Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אידישקייט איז ללעג ולקלס אין די גאסן פון וויליאמסבורג

אידישקייט איז ללעג ולקלס אין די גאסן פון וויליאמסבורג

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 114 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #3949
זונטאג יוני 02, 2013 3:35 am#120255
אידישקייט איז ללעג ולקלס אין די גאסן פון וויליאמסבורג
דעם זונטאג גייט אין די וויליאמסבורגער גאסן פארקומען א מרידה באלוקי ישראל אויף א פארנעם וואס איז נישט געזען געווארן פאר הונדערטער יארן. עס גייען זיך צוזאמענקומען טויזנטער אידן, מענטשן וועלכע האלטן זיך ווי די פרומסטע, ערליכסטע און בעסטע אידן, און וועלן אפן דערקלערן אז קיין שום אינטערעסע פאר דער צוקונפט פון אידישקייט וועט נישט שטיין אין וועג פון די פאליטישע קאפריזן פון זייערע זעלבסטגעקרוינטע מנהיגים.

דער אינטערנעט איז היינט דער גרעסטער טשאלעדזש וואס איז פאראן פאר חרדישער אידישקייט. דאס וועט נישט קיין שום שכל'דיגער מענטש לייקענען. עס זענען פאראן פארשידענע מיינונגען וויאזוי מ'דארף ארבעטן ארום דעם טשאלענדזש, אבער דאס איז קלאר אז לא עת לחשות. רוב חסידישע רבנים און א גרויס טייל פון די ליטווישע רבנים האבן אנגענומען דעם מהלך אז כדי צו ראטעווען די קומענדיגע דורות דארף מען באגרעניצן דעם אינטערנעט ווי ווייט מעגליך. נישט יעדער איז מסכים אז אזא מהלך איז די ישועה – אבער דאס מעגן מיר אלע מסכים זיין, אז וואס מ'זאל נאר האלטן אז עס איז די ישועה, דארף דאס געטון ווערן מיט דעם גרעסטן מאס ישוב-הדעת, כובד-ראש, און ערנסטקייט, וויסנדיג אז אין דעם איז תלוי דעם עתיד פון די דורות הבאים.

אבער די וויכטיגקייט פון דעם עתיד פון די דורות הבאים איז נישט אין-סוף, עס קען ווערן אפגעשאצט און קוואנטיפיצירט. און אז עס איז פאראן עפעס וואס איז וויכטיגער פון דער אידישקייט פון די דורות העתידים, נעמט דאס פרעצעדענט איבער דעם עתיד פון אידישקייט. אין וויליאמסבורג האט מען אין די לעצטע וואכן פלאנירט א גרויסן כינוס וואו מ'וועט זיך צוזאמענקומען מעורר זיין די איינוואוינער זיך צו האלטן צו די באגרעניצונג-תקנות וועלכע זענען נוגע דעם אינטערנעט. אויב נעמט מען ערנסט די "מערכה", אויב מ'האלט טאקע אז דאס איז דער מהלך צו ראטעווען חרדישער אידישקייט, דאן איז אזא כינוס א מאמענט פון העכסטער וויכטיגקייט און ערנסטקייט. עס פארשטייט יעדער אז מאטראזן אין א זינקענדיגער שיף טראכטן נישט "מי בראש" ווען א צווייטע שיף קומט זיי ראטעווען. די וואס אמפערן זיך ווער עס זאל זיצן אויבן-אן אין דער שיף, פארשטייען אפנים נישט ווי גרויס די סכנה איז – אדער איז זיי דאס זיצן אויבן-אן וויכטיגער פון דעם לעבן זעלבסט.

ווען האדמו"ר זלמן לייב מסאטמאר טוט נישט אלעס אין דער וועלט צו ווייזן א פאראייניגטער פראנט אין דער מערכה קעגן אינטערנעט, זענען פאראן צוויי מעגליכקייטן: אדער איז ער נישט באוואוסטזיניג צו דער סכנה וואס דער אינטערנעט שטעלט פאר פאר דעם פארמאט פון אידישקייט וואס ער פראקטיצירט, אדער איז זיין כבוד וויכטיגער פון דעם. און אזוי האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געקענט צופרינשטעלן די כת האהרונים ווען זיי האבן פארלאנגט א לאגישע בקשה אז זייער רב אין וויליאמסבורג, הרב מענדל טייטלבוים, זאל האלטן א דרשה ביי דעם כינוס.

