבן:14 סיבות בן ציון טברסקי האט געזאגט די רבנים פארוואס בחורים זענען אויפן גאס.

זאל נאר זיין "1" סיבה פארוואס דער בחור זאלן יא ווילען זיין אין ישיבה, וועלען די אלע 14 אוועקפאלען.

פארוואס זאל א בחור זיין ישיבה?

ווייל ער ווייסט אז וואס ער לערענט יעצט אין ישיבה גייט אים באגלייטען אויף זיינע לאנגע געזונטע יארן....?
איר האט שוין אמאל געזעהן א בעל-הבית זיך זעצען לערנען 8:30 ביינאכט מיט א "בית לחם יהודה" "אמרי משה סימן ח'" בענין צרת-צרה-אשת-אח-שלא-במקום-מצוה ?
ער זאל זיך איינרעדן אז ער גייט איין טאג ווערן א מגיד-שיעור? א דיין?
ס'איז דאך א מיעוט המצוי...

ווייל ביי הפסקה קען מען האקן א לעבן, שפילן באלל, שווימען, רייסען מיט בייקס, האקי, לויפען, טאנצען שפרינגען?
אויך נישט, הפסקה איז געמאכט צו זיצען, שימלען און שמועסן ביז מ'בויט אויף א רילעישען שיפ וכו'.

ווייל אויב ער האט ליב צו שפילען, מאלן, שרייבן, זינגען, וועט מען אים עפרישיעיטען?
אדער דער מגי"ש וועט אים כסדר זאגן אז די אלע זאכן נעמען אוועק די קאפ פון לערנען?
זונטאג מאי 26, 2013 11:58 pm#118264
בדחן האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:אין די גמרא שטייט אנדערש.

אפשר זאגסטע וואס? עס איז דא צוואנציג בענדער איך ווייס נישט ווי זיכען!!

(ב"ב כא א)
אמר רב יהודה אמר רב: ברם זכור אותו האיש לטוב ויהושע בן גמלא שמו, שאלמלא הוא נשתכח תורה מישראל. שבתחילה, מי שיש לו אב מלמדו תורה, מי שאין לו אב לא היה למד תורה, מאי דרוש, ולמדתם אותם, ולמדתם אתם. התקינו שיהו מושיבין מלמדי תינוקות בירושלים, מאי דרוש, כי מציון תצא תורה, ועדיין מי שיש לו אב - היה מעלו ומלמדו, מי שאין לו אב - לא היה עולה ולמד. התקינו שיהו מושיבין בכל פלך ופלך, ומכניסין אותן כבן ט"ז כבן י"ז, ומי שהיה רבו כועס עליו מבעיט בו ויצא. עד שבא יהושע בן גמלא ותיקן, שיהו מושיבין מלמדי תינוקות בכל מדינה ומדינה ובכל עיר ועיר, ומכניסין אותן כבן שש כבן שבע.
און די רמ"א פסקנט אין אין יו"ד רמ"ה ט"ו
יש אומרים שאם אין בעיר כ"ה תינוקות אין בני העיר חייבים לשכור להם מלמד. ויש אומרים שאפילו בפחות מזה, חייבים.
און אין חושן משפט (קס"ג ג) פסנקט ער
במקום שבני העיר מושיבים ביניהם מלמד תינוקות, ואין אביהם של תינוקות יכול לשכור לבניהם, ויצטרכו הקהל ליתן השכר, גובים לפי ממון.
דאס מיינט אז די גאנצע שטאט, אפילו מענטשען וואס האבן נישט קיין קינדער אין די מוסד האבן פונקט אזא חיוב מצד די שטאט.
מאנטאג מאי 27, 2013 10:11 am#118375
דברים כדרבונות.
מאנטאג מאי 27, 2013 10:49 am#118390
בדחן האט געשריבן:מעיק אפ יור מיינד, ווען עס קומט צו יודשקייט תקנות פארפירסטע אז די מוסד געהער פאר די עלטערן און זיי זענענן די אמת׳ע בעה״ב פינעם מוסד, וכו׳ וכו׳ וכו׳

ווען עס קומט אריינצונעמען איינעם וואס האט נישט קיין געלט איז שוין פלוצליניג דא א הנהלה וואס דארף זיך דארגען פאר די הוצאות פינעם קינד, דארף פאנד-רעזעין דערפאר, און דארף שלעפן די עול פון די חובות..

