Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » בד"ה: החסיד הישיש רבי ליפא מאנן ז"ל, 101

בד"ה: החסיד הישיש רבי ליפא מאנן ז"ל, 101

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
29 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 30 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3929
מיטוואך מאי 29, 2013 12:44 pm#119249
בד"ה: החסיד הישיש רבי ליפא מאנן ז"ל, 101
אין וויליאמסבורג איז די מינוטן נפטר געווארן הרבני החסיד המופלג ר' ליפא מאנן ז"ל, אין טיפן עלטער פון 101 יאר אלט. ר' ליפא איז דער זיידע, עלטער זיידע און עלטער-עלטער זיידע פון הונדערטער און הונדערטער אייניקלעך, מעגליך אפילו טויזענטער אייניקלעך, איבער די וועלט. ער איז געווען א סאטמארער חסיד, מיט דעם אמאליגן חן, איז געווען באקאנט מיט זיין פענאמענאלן זכרון, און האט געדענקט פרטים און פרטי פרטים פון אמאליגע צדיקים וועלכע ער האט געהאט די זכיה צו באגעגענען, ווי הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל זי"ע. ער איז געווען א תלמיד מובהק פון קאלובער רבי'ן זי"ע, און פלעגט כסדר נאכדערציילן סיפורים. נאכ'ן קריג האט ר' ליפא געדינט ווי דער רב פאר א שארית הפליטה קהילה אין אייראפע, און שפעטער איז ער געקומען קיין אמעריקע נאך דער אונגארישער רעוואלוציע. אין אמעריקע האט ער געדינט ווי א שו"ב ביי קהילת פאפא ביז איבער די 80 יאר אלט.

צו זיינע קינדער און אייניקלעך איז ער געווען ווי א טאטע, און האט געדענקט יעדן אור-אור אייניקל און זיך משתעשע געווען מיט זיי. ער האט געלעבט מיט זיין ווייב פאר 73 יאר, איבערלעבנדיג דעם קריג צוזאמען מיט אלע קינדער, ביז זי איז נפטר געווארן אין טיפן עלטערן פון 96 יאר פאר עטליכע יאר צוריק. ביידע האבן זוכה געווען צו א געוואלדיגע אריכת ימים, און צו זיין ביים פולן דעת ביזן לעצטן טאג.

זיינע קינדער זענען:
הרבנית מגריבוב - בארא פארק
הרה"ח ר' אשר מאנן - וויליאמסבורג
הרה"ח ר' יושע מאנן - בארא פארק
הרה"ג ר' חיים וואלף מאנן - טאהש, "הדרת קודש"
אשת הרה"ג ר' שלמה זאבעל - קרית יואל
מיטוואך מאי 29, 2013 12:50 pm#119251
ברוך דיין האמת
מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 pm#119253
אוי וויי!! מ'האמיר אים גוט געקענט. חוץ זיין אלטקייט און זכרון איז ער פשוט געוועהן א צדיק פון א איד. איך האב געשמועסט מיט אים איינמאל בערך 10 יאהר צוריק, און זייט דעמאלטס האט ער מיך יעדעס מאל שיין באגריסט, געפרעגט וואס איך מאך, וואס איך טוה וכו'.
ברוך דיין האמת.
ווי אזוי איז ער אוועק?
מיטוואך מאי 29, 2013 12:56 pm#119254
ער איז בכלל נישט קראנק געווען, נאר אפגעשוואכט אין די לעצטע חדשים. ער האט נאך היינט געדאווענט געהעריג, זיך געוואשן צו פרישטאג, דערנאך האט ער זיך געלייגט אין בעט, און א שטיק צייט שפעטער האט מען באמערקט אז ער איז מער נישט בין החיים!
מיטוואך מאי 29, 2013 12:59 pm#119255
די לוויה וועט פארקומען ביי טשקאווע ביהמ"ד אום 3:00
מיטוואך מאי 29, 2013 1:34 pm#119265
וי להאי שופרא דבלי בארעא! ר' ליפא מי יתן לנו תמורתו.
איך האב געקענט אסאך אלטע אידן, אבער קיינער האט נישט געהאט אזא מערקווירדיגע לעבן ווי אים. א איד א צדיק, א תמים, א ירא שמים, אייביג געזעצן און געלערענט. נאך דערצו א ווארימער, ליבליכער, איבערגעגעבענער. איש חי"ל מי ימצא.
כ'האב אים נאך לעצטענס געזעהן אין קלויזענבורגער ביהמ"ד דאווענען שחרית, און ווי ער לערנט דעם חק מיט א פארגרעסערונג גלאז. כ'האב נישט גע'חלום'ט אז ער איז שוין אזוי אלט.
תנצב"ה
מיטוואך מאי 29, 2013 2:04 pm#119278
יא א לעכטיגער איד געוועזן ר' ליפא איך האב אמאל געהערט פון אים זיך אפרעדן אז די יונגע דור איז פרימער אבער אין מדות איז מען ווייניגער ווי מען פלעיגט צו זיין, יהא זכרונו ברוך
מיטוואך מאי 29, 2013 2:26 pm#119294
Usher mann is a Einikel not a son
מיטוואך מאי 29, 2013 2:35 pm#119298
יעצט באקומען א טעקסט פון ר' ליפא אז ער לעבט נאך.
מיטוואך מאי 29, 2013 2:39 pm#119305
atmybest האט געשריבן:יעצט באקומען א טעקסט פון ר' ליפא אז ער לעבט נאך.