וואס האדמו"ר ר' אהרן מסאטמאר פלאנט צו טון מארגן איז אבער אין מיינע אויגן נאך ארגער ווי דעם. ער האט פאררופן א כינוס אין דעם זעלבן טאג און אין דעם זעלבן צייט ווי דעם כת הזאלוינים, און ער נוצט אפיציעל דעם ענין פון דער מערכה אויף אינטערנעט זיך צו שלאגן און אוועקמאכן די אקטיוויטעטן פון דעם אנדערן כת. די אהרונים ווילן מיט זייער כינוס פראקלאמירן פאר דער וועלט אז דער כבוד און מאכט-הונגעריגקייט פון האדמו"ר זלמן לייב האט צעשטערט עפעס וואס וואלט געקענט זיין א שטארקער פראנט אין דער מלחמה קעגן דעם אינטערנעט: א פאראייניגטער כינוס פון "אלע" וויליאמסבורגער איינוואוינער, אריינגערעכנט די עמון ומואב כתות מעדת סאטמאר. זיי ווילן אז דער פילוג זאל שרייען איבער דער גאנצער וועלט און זאל ווייזן קליפ און קלאר וויאזוי פאליטישע אינטערעסן זענען ביי האדמו"ר זלמן לייבן געווען וויכטיגער פון אידישקייט ענינים.

עס איז וויכטיג צו אויפדעקן די מאטיוון וועלכע טרייבן די מנהיגים; און די אויפפירונגען פון די מנהיגים אין די לעצטע יארן האבן טאקע פארזיכערט אז קינד און קייט איז גוט אינפארמירט איבער וואס איז באמת וויכטיג פאר זיי. עס פארשטייט שוין היינט יעדער אז אני ואפסי איז דער וויכטיגסטער פריאריטעט פאר די אדמו"רים, און אז אידישקייט איז נישט נאר אומוויכטיג, נאר עס ווערט גענוצט ווי א מיטל אויף צו קענען קונה זיין כבוד און געלט. די אויפפירונג פון האדמו"ר זלמן לייב גייט אריין אין דעם גדר פון וואס מיר זעען אין די לעצטע יארן. עס איז ליידער שוין ערווארטעט אז דאס זאלן זיין די פריאריטעטן פון א רבי'ן. אבער וואס האדמו"ר ר' אהרן טוט, צו גיין דירעקט מאכן אן עקסטערן כינוס כדי די קארופציע פונעם ברודער זאל שטארק ארויסגעהויבן ווערן, נוצן דאס וואס דארף זיין א הייליגע אקציע צו ראטעווען די דורות הבאים אויף צו שלאגן זיין ברודער – אט דאס איז א פרישער נידריגער שטאפל פון טרעטן אויף אלעם וואס איז הייליג.

האדמו"ר זלמן לייב האט זיך נאך געקענט איינרעדן אז זיינע פאליטישע אינטערעסן זעען זיך נישט אזוי קלאר ארויס, ער האט געקענט האלטן אז עולם-גולם וועט נישט כאפן ווי קארופטירט זיינע אידישקייט חשבונות זענען. אבער האדמו"ר ר' אהרן האט נישט געקענט מאכן אזעלכע חשבונות; דאס מאכן א כינוס פונקט אין דער זעלבער צייט לאזט נישט איבער קיין שום ספק – זאגאר אפילו אהרונים זאגן קלאר אז דער צוועק פון זייער כינוס איז צו "מאכן ליצנות" פון דעם כינוס פון די זאלוינים. דאס איז א מרידה במלכות שמים, במלא מובן המילה.
זונטאג יוני 02, 2013 4:18 am#120268
דאס האלט צד מהרזל. נו וואס איז די סברה פון צד מהרא?
זונטאג יוני 02, 2013 4:49 am#120271
גוט מארגען. וואס האסטו געמיינט ביז יעצט?
זונטאג יוני 02, 2013 7:54 am#120276
what does technology have with yidishkeit.
זונטאג יוני 02, 2013 9:37 am#120288
Re: אידישקייט איז ללעג ולקלס אין די גאסן פון וויליאמסבורג
לאמיר זיי דן זיין לכף זכות אז זיי האלטן נישט אמת'דיג אז די כינותים ראטטעוועט יודשקייט

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
זונטאג יוני 02, 2013 10:23 am#120294
פארוואס גייט סקלענע רבי נאר צו רז"ל?

