Under maintenance
הויפט זייט » חסידים פאר בייקס

חסידים פאר בייקס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3903
זונטאג מאי 26, 2013 11:56 pm#118261
חסידים פאר בייקס
מיר האבן מייסד געווען א נייעם ארגענעזאציע:

Hasidim For Bikes

חסידים פאר בייקס

דאס איז א נייע גראז-ווארצעל ארגענעזאציע.

די ארג. וועט ארבעטען פון אונטן ארויף. צו געבן א קול און א שופר פאר די פשוטי המון ווי איך אין דיר וואס וואוינען אין חסידישע געגענטר וואס ווילן נוצן א בייק. און ווילן הנאה האבן פון א בייק.

די ארג. האט זיך געגרונדעט נאכדעם וואס די שטאט האט צוגעשטשלט בייקס אין ברוקלין און אויסגעלאזט חסידיש וויליאמסבורג. ווייל מען האט זיי געזאגט אז אונז חסיד׳שע ווילן נישט קיין בייקס.

דער ציל פון די ארג. איז בעיקר צו צוזאם נעמען אלע חסידים וואס ווילן בייקס און שיקן א מעסעדזש דירעקט צום מעיאר און פאלאטישאנס פון ׳למה נגרע׳ - מיר ווילן בייקס!

מיר ווילן שיקן די מעסעדזש צו די מידיע און צו אלע ארגאנעזאציעס. מיר וועלן רעדן דיירעקט און אויס לאזן די עסקנים די ׳מידעל-מענס׳ וואס הערן נישט צו צי אונזערע געברויכן בנוגע בייקס.
מאנטאג מאי 27, 2013 12:08 am#118270
ביטע לאזט הערן אייערע הערות און עצות.

לאמיר אוסשמועסן דא ברבים וואס זענען די בעסטע וועגן אנצוקומען צו אונזער יעצטיגע ציל:

די שטאט זאל צושטעלן בייקס און אלט וויליאמסבורג.

מיר בעטן אויך ווער עס קען וואלאנטירן מיט זיינע כשרונות. ביטע זייט מנדב אביסל פון אייער צייט. צוזאמען קענען מיר קערן א וועלט.

מיר דארפן די פאלגענדע:

גראפיק דיזיינערס.
ענגלישע שרייבער.
אידישע שרייבער.

אלע וואלאנטיר קענען בלייבען אנאנימעס.

מיר וועלן ארבעטען צוזאמען קאלעבארעטן אונליין.

ס׳איז אייביג בעסער ווען מען שמועסט ברבים. אבער איר קענט אויך זיך פארבינדען פריוואט.

איר קענט זיך מעלדן. שיקן הערות. גיבן עצות. צו:

e HasidimForBikes@gmail.com e


ותשועה ברוב יועץ.
מאנטאג מאי 27, 2013 12:17 am#118272
וואס איז דער פלאן? וויאזוי קען מען איבערצייגן די רעגירונג אז מיר דארפן יא בייקס, ווען אלע וואס דארפן האלטן זיך אנאנים?
מאנטאג מאי 27, 2013 12:24 am#118273
די פאלגענדע זענען די 3 עיקר חלקים פון די צילן פון די ארג.

1. מעסעדזש פאר אינדערויסען.
2. מעסעדזש פאר אינעוויניג.
3. העלפן למעשה.

1. מעסעדזש פאר אינדערויסען.
טוישען די מיינונג פון פאליטישאנס און מידיע. זיי זאלן וויסן אז חסידים ווילן בייקס.
אונליין פרעזענס. אונליין קאמפיינס. סאשיעל מידיע. שיקן פרעס ריליסעס. שיקן בריווען. אונליין חתימות. פראטעסטן.

2. מעסעדזש פאר אינעווינייג.
טוישען דעת הקהל אינעווייניג. אז א בייק איז נישט אן עוולה. און מען זאל זיך מער נישט שעמען גיין מיט א בייק. און מען זאל עס נוצען מער.
ארטיקלען. צייטונגען. מודעות. עדס. קול מבשר. הסכמת הרבנים. אסיפות.