אבי גערעדט כהאב בעאקומען א טעקסט פון אים אפאר שעה ציריק שוין אז ער האלט ממש ביי יציאת נשמה און כזאל שנעל אריבערקימען
מיטוואך מאי 29, 2013 2:43 pm#119309
kitov האט געשריבן:Usher mann is a Einikel not a son

he has a son with that name too
then he has a bunch grand & grand sons with that name
מאנטאג יוני 17, 2013 9:54 pm#125633
נעכטן איז געווען די הקמת המציבה אויף דעם איש חסיד. פאלגענד איז דער נוסח.
מאנטאג יוני 17, 2013 11:04 pm#125668
א הערליכע נוסח המציבה!

אינטערסאנט אז קיינער האט נאך נישט דערמאנט די מורא'דיגע מעשה וועגן ר' ליפא'ס אריכת ימים. איך האב נישט געהערט די פרטים פונקטליך, נאר בשם א איד וואס האט נאך געהערט פון ר' ליפא פאר איבער דרייסיג יאהר צוריק. אז ביים באר מנחם זי"ע האט ער זיך אמאל זייער געמוטשעט מיט עפעס א שווערע שטיקעל גמרא. האט אים דער באר מנחם מעודד געווען אז ער זאל עס לערנען הונדערט און איין מאהל. ר' ליפא האט נישט געהאט קיין חשק אזויפיל מאל עס צו לערנען, האט אים דער באר מנחם געזאגט "לערן, לערן מאה ואחד וועסטו לעבן מאה ואחד!"
ר' ליפא האט זיך געהאט פאררעדט ווען ער האט דערציילט די מעשה. און שטארק מורא האבענדיג פון עין הרע האט ער יענעם אנגעווארענט פאר קיינעם נישט צו פארציילן די מעשה. ערשט יעצט נאך די פטירה איז עס ארויסגעקומען. אין די לעצטע יאר האט ער טאקע כמה פעמים אפען גערעדט אז ער גייט שוין גיין פון די וועלט.
דינסטאג יוני 18, 2013 4:44 pm#125968
WOW
מורא'דיגע מעשה. עס איז א געוואלדיגע חיזוק אז מ'זעהט נאך היינטיגע צייטען די השפעה פון א צדיק'ס ברכה
דינסטאג יוני 18, 2013 4:47 pm#125971
ראשעקאל האט געשריבן:WOW
מורא'דיגע מעשה. עס איז א געוואלדיגע חיזוק אז מ'זעהט נאך היינטיגע צייטען די השפעה פון א צדיק'ס ברכה

נישט נאר מ'זעהט די השפעה פון פריערדיגע צדיקים, נאר מ'זעט די כוח פון צדיקים, אז אפילו זיי לעבן שוין נישט, מאכן זיי נייע מעשיות..
דינסטאג יוני 18, 2013 5:20 pm#125979
חד גדיא האט געשריבן:א הערליכע נוסח המציבה!
.