אויך פארוואס גייט ווינע רבי דארט? ער האט געוואלט מאכען נאר איין און אז ער גייט דארט מן הסתם ווייסט ער וואס אונז ווייסען נישט.

נישט מישען פאליטיק. איך פרעג סתם.
זונטאג יוני 02, 2013 12:19 pm#120323
יאנקל האט געשריבן:
ווען האדמו"ר זלמן לייב מסאטמאר טוט נישט אלעס אין דער וועלט צו ווייזן א פאראייניגטער פראנט אין דער מערכה קעגן אינטערנעט, זענען פאראן צוויי מעגליכקייטן: אדער איז ער נישט באוואוסטזיניג צו דער סכנה וואס דער אינטערנעט שטעלט פאר פאר דעם פארמאט פון אידישקייט וואס ער פראקטיצירט, אדער איז זיין כבוד וויכטיגער פון דעם. און אזוי האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט נישט געקענט צופרינשטעלן די כת האהרונים ווען זיי האבן פארלאנגט א לאגישע בקשה אז זייער רב אין וויליאמסבורג, הרב מענדל טייטלבוים, זאל האלטן א דרשה ביי דעם כינוס.



אדער איז ער פשוט נישט איבערגעצייגט אז מברויך א פאראייניגטע פראנט.

די הנחה אז כדי אויפצוטאן וועגן אינטערנעט, ברויך מען צוזאמברענגן ווי מער מענטשן פון ווי מער שיכטן אויף איין פלאץ, איז אבסורד.
זונטאג יוני 02, 2013 12:22 pm#120325
איינער שרייבט מיר יעצט אז ער מיינט אז מ'זאל מאכן אסיפות און כינוסים ביי יעדע עטליכע גאסן, א שטייגער ווי די ערב פסח פייערס..."
זונטאג יוני 02, 2013 12:53 pm#120332
ממרום שלח אש האט געשריבן:אדער איז ער פשוט נישט איבערגעצייגט אז מברויך א פאראייניגטע פראנט.
די הנחה אז כדי אויפצוטאן וועגן אינטערנעט, ברויך מען צוזאמברענגן ווי מער מענטשן פון ווי מער שיכטן אויף איין פלאץ, איז אבסורד.


האסט א גיטע פוינט, און דאס איז לכאורה די בעסטע מהלך, און די שאלה איז פארוואס ביידע זייטען זעען עס נישט איין.
__

@יאנקעל, עס איז קלאר אז צד רז"ל האט געשפילט שאך מיט צד מוהר"א, און זיי האבן געווינענן שאך-מאט.

פון איין זייט האט צד רז"ל גארנישט געוואלט נאכגעבן פאר צד מוהר"א, און צד מוהר"א האט געהאט א ריזיגע פראבלעם, שיקען זיינע פאר טויזענט מענטשן הערן רז"ל און זיי דערנידערן און מאכען פאר א גאריבטש, איז אויסגעשלאסן ווייל עס איז תשע"ג און מען קען זיך נישט אזוי אויפירען מיט מענטשן, די אנדערע אפציע פון נישט שיקען זיינע מענטשן און נישט מאכען קיין אייגענע כינוס איז אויך געווען אויסגעשלאסן, עס וואלט געוען זייער שלעכט מכמה טעמים, כמובן מעצמו.

עס איז קלאר אז פאר צד מוהר"א איז פול בעסער און שענער אלמלא מען גייט ווען אינאיינעם, אבער ווי פארשטענדליך לויט די אומשטענדען האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און זיי וועלן האפן אז איבער מארגען ועט זיין פרישע נייעס און די נושא וועט אראפ גיין פון טיש,

צו ברענגן א ראיה ווי סקולנער רבי גייט, אדער וו ווינער רב גייט און דערמיט פראבירען עפעס אויפצוווייזען, דארף מען זיין א נאיווע 13 יעריגע בחור'ל.
זונטאג יוני 02, 2013 1:04 pm#120334
ממרום שלח אש האט געשריבן:
אדער איז ער פשוט נישט איבערגעצייגט אז מברויך א פאראייניגטע פראנט.

