Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » בלק איז דעפרעסט, סטראשעט עסקנים מיט דאס ערגסטע

בלק איז דעפרעסט, סטראשעט עסקנים מיט דאס ערגסטע

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4040
מאנטאג יוני 10, 2013 8:51 pm#123783
בלק איז דעפרעסט, סטראשעט עסקנים מיט דאס ערגסטע
א' קרח איז געקומען און געגאנגען, קרח האט געהאט 2 אסיפות איין ריזיגע כינוס אויף יוניאן, און איינס אויף א אביסל א קלענערן פארנעם
אויף טעילאר. אלעס צוזאמען האט מען קרח'ן געגעבן זיין שעיר.

א' חקת איז געקומען און געגאנגען, געווען א ריזיגע פראטעסט אין מאנהעטטען, טויזענעטער פון אלע קרייזן האבן אפגעגעבן
זייערע רעספעקט פאר'ן פרה אדומה.

און יעצט ריקט זיך אונטער בלק, און ? גארנישט. ווי ס'זעהט אויס וועט מען בלק'ן גארנישט געבן.

היינט איז ארויס א מעסעדזש פון בלק'ס היים, אינעם בריוו סטראשעט ער מיט דאס ארגסטע באגלייט
מיט קללות אויב מ'וועט נישט זעהן עפעס מסדר צו זיין לכבודו.

וועלן זיך אויפ'ן רוף פון די רבנים מארגן צוזאמענקומען אין זאבליטוב ביהמ"ד מטכס צו זיין וואס מ'קען אהערשטעלן פאר בלק'ן. ווער
ס'האט איידיעס זאל דא שרייבן.

מיט רעספעקט כמובן, נישט צימעס'ן
מאנטאג יוני 10, 2013 9:00 pm#123788
יואב פארשוואונדן, קופער ווי אין וואסער אריין, אבער ווען משיח וועט קומען וועלן מיר ווייזן מיט די פינגער אויף זר, זה יתנו, דאס האט אונז דערהאלטן דאס חיות אין גלות און ארויפגעברענגט אויף אונזער פארוועלקטע לעפצן א שמייכל.
מאנטאג יוני 10, 2013 10:06 pm#123814
א' קרח האט מען געהאט א מחלוקת קורח ועדתו, א' חקת איז געווען די מאסיווע הפגנה קעגן חוק גיוס בני ישיבה, א בלק המממ.... בילקעס? בלעקיס? אפשר א מאסן שלעטעריי בנוסח פוווייי בפקודת האדמו"ר מבלעם אליינס? למה נקרא שמו בלק - שבא ללוק את דמם של ישראל. בן צפור שעף עליהם כצפור לקללם. דארף מען סך הכל מאכן עפעס א צאמקום וואו מ'קען צאפן אידיש בלוט, און מ'קען שעלטן אידן. ניין, אינטערנעט האט מען שוין געמאכט, טראכט עפעס אנדערש.
מאנטאג יוני 10, 2013 10:13 pm#123817
עפעס אז זר ברוגז אויפ'ן זאבלטויב'ער איינער ווייסט פארוואס?
מאנטאג יוני 10, 2013 10:14 pm#123818
פארגעס נישט, בלק איז ר"ת ואהבת לריעך כמוך!

איז אפשר אין פלאן צומאכן א ליבע-פאראדע
מאנטאג יוני 10, 2013 11:48 pm#123831
איך מיין מ'זאל אים לערנען בלק
דינסטאג יוני 11, 2013 12:12 am#123838
כזה ראה.
דינסטאג יוני 11, 2013 12:34 am#123845
איך בין בכלל נישט באזארגט פאר בלק מיט זיין געמיינדע

סיז דא גרויסע שאנסען אז בלק וועט נאך זיגען איבער קרח ועדתו, אין חקת מיט זיין חברייה

האטעץ געוויסט אז די סאטמערע קעמפס האבען נאך נישט קיין פערמיטן

דאכצעך מיר אז קרח אין חקת פלאנען מסדר צי זיין בלק

ווער עס האט אנייצה זאל זיך ווענדען צי זייערע סקאנעם
דינסטאג יוני 11, 2013 1:15 am#123852
בלק איז דאך דער צייט וואס אפילו דער גרויסער פראפעסיאנעלער מקלל האט געמוזט בענטשן זיינע גרעסטע שונאים. איך ערווארט א גרויסארטיגע מסיבה צו ערקלערן די מעלות פון די אינטערנעט מיט וואס דער היינטיגע שוואכער דור איז געבענטשט געווארן, אז יעדער קען אוועקגיין פון די גרויסע פרעשור וואס הערשט איבעראל און זיך אביסל אויסטשוכען און לאזן די געדאנקען לויפן פריי. ווי אויך זאל מען מסביר זיין באריכות ווי די אידישע מדינה איז אונז געשטאנען צו די האנט אלע יארן און געשטיצט די מוסדות התורה מיט ריזיגע געלטער אן דעם וואס מען זאל אריינלייגן א פינגער אין קאלט וואסער. אפילו די וואס האבן נישט גענומען געלט קענען אויך רעדן איבער די שאסייען וואס זיי האבן אויסגעפלאסטערט און איבער די געלטער און פראגראמען פון וואס יעדער פריוואטער מענטש אין ישראל איז נהנה ביז'ן היינטיגן טאג.
דינסטאג יוני 11, 2013 1:37 am#123854
זר זהב האט געשריבן:היינט איז ארויס א מעסעדזש פון בלק'ס היים, אינעם בריוו סטראשעט ער מיט דאס ארגסטע באגלייט
מיט קללות אויב מ'וועט נישט זעהן עפעס מסדר צו זיין לכבודו.
נו בלית ברירה האבן מיר זיך גוט דערשראקן פון בלק סטראשערייען, האט מען מסדר געווען וואס צו טוהן פ' בא LUCK
דינסטאג יוני 11, 2013 2:53 am#123865
זר זהב האט געשריבן:פארגעס נישט, בלק איז ר"ת ואהבת לריעך כמוך!

