Under maintenance
הויפט זייט » מאסף "הפעמון"

מאסף "הפעמון"

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #404
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:17 pm#234251
נישט געטראפן דארט קיין שום השכלה, פונקט קאפויער, נעם אזא שרייבער ווי הרב יצחק לאווי, א היבשער משכיל וחוקר, אן אקטיווער פעיסבוק באנוצער און פירט אן א בלאג מיט איזשביצער תורות (אגב א מבהיל'דיגער בעל כשרון ועילוי און גאלדענע פענע, הוגה האט אמאל גערעדט פון אים ערגעץ, ויבוא המלנקקים וילנקקו) דארט ווידעראום אין הפעמון שרייבט ער א תמימותדיגע מאמר איבער מפרשי התורה, קאכט זיך אין שטיקער אור החיים הק' און נוצט דעם מעשה איש אלס סעד לתמכו.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:29 pm#234257
צלצול שישי יופיע בקרוב אי"ה, לכבוד חנוכה או ט"ו בשבט.

ייש"כ לפלוני שהופנה אותי לכאן ע"מ להגיב.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:32 pm#234258
איך האב מורא מאיז דא חוטא אין מייחס זיין צו טיפע כוונות אויף גאנץ פראסטע עניינים. איך שטעל מיך פאר אז דער פעמון קלינגט נישט פאר אזוינע איינפאכע סיבות ווי עצלות, אפשר האט דער בעל מחבר נישט אזויפיל צייט דערצו מער, אדער סתם אזוינע טעכנישע פשוטע סיבות. עס פעלט נישט אויס צו זיכען טיפע אינטערערדישע פשטים אין אן איינפאכע זאך.

דער ארויסגעבער האקט --
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:36 pm#234262
אויב איז הרב לאווי אזא בעל כשרון, פארוואס הערט מען נישט מער פון אים?
@מאראנצן זאפט אלערט.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:39 pm#234266
עס זעהט דא אויס אז עס פארמאגט אינטערעסאנטע סחורה, איך האב עס דערווייל נאכנישט געזעהן. איז נאך דא ערגעץ צו באקומען די פריערדיגע קובצים?
ATUB @גלעקל ATUB
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:44 pm#234269
פישל'ע העררינג האט געשריבן:
גלעקל האט געשריבן:צלצול שישי יופיע בקרוב אי"ה, לכבוד חנוכה או ט"ו בשבט.

ייש"כ לפלוני שהופנה אותי לכאן ע"מ להגיב.

קענט וועיט!

איך ווייס נישט וויפיל 'גוטע' קובצים עס עקזעסטירען, כמעט יעדער איינציגער היימישער קובץ וואס עקזעסטירט איז נישט אויף קיין בעסער שטאפל פון דעם. עס איז מיר שווער צו גלייבען אז אפילו די גרעסערע און מער מבוססדיגע קובצים שטיין אלץ מיט א שריט פארויס. געדענק אז די חומר שרייבט נישט די מו''ל נאר די פארשידנארטיגע כותבים, און עס איז נישט מוראדיג רעאליסטיש געווענטליך צו בעטן אזא זאך. אפשר א וועכנטליכע מאגאזין קען אזוי ארבעטן, נישט א קובץ תורני וואס קומט ארויס אפאר מאל א יאר.
געדענק אז
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 5:12 pm#234301
Re: מאסף "הפעמון"
א מין מאדנע קשיא @יאיר, און ווער האט פונקט געהערט פון אלע אנדערע טאלענטען אויף די וועלט? כשרון מיט שכל מארשירט נישט אראפ פיפט עוועניו מיט א גרויסע פלאקאט און טראמפייטער הנני דא ביניך דער גרויסער כשרון, די ריכטיג חכמה דארף מען אויפזוכען, אם תבקשנה ככסף וכמטמונים תחפשנה אז תבין.