די הנחה אז כדי אויפצוטאן וועגן אינטערנעט, ברויך מען צוזאמברענגן ווי מער מענטשן פון ווי מער שיכטן אויף איין פלאץ, איז אבסורד.

איך האלט אז באגרעניצן אינטערנעט איז אויך אבסורד. אבער דא איז נישט דער נידון וואס איך אדער דו האלטן איז אבסורד, נאר וואס האדמו"ר זלמן לייב האלט, און ער האט נאך פאראיאר קלארגעשטעלט אז ער גייט בשיטת פאראייניגטע פראנט. ועוד, אפילו ביי דער יעצטיגער אסיפה האט ער געוואלט מאכן א "פאראייניגטער פראנט" פון אלע קהילות, נאר מיט זיין אראגאנץ און עגאאיזם האט ער געוואלט ארויסשליסן די אהרונים.

והעולה על זה, עס קען יעדער מודה זיין אז אויב די אדמו"רים וואלטן געלייגט זייערע דיפערענצן אין א זייט וואלט עס געגעבן גאר א שטארקער שטופ פאר זייער מערכה קעגן דעם אינטערנעט. עס וואלט געווען א היסטארישער מאמענט ווען די שטרייטנדע סאטמארער פראקציעס וואלטן אלעס געלייגט אין א זייט, און וואלטן זיך צוזאמענגעקומען למען כבוד שמים. עס וואלט געוויזן אז די פאליטישע דיפערענצן זענען טאקע ברייט און וויכטיג, אבער די צוקונפט פון כלל ישראל איז זיי נאך וויכטיגער. למעשה האבן זיי געוויזן אז ניין, דער עתיד פון די דורות הבאים איז טאקע וויכטיג, אבער אני ואפסי איז נאך וויכטיגער.
זונטאג יוני 02, 2013 1:11 pm#120339
וואלפה האט געשריבן:איינער שרייבט מיר יעצט אז ער מיינט אז מ'זאל מאכן אסיפות און כינוסים ביי יעדע עטליכע גאסן, א שטייגער ווי די ערב פסח פייערס..."

"@FrimShtiper: Fire chief Kim of Hooper engines says: 'to avoid fire hazard seats @ Taylor St gathering today must be at least 10 ft apart'."
זונטאג יוני 02, 2013 1:22 pm#120342
יא.
זונטאג יוני 02, 2013 1:26 pm#120345
@בדחן

ישר כח פאר די קאמפלימענט

אבער כאב נישט געברענגט קיין ראיות. כאב געפרעגט וואס סע זעהט מיך אויס אינטערעסאנט.
זונטאג יוני 02, 2013 1:32 pm#120347
יענקל, דו ביסט דאך גאר א גוטער שרייבער, אפשר וואלסטו מיר געטוהן א גענאדע? משל דיך אויס כאילו די ארונים גייען מאכן זייער כינוס די וואך מיטוואך (נישט אינעם זעלבן טאג) און שרייב אראפ די עוולה פון זייער זייט פארן נישט מאכן דעם זעלבן טאג.
זונטאג יוני 02, 2013 1:38 pm#120349
יאנקל, להוי ידוע, דא גייט ווערן א ביליגער צימעס אשכול, און שוין.

די ארונים האבן נישט געהאט קיין ברירה. און דערנאך וואס די זאליס האבן פראקלאמירט א כינוס פאר דער גאנצער שטאט - נישט אין ראדני נאר בחוצות אזויווי אין אנדערע שטעט - און אויסגעקרויזט די ארונים, האבן זיי קיין ברירה נישט געהאט נאר פשוט צו פארלויפן דעם וועג.
ס'איז ביליג, ס'איז פאליטיש, און ס'איז אן אונס פון א פאליטישן שטאנדפונקט.
אבער מסכים בין איך אז דער סאטמארער מחלוקת האט זיך דערקייקלט צו דעם נידריגסטן מצב אז נידריגער קען מען שוין נישט גיין.
א מערכה וואס האט לכל הדיעות געטראגן א רוחניות'דיגע און לשם שמים'דיגע צורה עד היום איז פארוואנדעלט געווארן אין א צירקוס, אוי לאותה בושה.

