נייע ישיבה אין בארא פארק, הרב גיפס
הרב גיפס האט געוואלט איינפירען א ישיבה ווי אמאל מיט א קשר בין רב ותלמיד (הרב גיפס שטאמט פון אונגארין נישט פון גאליציע, זיין זיידע איז געווען א תלמיד פון בעל נאות דשא מנייטרא) ער איז געווען אין ישיבה פון אכט אזייגער אינדערפרי ביז אכטע פארנאכטס, ער האט זיך אראפגעלאזט צו די בחורים און גערעדט צו זיי כדבר איש את רעהו, ער איז אין אנהייב געווען די ראש ישיבה, מנהל, משגיח, מגיד שיעור, פארהערער, אלעס אינאיינעם, שפעטער האט ער טאקע אפגענומען א משגיח און מנהל, אבער ער איז געבליבען די עיקר זאך, נאר ער האט פארגעלערנט, פאר שיעור עיון האט ער פארציילט נפלאות הבורא, נאכדעם פארגעלערנט די שיעור עיון ביים שיעור האט ער משלב געווען למדנות מיט הלכה, דאס איז שוין נאך א פארטאגס שיעור אין גמרא פאר בעלי בתים, ער איז אויפגעשטאנען יעדן טאג דריי פיר אזייגער זיך צו פארקוקן די שיעור עיון, סוף סדר עיון האט ער פארגעלערנט א מוסר ספר, ער האט דורך געלערנט מיט די בחורים חובות הלבבות, מסילת ישרים, חובת התלמידים, נתיב התורה פונעם מהר״ל, ספר הכוזרי! ועוד, צוויי טעג א וואך האט ער אויך געגעבן א שיעור אויף די סדר בקיאות, בין גברא לגברא איז ער געווען פארנומען מיט שלום בית אישוס און מיטן פירן א קהילה דאנערשטאג איז ער געלאפען געבן אן הלכה שיעור אין ספינקא כולל, און שפעטער באנאכט האט ער ווידער פארגעלערנט משנה ברורה לפי סדר דרשו, פרייטאג האט ער געגעבן א שיעור אויף אונטערסאנטע ענינים געבויט אויפן פרשת השבוע, ער טייפט אליין אפ כמעט אלע זיינע שיעורים, כל כולו תורה אין הרבצת התורה, דאס אלעס האט געלאזט א געוואלדיגע רושם אויף די בחורים. דאס איז נישט די ערשטע רב ותלמיד ישיבה זיך צו פארמאכען נאך אפאר יאר על אדמת אמעריקא, די זעלבע האט פאסירט (איינער לענגער איינער קערצער) מיטן אודווארי רב, פאיע רב, סאלקע רב, קיוויאשד׳ע רב, קראסנא רב ועוד, כולם ז״ל, והבלח״א וואודרידזש׳ע רב, רבי אהרן קראוס, טענקא רב, פריימאן׳ע רב, טשאטע רב רבי שמעלקא לייפער ועוד, און יעצט קען מען צולייגען הרב גיפס צום ליסטע, פארוואס טאקע ארבעט עס נישט, צוליב געלט אדער אן אנדערע סיבה, לאז איך איבער פאר א צווייטען צו שרייבען.
Sent from my iPhone using Tapatalk