Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » ר' מאטל דער וויין מבין

ר' מאטל דער וויין מבין

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3981
דינסטאג יוני 04, 2013 8:58 am#121199
ר' מאטל דער וויין מבין
ר' מאטל מאכט זיין וועג ארויס פון מקווה און גראד כמנהגו אויס דעם שליים פון מויל מיט אזא גריטשע ווי ער זאל ווען איצט פראבירן סטארטן אן אלט סטאנציע-וואגאן. נאך אלעם מאכט ער בלויז גרייט א געשמירט עפענונג צו די לונגען, האבנדיג געהאלטן דעם גוף מיט דער נשמה אינאיינעם פאר'משכונ'ט אין א דאמף-געשטיקטן צימער פון א פרייטאג נאכמיטאג.

די האר-פארפאנצערטע בעקלעך זענען אים רויט ווי ביי א פרה אדומה; די צעשויבערטע בארד שטייט גרייט פאר א מאסיווער רענאוואציע און אין דער לינקער האנט ליגט ביי עמען א געלעכערט זעקל שמוץ-וועש  שטייף איינגעבינדן – במקום האנט-זייגער.

די ווייסע זאקן זיינע שוין מיט שטאלץ אויסגעצויגן אויף די פיס, כאטש וואס ווען ס'קומט צו דעם קאפ איז נאך דער ברייטער הוט מיט א ימי המעשה'דיג פראכט בעל הבית.

גאנץ מערקבאר זענען די שארפע שטעלונג דיפערענצן די צוויי פיאות האבן גענומען. זיי שפילן א סצענע פון כשזה קם זה נופל במלא מובן המילא. די רעכטע פיאה איז אויסגעאקערט מיט פריש געשוירענע נעגל גענוי ווי א פעלד מוצאי שמיטה. לאנגע שטריקלעך האר שלעפן זיך פון אונטער דעם קאפל. די אנדערע ווידער האלט ביים לעצטן שטאפל קאנסטרוקציע פארקניפט ביים שפיץ קאפ ווי א בעבי קעראט. הקיצור, בלויז ס'שאטן זיינעם זאגט עדות אן צווייפל: "יא, ר' מאטל איז א רעכט גע'טובל'טער".

ר' מאטל שפאצירט אריין אינעם שמש בונקער גרייט אויף צו קויפן וויין און אזוי ארום שוין הערן פון דער חברה ליידיגייער די לעצטערע נייעס. מ'ברויך זיין א וויסט אנטיסעמיט צו האלטן אז כלל ישראל האט זיך וואס צו שעמען מיט אירע אקעדעמיקער.  אונטער איין דאך קענען זיך פארזאמלען אין א גרויען פרייטאג א כאפטע מיטעראלאגיסטן, ארכילאגן, עקאנאמיסטן, בייאלאגישע וויסענשאפטליכער ,מעטאפיזיקער, מעדעצינישע מבינים, פאליטישע עקספערטן און אלצווייסער. אלץ וואס ס'פאדערט זיך איז בלויז ברייטע אויערן צו קענען סובל זיין אן איבערגעטריבן דאזע פון פיינפולע שטותים, צי "פאקטן" גאר כלשונם.

ראובן געציל ווי איך זע האט צו פארציילן איבער דער דין תורה ביי פיקלוויטש'ן און דעם בלוטיג גט ביי זעליג'ס א טאכטער. שוין, האביך דאך געוויסט אז קיין שלום וועט דארט שוין נישט זיין. נעבעך, א גרויס רחמנות, אבער שולדיג איז ער אליינס. ער פארשטייט אלץ בעסער פון וואס מ'זאגט אים און ער לאזט זיך נישט לערנען. שוין, צו וואס גראבן אין יענעמס צרות. הא! גיב נאר א קוק וועמען מ'האמער דא. יוסל'ן איז דא. נו יוסל, וויפיל אינטשעס שניי ערווארט מען צו פאלן אין זיבן וואכן ארום, הא? הייסט עס מ'גראבט שוין ווייטער קברים, שמעון משה? אך, דער בלומבערג ימח שמו. מ'לייד זיך צוזאם פון דעם שגץ, "אלץ ווייל ער איז א איד. ליידער פארשטייען די ערלים בעסער צו אונזערע געברויכן". ווען גייט ער שוין פאר א שווארץ יאר, הא חיים מנשה? מ'ווייסט שוין ווער ס'וועט זיין דער קומענדיגער מעיאר? קאומאו זאגן זיי שטייט שטארק, ניין? אה, ער איז פאר גאווערנאר. נאה, אלץ די זעלבע זאך מילא. קאומאו שמאומאו. מעגסטעך שוין אויסלערנען: "יעדער מיינט בלויז זיך".

טועמיה האט ער ב"ה אינדערהיים. סארא פרעס מ'מאכט אין בית מדרש. ער האט שוין געזאגט דעם שמש אז ער האלט מ'ברויך אויפהערן מיט דער טועמיה. קודם נאר פרייטאג, און ווער ווייסט, אפשר וועט אים נאך אריינגיין א שיגעון אין קאפ צו פיטערן דעם עולם טשולענט ליל שישי אויך. זאל ער זיך טרעפן בעסערע וועגן וויאזוי צו מאכן געלט. די לעצטע 50 יאר האבן שמשים געקענט מאכן פרנסה אן צושטעלן פרעסעריי. סארא געמיינהייט. 

נו, וועט מען נעמען א פלעשל וויין. נאך אלעם וואו דען קויפט מען וויין? ער ווינדערט זיך טאקע פון וואנען די ערלים האנדלן איין וויין. געוויס פארמאגן די קירכעס אזאנע קליינטשיגע שמש שטיבלעך – הגם דעם געדאנק האבן זיי בלי ספק ג'גנב'ט פון די אידן.

און פון וואנען קויפן די נישט רעליגיעזע וויין? שוין, הייב אן פרעגן קשיות. לאמיר דיך זאגן איין מאל פאר אלעמאל: "אלעס גלייבט היינט".

