Under maintenance
הויפט זייט » בחור'ל געווינט נאציאנאלער "ספעלינג בי" מיט'ן ווארט "קניידל"

בחור'ל געווינט נאציאנאלער "ספעלינג בי" מיט'ן ווארט "קניידל"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3944
פרייטאג מאי 31, 2013 3:28 pm#120022
בחור'ל געווינט נאציאנאלער "ספעלינג בי" מיט'ן ווארט "קניידל"
א דרייצן-יעריג בחור'ל פון קווינס, ארווינד מאהאנקאלי, האט געווינען די נאציאנאלע "ספעלינג בי" נאכ'ן ריכטיג אויסלייגן דעם אידישן ווארט "קניידל". ארווינד איז דער זעקסטער אינדיע-אפשטאמיגער אין א צי צו געווינען דעם פארמעסט.

די לעצטע מינוטן פון דעם "ספעלינג בי":
פרייטאג מאי 31, 2013 3:43 pm#120024
איך קען זיין פאטער, א וואוילער אינגערמאן גראדע
פרייטאג מאי 31, 2013 4:03 pm#120030
איך וואלט דאס געספעלט "חמץ וואס איז מותר נאר אחרון של פסח".
פרייטאג מאי 31, 2013 4:13 pm#120038
זייער זיס. וואס איז פשט אז די אינדיאנער געווינען, האבן זיי א בעסערע זכרון פאר דעטאלן?
פרייטאג מאי 31, 2013 4:31 pm#120042
יאיר האט געשריבן:זייער זיס. וואס איז פשט אז די אינדיאנער געווינען, האבן זיי א בעסערע זכרון פאר דעטאלן?

ווייניגער וואורשטלעך (הייסע הינטעלעך בלע״ז)
פרייטאג מאי 31, 2013 4:36 pm#120044
יאיר האט געשריבן:זייער זיס. וואס איז פשט אז די אינדיאנער געווינען, האבן זיי א בעסערע זכרון פאר דעטאלן?

ס'איז נישט קלאר.
m http://timesofindia.indiatimes.com/nri/ ... 371454.cms m ?
פרייטאג מאי 31, 2013 6:37 pm#120066
כ'מיין אז כאב שוין איינמאל געלינקט צו דעם געווינער... ער סאונט אוטיסטיק. און ער ספעלט דא א עכט שווערע ווארט

זונטאג יוני 02, 2013 12:13 am#120117
ער איז אוטיסטיק. ס'זעיט אויס אז ער האט אויכעט א הער-מאשינקע אין זיין לינקן אויער. אבער ער האט נישט ריכטיג געספעלט דאס ערשטע מאל ווייל די בעלת מקריאה (די שחור'טע פון סי. ען.ען. ) האט נישט-ריכטיג ארויסגעזאגט דאס ווארט.
זונטאג יוני 02, 2013 12:25 am#120124
זר זהב האט געשריבן:כ'מיין אז כאב שוין איינמאל געלינקט צו דעם געווינער... ער סאונט אוטיסטיק. און ער ספעלט דא א עכט שווערע ווארט

דאס איז נישט דער היי-יעריגער געווינער.
זונטאג יוני 02, 2013 12:26 am#120127
אוודאי נישט!
זונטאג יוני 02, 2013 12:27 am#120128
אן ערשטע-זייט ארטיקל אין דעם "ניו יארק טיימס" האט היינט דן געווען וויאזוי דער ריכטיגער אויסלייג פון "קניידל" דארף זיין. דער געווינער איז זיכער גערעכט פאר דעם פארמעסט, ווייל אין דעם פארמעסט גייט מען לויט וויאזוי עס ווערט אויסגעלייגט אין דעם וועבסטער ווערטערבוך.
זונטאג יוני 02, 2013 2:36 am#120207
דער דרייצן יעריגער געווינער
מאנטאג יוני 03, 2013 8:55 pm#120892
עס איז געווען היינט באריכטעט אין טעבלעט מעג אז דער בחור'ל איז געגאנגען פארזוכן זיין ערשטן קניידל אין לעבן אינעם אידישן "קארנעגי דעלי" אין מאנהעטען. m http://www.tabletmag.com/scroll/133756/ ... st-knaidel m
מיטוואך יוני 05, 2013 9:08 am#121599
ווען א קניידל איז די לעצטע וואפן אין א קאמפ וואס ייווא האט שוין לאנג פארלוירן, און ווען ספעלינג ווערט אן אויסדריק פון פאליטיקס, נאציאנאליזם און רעליגיע.

m http://mobile.nytimes.com/2013/06/05/op ... om=opinion m
מיטוואך יוני 12, 2013 1:01 am#124231
יעצט איז די צייט פאר די לינגוויסטן צו אנאלאזירן די קניידל אפעיר.

What would you have done if you had been a contestant and gotten “knaidel”?

As a linguist, I would have given ten possible spellings, explained what various spellings indicate about the people who write them, and then protested the English spelling bee’s use of loanwords from a language that does not use Latin script. Clearly, I would have lost. But I gained something out of this situation – a story about the relationship between language and identity, one that will most likely find its way into my next book.

Sarah Bunin Benor is Associate Professor of Contemporary Jewish Studies at Hebrew Union College. She is the author of Becoming Frum: How Newcomers Learn the Language and Culture of Orthodox Judaism and the creator of the Jewish English Lexicon.
מיטוואך יוני 12, 2013 1:10 am#124233
זינט דער ספעלינג בי איז באזירט אויף וועבסטער'ס ווערטערבוך, וואלט איך געענטפערט knaidel, ווי עס שטייט אין דעם בוך, און נישט געזוכט צו זיין אן אויבער'חכם.
מיטוואך יוני 12, 2013 1:31 am#124237
וויאזוי וואלסטו אויסגעלייגט קניידל-פארמער?
מיטוואך יוני 12, 2013 1:34 am#124239
knaidel-former?
זונטאג יוני 16, 2013 6:42 pm#125315


פרייטאג מאי 27, 2016 5:21 pm#334934
די אידישע שפראך איז ווידער אין די ספעלינג בי נייעס, נאכדעם וואס דער געווינער האט ריכטיג אויסגעלייגט דאס ווארט "כרעמזלעך".
m http://www.timesofisrael.com/spelling-b ... dish-word/ m

בילד
דאנערשטאג מאי 30, 2019 11:51 pm#431362
אידיש איז נאכאמאל אין די "ספּעלינג בי" נייעס, און דאס מאל מיט דעם ווארט "אידישקייט"!

m https://www.kveller.com/this-yiddish-wo ... ee-finals/ m
פרייטאג מאי 31, 2019 12:16 am#431365
ווער קען זיך אלס שטעלן צום בחינה?

ATUB @ראובן ATUB אפשר גיימיר קומענדיגן מאל?