נאך א נקודה וואס האסט פארזען, מהר"א איז דירעקט נישט געווען דער פיאנער פון זיין כינוס, דאנערשטאג האט מען אים נאך געדארפט געבן טעראפי ער זאל בכלל וועלן קומען. עס פארענטפערט אים נישט, אבער ס'טוישט אביסל דעם בילד.
זונטאג יוני 02, 2013 1:42 pm#120350
מאראנצןזאפט האט געשריבן:נאך א נקודה וואס האסט פארזען, מהר"א איז דירעקט נישט געווען דער פיאנער פון זיין כינוס, דאנערשטאג האט מען אים נאך געדארפט געבן טעראפי ער זאל בכלל וועלן קומען.עס פארענטפערט אים נישט, אבער ס'טוישט אביסל דעם בילד.

ווער איז זיין טערעפיסט ? ווייל ער האט נישט געמאכט קיין מוראדיגע זשאב ביז היינט, אפשר איז צייט צו זוכן א נייע.
זונטאג יוני 02, 2013 1:48 pm#120351
מאראנצןזאפט האט געשריבן:נאך א נקודה וואס האסט פארזען, מהר"א איז דירעקט נישט געווען דער פיאנער פון זיין כינוס, דאנערשטאג האט מען אים נאך געדארפט געבן טעראפי ער זאל בכלל וועלן קומען.עס פארענטפערט אים נישט, אבער ס'טוישט אביסל דעם בילד.


דאס איז זייער א שארפע אטאקע קעגן די ארונים, דאס מיינט אז זיי האבן איבערגעדרייט די שטאט בעפאר עס איז בכלל געווען זיכער אז זייער רבי קומט אריין, לויט דיר וואס איז געווען זייער צול פון אנפאנג? גם לי גם לך לא יהיה?

איך וואלט דיר גארטען זאלסט צוריק ציען פון די סטעמעינט, {און מן הסתם איז עס בכלל נישט אמת}
זונטאג יוני 02, 2013 1:56 pm#120355
@יאנקעל, עס איז קלאר אז צד רז"ל האט געשפילט שאך מיט צד מוהר"א, און זיי האבן געווינענן שאך-מאט.

פון איין זייט האט צד רז"ל גארנישט געוואלט נאכגעבן פאר צד מוהר"א, און צד מוהר"א האט געהאט א ריזיגע פראבלעם, שיקען זיינע פאר טויזענט מענטשן הערן רז"ל און זיי דערנידערן און מאכען פאר א גאריבטש, איז אויסגעשלאסן ווייל עס איז תשע"ג און מען קען זיך נישט אזוי אויפירען מיט מענטשן, די אנדערע אפציע פון נישט שיקען זיינע מענטשן און נישט מאכען קיין אייגענע כינוס איז אויך געווען אויסגעשלאסן, עס וואלט געוען זייער שלעכט מכמה טעמים, כמובן מעצמו.

עס איז קלאר אז פאר צד מוהר"א איז פול בעסער און שענער אלמלא מען גייט ווען אינאיינעם, אבער ווי פארשטענדליך לויט די אומשטענדען האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה און זיי וועלן האפן אז איבער מארגען ועט זיין פרישע נייעס און די נושא וועט אראפ גיין פון טיש,

צו ברענגן א ראיה ווי סקולנער רבי גייט, אדער וו ווינער רב גייט און דערמיט פראבירען עפעס אויפצוווייזען, דארף מען זיין א נאיווע 13 יעריגע בחור'ל.


דאס איז שקר! איך האב מיטגעהאלטן די פארהאנדלוגען, צד מהרי"י האט מסכים געווען אז מהר"א זאל רעדן אבער צד מהר"א האט נאר געוואלט אז ר' מענדל זאל רעדן און נישט מהר"א אין אויך האט מען זיך נישט געקענט פאראייניגען איבער די תקנות.