חוץ מזה, האט פישעלע דאך אויוון ארויסגעברענגט א סיבה פארוואס אפשר די מקווה ווייקער פון ראדני האבען נאכנישט גיהערט וועגן עם.
דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 8:06 pm#234335
שפתים קישאקTM!
מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:16 am#234395
לעיקוואד האט געשריבן:א מין מאדנע קשיא @יאיר, און ווער האט פונקט געהערט פון אלע אנדערע טאלענטען אויף די וועלט? כשרון מיט שכל מארשירט נישט אראפ פיפט עוועניו מיט א גרויסע פלאקאט און טראמפייטער הנני דא ביניך דער גרויסער כשרון, די ריכטיג חכמה דארף מען אויפזוכען, אם תבקשנה ככסף וכמטמונים תחפשנה אז תבין.

חוץ מזה, האט פישעלע דאך אויוון ארויסגעברענגט א סיבה פארוואס אפשר די מקווה ווייקער פון ראדני האבען נאכנישט גיהערט וועגן עם.

הער אויף רעדן וועגן פריוואטע מענטשען, וואס איז דאס?
זונטאג מערץ 15, 2015 2:19 am#258618
איז דא ערגעץ ווי מען קען באקומען די פריעדיגע אויסגאבעס??
זונטאג מערץ 15, 2015 2:39 am#258625
איך וואלט זייער געוואלט האבן די מאמר בענין סוד השמיטות
מאנטאג פעברואר 27, 2017 11:57 am#364008
הפעמון צלצול שישי יופיע אי"ה לחג הפסח הבעעל"ט

גאר אינטערסאנטע נושאים ב"ה.

אויב איינער האט עפעס אריינצוגעבן, א מאמר, שיר, כתב-יד, הערות אויף פריערדיגע מאמרים, זאל ביטע שיקן צו hapaamoin@gmail

ייש"כ
מאנטאג פעברואר 27, 2017 12:37 pm#364014
גוטע נייעס!

טובים השניים מן האחד, א וועקער + הפעמון אויף פסח. וואס קען זיין בעסער...
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 9:28 pm#367691
שוין דא א ריליעס דאטום?
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 9:45 pm#367693
עמעזאן האט געשריבן:איז דא ערגעץ ווי מען קען באקומען די פריעדיגע אויסגאבעס??
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 11:19 pm#367704
ירמי' האט געשריבן:שוין דא א ריליעס דאטום?


ס'דארף צו זיין אין די ספרים געשעפטן.
דאנערשטאג מערץ 30, 2017 11:21 pm#367705
יודישע שרייבער האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:איז דא ערגעץ ווי מען קען באקומען די פריעדיגע אויסגאבעס??

w Www.hapaamoin.com/shop w
פרייטאג מערץ 31, 2017 12:43 am#367715
Re: מאסף "הפעמון"
גלעקל האט געשריבן:
ירמי' האט געשריבן:שוין דא א ריליעס דאטום?


ס'דארף צו זיין אין די ספרים געשעפטן.

איז מעגליך ארויפצולייגן די מפתח צו זעהן פון וואס מען רעדט?


Sent from my SM-G930T using Tapatalk
פרייטאג מערץ 31, 2017 1:11 am#367721
פרייטאג מערץ 31, 2017 3:02 am#367736
Re: מאסף "הפעמון"
דאס ווערט פארקויפט אין לעיקוואוד ערגעץ? איך האב פון דעם קובץ קיינמאל נישט געהערט ביז יעצט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג אפריל 02, 2017 12:14 am#367846
ב"ה
א קורצע איבערבליק אויף "הפעמון – צלצול שישי"


