Under maintenance
הויפט זייט » דער געפעלשטער בריוו פון ר' חיים קניבסקי

דער געפעלשטער בריוו פון ר' חיים קניבסקי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4034
זונטאג יוני 09, 2013 6:03 pm#123275
דער געפעלשטער בריוו פון ר' חיים קניבסקי
ווי עס איז ברייט באקאנט זענען אין די הכנות צו דער גרויסער דעמאנסטראציע וואס גייט יעצט אן אין מאנהעטן קעגן דער "גזירת גיוס" פארגעקומען פילע שקלא וטריא'ס איבער א יעדן קליינטישגן דעטאל. צו ערשט זענען געווען אנגעצויגענע פארהאנדלונגען צווישן די סאטמארער פראקציעס, און דערנאך איז די חרדישע וועלט געווען געשפאנט איבער די דעה פון הגראי"ל שטיינמאן און הגר"ח קנייבסקי. ווי עס שיינט, איז הרב שטיינמאן קעגן פראטעסטירן אויף דעם ענין. לויט אים קען מען מער אויפטון מיט לימוד התורה. עס איז אבער פאריגע וואך ערשינען א בריוו פון הגרא"ד וואכטפויגל שליט"א אז ער האט געהערט פון הג"ר חיים קנייבסקי דורך זיין זון ר' שלמה אז ער איז מסכים מיט דעם פראטעסט.

פרייטאג איז אבער ארויסגעקומען א בריוו פון הג"ר שמואל קאמינעצקי, וועלכער ציטירט די ווערטער פון די קינדער פון הרב קנייבסקי אז ער איז מסכים צו דער דעה פון הרב שטיינמאן אז מ'זאל נישט מאכן קיין פראטעסט. א קורצע צייט שפעטער איז טאקע ארויסגעקומען דער בריוו פון די קינדער פון רבי חיים, אויף וועלכער רבי חיים אליין האט אונטערגעשריבן אז עס איז אמת.

אבער מיט דעם האט זיך עס נישט געענדיגט. היינט אינדערפרי איז ארויסגעקומען נאך א בריוו פון רבי חיים, וואו ער הייסט כלומר'שט גיין צום פראטעסט, אבער עס איז גלייך אפגעווארפן געווארן אלס פאלש. שפעטער אין טאג איז א פרישע באמבע ערשינען, ווען עס איז באקאנט געווארן א נייעם בריוו פון רבי חיים גענצליך געשריבן בכתב ידו, וואו ער שרייבט קלאר אז "חובה לכל לציית להוראות גדולי ישראל שליט"א למחות היום נגד גזירת גיוס."
בילד

דער דאזיגער בריוו האט אויסגעזען שטארק אויטענטיש, און איז ארומגעפלויגן איבערן די סאציאלע מידיא נעצן. דא האט זיך ארויסגעוויזן אז רבי חיים האלט יא פון דעם פראטעסט, און איז גאר מחייב זיך צו באטייליגן. דאס האט געברענגט א צעמישעניש ביי די בני תורה קרייזן. נאך עטליכע שעה האט "ישיבה וואלד ניוס" געמאלדן אז דער בריוו איז געפעלשט, און אזוי אנגעגעבן בשם דעם שטוב פון רבי חיים. זיי האבן באשולדיגט אז דאס איז חוצפה'דיג געפעלשט געווארן דורך די ארגאניזירער פון דעם פראטעסט כדי צו איבערצייגן בני תורה זיך צו באטייליגן ביי דעם פראטעסט. "ישיבה וואלד ניוס" האט אבער נישט באוויזן קיין שום ראיות אויף דער באשולדיגונג אז עס איז טאקע געפעלשט געווארן, און עס איז נאך געבליבן א גרויסער ספק וואס עס איז די ריכטיגע דעה פון רבי חיים קנייבסקי שליט"א.

פרובירנדיג צו דערגיין דעם אמת, האב איך באטראכט דעם לשון פון דעם בריוו, און כ'האב דערקענט דעם לשון פון "ועשית" און "חובה לכל לציית". מיט די הילף פון גוגל און א חבר בין איך דערגאנגען דעם מקור.