אין אמת'ן אבער: די גוים פארשטייען צו וויין ווי יעך צו א ספארט געים. אלץ וואס זיי ווילן איז נאר הויליענען און אנברענגן די צייט. פונקט לעצטנס זאגט מיר א אינגערמאן אז דאס נעמען דראגס צווישן די כוליגאנעס איז שוין היינט א נארמאלע זאך. שומו שמים אין וואספארא צעדרייטער וועלט מיר לעבן היינט! "מ'דארפן מיר באזונדער דאנקן גאט אז והבדלנו מן התועים".
 
חצקל,  ווען נישט איך זע דאס מיט די אייגענע אויגן וואלט איך דאס נישט געגלייבט. "אויף גרעיפדזשוס מאכסטו קידוש?" באלאנגסט עפעס אינעם עזרת נשים? וואסי, ס'מאגן דיינער פארנעמט נישט אביסל אלקעהאל? עפעס געמאכט פון זיידן? הא! גלייב מיך דיין זיידע ירחמיאל זעהט דאס כאפט ער א הארץ אטאקע. אוי האב איך אים געקענט, א זיס אידל געווען. גיי זיי מסביר פאר היינטיגע אינגעלייט וואס א ר' ירחמיאל האט בכלל געמיינט. "נאה, זאגסט מיר? נאך ווי כ'האב אים געקאנט. ער פלעגט דאך דאווענען אויף מיין בלאק". 

שוין, גיי רעד צו די חברה. כ'ווייס אפילו נישט וואו אנצוהייבן; נישטא אפילו מיט וועמען צו גיין צום טיש. א גלעזל וויין פרייטאג אויפדערנאכט איז ווי מים קרים על נפש עיפה. שוין, שוואכע לייט. זיי דערהייבן פשוט נישט. נו, אז מ'דערהייבט נישט איז מען פטור. האבן זיי  דאך אבער יא געוואוסט וואס זיי רעדן אז זיי האבן זיך צעקרעכצט אויף דעם שוואכן דור.

דידאדאדידאדאדאדאם, אהאהאהא, איםםםם, היימבאבאביבאם. נו, שמש, ווייסטאך וואס איך גלייך. דערלאנג אהער צוויי פלעשלעך. כ'האב חשובע געסט דעם שבת, "יואב פון קאווע שטיבל קענסטו?"

שמש: אביתר'ס א זוהן? 

יאפ! ער איז דא איבער שבת, האב איך אים גערופן פאר א סעודה.

שמש: ווער דער שייגעצל?

נאה, דו רעדטס פונעם ברודער זיינעם. דער אמת איז אז רעדט מען פון יואב'ן מיינט מען אויך נישט עפעס דעם גרעסטן צדיק. שוין, לאמיר בעסער נישט רעדן. איך דריי זיך דאך יא אביסל אויף דער וועלט, פחדים נוראים וואס ס'קומט אלץ פאר. "כ'זאג אלץ, היינטצוטאגס איז קיינער נישט פארזיכערט". 

שמש: איי ר' מאטל זאגט איר גוט. מיט די עלטערן זיינע האט ער נאך עפעס א שטיקל קשר? 

דער טאטע האט אים ארויסגעווארפן, ער וויל אים נישט קענען. ער שפייט נעבעך בלוט. מיט דער מאמע זאגט מען האט ער נאך יא עפעס א שטיקל שייכות, אבער ווייסטאך וויאזוי די זאכן גייען. שוין, צו וואס גראבן אין יענעמס צרות. אוי!

שמש: ס'איז די אינטערנעט וואס איז שולדיג דערין? 

נו וואדען. זאגן זאגט ער אז מ'האט אים גע'רודפ'ט. ווייס איך דען נישט? כ'בין דאך געווען זיין מלמד. שוין דעמאלט האט ער געהאט פייגעלעך אין קאפ. שוין, כ'האף נאר אז מצידי האב איך געטון אלץ וואס איז שייך. אוי האב איך געהאקט און געבראקט אין עמען, אך, אבער גאאאארנישט. א קאלטער שטיין. וויפיל מ'האט נאר פראבירט, וויפיל כוחות מ'האט נאר אין דער דאזיגער נשמה אריינגעלייגט, א וואנט האט מען געטאפט. כ'קלער אז אפשר גאר האט מען נישט געפראסקעט גענוג. אפשר וואלט נאך ארויסגעקומען עפעס א קיצו של מענטש. היינט טאר מען שוין גארנישט טון. דאס גאנצע אמעריקאנער חינוך ברענגט מען אריין ביינונז. נאכן ווינדערט מען זיך. נאה, א פראסטער יונג. פון וועמען מיינסטו רעדט מען דא? אן אויסווארף, א בן סורר ומורה, אלץ געזוכט טראבל און קיינמאל נישט געהאלטן ביים לערנען. אלץ געווען קלוגער, פארשטאנען בעסער ווי זיינע עלטערן, מחנכים און קלוגערע פון אים. יע, דארט קומען זיי אלע אן, די אלע אויבער חכמים. געקלעבט צו שלעכטע חברים, היום אומר לו עשה כך און פון דארט ביז דער שאול תחתית איז שוין א קליין שפרינג. העלעך דיר פארציילן א סוד: "נעכט פלעג איך אפזיצן ביים פאטער זיינעם, כ'האב מיך ביי עמען געבעטן מיט טרערן; שוין, האב איך דאך יא געוואוסט וואס ס'וועט פאסירן. איי!"

שמש: או, אידישע צרות. דער עסט ממש טריפות, א מחלל שבת? 

וואס ווייס איך. ער מיינט נעבעך אז דאס גליק איז אויף דער אנדערער זייט. מ'זעט אים נאך דא דארט לייגן תפילין, א קליין קאפעלע אויפ'ן קאפ און דרייט זיך מיט אלע שווארץ יארן. שוין, גענוג צוזאמגערעדט. לאמיר רעדן פון שמחות. משיח זאל שוין קומען, מ'רייסט פון אונז שטיקער.