3. העלפן למעשה.
מאכן גרינגער פאר בייקס. בייק לעינס. בייק סטענדס. ביליגע בייקס. גמח פון בייקס.
מאנטאג מאי 27, 2013 12:27 am#118274
יאנקל האט געשריבן:וואס איז דער פלאן? וויאזוי קען מען איבערצייגן די רעגירונג אז מיר דארפן יא בייקס, ווען אלע וואס דארפן האלטן זיך אנאנים?


די עיקר פלאן איז דורך אן אנליין פעטישאן.

Online petition

די ציל איז צו באקומען צענדליגע טויזענטע חתימות אונליין.
מאנטאג מאי 27, 2013 12:32 am#118279
די עצם געדאנק אז עס איז דא אזא ארג. וועט שוין שטעלן פאר די מידיא א דערהער אז עס איז דא נאך א מיינונג וואס זיי האבן נישט געהערט ביז יעצט.

אויך וועט עס שטארק מאכן און מאחד זיין אלע וואס ווילן יא, נאר זיי זענען געווען שטיל ביז יעצט.
מאנטאג מאי 27, 2013 12:38 am#118282
בעצם בין איך "אין" פאר דעם געדאנק.

א הצעה נאר, דו מוזט קודם אנהייבן מיטן חלק ב', כלפי פנים. נאכדעם וואס דו האסט שוין געטוישט דעם דעת הקהל און דער עולם איז שוין גרייט צו פארן מיט די בייקס, וועט שוין דער חלק א' אליינס נאכקומען. די עסקנים וועלן שוין זיכער מאכן מען זאל יא מאכן דא א בייק סטעישאן. און טאמער נישט, וועט מען דאן מאכן די אנליין פעטיציע.

לעת עתה, א בייק סטעישאן אין ווילי וועט נאר דינען אונזערע שכנים, ערגער מאכן דעם טרעפיק, מעגליך צוריק ברענגען דעם בייק לעין אויף בעדפארד, און פאר א באונוס וועלן אונזערע קינדערלעך - וואס האבן נישט קיין אינטערנעט עקסעס - אויך קענען זען וואס זייערע טאטעס זעען אויפן קאמפיוטער כסדר. און מיר אליין, וועלן גארנישט בעניפיטירן פון דעם גאנצן עסק.
מאנטאג מאי 27, 2013 12:38 am#118283
מיר שטעלן יעצט אויף אן אונליין פרעזענס פאר די ארג. Online presence.

1. Twitter
2. Facebook
3. Google+

א וועבסייט קאסט א קליינע סכום. ווילן מיר קלייבן קליינע נדבות. מיט א קלארן ציל. צו קענען דאס אויפשטעלן.

איינמאל די פרעזענס איז דא וועט אויפגעשטעלט ווערן א פעטישאן.