איזכורו של רבי מאיר שמחה הכהן מדווינסק ב'משנה ברורה',
געשריבן דורך הרב הגאון ר' ישראל דנדרוביץ, מח"ס 'הנחמדים מזהב' (אלעס וועגן 'גאלד'), און ראש בית המדרש 'באר האבות' אין עַרד, ארץ ישראל.
דער מאמר איז חוקר נאך די מקור המעשה אז די סיבה פארוואס דער איינציגעסטער לעבעדיגע גדול וואס ווערט דערמאנט אין משנה ברורה איז דער גאון רבי מאיר שמחה הכהן, בעל 'משך חכמה', 'אור שמח' – איז צוליב דעם וואס דער 'חפץ חיים' האט געוואלט מיט דעם זיך איבערבעטן (אדער ווייזען אז ער האט נישט קיין טינא קעגען אים) מיט דעם 'אור שמח', נאכדעם וואס זיי האבן זיך 'מתווכח' געווען מיט שארפע לשונות ביי אן אסיפה לטובת הכלל. – איז די מעשה בכלל אמת?
מענין לענין, וועלכע ספרים פון 'בדורו' ברענגט דער 'משנה ברורה' אראפ; פארוואס טאקע ברענגט ער נישט ב'שם' אומרו פון גדולי דורו; א שמועס פון הרב שך מיט להבחל"ח נאוואמינסקע רבי איבער דעם; הגאון ר' נפתלי טרופ'ס חלק אינעם חיבור משנה ברורה; און נאך.

תלי תנא בדלא תנא: מי אתה 'התנא מוקרט'?

אהלי צדיקים (גבאי) האט געשטעלט – נישט ווייט פון רבי יונתן בן עזיאל'ס קבר - א מצבה מיט א טאוועל וואס איז מודיע אז דא ליגט באגבראבן א 'תנא' מיטן נאמען (אדער קומט פון די שטאט) 'מוקרט'! למעשה, לויט ווי הגאון הידען והדייקן הרב ישעי' אשר זעליג מיללער ווייזט אויף, לא דַי איז אזא תנא קיינמאל געווען, נאר אונטער דעם שטיין ליגט א חשוב'ע גוי – הרב מיללער גייט נאך און צייכענט אָן גענוי וויאזוי א טעות פון א מעתיק האט באשאפען אזא מענטש בכלל, און וויאזוי די 'שמות התנאים' פון רבי נתן ברסלבער האט אים געמאכט פאר א תנא.
די מאמר פארמאגט גאר אינטערסאנטע ידיעות איבער פארשידענע 'מקורות' איבער ארץ ישראל'דיגע קברים, געשריבן פאר הונדערטע יארן צוריק.
דער מחבר איז מסיים מיט טרעפליכע פשטים וואס די גמרא מס' קידושין מיינט מיט "יוד קרָת קא חזינא הכא", און אויב ס'האט א שייכות מיט רבי יוסי פון "יוקרת".

עצימת עין אחת: טוב או רע
הגאון הרב יעקב ישראל סטל פון ירושלים, מחבר 'אלפא ביתא דשמואל זעירא' און 'סגולה' און מהדיר כתבי חסידי אשכנז, איז מציין צו פארשידענע מקורות אין חז"ל און אין זוהר, איבער דעם ענין פון 'שתם העין' וואס בלעם רופט זיך אזוי צוויי מאל אין פרשת בלק. איז זיין בלינד זיין אויף איין אויג געווען א 'עונש', אדער האט דאס באשיצט די אידן פון זיין 'שלעכט אויג'? אדער קען זיין אז האט דוקא פארמאכט איין אויג כדי צו האבן א 'עין רע', איז דא חילוק צווישען די רעכטע און לינקע אויג?
א תלמיד פון רוקח שרייבט אז ער איז נוהג צו פארמאכן איין אויג ווען ער דארף עפעס 'דורכטראכן'. – איז דא א חשש פון 'עין רע'?