אדער אדער, אויב פארשטייסטע אז די מוסד האט נישט קיין שום אוטעראטי איבער די הלך ילך פינעם קינד אדער עלטערן אינדרויסן פון די אכט שעה וואס דאס קינד איז דארט, פארשטיי אויך אז קיינער אין די הנהלה האט נישט קיין שום אבליגעשין פאר קיינע פון די בחורים וואס האבן נישט צו צאלען קיין שכ״ל, עס איז די עלטערענס מוסד, זאלן זיך צוזאם נעמען דריי פיר עלטערן און שאפן די שכ״ל.

כן נראה לי לענית דעתך.

דער מוסד איז זיכער נישט דאס אייגנטום פון די חברי הנהלה. כ'מיין אז יעדער קהילה-מוסד איז אין גרויסן טייל געבויט געווארן און האלט זיך אויס דורך נדבות פון בני הקהילה. די חברי הנהלה דינען ווי מעמבערס אין אן אדמיניסטראטיווער קערפערשאפט. די הנהלה איז א מענעדזשינג אגענטור וואס פארוואלטעט מיט דער ווירטשאפט פונעם מוסד.

כדי לשבר את האוזן: שטעל זיך פאר אז דאס ווארט "הנהלה" איז איבערנאכט פארשוואונדן פונעם ווערטערבוך און דעם זכרון. די הנהלה איז באשטאנען פון פינף בני הקהילה: ר' משה, ר' יאנקל, ר' שלמה, ר' נחום, און ר' פייוויש. ביז יעצט האט דער עולם געוואוסט, אז די "הנהלה" איז בעל הבית און די פינף מענטשן "פארטרעטן" די הנהלה. אויב עלימינירט מען די "הנהלה", בלייבן איבער פינף יחידים וואס באלעבאטעווען אויף א קערפערשאפט וואס באלאנגט נישט צו זיי. און איך גלייב אז יעדער וואלט עס אזוי אנגעקוקט. דער פאקט אז די פינף מענטשן באהאלטן זיך אונטער א לעטטעדהעד טוישט אבער גארנישט.
מאנטאג מאי 27, 2013 11:08 am#118396
It would be much better if all leave the yesivoth and start learning. Never in our history did all go to yeshiva.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 8:20 am#119539
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו רעדסט. מיר האבן א הערליכע קהלה, די שענסטע פון איבעראל.
אמת, ס'איז דא אפאר ארויסגעפאלענע, אבער זיי רעכנט מען נישט, די אויסוואורפן וואס זיי זענען.
אדרבה, צייג מיר אן נאך אזא שיין שטעטעלע אויפן כדור העולם ווי וויליאמסבורג!

שמעקי ביסט סארקאסטיש צו וואס? ווי קען אזא עקעלדיגע (אין אלע מובנים) פלאץ א עיר הנידחת באצייכענט ווערן אלס 'שיין'?
דאנערשטאג מאי 30, 2013 9:53 am#119553
איך אויך האט געשריבן:

ווער זאגט אז עיר הנידחת קען נישט זיין שיין?
דאנערשטאג מאי 30, 2013 5:22 pm#119737
ידען האט געשריבן:מע רעט די לעצטע צייט א סאך רעדען וועגען די פראבלעם פון חדרים און ישיבות אז מע ווארפט ארויס קינדער מיט בחורים און א סאך מאל אן וואס זיי האבען עפעס שלעכט געטוהן נאר ווייל זיי זענען נישט די מצינים.
צוויי וואכן צירוק איז געווען א אסיפה פון רבנים און בןציון טברסקי האט גערעדט (דער זון פון A.J.) האט ער געזאגט אז ביי יהדות החרדית איז כמעט נישטא קיין ׳דראפ אוטס׳ ס׳נאר דא push outs ניינציג פראצענט פון די בחורים אויפן גאס האבן נישט אליין מחליט געווען דארט צו זיין א ראש ישיבה האט זיי דארט געלייגט און די ווארט drop-outs האבן די ראשי הישיבות געגעבן כדי צו קענען בעסער שלאפן ביינאכט.