אויך ווי מען קען רופן. שיקן בריווען. אד״ג.
מאנטאג מאי 27, 2013 12:43 am#118285
פאר איר שרייבט די נעקסטע תגובה עפן שוין אויף אן אקאוינט אין טוויטער פעיסבוק און גוגל, פאר איינער כאפט אייך אויס. און אויך אפצוקויפן די נאמען hasidimforbikes.org קאסט נישט קיין סאך מער ווי א קאפי מיט א דעיניש, קויף עס יעצט, און ווען דו האסט אפאר טאלער קענסטו מאכן א וועבסייט.
מאנטאג מאי 27, 2013 12:46 am#118286
האט מען ניטש יעצט געלייגט בייקס ביי SOUTH 9 CORNER BEDFOR?
מאנטאג מאי 27, 2013 12:48 am#118288
Also by franklin cor myrtle
מאנטאג מאי 27, 2013 1:00 am#118291
We need one lee bedford נא דארט ווי די סאטמער ראדני שול איז
מאנטאג מאי 27, 2013 1:07 am#118294
עס דארף באגריסט ווערן די פאקט אז עס איז דא וואס פראבירן אויפצוטוהן, איך וויל אייך אוודאי נישט קאלט מאכן. אבער מיין פרעדיקציע איז אז דאס איז א זאך וואס וועט קיינמאל נישט געשען. סטאטיסטיקס צייגן קלאר אז עקסטרעמעזים זיגט. ועוד, אויפ'ן אנדערן זייט איז דא א גאנצע טיץ ארבעטסלאזע אידן וואס זענען גרייט להשמיד ולהרוג מיט דער צייט אויף זייער זייט, מענטשן מיט איבריג צייט איז זייער שווער צו באזיגן.
מאנטאג מאי 27, 2013 1:14 am#118296
באלד כאפט זיך שמיריה ארויף דערויף כמיין ער איז אויך אנאימפלויד. שאץ נישט אינטער. האסט שוין געגעבן חי דאלער לעילי נשמת?
מאנטאג מאי 27, 2013 1:20 am#118301
איך האלט אז דער פראבלעם איז נישט די פאליטישאנס און מידיע און אויך נישט די בייק לענס, און אפילו נישט די טוץ ארבעטלאזע אידן וואס זענען גרייט להשמיד ולהרוג אקעגן דעם. די פראבלעם איז אז קיינער האלט נישט דערביי צו זיין פון די נחשונים. און ווילאנג עס וועט נישט זיין קיין ארגענאזירעטע חברה פון פיפציג אדער הונדרעט אינגעלייט וואס וועלן אנפאנגען נוצן בייקס צוזאמען, וועט מען און וויליאמסבורג נישט זען קיין בייק פאר די אויגן.
מאנטאג מאי 27, 2013 1:51 am#118310
מיר ארבעטן צו האבן א טעקס עקזעמפט און מען זאל קענען אריינשיקן נדבות אויפן אינטערנעט.
מאנטאג מאי 27, 2013 1:58 am#118314
דעת תורה האט געשריבן:בעצם בין איך "אין" פאר דעם געדאנק.

א הצעה נאר, דו מוזט קודם אנהייבן מיטן חלק ב', כלפי פנים. נאכדעם וואס דו האסט שוין געטוישט דעם דעת הקהל און דער עולם איז שוין גרייט צו פארן מיט די בייקס, וועט שוין דער חלק א' אליינס נאכקומען. די עסקנים וועלן שוין זיכער מאכן מען זאל יא מאכן דא א בייק סטעישאן. און טאמער נישט, וועט מען דאן מאכן די אנליין פעטיציע.

לעת עתה, א בייק סטעישאן אין ווילי וועט נאר דינען אונזערע שכנים, ערגער מאכן דעם טרעפיק, מעגליך צוריק ברענגען דעם בייק לעין אויף בעדפארד, און פאר א באונוס וועלן אונזערע קינדערלעך - וואס האבן נישט קיין אינטערנעט עקסעס - אויך קענען זען וואס זייערע טאטעס זעען אויפן קאמפיוטער כסדר. און מיר אליין, וועלן גארנישט בעניפיטירן פון דעם גאנצן עסק.


יישר כח פארן זיין "אין"

איר זענט דער ערשטער אפיציעלער שטיצער (Founding Member)

מיר הערן אייער סברא.
אבער טוישען פון אינעווייניג וועט מן הסתם נעמן זייער א לאנגע צייט.

וועגן דעם הייבן מיר אן מיט שיקן די מעסעדזש פאר אינדערויסן.

מיר האפן אבער צו ארבעטן גלייך אויף כלפי פנים אויך. ביידע צוזאמען האפן מיר וועלן זיך ריקן מיט הצלחה...
מאנטאג מאי 27, 2013 2:00 am#118316
משה געציל האט געשריבן:עס דארף באגריסט ווערן די פאקט אז עס איז דא וואס פראבירן אויפצוטוהן, איך וויל אייך אוודאי נישט קאלט מאכן. אבער מיין פרעדיקציע איז אז דאס איז א זאך וואס וועט קיינמאל נישט געשען. סטאטיסטיקס צייגן קלאר אז עקסטרעמעזים זיגט. ועוד, אויפ'ן אנדערן זייט איז דא א גאנצע טיץ ארבעטסלאזע אידן וואס זענען גרייט להשמיד ולהרוג מיט דער צייט אויף זייער זייט, מענטשן מיט איבריג צייט איז זייער שווער צו באזיגן.