לתיקונו של סימן: בגופיא זימרא ציפרא בחבלא דמילתא

אין מסכת שבת איז דא אנהייב פון א סוגיא א סימן "בגופיא זימרא ציפרא בחבלא דמילתא", אנדערשט ווי אנדערע סימנים אין ש"ס, וואס איז לייכט צו מקשר זיין די קומעדיגע סוגיא צו די סימן, איז אבער דא פארהאנען א פראבלעם, און ס'איז נישט קלאר וועלכע מאמרים און סוגיות זענען בכלל דעם 'סימן'. דער של"ה הק' שרייבט "זמן רב נצטערתי במאוד על סימן אחד ... שלא הבנתי אותם ונעלם כמעט מעיני כל חי". אין ספר 'שברי לוחות' שרייבט רבי יחיאל מיכל מנמירוב, "רבים תמהים צמאים ותאבים לפרש להם מה טובו ופרושו של סימן זה, שאין לו שום שייכות כלל בסוגיא זו".
הרב מיללער הנ"ל, האט זיך אריינגעלייגט אין דעם סוגיא, און איז נאכגעגאנגען די כתבי ידות פון די ש"ס, און אנטפלעקט די פשט הפשוט אין די סימן! די הערות פון הרב מיללער זענען א סוגיא פאר זיך, מלא ידיעות און חידושים. לומדים וואס פארשטיין א חילוק פון 'רבה' צו 'רבא' וועלען זיך מחיה זיין מיט דעם מאמר.

פתרון לתמיה: נס החזרת השמש במעלות אחז

הרב יוסף נחמי' הכהן קוואדראט פון לאנדאן, איז מפרש וויאזוי ס'קען שטימען א גמרא אין מס' סנהדרין וואס דערציילט די פרטים פון די מעשה אין ספר מלכים, אז ישעי' הנביא האט געוויזן חזקי' המלך א 'מופת', אז די זון איז צוריק-געגאנגען 10 מעלות, פון נאכמיטאג צו פארמיטאג (צו משלים זיין די 10 מעלות – 10 שעה – וואס די זון איז שנעל אונטער-געגאנגען ווען 'אחז' איז געשטארבן). און אז דער קעניג פון בבל 'מרודך בלאדן' האט זיך צוליב דעם טועה געווען תיכף ביים אויפשטיין פון זיין מיטאג שלאף אין די ניינטע שעה - וואס איז לכה"פ א שעה בעפאר פון ווען ס'האט געקענט פאסירן אז די זון איז צוריק געגאנגען 10 שעה!
מיט קלארע דיבורים, איז הרב קוואדראט דאס מסביר וואזוי דאס שטימט אויפן זייגער, אויפן האָר!

חשבון: שיטות חישוב מנין השנים

דאס אז היי יאר איז ה'תשע"ז, איז נישט לויט אלע שיטות. אנדערע האלטן אז היי יאר איז ה'תשע"ו, אדער גאר ה'תשע"ה. ס'ווענד זיך וויאזוי מ'ציילט א 'יאר', און פון ווען מ'הייבט אן ציילען. הרב בנש"ק ר' שמעון דוב בראנדסדארפער צולייגט די שיטות, און ברענגט צו פארשידענע אופנים וויאזוי אנדערע האבן געציילט די יארן, די רמב"ם'ס חשבונות לשטרות, מנהגי תימן ועוד.
אזוי אויך, פון וועלכע תקופה האט מען בכלל אנגעהויבן ציילן 'לבריאת העולם', ווייל אין תנ"ך און אין חז"ל ווערט נישט דערמאנט אז מ'זאל אנגעבען א יאר לויט וויפיל יארן זי איז פון בריאת העולם.

ה"ראם" במקורות חז"ל וקדמונים

דער 'ראם', וויזעלטיר, - א שיינע ליקוט מיט הערות איבער דעם באשעפעניש, פון איבעראל וואו ס'ווערט דערמאנט אין תנ"ך, חז"ל און מדרשים. דער שרייבער הרב שמעון שלמה זילבער, איז מפרש די שיטות און חילוקי דעות איבער איר גרויסקייט, שטארקייט, כשרות, און נאך.