שמש: אז ער לייגט תפילין און איז א שומר תורה ומצוות איז דאך גוט, נישט אזוי?

אוי! ס'בעסער אז מ'רעדט נישט. פיין, נעם איך די וויין, א בעג האט איר? כ'האב נאך גענומען א ציצית פאר מיין בחור'ל, און וויפיל איז דאס שערן? אן אויסגעקראכנעם קאפ ס'זעלבן פרייז? אלעס קאסט היינט. ווי זאגט די וועלט: "בחינם קריגט מען כינים". אקעי, שרייב אויף, עמער זיך פארעכענען די אנדערע וואך, א זיס לעכטיגער שבת.

(מיינט איר אז מ'רעדט דא פון א ירדן ראם? קאסטעל גרענד ווין? אלעקסענדער אמאראולא? גהינם נישט. "א ברייט פלעשל קדם בורגאנדי")


ר' מאטל איש חסיד שפאצירט אהיים נאכן דאווענען מיט א געהויבן קאפ, דארונטער מארשירן יוצאי חלציו מיט פארכט און דיצעפלין. נאך אלעם גליסט זיך פאר קיינעם פון די שבטי קה דאס רויט פלעמל אויפ'ן באק, אדער א "קלינגעדיגס" ווי ר' מאטל גלייכט דאס צו בא'טוטל'ן.

דאס פריש געבאדן קערפער ווארעמט זיך אין דער רעזוואלקע, ס'האלדז איינגעוויקלט אין א גלאנציג ווייסן שאל כתינוק באמתחתו, די וואנצעס אויסגעפיצט ווי ביי דעם רוסישן צאר צום געבורטסטאג, און דא דארט שענקט ער פארבייגייערס א לייכט נייג מיט'ן קאפ נאכגעפאלגט מיט א שטיל אבער לאנג פראגראמירטער "גוט שאממממבבבבעס".

ר' מאטל לייגט אראפ א פלאמפייערדיגער קידוש און קימערט קנאפ איבער די פיאות וועלכע טובל'ן זיך אינעם בעכער כמעט ש"י. צייט איז די לעצטע זאך וואס קען שפילן א ראלע בעת פונעם זילבערנעם בעכער שיט טראפנס לארבע כנפות. איראניש איז אז דוקא ביים ווארט "באהבה", א ווארט וואס רעפרעזענטירט א גאר ברייטער תחום מיט וואס ר' מאטל האט קנאפ שייכות, דארט שפירט ר' מאטל אז ס'פארלאנגט זיך אויסצוציען דאס התלהבות עד כלות השפייאכץ. ס'עיקר איז דאס לאזן ווארטן די אויסגעהונגערטע נשמה'לעך וועלכע האבן זיך שוין געזעגנט מיט די מלאכים פאר אומגעפער א שעה צוריק און שטייען גענאגלט צו דער ערד מיט אויסגעטריקענטע מיילער ווי די אידן נאכן עסן די דגים מלוחים פון אחינו הישמעאלים.

די קינדער אונטער דעם וועכענטליכן טעראר פון מעגן טרינקן בלויז א פערטל גלעזל גרעיפדזשוס שלינגען א יעדעס טראפ ווי דאס זאל ווען זיין כוס של ברכה פונעם רבי'ן, און גרייטן זיך צו דערפילן די דיקטאטורישע באפעלן ווי נאר זיי גייען ארויס מפי המלך.

איך קוק רעכטס, איך קוק לינקס; איך שלעפ ארויס א ברוין-פאפירענעם זעקל. יעך צי ארויס פון דארט א שמאל פלעשל קאבערנעי און איך שטעל דאס אויפ'ן טיש. (א כפרה אויף דער געלופטעריי.)

"וואס איז שלעכט מיט דעם בורגאנדי?" אייסערט זיך ר' מאטל מיט קנייטשן אין די אויגן ברעמען וועלכע שרייען ערפארענקייט.

ס'גוט, דאס גלייך איך מער.

ר' מאטל שארט ארויף זיינע דיקע ברילן און נעמט באקוקן דאס פלעשל נאך הכשרים ווי ס'זאל ווען זיין אן אכט טאגיג פיצל הארט בעפאר דעם בונד. "גיי ווייס וואספארא הכשר דאס איז. קוים קען איך נאכזאגן זיין נאמען. אויך מיר א רב, ערגעצוואו אין די מרחקים. גיי ווייס צו ער איז אפילו א שומר שבת".

כ'ווייס, עם, מ'זאגט דאס איז א פארלעסליכן הכשר, מורמעל איך ארויס מיט דעם פחד פון א ווארפעדיג הינדל צווישן דעם בני אדם שטויס און ס'שחיטה.

מ'זאגט! ווער איז דאס 'מ' ? געלט וואלסטו עמען געבארגט? קאבערנעט שמאבארנעט! די היינטיגע אינגעלייט זענען מיר גאנצעטע מבנים.

דאס איז א סיילענט "טי" , שאקל איך נערוועז מיט די פיס ווי א קינד וואס דארף עימערדשענסי אין טוילעט.

סארא חילוק. וואס גייט מיר אן וויאזוי דער שמוציגער גוי איז מחליט אז מ'ברויך ארויסצוזאגן די ווערטער -- פייגערן זאל ער. הייסט דאס דער גוי איז דער וועמען דו קוקסט ארויף? עמען פראבירסטו צו געפעלן? היינט הייסט ער זאגן אנעם טי, מארגן באשליסט ער וואספארא עסן איך ברויך אריין נעמען אין מויל און וואספארא עקלדיגע סטיילס ס'הייסט שיין, און איך ברויך נאכטאנצן זיינע משוגעת'ן און קאפריזן. "מושי, אבראמי, ברוך, עטס הערטס? מיר רופן דאס קאבערנעט! אפילו מיט צוויי טיס".