איך האלט קלאר אז סגייט זיך יא אויסארבעטן!
אונז דא האבען א גרויסע כח
לאמער טון צום זאך
סאיז א געוואלדיגע פלאן
מאנטאג מאי 27, 2013 2:01 am#118317
טוט וואס איך האב געטהון, איך האב אויפגעסיינט, באצאלט, און א טאג שפעטער אריינגעקאלט קענסלען און זיי געזאגט אז איך קענסעל ווייל איל זעה א זיי לייגן נישט קיין בייק'ס אין מיין עריע (מיין ארבעטס פלאץ - אויך אין ווילי), אז נאך 50 חברים וועלן עס טוען וועט עס גאנץ שנעל האבן אן עפעקט.
מאנטאג מאי 27, 2013 2:07 am#118318
מיר דארפן די פאלגענדע אנצוהייבן.

ביטע זייט מנדב פון אייערע כשרונות און צייט. מיר וועלן אייך זייער דאנקבאר זיין.

1. LOGO
אויך אין קליין פאר
1. FACEBOOK
2. TWITTER
3. GOOGLE+

2. MISSION STATEMENT

לייגט עס דא ארויף.
אדער שיקט צו:
e HasidimForBikes@gmail.com e
מאנטאג מאי 27, 2013 2:08 am#118319
דערקלערן א מערכה, און אויפווייזן אז די עסקנים פון וויליאמסבורג רעפרעזענטירן נישט ריכטיג דעם דעת הקהל, וועט נאר בעק-פייערן. זיי וועלן הונדערט פראצענט זיגן, און דו וועסט ווייטער בלייבן א פיס-גייער אדער קאר-דרייווער עד שיבוא אליהו לגאלינו. א בייק-דרייווער וועט נאר ווערן מער און מער א אפגעפרעגטע זאך ביי א גרויסע טייל פון אונזער אזוי-גערופענע "פרומע" ציבור.

די איינציגסטע עצה, איז צו טוהן דאס וואס בענדזשאמין פרענקלין האט שוין געשריבן - ווילסט מען זאל פארן אין וויליאמסבורג מיט בייקס...? נו, געגאנגען, נעם א בייק און פאר! ווער לאזט דיר נישט?!

איי פון ווי האב איך א בייק צו פארן, די עסקנים האבן דאך געזאגט פאר די סיטי אז מיר ברויכן דאס נישט האבן אין אונזער געגענט...? אויף דעם איז די תירוץ, גערעכט אז אין צענטער פון שטאט איז נישט דא קיין בייק סטעישאנס (וואס איז גראדע א שטארקע מעלה, ברוחניות ובגשמיות) אבער ס'איז נאך אלץ דא גענוג און נאך בייקס גרייט צום באנוץ פון חסידים ואנשי מעשה, ביי אלע גרעניצן פון די עיר ואם בישראל.

לאמיר אנהייבן מיט דעם, צו נוצן די בייקס וואס מהאט יא צוגעשטעלט, און פארן דערמיט בתוככי העיר אדער בגלילות העיר, און מיט די צייט וועט די סיטי אליין איינזעהן אז די פארלאנג דערפאר איז פיל גרעסער ווי די עסקנים האבן געשאצט.

אין איין ווארט... אויב נוצן מיר עס ממילא נישט, זענען דאך די עסקנים ערליך גערעכט, אז מיר ברויכן עס נישט אין אונזער געגענט.
מאנטאג מאי 27, 2013 2:15 am#118321
איז דאס א גוטע לאגא?

בילד
מאנטאג מאי 27, 2013 2:18 am#118323
משה געציל האט געשריבן:עס דארף באגריסט ווערן די פאקט אז עס איז דא וואס פראבירן אויפצוטוהן, איך וויל אייך אוודאי נישט קאלט מאכן. אבער מיין פרעדיקציע איז אז דאס איז א זאך וואס וועט קיינמאל נישט געשען. סטאטיסטיקס צייגן קלאר אז עקסטרעמעזים זיגט. ועוד, אויפ'ן אנדערן זייט איז דא א גאנצע טיץ ארבעטסלאזע אידן וואס זענען גרייט להשמיד ולהרוג מיט דער צייט אויף זייער זייט, מענטשן מיט איבריג צייט איז זייער שווער צו באזיגן.