דער בריוו איז צוזאמענגעשטעלט געווארן פון אן אנדערן בריוו, צושטעלנדיג ווערטער און אותיות צו מאכן דעם נוסח. דער אריגינעלער בריוו געפינט זיך דא, און פאלגנד איז מיין איבערבליק איבער וויאזוי דער פעלשעריי איז באוויזן געווארן:

Kanievsky.jpg
Kanievsky.jpg (172.52 KiB) געזען געווארן 10411 מאל


(אלע אותיות קומען פון דעם אריגינעלן בריוו - נישט ווי YWN גיבט אן אז דאס איז נאכגעשריבן געווארן לויט ר' חיים'ס האנטשריפט - נאר איך האב נישט געוואלט אז אלעס זאל זיין איין שטיק רויט, האב איך נאר באצייכנט עיקרן של דברים.)

update מאנטאג 2:55: דעת תורה ווייזט אן שפעטער אין די אשכול אז אויף רוטר איז שוין די זיוף אויפגעדעקט געווארן א האלבע שעה פאר מיר. איך האב עס נישט גענומען פון רוטר, אבער איך האב אראפגענומען די ווארט "עקסקלוסיוו" פונעם קעפל.
זונטאג יוני 09, 2013 6:08 pm#123276
WOW!!!
דו מאכסט מיך proud צו זיין א חלק פון קאווע שטיבל.
יישר כוח ר' יידל.
זונטאג יוני 09, 2013 6:12 pm#123282
וויאזוי קען א נברא, א בן תורה, טוהן אזא נידריגע זאך?

--
ועוד, נאך דערצו האט ער גענוצט דעם בריוו וואס ר' חיים שרייבט אז רב שטיינמאן איז דער מנהיג הדור!
זונטאג יוני 09, 2013 6:15 pm#123287
אזוי ווי א רב קען פעלשן די תורה, קען איינער פעלשן א בריוו.

ווייסט שוין איינער פארוואס די כותל פראטעסט איז יא אקעי מיט רב שטנמאן?
זונטאג יוני 09, 2013 6:17 pm#123288
ווייל יענץ איז נישט פאררופן געווארן דורך רב טוטעלבוים.
זונטאג יוני 09, 2013 6:18 pm#123289
אה. שעים אן הים
זונטאג יוני 09, 2013 7:04 pm#123303
מוח שליט האט געשריבן:WOW!!!
דו מאכסט מיך proud צו זיין א חלק פון קאווע שטיבל.
יישר כוח ר' יידל.

:like
א הערליכער דעטעקטיוו ארבעט! א פלא ווי מ'שעמט זיך נישט זיך צו שפילן מיט אזא איד ווי הגר"ח. אומגלויבליך.
זונטאג יוני 09, 2013 7:56 pm#123330
יידל :like ווי אזוי אזוי איז דיר גוגל ציניץ געקומען? גוגל googles?
וואס הייסט האסט דערקענט ''חובה לציית'' פון אמאל ליינען די בריוו איז ביי דיר און קאפ געבליבען איינגעקריצט די ווערטער?
זונטאג יוני 09, 2013 8:13 pm#123342
יא נולד, נעווער אונטער-עסטימעיט אונזער יידל. יידל, כ'בין טאקע נייגעריק וויאזוי גוגל האט דיר געהאלפן, האסט געסערטשט די טעקסט אין א אימעדזש סוירטש?
זונטאג יוני 09, 2013 8:33 pm#123348
ווען איך מאך א googles search מיט די פאלטשע בריוו באקום איך בילד
זונטאג יוני 09, 2013 9:15 pm#123359
ארקענוג פאר יידל פאר די המצאה.

צום נושא, האלט איינער אז זיי האבן געטיען א עוולה מיט פעלטשן די מכתב? וואס איז דען א נפק״מ צו אויבי איש אנשי ביתו טיען דאס מיטען מאכען גענאר פינעם מענטש? אדער עס קימט א דרויסענדיגער און טוט עס? דאס איז זיכער אז אינשי ביתי האבן דא געמאכט צימעס פינעם גאון הדור, קודם האט זיין זון עדות געזאגט בשמו אז מען זאל גיין דערנאך א הכחשה.

איז געקימען א צווייטער און צוגענדיגט וואס זיינע שטוב מענטשן האבן אנגעהויב, ביי מיר איז עס אקעי.
זונטאג יוני 09, 2013 9:27 pm#123366
:like יידל, דו ביסט אומגלויבליך!
זונטאג יוני 09, 2013 9:31 pm#123370
סא ווער איז געווארען מער מבוזה ר׳ חיים היינט אדער סקולענע רבי פאריגע וואך
איך מיין אז די מענטשען לעבן סאך העכער פון אונז
זונטאג יוני 09, 2013 9:51 pm#123384
בילד

דעי בריוו איז אויך געפעלטשט לכאורה
זונטאג יוני 09, 2013 9:51 pm#123385
בדחן האט געשריבן:ארקענוג פאר יידל פאר די המצאה.

צום נושא, האלט איינער אז זיי האבן געטיען א עוולה מיט פעלטשן די מכתב? וואס איז דען א נפק״מ צו אויבי איש אנשי ביתו טיען דאס מיטען מאכען גענאר פינעם מענטש? אדער עס קימט א דרויסענדיגער און טוט עס? דאס איז זיכער אז אינשי ביתי האבן דא געמאכט צימעס פינעם גאון הדור, קודם האט זיין זון עדות געזאגט בשמו אז מען זאל גיין דערנאך א הכחשה.