איז לאמיך הערן יואב'ל: שפירסטו באמת א חילוק פון די וויין צו די קדם בורגאנדי?

וואס דען, אומזיסט וואלט איך דאך דאס נישט געקויפט. (וואס די גיהנם).

נעה! אבי געזונט. דאס הייסט געווארפן אידיש געלט אין מיסט.

אבער פעטער מאטל, כ'האב דאך אייך היינט געהערט רעדן אינעם שמש שטיבל איבערן געשמאק פון וויין, כ'האב געטראכט איר פארשטייט אביסל דערצו. נישט אזוי? 

נעוואדע פארשטיי איך. יעך קויף שוין בורגאנדי פאר יארן, זינט כ'האב אויפגעהערט מיט די סאטארן. ס'גייט מיר פשוט אויף די געהירן די היינטיגע ראצערס וועלכע ווערן מיך גאנצעטע מבינים און רעדן זיך איין אז הינטער די שמאלע פלעשער פליסן רויטערער וויין.

אך, אשאד ס'איז ווארעם. כ'האב א פרידזשדער, זאגסט מיר ווען פארדעם לייג איך דאס גערן אריין.

ניין, ס'קומט דווקא רום טעמפעראטשאר.

האהאהא! וויין ווארעם? פשששש וואס ס'פאלט אלץ נישט ביי די איפכא מסתברא'ניקעס. משוגע האט פשוט נישט קיין גבול.

און צו וואס טרינקסטו אין א גלעזל? ס'עפעס פסח אויפדערנאכט?

ניין, פשוט ס'טרינקט זיך אינגאנצן אנדערש אין א גלעזל; דאס בעכער נעמט אוועק פונעם געשמאקן טעם.

יואב, בייג דיך צו, איך וויל נישט די קינדער זאלן הערן דאס ווארט. נענטער, "באלשיט".

איי ס'שטייט דאך שוין אין גמרא "רמייא לחמרא במני דהבי וכספא ותקיף", פראביר איך צייגן איך  לומדות.


גמרות וואס דו ווילסט זע איך קענסטו; אפשר זאלסטו זיך זעצן לערנען און אפלאזן די אלע שטותים והבלים.

און צו וואס זיפסטו אזוי דער וויין ווי ס'זאל ווען זיין א הייס טעללער זופ? דאס מויל דיינע פארנעמט נישט קיין סך אויפאמאל?

כ'זיפ דערפון צושטייטלעך, א טריקענעם מעין עולם הזה צעשפרייט זיך איבער'ן מויל, און דער פרוכטיגער טעם לויפט אזש ביז צו די גומען אונטער די ציין, ס'איז א מחיה! "מ'קען אנהייבן פארשטיין די וועלכע האבן ארגומענטירט נוח לו לאדם שנברא", האב איך נישט פארפעלט צו ענדיגן דעם זאץ מיט א מליצה ווי א גוטזאגער. 

יואב'ל, דארפסט נישט אלץ זיין אן אויבער חכם. הער וואס א קלוגער איד האט צו זאגן: "א פלעשל קדם בורגאנדי, לייגסט דאס אריין אין פרידזשדער, פילסט אן דאס בעכער, און טרינקסט דאס אויס בנשימה אחת – אויף דעם האבן מיר געכאפט שלעק אין מצרים, דערויף האט המן געקריצט, דאס האבן די נאציס נישט געקענט סובל זיין און זאלן ווען די גוים וויסן דעם טעם וואס מ'קען שפירן דערפון זענען זיי זיך מגייר אויפ'ן פלאץ.

פיין, לאמיר נישט רעדן דברים בטלים און פארברענגן די צייט מיט הבלים, ס'איז דאך שבת קודש. "יואב, כל מקדש". וואס דו הייסט האסט נישט? ביזט עפעס א גר? אזוי ענפערסטו דעם שווער דיינעם? וואספארא ניגון זינגט דער פאטער? די כעלעמער? אה! דעם פערטן פאל גלייך איך. "יא מושי, אבראמי, ברוך? אוווווו גייט דאס זיין א כל מקדש".

"מאמי, הערסט, די זופ וועט ווארטן".
דינסטאג יוני 04, 2013 11:33 am#121226
יו-אב!!!!!!!!!

יו - לאך איך,
אב - במליצות און אויסדרוקן אשר העין לא שזפתם!
דינסטאג יוני 04, 2013 12:27 pm#121244
:לאךהויך: :lol: :לאךהויך: :lol: :לאךהויך: :lol: :לאךהויך: :lol: :לאךהויך:
דינסטאג יוני 04, 2013 12:48 pm#121260
:lol: :lol:
Unbelievable pure talent!!!!!!!! Wow!
דינסטאג יוני 04, 2013 3:09 pm#121326
יואב׳ל מיין גאסט! דא רעדט צו דיר דיין פעטער מאטל ! כ׳האב דיר דאך געווארנט זאלסט נישט אויסזאגן אז כהאב דיר געזאגט די ווארט ב......ט!
דיין טאטע האט מיר געבעטן איך זאל דיר רופען אויף שבת כדי זאלסט איינמאל שפירן א טעם אין א שבת׳דיגער סעודה.
ער האט געוויינט צו מיר אזער וויל זען ביי דיר א ווארימקייט. האב איך געוואלט ברעכן די אייז זאלסט זען אז מקען זיין קיל מיט שווארצע גלעזער אויך, און אריינגערוימט אין דיין אויער׳ל דאס ווארט, גייסטו מיר אויספראקן ברבים? היתכן? איך דארף טון שידוכים! ביסט דאך נישט בעסער ווי באארי דייטש וואס האט אריינגענערט זיין גאסט געבער, אזוי טוט מען?
דינסטאג יוני 04, 2013 3:10 pm#121328
יואב נעקסטע מאל איך זע דיר גיי איך דער אנדערער זייט גאס.
דו ביזט דעינזשרעס :lol: .
דינסטאג יוני 04, 2013 4:05 pm#121350
moti107 האט געשריבן:יואב׳ל מיין גאסט! דא רעדט צו דיר דיין פעטער מאטל ! כ׳האב דיר דאך געווארנט זאלסט נישט אויסזאגן אז כהאב דיר געזאגט די ווארט ב......ט!
דיין טאטע האט מיר געבעטן איך זאל דיר רופען אויף שבת כדי זאלסט איינמאל שפירן א טעם אין א שבת׳דיגער סעודה.
ער האט געוויינט צו מיר אזער וויל זען ביי דיר א ווארימקייט. האב איך געוואלט ברעכן די אייז זאלסט זען אז מקען זיין קיל מיט שווארצע גלעזער אויך, און אריינגערוימט אין דיין אויער׳ל דאס ווארט, גייסטו מיר אויספראקן ברבים? היתכן? איך דארף טון שידוכים! ביסט דאך נישט בעסער ווי באארי דייטש וואס האט אריינגענערט זיין גאסט געבער, אזוי טוט מען?