די אינטערנעט האט באוויזן אז זי איז בכח צו זיגן...
מאנטאג מאי 27, 2013 2:21 am#118325
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:איך האלט אז דער פראבלעם איז נישט די פאליטישאנס און מידיע און אויך נישט די בייק לענס, און אפילו נישט די טוץ ארבעטלאזע אידן וואס זענען גרייט להשמיד ולהרוג אקעגן דעם. די פראבלעם איז אז קיינער האלט נישט דערביי צו זיין פון די נחשונים. און ווילאנג עס וועט נישט זיין קיין ארגענאזירעטע חברה פון פיפציג אדער הונדרעט אינגעלייט וואס וועלן אנפאנגען נוצן בייקס צוזאמען, וועט מען און וויליאמסבורג נישט זען קיין בייק פאר די אויגן.


דאס איז איינע פון די זאכן וואס מיר פלאנען.

מאכן א פעיסבוק עווענט ווי אלע וועלן זיך צוזאם קומען מיט בייקס אויף איינמאל, אזוי ווי אין מצרים אין טחריר סקווער, אזוי איז קיינער נישט קיין נחשון נאר אלע צוזאמען...
זונטאג יוני 02, 2013 3:22 am#120248
בדחן האט געשריבן:איז עס נישט קעגן די געזעץ צו פארן אויפן סיידוואק? פארוואס דארפן די חסידים אייביג ברעכן די געזעץ? :x

אוי. די ערשטע מאל וואס דו זעהסט חסידים ברעכן דאס געזעץ? פארוואס פונקט יעצט שרייסטע?
זונטאג יוני 02, 2013 3:25 am#120250
@בדחן
ער צאלט מיר נישט איך זאל זיך פארענטפערן פאר עם, אבער כ'מיין אז ער אליין וויל אויך נישט פירן קיין לינקע קאמפיין, פשוט ווייל ס'וועט נישט זיין ווירקזאם אזוי, אבער א אינטערוויוא מיט א צייטונג זאגט מען נישט אפ אזוי שנעל, ספעציעל האט ער געוואלט אז מ'זאל הערן די אנדערע זיין מטבע. יעצט איז זיין ציל, גלייב איך, אריינצובאקומען די סיטיבייקס אין די געגענט, ווייל ס'איז אסאך גרינגער פאר א אינגערמאן אריינצווארפן אפאר רייניש אינעם פושקע און זיך אריינשמוגלען אין א בייק אויף אפאר מינוט ווייל די שוויגער איז יעצט אין קאנטרי, ווי צו גיין קויפן א בייק וואס דאס איז סאך א גרעסערע סטעפ, און ס'איז טאקע מסתבר אז אויב וועט זיין אזעלכע סטענדז אין געגענט וועט זיין מער בייק טרייבער.
זונטאג יוני 02, 2013 3:27 am#120251
שמעקעדיג האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:איז עס נישט קעגן די געזעץ צו פארן אויפן סיידוואק? פארוואס דארפן די חסידים אייביג ברעכן די געזעץ? :x
אוי. די ערשטע מאל וואס דו זעהסט חסידים ברעכן דאס געזעץ? פארוואס פונקט יעצט שרייסטע?


ניין, (אגב, זיי ברעכן נישט די געזעץ מער ווי א צווייטע גרופע), אבער ווען מען רעדט דא פון אזא היסטארישע זאך אזאש עס קען זיך פארמעסטן מיט יענע שווארצע פרוי ביים באס... דארף מען זיכער מאכען אז עס זאל זיין 100% געזעצליך, פארשטאנטא?

