הויפט זייט » מאסן דעמאנסטריישאן אנטקעגן ברית מילה - שבת פרשת קרח
מאסן דעמאנסטריישאן אנטקעגן ברית מילה - שבת פרשת קרח
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDTשריפט
19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #3989
דינסטאג יוני 04, 2013 8:38 pm#121474
לייענענדיג אזוי זע איך אז זיי פלאנען עובר צו זיין אויף צוויי גזעצן. גיין אומגעקליידעט און מאכן א פארזאמלונג אן א פערמיט.
על כן, דוכט זיך לעניות דעתי, אז אויב זיי קלערן דורכצוגיין די יידישע געגנטער זאל מען דינגען גוי'שע מענטשן וועלכע זאלן שטיין אינדרויסן פון די געגנטן און זאלן זיי אפהאלטן און רופן פאליס אויף זיי.
אזוי וועלן זיך די טויזנטער שומרי שבת פון די היימישע געגנטן זיי אפילו נישט באמערקן.

דינסטאג יוני 04, 2013 11:02 pm#121514
סדר המעמעד סקלונער רבי קבלת עול מלכת שמים?
דינסטאג יוני 04, 2013 11:48 pm#121525
זיי מאכען נישט קיין פארזאמלונג זיי גייען פארען מיט בייקס.
דער אנדערע חלק פין גיין אומגעקליידעט, ווענט זיך ווי ווייט אומגעקליידעט.

מיטוואך יוני 05, 2013 1:42 am#121546
איחוד פעלד האט געשריבן:זיי מאכען נישט קיין פארזאמלונג זיי גייען פארען מיט בייקס.
דער אנדערע חלק פין גיין אומגעקליידעט, ווענט זיך ווי ווייט אומגעקליידעט.
פארן מיט בייקס, עיין ערך סיטי בייקס צו דאס איז בכלל אויסגעהאלטן אין אונזערע געגענטער?
בנוגע ווי ווייט אומגעקליידעט, ווענד זיך, אויב גענצליך נאקעט, האב איך נאך אין ירושלים דאמעריקא קיינמאל נישט געזעהן אזא איסור. אויב מיינטעס אבער "שמאל געפאסט", זאלן זיי טאקע שטיין ווייט פון אונזערע געגענטער
מיטוואך יוני 05, 2013 12:48 pm#121689
וואס קען מען טוהן בדרכי נועם זיי צוריק האלטן פון דורך פארן אונזער געגענט נאקעט רח"ל?
אפשר זאל מען מכריז זיין "ניטל" פאר שלש סעודות, יעדער זאל בלייבן אינדערהיים פראווענען און דאווענען ביחידות.

מיטוואך יוני 05, 2013 1:28 pm#121716
די רמב''ם זאגט א טעם פאר מילה ''להחליש את כח התאווה'', און דאס טוט וויי די מנולים, ווי זיי שרייבען בפירוש.
מיטוואך יוני 05, 2013 8:56 pm#122062
אונדז מקוה גייערס ווערן נישט אזוי איבערגענומען פון נאקעטע מענטשען.
מיטוואך יוני 05, 2013 9:04 pm#122068
נולד מאוחר האט געשריבן:אונדז מקוה גייערס ווערן נישט אזוי איבערגענומען פון נאקעטע מענטשען.
יא אבער דא וועט אויך זיין טאפלעס פרויען וואס מיר זעהן נישט און מקווה
און אויך נישט געמאלעטע מענער וואס מיר זעהן אויך נישט און מקווה
מיטוואך יוני 05, 2013 11:31 pm#122106
וואס איז אזוי שלעכט צו זען דעם מבחר הברואים במלא הודו יפיו והדרו? כ'פרעג סתם.
דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:07 am#122134
איצט גהערט אז עס קומט א שווערע וועטער דעם שבת, גלוייב איך אז די חברה וועלן אדער נישט פארן אדער גיין מיט ריין-קאוטס.
אויף יעדן אופן, לא ירעו ולא ישחיתו, קיינער וועט זיך נישט דרייען אין די גאסן דעם שבת.

דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:33 am#122158
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איצט גהערט אז עס קומט א שווערע וועטער דעם שבת, גלוייב איך אז די חברה וועלן אדער נישט פארן אדער גיין מיט ריין-קאוטס.
אויף יעדן אופן, לא ירעו ולא ישחיתו, קיינער וועט זיך נישט דרייען אין די גאסן דעם שבת.
In there article it says rain or shine
דאנערשטאג יוני 06, 2013 2:18 am#122204
איך טראכט צו מיר (אפשר אביסל צו הויעך)
מיינע רבי'ס האבן מיר אויסגעלערנט אז מיר זענען און גלות און מיר טארען נישט האבן קיין אייגן לאנד,
מסכים, אבער פון ווי קומט די היתר צו מאכן אזאנע פראטעסטן, לאמיר דיר פרעגן אז די ביסט ווען יעצט און אריזאנע פאר וועקעישן און די האלטסט מיט אזא פירצה וואלסטו זיך געוואגט מוחה צו זיין?
הייסט די ביסט שוין היימיש און ווילי און די פילסט זיך א שטיקל בעה''ב, די האסט דאך למעשה געהאט א רבי וואס האט געוועלטיגט דא, און אוועקגעלייגט יעדער וואס האט געהאט פאטענשאלס גרויס צו ווערן,
איז וואס דרייסטו א קאפ וועגן דעם מדינה, איז דער איד אין איתאמר אדער און יצהר ווייניגער בארעכטיגט ווי דיר פארוואס קומט זיך איהם נישט קיין שטחים?
אין איין ווארט 'שנייד די קרעפ(לעך)'

דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:08 am#122235
איך דערמאן זיך וואס איך האב אמאל געהערט אז ס'האט פאסירט ביי א שבת הפגנה, דאכצעך אין רמת בית שמש.
פרייטאג צו נאכטס האבן די איינוואוינער אראנזשירט דורך אן אינו יהודי אז די גאסן לאמפן זאלן זיך אויסלעשן, און מ'האט אויסגעשפרייט אויפ'ן גאס איינגעדרייטע קליינע טשוועקעס, איינס איינגעבויגן אויפ'ן צווייטן.
כזה:
עטליכע אויטא'ס האבן באקומען לעכערדיגע רעדער, די פאליציי איז אנגעקומען און זייערע רעדער זענען אויך צולעכערט געווארן.
בקיצור, ס'געווען פרייליך.
איז זאג נישט חלילה אז איינער זאל עס טוהן למעשה, אבער עס איז מיר איינגעפאלן אז אויב עמיצער וועט הארט איידער די פראטעסט שטונדע סטראטעגיש אויסשפרייטן (דורך א גוי, פאר די וואס טראגן נישט) אפאר קליינע טשוועקעס - אויף עטליכע גאסן פארנט פון וויליאמסבורג, לענגאויס די בייק לעין - וואלט די אקציע לכאורה אפגעהאלטן די פראטעסטירער. עס וואלט זיי מעגליך צוגענומען דאס אפעטיט אויף א צווייט מאל.
איך ווארן נאכאמאל. קיינער זאל עס נישט טוהן.
(די אייער טראק שטייט ביים נעקסטן קארנער. קיינער זאל נישט ווארפן...)

דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:51 pm#122321
מיינען זיי דען דוקא אידן? ווי איך פארשטיי רעדן בכלליות צו די ערלים. נישט אזוי?
דאנערשטאג יוני 06, 2013 12:59 pm#122322
שטאנג האט געשריבן:מיינען זיי דען דוקא אידן? ווי איך פארשטיי רעדן בכלליות צו די ערלים. נישט אזוי?
ערלי לב
דאנערשטאג יוני 06, 2013 9:10 pm#122604
עורי ישנים משנתכם!!!
קול מלחמה במחנה!!!
היות איך האב אויסגעפונען אז די רשעים די אנטיסעמיטן וועלן זיך צאמקומען בפרהסיא ביי אינז און ברוקלין און עצם יום השבת קודש, וואס אזוי ווי מיר ווייסן אז שבת קודש איז איינער פון די דריי אותות וואס הקב״ה האט אינז געגעבן ווען אינזעמיר געווארן די עם הנבחר, און זיי וועלן ר״ל טוען קאמפיינען נאקעט׳ערהייט אקעגן די מצוה פון מילה, וואס דאס איז דאך די צווייטע אות און ווי ס׳ווערט געברענגט און שבת פרק ר׳ אליעזר דמילה כל מצוה שקיבלו עליהם בשמחה סופו להתקיים מתוך שמחה כגון מילה דכתיב שש אנכי על אימרתך כמוצא שלל רב, זיי האבן אינז אזוי פיינט זיי ווילן אז ״אינז זאל מיר האבן לענגערע און ברייטערע אבר׳לך״ עכ״ל ר״ל וויל איך מודיע זיין אז כאשר יענו כן ירבו וויפיל מער זיי וועלן קאמפיינען אזויפיל מער וועלן אינז שניידן אינז האבן נישט מורא פון זיי פאר יעדע 10 פון זיי וועלן אינז אלע זיך אפשניידן נאך א אינטש ביז ס׳וועט נישט בלייבן קיין זכר פון די גאנצע אבר אין לנו על מי להישען אלא על אבינו שבשמים
החותם מתוך צער גדול ואבר קטן
הקטן דזשאו הגדול (שעתיד להיות עוד יותר קטן)
m http://www.intactnews.org/node/263/1369 ... w-york-nym m .

זונטאג יוני 09, 2013 1:36 pm#123107
וואס איז למעשה געווען? זענען זיי געקומען??