קודם כל, ווען דו האסט מיר געזאגט אז דו בלאגסט אויף היימישע זייטלעך, האב איך דיר אפילו נישט געפרעגט אויף וועלעכע, ווייל איך בין געוועהן זיכער דו מיינסט אייוועלט.
אז דו ביזט אויף קאווע שטיבל אבער, שפיר איך נישט קיין שולד איבער דיינע שידוכים, ווייל אלס שרייבער דא וועסטו קענען אפשר קריגן א כותי.
אפילו אויב פלאנסטו זיך משדך צו זיין מיט בדחן, ער האט אמאל געשריבן טאקע אויף דעם בלאג, אט די סאמע זעלבן ווארט.

יעצט אז כ'האב דיר דא, לאמיר דיר פרעגן גראב און אפען.
וואס גייט דיר אן צו געבן אביסל גרעיפדזשוס פאר דיינע אומשולדיגע קינדער? ענטפער מיר נישט ס'קאסט דיר געלט, ווייל איך ווייס דאך דו קריגסט דאס פון קמחא דפיסחא גענצליך בחינם, און ס'קאסט דיר זאגאר ביליגער ווי דיינע אלטע גאטקעס.(זייענדיג אין מקווה מיט דיר קען איך דיר זאגן, מעגסטעך שוין קויפן נייע).
בכלל, זענען זיי דיינע קנעכט? דאס הארץ האט מיר געבלוטיגט זעהנדיג ווי דו באהאנדלסט זיי ווי הונט. זענען זיי א חלק פון דיינע נכסים? ווילסט רייטן? קויף דיר פערד.
פעטער מאטל, כ'קען נאך אלץ נישט גלייבן דאס ביזטו וועלעכע פלעגט אייביג מאכן דזשאוקס ווען איך בין געוועהן א קליינע יונגל, און אלץ געטיילט טשאטשאס.
הזאת נעמי? געדענקסט פלעגסט אריינלייגן א טרויב אין דיין מויל, און ס'פלעגט ארויס קומען פון דיין אויער? מיר פלעגן שטיין געפרוירן פון דיינע קונץ ווערק.
נאך אזאך. איך פארגין דיר גערן די בורגאנדי, זאלסטו זויפן דערפון לנצח נצחים. וואס מאכסטו אבער אוועק אנדערע מיט אזא ביטול?
און אגב, ביזט א קדוש ביז עס קומט צו לשון הרע? וואס בארעדסטו מיין ברודער פארן פאבליק?

ביידעוועי, טא בי פעיר, די לעבער איז געוועזן סאמטינג ספעשל, געב איבער אין שטוב.
דינסטאג יוני 04, 2013 6:48 pm#121396
איך דארף ווען עכט אריין שטעלן א לינק צי די אשכול אין די ׳זאצן וואס האבן דיר דעמאכט לאכן׳ אשכול. עטליכע מאל.
זייער גיט.
מיטוואך יוני 05, 2013 7:09 pm#122006
יואב: ר-י-ז-י-ג!!!!
אזא שארפע סענס אוו היומאר האב איך נאכנישט באגעגנט!
מיטוואך יוני 05, 2013 9:58 pm#122079
יואב, נאך א שווערע טאג ארבעט, אזויפיל צו לאכען.. ייש"כ מעומק הלב. לך בכוחך זה, מיין אל יין,... ביסט העפליך געלאדענט אויף שבת. זי וועט עסן אין די קיטשען.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:55 am#122252
ליינ'ס ביי וועלכע כ'האב אויסגעפלאצט אין א 'ימלא שחוק פינו'דיגער' געלעכטער: :lol:
• איין פיאה שטייט איהם ווילד צופלאטשקעט, אויסגעאקערט מיט די נעגל גענוי ווי א פעלד מוצאי שמיטה
• מסתם פארמאגן די קירכעס אזאנע קליינטשיגע שמש שטיבלעך, הגם די איידיע האבן זיי בלי ספק ג'גנב'ט פון די אידן.
• דער פראסק איז געוועזן אזאנס ברוטאל אזש זיינע באקן האבן זיך אויפגעבלאזן ווי די שלו אין מדבר, און פירוש חי וואלט דאס בלי שום ספק גענוצט אלס בילד צו צייגן א מהודר'דיגן לחי זקוף ביים אריינגאנג צו א מבוי.
• אויסגעפיצטע וואנצעס ווי דער רוסישן צאר ביים געבורטסטאג
• ר' מאטל שארט ארויף די ברילן, און נעמט זיך באקוקן די הכשרים ווי ס'זאל ווען זיין אן אכט טאגיגן פיצל הארט פארן בונד.
• מושי, אבראמי, ברוך, עטס הערטס? מיר רופן דאס קאבערנעט! אפילו מיט צוויי "טי'ס".