אגב פאר די ערענסטע פון צווישן אונז, איך האב נאר געמאכט א ווערטעל, און געפילטע האקט.
זונטאג יוני 02, 2013 3:46 am#120258
מיין שאלה איז אויך נאר געווען א ווערטל, און א האק פון געפילטע איז נישט אזוי געפערליך ווייל ס'איז ווייך.
זונטאג יוני 02, 2013 3:54 am#120259
wassup האט געשריבן:Motzai shabbes in willi

פארוואס דערקען איך נישט די גאס. איז עס אין די היימישע געגענט?
זונטאג יוני 02, 2013 4:02 am#120262
געפילטע פיש האט געשריבן:יעצט איז זיין ציל, גלייב איך, אריינצובאקומען די סיטיבייקס אין די געגענט, ווייל ס'איז אסאך גרינגער פאר א אינגערמאן אריינצווארפן אפאר רייניש אינעם פושקע און זיך אריינשמוגלען אין א בייק אויף אפאר מינוט ווייל די שוויגער איז יעצט אין קאנטרי, ווי צו גיין קויפן א בייק וואס דאס איז סאך א גרעסערע סטעפ, און ס'איז טאקע מסתבר אז אויב וועט זיין אזעלכע סטענדז אין געגענט וועט זיין מער בייק טרייבער.

איך מיין אז א אינגערמאן וועט זיך אסאך ענדערש ארויפכאפן אויף א בייק ביים עק פון די שטאט - קענט, בראודוועי, מוירטל, סקילמאן - ווי אין די סאמע צענטער - ראדני, הופער, פענן, ווילסאן, וואלאובאט.
איידער דו מאכסט א שטורעם, מיטן ציל צו אריינבאקומען סטאנציעס אין די צענטער פון שטאט, נוץ קודם די עקזיסטירנדע סטאנציעס, וואס זענען שוין אינסטאלירט און אקטיוויזירט ביים ברעג פון שטאט.
זונטאג יוני 02, 2013 1:06 pm#120335
P
זונטאג יוני 02, 2013 3:07 pm#120403
Pro citi bike
זונטאג יוני 02, 2013 3:30 pm#120412
כמhין ווען איינער לייגט ארויף א בילד פון א חסידישע אינגערמאן, זאל מען עטוואס פארמישן די פנים. גענוג אז ער טוט למעשה און איז מחזק די ענין פון בייקס. ס'קומט עהם נישט, אז זיין בילד זאל ווערן ארום געטראגן אין די שטאט.

עס וועט אין צוקונפט צוריקהאלטן אנדערע פון איהם נאכמאכן, אויס מורא פון די אומגעוואונטשענע פובליסיטי
זונטאג יוני 02, 2013 3:36 pm#120413
שלשלת האט געשריבן:כממין ווען איינער לייגט ארויף א בילד פון א חסידישע אינגערמאן, זאל מען עטוואס פארמישן די פנים. גענוג אז ער טוט למעשה און איז מחזק די ענין פון בייקס. ס'קומט עהם נישט צו, אז זיין בילד זאל ווערן ארום געטראגן אין די שטאט.

עס וועט אין צוקונפט צוריקהאלטן אנדערע פון איהם נאכמאכן, אויס מורא פון די אומגעוואונטשענע פובליסיטי

I do hear what you think
זונטאג יוני 02, 2013 11:25 pm#120612
בילד
אסאך חסידים זענען אנגעשלאסן און די בייקינג www.chailifeline.org/events/Bike4Chai/index.php
מאנטאג יוני 03, 2013 11:01 pm#120976
די וואך בין איך געווען אין עירמאנט אויף שבת זעה איך ווי פרומע ווייבלעך (מיט סנאודס) שפאצירן נישט מער און נישט ווייניגער מיט כלבים (נישט קיין בלינדע). זאג איך מיין רעבעצין אז עס דערמאנט מיר דעם באקאנטע ווארט פונעם בעלזער רב : אז א איד אין בעלזא טוט זיך אן א העמעד מיט א קנעפל שמד זיך א איד אין פאריז. די זעלבע דא ,אז א איד אין וויליאמסבורג פארט מיט א צוויי רעדל בייק קויפט זיך א פרוי אין עירמאנט א כלב.
מאנטאג יוני 03, 2013 11:05 pm#120979
שבת? כ'האב געמיינט אז זיי גיין "לויטער שלחן ערוך"?
מאנטאג יוני 03, 2013 11:06 pm#120983
קאווע טרינקער האט געשריבן:שבת? כ'האב געמיינט אז זיי גיין "לויטער שלחן ערוך"?