ער זאגט דאך אזוי גוט. מען האט שוין א פאר מאל אויפגעברענגט דעם נושא אין קאווע שטיבל, אבער איך בין נייגעריג צי מען קען עפעס אויפטאן למעשה. דער פראבלעם איז אז די ווארפערס זיצן במחתרת, זיי גיבן נישט ארויס די נעמען פון די הנהלה, זיי באהאלטן זיך, זיי רעדן קיינמאל נישט דירעקט צו די עלטערן. די מענטשן וואס מאכן די דעסיזשענס זיצן באקוועם און זיי שיקן עפעס א נאראלע אז ער זאל מאכן דעם טעלעפאן קאל. אסאך מאל שיקן זיי נאר א בריוו און קיינער שטייט נישט אונטערגעשריבן אויפן בריוו. קודם דארף מען מפרסם זיין די נעמען פון די הנהלה פון יעדע בית חינוך, כדי מענטשן וואס מען ווארפט ארויס אדער מען נעמט נישט אן זייערע קינדער זאלן וויסן ווער סאיז אחריות און צו וועמען זיי דארפן רעדן.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 6:08 pm#119761
איך אויך האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו רעדסט. מיר האבן א הערליכע קהלה, די שענסטע פון איבעראל.
אמת, ס'איז דא אפאר ארויסגעפאלענע, אבער זיי רעכנט מען נישט, די אויסוואורפן וואס זיי זענען.
אדרבה, צייג מיר אן נאך אזא שיין שטעטעלע אויפן כדור העולם ווי וויליאמסבורג!

שמעקי ביסט סארקאסטיש צו וואס? ווי קען אזא עקעלדיגע (אין אלע מובנים) פלאץ א עיר הנידחת באצייכענט ווערן אלס 'שיין'?

איך אויך האט געשריבן:טויש די בעטעריס וכו.

(BY NOW וואלסטו מיך שוין געמעגט קענען...)
דאנערשטאג מאי 30, 2013 6:19 pm#119764
נעוואדע שמעקי ידידי איך קען דיר.
דאנערשטאג מאי 30, 2013 7:59 pm#119803
בן-זומא האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:מע רעט די לעצטע צייט א סאך רעדען וועגען די פראבלעם פון חדרים און ישיבות אז מע ווארפט ארויס קינדער מיט בחורים און א סאך מאל אן וואס זיי האבען עפעס שלעכט געטוהן נאר ווייל זיי זענען נישט די מצינים.
צוויי וואכן צירוק איז געווען א אסיפה פון רבנים און בןציון טברסקי האט גערעדט (דער זון פון A.J.) האט ער געזאגט אז ביי יהדות החרדית איז כמעט נישטא קיין ׳דראפ אוטס׳ ס׳נאר דא push outs ניינציג פראצענט פון די בחורים אויפן גאס האבן נישט אליין מחליט געווען דארט צו זיין א ראש ישיבה האט זיי דארט געלייגט און די ווארט drop-outs האבן די ראשי הישיבות געגעבן כדי צו קענען בעסער שלאפן ביינאכט.

ער זאגט דאך אזוי גוט. מען האט שוין א פאר מאל אויפגעברענגט דעם נושא אין קאווע שטיבל, אבער איך בין נייגעריג צי מען קען עפעס אויפטאן למעשה. דער פראבלעם איז אז די ווארפערס זיצן במחתרת, זיי גיבן נישט ארויס די נעמען פון די הנהלה, זיי באהאלטן זיך, זיי רעדן קיינמאל נישט דירעקט צו די עלטערן. די מענטשן וואס מאכן די דעסיזשענס זיצן באקוועם און זיי שיקן עפעס א נאראלע אז ער זאל מאכן דעם טעלעפאן קאל. אסאך מאל שיקן זיי נאר א בריוו און קיינער שטייט נישט אונטערגעשריבן אויפן בריוו. קודם דארף מען מפרסם זיין די נעמען פון די הנהלה פון יעדע בית חינוך, כדי מענטשן וואס מען ווארפט ארויס אדער מען נעמט נישט אן זייערע קינדער זאלן וויסן ווער סאיז אחריות און צו וועמען זיי דארפן רעדן.

איך קלער נישט אז ס'איז גערעכט צו טוהן אזוי, פאר מען באשמוצט איינעם דארף מען מאכן אביסל ריסערטש זיך צו באקענען מער מיט די פאקטען.

דער עולם פארשטייט נישט אז רוב פון דעי מנהלים אויף וועם מ'האקט, טוען זייער דזשאב צו די בעסט פון זייער קעפעסיטי, זיי האבן זיך זייערע דאגות "אין" די ישיבות וואס רוב ציבור פארשטייט נישט, -בפרט דעי טאטעס פון די באטראפענע בחורים-.