ועוד ועוד! :like :like
דאנערשטאג יוני 06, 2013 11:43 am#122295
און ווי קען מען אויסלאזן יואב׳ס אנטווארט....

דאס איז א סיילענט "טי", שאקל איך נערוועז מיט די פיס ווי א קינד וואס דארף אין טוילעט עימערדשענסי.

:like :lol: :like :P
דאנערשטאג יוני 06, 2013 3:36 pm#122420
און איך האב געמיינט אז ס' גייט דא זיין סחורה מיטן פעטער און נעפיו אויף די ליין ווי די קאווע שטיבלערס וועלן קענען מיטהאלטן ביידע זייטן פון די מטבע ביידע נישט קיין שטילע קינדער
דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:27 pm#122521
קאווע טרינקער האט געשריבן:יואב, נאך א שווערע טאג ארבעט, אזויפיל צו לאכען.. ייש"כ מעומק הלב. לך בכוחך זה, מיין אל יין,... ביסט העפליך געלאדענט אויף שבת. זי וועט עסן אין די קיטשען.


ביי מאטי בין איך שוין געוועהן א שבת, ס'איז געוועזן א בעד עקספיריענס. יעצט ווילסטו איך זאל טינקן טאמאטא דיפ ביי דיר. וואס וועט מען אלץ קענען שרייבן דערויף?

דער שפיציגן שטריימל וואס כ'האב געוואלט זעהן אויף דיין קאפ, זעה איך האסטו שוין אוועק גענומען.
שוין, האב איך געטראכט צוליב דעם יעצטיגן אוואטאר בין איך גערן מוותר דעם שטריימל. זאגסטו מיר יעצט דו שיקסט איר אריין אין קיטשען.
אפשר שיקסטו מיך אויך אהין?
דאנערשטאג יוני 06, 2013 6:52 pm#122558
יואב, איך וועל דיר מכבד זיין זאגען תורה, זי וועט שוין קומען לויפען...
דאנערשטאג יוני 06, 2013 6:54 pm#122559
איך גיי עסן דעם שבת מיט ענק
אוי גייט דאס זיין א מעין עולם הזה
נאך די סעודה וועט עטץ ביידע גיין און בהמ״ד פאר א שיעור און אור החיים הקדוש און צום רבינס טיש און איך וועל דערווייל וואטשען און שטוב
מאנטאג מערץ 03, 2014 9:01 am#188020
נעכטן הער איך ווי צוויי אזוי גערופענע וויין מבינים דעבאטירן וואס איז בעפארצוג צו טרינקען אין פורים. און אזויווי קאווע שטיבל לנגדי תמיד האב איך זיך דערמאנט אז עפעס האט ATUB @יואב ATUB אמאל געשריבן וועגן א וויין מבין, גערעכט בין איך געווען, נאדיר דעם ארטיקל, לכבוד פורים ברענג איך ארויף, א שאד מ'קען נישט דאבעל-לייקן.

בד"וו, יואב, איך וואלט געווארן חולת אהבה פון אזויפיל לייקס אויף איין תגובה. Wow.
מאנטאג מערץ 03, 2014 11:55 am#188048
יעצט געליינט די ארטיקעל אין אפיס, כ'דארף אהיים לויפן מיך איבער טוען די הויזן,
שיעור נישט געקענט כאפן די אטעם, אין מיין לעבן נישט געליינט אזא שטיקל,
ATUB @יואב ATUB ביזט אייננס אין די וועלט, יישר כח ATUB @קאווע טרינקער ATUB פאר אראפ ברענגן,
שוין כ'לויף אהיים מיך איבער טוען די הויזן
מאנטאג מערץ 03, 2014 12:28 pm#188053
קאווע טרינקער האט געשריבן:
בד"וו, יואב, איך וואלט געווארן חולת אהבה פון אזויפיל לייקס אויף איין תגובה. Wow.

און ווער דען נישט?? איך וואלט באצאלט קעש צו האבן אזויפיל לייקס 'אויף איין תגובה'.

אבער מיט איין זאך וואלט איך געווען אנדערש. איך וואלט נישט געווען אזוי סעלפיש זיך אפצופיצן נאך 50 לייקס אריין אין בעט אריין ביז איך דארף נאך לייקס. קוק אהער מ'האט געמאכט לייקס סופאזעטלי צו געבן פאר'ן שרייבער מוט און ווילן-כוח צו וועלן שרייבן נאך. און אדערווייל זעט מען אז אלע וואס באקומען א גאר גרויסע צאל לייקס אויף איין תגובה קומען אריין נאר איינמאל א חודש ווי נאר דע חיזוק פון 50-40 לייקס האט אויסגעוועפט און זיי קומען אפנעמען נאך א דאזע! אדרבה גיי קוק וועסטו זען אז זיי אלע שרייבן כמעט נישט! איך וואלט געווען אנדערש, מיר קען מען לייקן 70 מאל אויך אויף איין תגובה איך וועל דא בלייבן, סוי מ'דארף נישט מורא האבן.
איך לייק שוין טאקע נישט א תגובה וואס האט מער פון 20 לייקס אויס מורא אז יענער וועט גיין נעמען א וואקאציע.
מאנטאג מערץ 03, 2014 12:41 pm#188062
יואב האט געשריבן:
"דאס איז א סיילענט 'טי'", שאקל איך נערוועז מיטן פיס ווי א קינד וואס דארף אין טוילעט עימערדשענסי.

.

@שטילע

דאס מיינט מען דיר...?
מאנטאג מערץ 03, 2014 4:22 pm#188144
יואב דיין ארטיקל האט מיר געמאכט ווייברעטן פין געלעכטער איטליכע מאל
זונטאג מאי 10, 2015 6:53 pm#273842
עפעס א גלגול פון דעם ר' מאטל איז געווען ביי מיר דעם שבת צוגאסט. ער האט נישט געענדיגט דרש'ענען פון וויין. עס האט מיר דערמאנט דעם זאפטיגן ארטיקל, האב איך געטראכט צו זיין א "אשכול" אויפוועקער, עס ארויפצוברענגען אויפן אויבערפלאך, זאלן עס די נייערע ניקס אויך ליינען.