גאר א שלעכטע נוסח המציבה, אזוי סטופיד ווי דעם שוין לאנג נישט געזעהן וואס איז די "חנני ה' על הוסר נזר" און וואס איז די "אפילה ליל וחושך יום הפטירה ה' ינחמנו"?
יא, עס גראמט אבער סענס מעג עס אויך מאכן
דינסטאג יוני 18, 2013 5:29 pm#125982
די מציבה איז א קונסט שטיק.
דינסטאג יוני 18, 2013 5:31 pm#125985
חד גדיא האט געשריבן:א הערליכע נוסח המציבה!

אינטערסאנט אז קיינער האט נאך נישט דערמאנט די מורא'דיגע מעשה וועגן ר' ליפא'ס אריכת ימים. איך האב נישט געהערט די פרטים פונקטליך, נאר בשם א איד וואס האט נאך געהערט פון ר' ליפא פאר איבער דרייסיג יאהר צוריק. אז ביים באר מנחם זי"ע האט ער זיך אמאל זייער געמוטשעט מיט עפעס א שווערע שטיקעל גמרא. האט אים דער באר מנחם מעודד געווען אז ער זאל עס לערנען הונדערט און איין מאהל. ר' ליפא האט נישט געהאט קיין חשק אזויפיל מאל עס צו לערנען, האט אים דער באר מנחם געזאגט "לערן, לערן מאה ואחד וועסטו לעבן מאה ואחד!"
ר' ליפא האט זיך געהאט פאררעדט ווען ער האט דערציילט די מעשה. און שטארק מורא האבענדיג פון עין הרע האט ער יענעם אנגעווארענט פאר קיינעם נישט צו פארציילן די מעשה. ערשט יעצט נאך די פטירה איז עס ארויסגעקומען. אין די לעצטע יאר האט ער טאקע כמה פעמים אפען גערעדט אז ער גייט שוין גיין פון די וועלט.

קען טאקע זיין אז פארדעם שטייט טאקע אז ער איז געווען זיין תלמיד
פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 11:35 am#167870
די "אוצרות" אויסגאבע האט דעם חודש א הערליכן שמועס מיט ר' ליפא איבער זיינע רייכע זכרונות.
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:17 am#171325
די ערשטע חלק נוסח המצבה איז זייער נישט צום זאך
די לשון קלאפט נישט און די מחיצה פון ליפה אפילה איז גוט עפשער פאר א מילתא דבדיחותא
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 11:46 am#171334
צום סוף שטייט "נפטר פתאום בשיבה טובה ובש"ט..." - וואס איז ראשי תיבות ובש"ט? נאכאמאהל ובשיבה טובה? ובשעה טובה?
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 12:21 pm#171343
ובשם טוב?
זונטאג דעצעמבער 29, 2013 12:32 pm#171347
שם טוב, מיינט עס
מאנטאג יוני 16, 2014 7:57 am#206201
אויפגעוועקט
צום ערשטן יארצייט, אי''ה מיטוואך
מאנטאג יוני 16, 2014 8:06 am#206205
אשכולות אויפוועקער האט געשריבן:אויפגעוועקט
צום ערשטן יארצייט, אי''ה מיטוואך

If you have nothing to do please don't do that here !
זונטאג יוני 23, 2019 11:28 am#432214
זעקסטע יאהרצייט
מיטוואך יולי 10, 2019 8:32 pm#432992
ער איז נעכטן געוועהן אין בני ברק
מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:47 pm#435251
?
זונטאג אוגוסט 25, 2019 11:02 am#435284
מצפצף האט געשריבן:?


יעצט קען מען שוין טאקע נישט כאפן אבער דעמאלס איז געוועהן א טאג נאכן צאנז גריבוב, וויזניץ מרכז, ספינקא, גלאגוב.. חתונה.
וואס די הייליגע צאנז גריבובער רבי, איז א איידעם ביי די ישיש מופלג הגה"צ רבי ליפא מאנן מקאוואהאזא...

ממילא איז ער אוודאי אראפ געקומען צו די חופה..