ס'איז שוין געווען מוצאי שבת.
מאנטאג יוני 03, 2013 11:09 pm#120989
שטימט טאקע, ווייל מוצאי שבת איז דאך סעודתא דדוד מלכא משיחא, און ווען דוד איז נפטר געווארן, זענען די הונט געווען הונגעריג (עיין מסכת שבת).
אה, א מנהג פון א אידישע מאמע טאר מען נישט אוועק מאכן.
דינסטאג יוני 04, 2013 10:42 am#121223
נוי יארק איז גענומען געווארן פאר א רייד. א גרויסע חלק פון די סיבה פאר וואס נוי יארק האט אזא שלעכטע טרעפיק פראבלעם? די גרויסע טוישן צו די גאסען. יעדע חודש עפעס אנדערש. די בייק קולטור וואלט געווען א פאזיטיווע, העטעך ווען זיי געווען פאזיטיוו. די פראבלעם איז אז די בייק געמיינדע מיינען אז דאס איז א קולט, א העכערע זאך - העכער פון געזעץ, העכער פון יושר צו סעסייעטי.

צוזאמען מיטן פארברייטערן א בייק פראגראם, דארף קומען א שטארקע לאו אינפארסמענט.
דינסטאג יוני 04, 2013 2:09 pm#121292
נולד מאוחר האט געשריבן:בילד כהאב עס גענומען פון די מסאן פראדאקציע אשכול
אפשר וויל ער עפעס א דאקיומנט פארן ארטיקעל. סאיז אבער א סתירה ווייל סשטייט אז די מוסדות זענען דערקעגן


פארוואס איז רביה"ק זי"ע טאקע געווען קעגן בייקס פאר אינגלעך? אין אייראפע פארען אלע חסידים מיט בייקס
דינסטאג יוני 04, 2013 3:04 pm#121322
מן הסתם האט עפעס א נחמיה גאטליב סטייל קראנקע זכר עם איינגערעט ווייסעך וואס.
דינסטאג יוני 04, 2013 4:30 pm#121360
לכאורה ווייל אין יענע צייט איז יעדע ריר געווען, ארויס פון די אידישע געגנט, וואס איז דאן געווען - און איז אויך היינט - א סכנה בגשמיות וברוחניות.
דינסטאג יוני 04, 2013 4:46 pm#121364
די בריוו פון א "צוויי רעדעלדיגע ביציקל" פון תורה ויראה, שיקט מען נאך ארויס כסדר, אדער דאס איז אן אלטען בריוו?

ווען איז די לעצטע מאל מען האט געשיקט אזא בריוו?
דינסטאג יוני 04, 2013 5:13 pm#121371
boxcover האט געשריבן:לכאורה ווייל אין יענע צייט איז יעדע ריר געווען, ארויס פון די אידישע געגנט, וואס איז דאן געווען - און איז אויך היינט - א סכנה בגשמיות וברוחניות.


איר קענט א 7 יעריגע אינגל וואס וואלט ארויס געפארען פון זייןנע ד' אמות מיט זיין בייק?
דינסטאג יוני 04, 2013 5:36 pm#121373
עפעס האב איך געהערט די סיעט ביצים ווארעם
דינסטאג יוני 04, 2013 6:00 pm#121383
נולד מאוחר האט געשריבן:עפעס האב איך געהערט די סיעט ביצים ווארעם


אוי געוואלד
מיטוואך יוני 05, 2013 1:39 am#121543
הירשל ציג האט געשריבן:איר קענט א 7 יעריגע אינגל וואס וואלט ארויס געפארען פון זייןנע ד' אמות מיט זיין בייק?

אבער א 11-12 יעריג וואלט דאך אפשר יא. אלא מאי, לא פלוג