טעמו וראו כי טוב!
דינסטאג מערץ 15, 2016 2:47 pm#325142
ארויסגעשלעפט לכבוד פורים.
דינסטאג מערץ 15, 2016 3:11 pm#325145
יאיר האט געשריבן:יואב: ר-י-ז-י-ג!!!!
אזא שארפע סענס אוו היומאר האב איך נאכנישט באגעגנט!
דינסטאג מערץ 15, 2016 3:16 pm#325148
Re: ר' מאטל דער וויין מבין
יואב,
איי קיינד אוו,
לאוו,
יור סטאף,
דשאסט פאסט אינאף,
לייק דע וואנס עבאוו.
דינסטאג מערץ 15, 2016 7:55 pm#325187
Re: ר' מאטל דער וויין מבין
נורא נוראות, פלאי פלאים, געוואלד און נישט נאר דעם, נאר געשריגען אויך. הפלאה על הפלאה. נישט פשוט.
אזוי געלאכט אויף אן ארטיקל!

נאר איין שאלה האב איך. ווי איז יואבה אין די גאנצע מעשה? זי קומט נישט מיט? זי טרינקט טאקע גרעיפ דזשאוס?

ביסט טאקע געליידענט ביי מיר דער שבת זכור. איך עס פאר מעריב און דערנאך גייט מען גלייך שלאפען. שחרית איז זיבען אזייגער אינדערפרי, מיט אן עקסטער אנגעצויגענע קריאת פרשת זכור.
עכ"פ סחורה וועסטו האבען

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
דינסטאג מערץ 15, 2016 8:13 pm#325196
Re: ר' מאטל דער וויין מבין
צו הערן א ליטווישן קריאת פרשת זכור אום שבת, איז קרוב צו מעין שאול תחתית.
דינסטאג מערץ 15, 2016 8:46 pm#325201
Re: ר' מאטל דער וויין מבין
אלס דארף מען איין מאל דורכמאכען, ובפרט צו קענען שרייבען יומאר
ביי אונזער מנין, קומען זיך צונויף די פאסט-וותיקין זעצער'ס איבערצוהערען פאר'ן צווייט'ן מאל, אויפ'ן וועג צום זיבען פערציג מנין וואס קומט פאר'ן אכט אזייגער מנין וכו' וד"ל. מ'רופט אויס מיט א ציטער אויפ'ן שפראך פון דער מולד אויסרופעריי, וואס דאס מיינט מ'וועט ווייניג דערלייגען טאמער ער כאפט נישט פונקט וויפיל חלקים ס'וועט נעמען ביז דער לבנה באווייזט זיך, און מ'זאגט "מ'זאל אין זין האבען יוצא זיין מיט די תקיעות, 'שולדיגט (דאס מיינט סאר"י) די קריאה און די ברכות", און דערנאך קען איך, דער גבאי, אפווישען דער שווייס פונ'ם שטערן און מאכען דער חשבון וועמען קומט איהם הגבהה. איידער איך האב זוכה געווען צו דער אמט, האט א צווייט'ן דאס געהאט און ער האט אמאל אויסגערופען "דער וואס האט נאך נישט יוצא געווען זאל אינזין האבען...." 'שטייט זיך איז ער מער ניט דארט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
מאנטאג מערץ 06, 2017 6:20 am#364620
Re: ר' מאטל דער וויין מבין
איינער האט מיר יעצט דערמאנט דער ארטיקל, שלעפ איך עס ארויף לכבוד די הייליגע טעג הממשמשים ובאים.

לחיים! לחיים!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג פעברואר 25, 2018 10:16 am#396328
והימים האלו נזכרים ונעשים
זונטאג פעברואר 25, 2018 12:41 pm#396336
Re: ר' מאטל דער וויין מבין
האב איך יעצט צום ערשטן מאל געליינט דעם ארטיקל.

פארוואס שרייב איך געליינט, ווייל איך בין דארט געווען באותו מקום, און איך קען מעיד זיין אז נישט אומזינסט האט @יואב געענדיגט בעפאר די זופ. וואס עס איז פארגעקומען דערנאך, קען מען פשוט אויפן פאפיר נישט שרייבן, עס פארנעמט עס נישט.

(איך העל נישט מגלה זיין ווער פון ניצבים איך בין געווען, אויס מורא אז יואב וועט מיר מיט זיין קיבאורד אויסקנאקן.)
זונטאג פעברואר 25, 2018 1:17 pm#396341
ר' ראובן: דו הערסט. על כגון דא נאמר . אויף דעים פותח האשכול קאןנמען זאגן... אבי אבי רכב ישראל,על מי נטשת את הצאן...?! נצחו אראלים את המצוקים...ונשבה ארון האלוקים...יתומים היינו ואין יואב...! נפלה עטרת ראשינו. (ב"ה נאר דארט.)...!

די געווואלדיגע הומאר וואס האטציך געגאסן פון א יעדע שורה פון יואב, זיכרונו ליבראכעה'ס מאמרים איז דאך היינט נישט צו באקומען. אמת. ס'זענען ב"ה דא עטליכע חשוב'ע ניקס דא וועלכע האבן א ניצוץ פון זיין נשמה. (וואלווי. ביטע באליידיג דיך נישט אז איך האב געזאגט אז דו האסט נאר א ניצוץ, און נישט די גאנצע נשמה....) אזוי ווי וואלווי. און פליקער...אבער זיי לאזן זיך ווייניג הערן לעצטנס. ספעציל פליקער. זייט די ראדימנער פראצעס איז א ביסל איינגעשלאפן. ספעציעל איצט ווען זלאטא...שוין איך וויל נישט צוענדיגן מפני כבודו של הרב ז"ל...!