איז געקימען א צווייטער און צוגענדיגט וואס זיינע שטוב מענטשן האבן אנגעהויב, ביי מיר איז עס אקעי.

שוין אמאל געהערט פון אזא פסוק 'מדבר שקר תרחק'?
זונטאג יוני 09, 2013 10:00 pm#123392
לאמיר לאזן די האלי געפילען אינדרויסען פינעם בילד, קיינער האט נישט געוואלט יוצא זיין מצות תקיעות שופר אדער ענליכע מצות עשה מיטען בריוו, עס איז בסך הכל א גיטען שפיצל אינדערמיט פון די גאנצע צומישעניש וואס זיינע שטוב מענטשן האבן אנגעדרייט.
זונטאג יוני 09, 2013 10:05 pm#123396
זר זהב האט געשריבן:אזוי ווי א רב קען פעלשן די תורה, קען איינער פעלשן א בריוו.

ווייסט שוין איינער פארוואס די כותל פראטעסט איז יא אקעי מיט רב שטנמאן?


זעהט אויס אז שטיינמאן ווייסט אויך אז פארן כבוד פון דעם כותל העלפט נישט קיין לימוד התורה און תפילה...
זונטאג יוני 09, 2013 10:05 pm#123397
יודל ! א ארגינעלע ווערק, :לייק
זונטאג יוני 09, 2013 10:10 pm#123403
רוטר האט עס גענומען פון דיר, אדער שניהם לדבר אחד נתכוונו?
זונטאג יוני 09, 2013 10:40 pm#123424
יידל, A1
פון וואו האט יענער גענומען די ווערטער ר"ח תמוז?
זונטאג יוני 09, 2013 10:50 pm#123428
יידל, א דאנק פאר'ן אנטפלעקן ווער עס האט געפעלשט דעם בריוו... האסט נישט מורא מ'עט דיך כאפן?!

נע, קיפ אפ די גוד ווארק
זונטאג יוני 09, 2013 10:50 pm#123429
יידל, 1 ווארט, WOOOOW
מאנטאג יוני 10, 2013 3:50 am#123498
אינטערעסאנט ווי אונזערע גרויסע משכילים זענען ערשיטערט עד דודכה של נפש, פאסט נישט פאר ענק, זייטס העכער פון דעם.

א ריכטיגע משכיל פון די גרויסע שטאט, ציט מיט די פלייצעס און געט נישט קיין דעם, ער כיכקעט אונטער, אויף דעם האט דאך די פסוק געזאגט אויל עמי... דאס איז טאקע א באווייז אז אידן זענען נישט קיין עם הנבחר... אלע האבן זיי דעם זילבן פנים...

אבער ביי א קליין שטעטיל'שע משכיל דרייט זיך די גאנצע השכלה ארום סאטמאר, און פאר א נויט די אנדערע פרומע חסידים.

ר פישלע , ר חיים ר שטיינמאן אהההההה .... יאמי! טייטלבוימס פילאפס אונגארישע פעעעעעעעעךךךך


אזא אשכול מאכט מיר זיך שעמען צו זיין אין קאווע שטיבל.

און דאס גייט שוין אויך אויף די נאכנאדע קלאגן אויף די סאטמארע מחלוקת, עס גריצעלט אמיר אין די אויערן, עטס זענץ ענק אלע פיין מחיה דערמיט, אבי סדא וואס צו קריטיקירען, און אבי קיינער האט נישט קיין מאנאפאל אויף די מענשהייט, טא וואס איז די פאלשע ברעטשערייען?

הו די העלל גיווס עי פריקינג דעם?

נ.ב. איך באצו זיך נישט צו די עצם דיטעקטיוו ארבעט.
מאנטאג יוני 10, 2013 4:23 am#123499
ממרום, אייזן!! צום פינטל!
מאנטאג יוני 10, 2013 6:21 am#123506
יאנקל האט געשריבן:
מוח שליט האט געשריבן:WOW!!!
דו מאכסט מיך proud צו זיין א חלק פון קאווע שטיבל.
יישר כוח ר' יידל.

:like
א הערליכער דעטעקטיוו ארבעט! א פלא ווי מ'שעמט זיך נישט זיך צו שפילן מיט אזא איד ווי הגר"ח. אומגלויבליך.


און אויף זיינע שטוב מענטשן און נאענטע וואס פאדרייען אים א קאפ ער זאל ארויסקומען מיט אן הכחשה אויף א בריוו וואס ער האט יא געשריבן (אזוי ווי מיר האבן געהערט אין דעם קליפ הידוע), אויף זיי איז א קלענערע פלא?