און ווער עס קען ווינער רב ווייסט אז ער מישט זיך קיינמאל נישט אין די סאטמארע פאליטיק נאר דא האט עס א סיבה, וד"ל.
זונטאג יוני 02, 2013 2:00 pm#120356
וואס וד"ל מיינט ווייס איך נישט אבער קודם ברוך הבא.
האסטו געהערט אזאנס דו ווילסט איך זאל דיר ברענגען מיין עולם און דן טיילסט מיר איין ווער מיין נציג זאל זיין. יאנקל האט שוין ערווענט די ארונים האבן אלע רעכטן צו בעטן אז ר' מענדעלע זאל רעדן און ס'געפעלט אייך נישט דעמאלט לאדענט מיך ניש.ט
נניח אז ס'איז אמת אז זיין האבן געקענט באשטיין ר' אהרן זאל רעדן.
מיין לעצטע תגובה אין דער נושא.
זונטאג יוני 02, 2013 2:02 pm#120357
@עפל סיידר, אן אריינגיין און פרטים איבער דיין תגובה, וואס פראבירסטע צו ענטפערן? אז וויבאלד צד מוהר"א האט געוואלט אז ר' מענדל זאל רעדן? דערפאר? וואס איז מיט ר' מענדל? איז ער נישט אזוי כשר ווי זיין טאטע?

עפל סדר האט געשריבן:אין ווער עס קען ווינער רב ווייסט אז ער מישט זיך קיינמאל נישט אין די סאטמארע פאליטיק נאר דא האט עס א סיבא. וד"ל.
בדחן האט געשריבן:צו ברענגן א ראיה ווי סקולנער רבי גייט, אדער וו ווינער רב גייט און דערמיט פראבירען עפעס אויפצוווייזען, דארף מען זיין א נאיווע 13 יעריגע בחור'ל.
זונטאג יוני 02, 2013 2:04 pm#120359
אקעי וואלט מען געדארפט צוריק ציען די איינלאדעננג. יעצט וואס?

האט פאפא אדער עני אנדערע קהילה אויך פארלאנגט אז איינער פון זיי מוז רעדן און אויב נישט מאכט מען אליינס?
זונטאג יוני 02, 2013 2:06 pm#120360
בדחן האט געשריבן:
עפל סדר האט געשריבן:אין ווער עס קען ווינער רב ווייסט אז ער מישט זיך קיינמאל נישט אין די סאטמארע פאליטיק נאר דא האט עס א סיבא. וד"ל.
בדחן האט געשריבן:צו ברענגן א ראיה ווי סקולנער רבי גייט, אדער וו ווינער רב גייט און דערמיט פראבירען עפעס אויפצוווייזען, דארף מען זיין א נאיווע 13 יעריגע בחור'ל.

טשיי הא! א בפירושער 'בדחן'

ווייל יעצט שפילט בעסער אזוי פארן ארוינישן בדחן
זונטאג יוני 02, 2013 2:10 pm#120363
נאכאמאל זר זהב, עס איז נישט דא די פלאטץ אריינצוגיין און פאליטיק רינגס און ארום, און איך וועל קיינמאל נישט שרייבען קעגן סיי וועם אפגעזען גבאים אדער עסקנים און זיכער נישט רבנים,

יאך בין נישט קיין ארוני אדער זאלי, אבער איך האלט קלאר אז צו ברענגן א ראיה ווי סקולנער רבי גייט, אדער ווי ווינער רב גייט און דערמיט פראבירען עפעס אויפצוווייזען, דארף מען זיין א נאיווע 13 יעריגע בחור'ל.
זונטאג יוני 02, 2013 2:15 pm#120365
בדחן האט געשריבן:יאך בין נישט קיין ארוני אדער זאלי

שקר
זונטאג יוני 02, 2013 2:24 pm#120371
ואפשר לפרש:

פארוואס מאכט מען די כינוסים אין עיה״ק ווילי זונטאג קרח?
ווייל זונטאג זענען די קינדער אביסל מיד און עס איז שווער צו לערנען ווי געהעריג, ממילא ברענגט מען אריבער א לעבעדיגן משל פון מחלוקת לכבוד זונטאג פרשת קרח.