נ.ב.: וואלווי. דו מעגסט ברענגען די איבריגע תשובות פון ספר הקדוש שו"ת זאב יטרף. ספעציעל יעצט ווען ס'איז מענייני דיומא. צו צו העלפן א ביסל צו דעם עד דלא ידע...!

פליקער: אייכה.....????????!!!!!!!!!!!!!!
זונטאג פעברואר 25, 2018 3:15 pm#396351
berlbalaguleh האט געשריבן:יתומים היינו ואין יואב...!

:like :like
זונטאג פעברואר 25, 2018 7:42 pm#396370
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' ראובן: דו הערסט. על כגון דא נאמר . אויף דעים פותח האשכול קאןנמען זאגן... אבי אבי רכב ישראל,על מי נטשת את הצאן...?! נצחו אראלים את המצוקים...ונשבה ארון האלוקים...יתומים היינו ואין יואב...! נפלה עטרת ראשינו. (ב"ה נאר דארט.)...!

די געווואלדיגע הומאר וואס האטציך געגאסן פון א יעדע שורה פון יואב, זיכרונו ליבראכעה'ס מאמרים איז דאך היינט נישט צו באקומען. אמת. ס'זענען ב"ה דא עטליכע חשוב'ע ניקס דא וועלכע האבן א ניצוץ פון זיין נשמה. (וואלווי. ביטע באליידיג דיך נישט אז איך האב געזאגט אז דו האסט נאר א ניצוץ, און נישט די גאנצע נשמה....) אזוי ווי וואלווי. און פליקער...אבער זיי לאזן זיך ווייניג הערן לעצטנס. ספעציל פליקער. זייט די ראדימנער פראצעס איז א ביסל איינגעשלאפן. ספעציעל איצט ווען זלאטא...שוין איך וויל נישט צוענדיגן מפני כבודו של הרב ז"ל...!

נ.ב.: וואלווי. דו מעגסט ברענגען די איבריגע תשובות פון ספר הקדוש שו"ת זאב יטרף. ספעציעל יעצט ווען ס'איז מענייני דיומא. צו צו העלפן א ביסל צו דעם עד דלא ידע...!

פליקער: אייכה.....????????!!!!!!!!!!!!!!


א ניצוץ איז גארנישט אזוי אוועק צומאכען. ווען א פחמי שטייט און ווינדערט זיך אנה יכנס כל הפשתן הזה, העלפט נישט קיין נשמה און מ'דארף זיך האלטן די אטעם, נאר א ניצוץ קען עס מסדר זיין...
זונטאג פעברואר 25, 2018 9:33 pm#396376
רבותיי: איך דארף טון תשובת המשקל. אויפעסן א פאר געזונטע סאלאמי סענדוויטשעס כמשקל דער געוואגטער יונגל. וויאזוי אין די וועלט האביך געקענט פארגעסן פונ'ם בעל מחבר אליין...?! דער מאנופעקטשורער פן די ראדימנא פראצעס. אבער ס'איז מעשה שאטן. ער לאזט לעצטנס זייער ווייניג הערן פון זיך...!

אני הקטן.האב א באמבעדיגע מעשה וואס איך האלט יעצט אינמיטן באקן. ס'האנדלט זיך איבער א נטורי קרתא יונגערמאן מיט א רביצן און 3 קינדער, וועלכער האט ביי א פאלעסטינער הפגנה וואו ער האט געהאלטן א דרשה באגעגנט א פאלעסטינער פארעהרערין. זי איז געווארן פון זיינע חסידות'טעס. און זי האט מיט אן אפן מויל און באוואונדערונג צוגעהערט זיינע פייער'דיגע דרשות אקעיגן די ציונים. די מעשה. אויב זי וועט ארויסקומען וועט אי"ה פארציילט ווערן אין המשכים.

נ.ב.: די מעשה איז באזירט אויף אן אמת'דיגע סצענע...!
מאנטאג פעברואר 17, 2020 8:43 pm#443077
Re: ר' מאטל דער וויין מבין
דעם מאטל, זייענדיג אזא... אהעם... עעעעערליכע איד איז זיין אויסדרוק פון ״בולשיט״ זיכער געווען מרמז צו זיין צו וואס די נביא זאגט אויף די חוטאים [דאס מיינט דאך ״אוודאי״ די ״אויפגעקלערטע״... פעך... טמא... טרייף...] וזריתי פרש על פניכם פרש חגיכם (מלאכי ב ג), וואס די מצוה בחג איז דאך מיט וויין (פסחים קט.).

ובסתם בנוגע די מינע חברה און בולשיט עיין כאן וכאן, ולכאורה ה״ה לזה.
דינסטאג פעברואר 18, 2020 9:21 am#443095
עס איז אויך דא דער פועל יוצא, יענער טוט בולשיטען.

איינער קומט צו מיר און פארקויפט מיר אז זיין רבי איז א צדיק און פראוועט מופתים, זאג איך אים בולשי"ט.

יעצט איז די שאלה, ווער איז דער בולשיטער, דער רבי, אדער דער פארציילער?
דינסטאג פעברואר 18, 2020 12:53 pm#443100
Re: ר' מאטל דער וויין מבין
לפי דברי דר. פראנקפורט לכאורה ביידע...
דאס איז וויבאלד ביידע פון זיי זענען (לכאורה) נישט אינטרעסירט אינ׳ם אמת און ווילן נאר שטיפן א נערעטיוו אפגעזעהן פון וואס דער אמת איז (חוץ טאמער גייט מען זאגן אז דער חסיד איז אמת׳דיג אמת׳דיג פארגלייבט און גלייבט אין דעם אלעם באמת מיט א תמימות. און ווער ווייסט? אפשר דער רבי גלייבט אויך אין דעם באמת מיט א תמימות...).