חינוך: תכונת האדם לפי מיזווג ארבעת יסודות הבריאה

שוין אפאר יאר וואס מיין באקאנטע פון 20 יאר, הרב שמעון גרין פון בארא פארק, א חסידישע אינגערמאן, א מוציא לאור פון כמה ספרים, איז עוסק אין תורת הנפש על טהרת הקודש, און איז ב"ה מצליח צו ליכטיג מאכן פאר פאָֹר-פעלקער, מלמדים, עלטערן, מיט דעם אלטן שיטה פון "חנוך לנער על פי דרכו".
געבויט אויף די זוהר הק' אז יעדע מענטש איז א צוזאמענשטעל פון "אש, מים, רוח, עפר", און לויט די 'מיזוג' אזוי איז זיין מהות – איז הרב גרין מסביר מיט זאכליכע משלים וואס זענען די סמנים פון די יסודות, און וואס איז די ריכטיגע 'חינוך' צוגאנג צו יעדע פון די סארט.
די מאמר איז געשריבן געווארן דורך די עורך הפעמון פון א שמועס מיט הרב גרין פאר צוויי יאר צוריק, און צוליב די גרויס אינטערעסע ביים היימישען עולם אין די שיעורים פון הרב גרין, דינט דעם מאמר אלץ א פתח, צו פארשטיין ווי יעדע יחיד איז א 'עולם מלא', און אז אז ס'איז דא א מהלך ארויסצוברענגען פון יעדעם קינד, יעדע תלמיד, דאס בעסטע און שענסטע פון וואס ער איז געאייניגט פאר.

דרוש לפרשת בשלח ולשביעי של פסח

דאס איז א 'פרסום ראשון' פון א כתב יד, פון א תלמיד, אדער אייניקעל, פון דעם גאון 'רבי טעבלי שייאר'. הרב ישראל מאיר מענדלאוויטש האט מיר געשיקט – מיט רשות פון JTS – צילומים פון עטליכע בלעטער, און נאך אסאך יגיעה, האב איך די זכיה דאס צו מפרסם זיין, וזי"ע.
די מאמר איז על דרך דרוש, ע"ד הספר פרשת דרכים, צו קודם מתן תורה האבן די אידן געהאט א דין בן נח וכו' וכו'.

דעה: אל תהי בז לכל אדם
הרב יעקב שפיץ, וואס זיין פאכמאנישע מאמרים זענען שוין ערשינען אין די פריערדיגע צלצולים, איז משכנע די ליינער די נישט-אויסגעהאלטענע רעזולטאטען וואס די "שומרים קארד" מערכה ברענגט צו. נוצענדיג "מארקעטיג" מעטאדן פון די אלגעמיינע וועלט, נעמט מען א אומבאהאלפענע ערל, און מ'טוט אים אן א העמד מיט נידריגע לאזינגען אויף זיך זעלבסט. הרב שפיץ וואונדערט זיך וואו זענען די מענטשעליכע געפילען, און וואו איז כוונה ווען מ'דאווענט און מ'בעהט 'וישתחו לפניך כל הברואים'?

שרעפים: מרור כורך, שלחן עורך

דער עורך איז מחזק וואס איז ידוע, אז מ'איז איז גארנישט קונה אנע יגיעה. און דעפאר לערענט מען דווקא גמרא און נישט 'משנה תורה', כאטש דאס איז באמת געווען די ציהל פונעם רמב"ם.

טיפין טיפין: כדי שלא ישאר הנייר חלק

קלויזענבורגע רב זצ"ל, פארוואס מ'דעקט צו די אויגן ביים ליינען 'שמע'; רבי מענדל שפראן, פארוואס ער גייט נישט מיט תכלת, כאטש ס'איז זיכער אז מ'ווייסט היינט וואס תכלת איז; רבי יעקב יצחק ניימאן זצ"ל, בעלזא און סאטמאר ניצען די זעלבע טעפ, כאטש וואס ביידע האלטן אז זייער פלייש איז מער מהודר. דער גריידיצער זצ"ל, נישט ענטעפרן פאר איינער וואס פרעגט אפ זיינע חידושים, אין א צייטונג. הרב וואזנער זצ"ל, ווארנט א איד איבער פארלירן פרנסה צוליב זלזול אין הלכות שבת.

אין 112 בלעטער וועט איר טרעפן א אוצר מלא ידיעות און חידושים. קויפט דעם צלצול שישי אין ספרים געשעפעט, אדער אויף m http://www.hapaamoin.com m


ייש"כ