זיי האבן למשל אן אחריות אז דער סדר הישיבה זאל אנגיין, זיי דארפען מיט האלטען מיט יעדן בחור צו ער שטייגט צו ער פאלט, זיי האבן זייער א שטארקע אחריות אז די בינונים זאלן עטליעסט בלייבן וואס זיי זענען און נישט גיין דאון, ווען עס פאלט אריין אין א ישיבה איין חברה מאן, און דאנט געט מי ראנג, זיי זענען על פי רוב וואוילע גוטע נשמות, באט טאמער האלטען זיי נישט ביים מיטהאלטען מיט די ישיבה, צו איז דאס תקנות, זמנים, לייגט עס צוגרונד די גאנצע ווירטשאפט.

איי, דער ישיבה "סיסטעם"? אויף דעים קען דער מנהל/הנהלה נישט צופיל העלפען, זיי זענען אויך א חלק פונעם "סיסטעם", זיי וואלטען אויך אפשר געוואלט טוישען פארשידענע זאכן באט מ'קען נישט טוישען דעם "סיסטעם".

דער אמת איז אויכעט אז מ'קען זיך טענה'ען איבער יעדע פאל עקסטער, און יא ס'איז דא אסאך שלעכטע מענטשען אוט דער, באט מ'טאר זיכער נישט בארעדן קיין מוסד און אוודאי נישט קיין פריוואטע מענטש פאר מ'רעדט נישט צו אים, הער קודם די אנדערע זיי פון די מעשה, אפשר וועסטו הערן זאכען וואס דער ארויסגעווארפענע בחור האט דיר נישט געוואלט דערציילן.

איך רעד נאר אלץ א דרויסענדיגער, וואס איך קלער, סוי איך הער ווייטער אויס וואס דער עולם האט צו זאגן.
זונטאג יוני 02, 2013 7:50 am#120275
Why does it make a difference how misheluni his father is or how much money he has. Does a young boy need to know that everything is politic
זונטאג יוני 02, 2013 11:09 am#120301
Why dont they have guidelines and always need a vaad to decide
זונטאג יוני 02, 2013 3:07 pm#120401
George האט געשריבן:
איך קלער נישט אז ס'איז גערעכט צו טוהן אזוי, פאר מען באשמוצט איינעם דארף מען מאכן אביסל ריסערטש זיך צו באקענען מער מיט די פאקטען.

דער עולם פארשטייט נישט אז רוב פון דעי מנהלים אויף וועם מ'האקט, טוען זייער דזשאב צו די בעסט פון זייער קעפעסיטי, זיי האבן זיך זייערע דאגות "אין" די ישיבות וואס רוב ציבור פארשטייט נישט, -בפרט דעי טאטעס פון די באטראפענע בחורים-.

זיי האבן למשל אן אחריות אז דער סדר הישיבה זאל אנגיין, זיי דארפען מיט האלטען מיט יעדן בחור צו ער שטייגט צו ער פאלט, זיי האבן זייער א שטארקע אחריות אז די בינונים זאלן עטליעסט בלייבן וואס זיי זענען און נישט גיין דאון, ווען עס פאלט אריין אין א ישיבה איין חברה מאן, און דאנט געט מי ראנג, זיי זענען על פי רוב וואוילע גוטע נשמות, באט טאמער האלטען זיי נישט ביים מיטהאלטען מיט די ישיבה, צו איז דאס תקנות, זמנים, לייגט עס צוגרונד די גאנצע ווירטשאפט.

איי, דער ישיבה "סיסטעם"? אויף דעים קען דער מנהל/הנהלה נישט צופיל העלפען, זיי זענען אויך א חלק פונעם "סיסטעם", זיי וואלטען אויך אפשר געוואלט טוישען פארשידענע זאכן באט מ'קען נישט טוישען דעם "סיסטעם".

דער אמת איז אויכעט אז מ'קען זיך טענה'ען איבער יעדע פאל עקסטער, און יא ס'איז דא אסאך שלעכטע מענטשען אוט דער, באט מ'טאר זיכער נישט בארעדן קיין מוסד און אוודאי נישט קיין פריוואטע מענטש פאר מ'רעדט נישט צו אים, הער קודם די אנדערע זיי פון די מעשה, אפשר וועסטו הערן זאכען וואס דער ארויסגעווארפענע בחור האט דיר נישט געוואלט דערציילן.

איך רעד נאר אלץ א דרויסענדיגער, וואס איך קלער, סוי איך הער ווייטער אויס וואס דער עולם האט צו זאגן.

חלילה צו באשמוצן אנדערע מענטשן. מען רעדט פון מפרסם זיין די נעמען פון די מענטשן וואס מאכן די החלטות וועגן אננעמען קינדער אין די מוסדות. עס איז היינט געווארן א מאדע אפצוזאגן קינדער אן קיין שום נארמאלע סיבה. איך רעד נישט פון נארישע און אומבארעכטיגטע סיבות נאר ממש פון נישט אננעמען קיין קינדער פאר קיין שום סיבה. ס'איז געווארן א סטייל אז מען זאגט אפ, ווייל אויב וועט ער גראד אננעמען וועט עס אויסזען ווי דער מוסד איז דעספערד פאר קינדער. ס'איז א פאקט וואס יעדער ווייסט. דאס איז א שטיקל אנדייטונג אויפן שפל המצב פון די מוסדות און די וואס מאכן אזעלכע החלטות.
די מענטשן וואס מאכן אזעלכע החלטות בשם "הנהלת המוסדות" זענען פאקטיש נישט באקוועם זיך צו אינדענטיפיצירן מיט אזא החלטה, און זיי שיקן עפעס א באצאלטער אפיס ארבעטער וואס זאל מודיע זיין די עלטערן אז זייער קינד איז נישט געווארן אנגענומען. ווען די עלטערן פרעגן פארוואס? איז דער תירוץ: "איך בין נאר א שליח און איך ווייס נישט". ווען מען פרעגט צו וועמען מען דארף רעדן באקומט מען נישט קיין נארמאלן ענטפער.
איך האב בכלל נישט געמיינט צו זאגן אז מען זאל באשמוצן די הנהלה, נאר מען זאל שרייבן זייערע נעמען (נאר די נעמען, גארנישט מער פון דעם) בכבוד הראוי, מיט זייער פאסיגן טיטול. קודם זאלן מענטשן וויסן צו וועמען מען דארף רעדן, און בכלל זאלן יענע מענטשן וויסן אז זיי קענען נישט זיצן במחתרת און סתם פייניגן אנדערע אידן. אויב זיי זענען גרייט צו פסק'ענען דיני נפשות, מוזן זיי נעמען דעם פולן אחריות מיט די נעמען.
אזא זאך קען נאר אויפטאן. סהאט נישט קיין שום סיבה פארוואס מען זאל עס נישט טאן.
זונטאג יוני 02, 2013 3:39 pm#120414
ידען האט געשריבן:מע רעט די לעצטע צייט א סאך רעדען וועגען די פראבלעם פון חדרים און ישיבות אז מע ווארפט ארויס קינדער מיט בחורים און א סאך מאל אן וואס זיי האבען עפעס שלעכט געטוהן נאר ווייל זיי זענען נישט די מצינים.
צוויי וואכן צירוק איז געווען א אסיפה פון רבנים און בןציון טברסקי האט גערעדט (דער זון פון A.J.) האט ער געזאגט אז ביי יהדות החרדית איז כמעט נישטא קיין ׳דראפ אוטס׳ ס׳נאר דא push outs ניינציג פראצענט פון די בחורים אויפן גאס האבן נישט אליין מחליט געווען דארט צו זיין א ראש ישיבה האט זיי דארט געלייגט און די ווארט drop-outs האבן די ראשי הישיבות געגעבן כדי צו קענען בעסער שלאפן ביינאכט.

נישט קיין dropouts נאר pushouts קימט סטרעט פון די מויל פון המשגיח ר’ מתתיהו סלומון שליט"א
(און ר בנצוין ווייסט דאס)
מיטוואך מאי 08, 2019 9:38 pm#429983
Re: Dropouts or pushouts?
דאס ארויסווארפן פון/נישט אננעמען אין ישיבה איז, ווי נישט, אסאך מאל מקושר צו דאס עווענטועלע אפפארן פונ׳ם בחור [דיני נפשות]. עס איז מערקווידיג צו באצייכענען אז ווען נישמה האט דורכגעפירט א survey מיט די OTDs האבן זיי געטראפן אז רוב האבן געזאגט אז זיי האבן געפילט pushed-out אנשטאט pulled-out. איך פארשטיי אז ס׳איז נישט דוקא וועגן דעם ענין פון ישיבות, אבער ס׳איז ווי נישט א חלק פונ׳ם געזעלשאפטליכן פענאמענאן.
IMG_4499.jpg

Sent from my iPhone using Tapatalk