איז אפשר אין פלאן צומאכן א ליבע-פאראדע

ליבע פראדע????
עס איז געווען איינס דעם פארגאנגענעם שבת אין ברוקלין....
והמבין יבין, איך קען נישט שרייבן מער, ווייל מען וועט עס פארשיקן קיין מאחורי...
דינסטאג יוני 11, 2013 9:49 am#123884
נאך א קלער פארוואס די רבנים שאקלען זיך אפ פין בלק

זיי האבען ציגעזעין ווי בלק ריפט בלעם פין די אנדערע זייט וועלט ניצט עים די שעלטן אין האט עים נישט באצאלט

אזא חיצפה קענען זיי נישט דילדן

מיילע האט מען זיך צאמגענימען אין נקמה גענימען אינעם
דינסטאג יוני 11, 2013 9:57 am#123886
געפילטע פיש האט געשריבן:א' קרח האט מען געהאט א מחלוקת קורח ועדתו, א' חקת איז געווען די מאסיווע הפגנה קעגן חוק גיוס בני ישיבה, א בלק המממ.... בילקעס? בלעקיס? אפשר א מאסן שלעטעריי בנוסח פוווייי בפקודת האדמו"ר מבלעם אליינס? למה נקרא שמו בלק - שבא ללוק את דמם של ישראל. בן צפור שעף עליהם כצפור לקללם. דארף מען סך הכל מאכן עפעס א צאמקום וואו מ'קען צאפן אידיש בלוט, און מ'קען שעלטן אידן. ניין, אינטערנעט האט מען שוין געמאכט, טראכט עפעס אנדערש.

נו פרעס טראק
דינסטאג יוני 11, 2013 9:59 am#123887
יאיר האט געשריבן:בלק איז דאך דער צייט וואס אפילו דער גרויסער פראפעסיאנעלער מקלל האט געמוזט בענטשן זיינע גרעסטע שונאים.


לפי זה קלער איך אז בלק וועט דורכגיין דער דיעל אין סאטמארע, און איינמאל פאר אלעמאל וועט זיך אפקילן אביסל די קריג
דינסטאג יוני 11, 2013 11:50 am#123920
זר זהב האט געשריבן:פארגעס נישט, בלק איז ר"ת ואהבת לריעך כמוך!

איז אפשר אין פלאן צומאכן א ליבע-פאראדע


איך וויל מאכן א ליבע פאראדע מיט 3 געשמאקע ניקס דא

ב' - בענזשאמין
ל' - לעיקוואד
ק' - קופערניקוס
דינסטאג יוני 11, 2013 12:15 pm#123932
שמועות קארסירען יעצט אין וויליאמסבורג אז בלק האט זיך געטראפען מיט בלעמ'ן, יודעי דבר טענען אז אין גריל אן ליע, מאנכע טענען אז ס'איז שוין פארברענט, אפשר אין זאבליטאב???
דינסטאג יוני 11, 2013 12:19 pm#123935
ער גייט אנטלויפען פון שטאט דאנערשטאג ב-ל-ק אויף דאטשע, צוויי וואכען פריער ווי יעדעס יאר...
דינסטאג יוני 11, 2013 8:32 pm#124101
מאסן דעמאנסטראציע א' בּלק קעגן רוכבי אופנים בני הקלים
Citi bike sharing system
דינסטאג יוני 11, 2013 8:48 pm#124106
תמוז: ר״ת זמני תשובה ממ.....
בלק: ר״ת בין קסא לעשור, דארף מען זיך שוין גרייטן צו די הייליגע טעג, פראטעסט סיזן איז אווער.
פרייטאג יוני 14, 2013 6:20 pm#125068
פיין האבן זיי זיך דערשראקן!!

מיסטער בלק: :לייק :לייק :לייק

עסקנים: :לייק


image1.png
image1.png (142.73 KiB) געזען געווארן 2319 מאל
זונטאג יוני 16, 2013 10:35 am#125181
זר, וואו נעמט מען אזויפיל צייט?
מאנטאג יוני 17, 2013 12:09 am#125390
ל.רוזן האט געשריבן:עפעס אז זר ברוגז אויפ'ן זאבלטויב'ער איינער ווייסט פארוואס?

עס איז גארנישט די זאבלעטובער איז מסכים ער זאגט:
Just spell my name right!!!!!
מאנטאג יוני 17, 2013 6:50 pm#125592
די לעולם יקדים קול קורה איז געפעלטשט
מאנטאג יוני 17, 2013 7:06 pm#125596
וואס הייסט געפעלטשט? ס'געווען אין יעדע טעגליכע בלעטיל
מאנטאג יוני 17, 2013 7:18 pm#125598
איינער א פעלטשער האט פאברעצירט א קול קורה אין די בלעטער אז עס איז באשטימט געווארן א יום תפלה

און דערווייל הייבט זיך עס נישט אן עס איז קיין מאל נישט באשטימט געווארן אזא זאך

נאר א אחד מיט אפאר טאלער קויפט פלאץ אין בלעטער און מאכט אפ וואס איך מיט די זאלן טיען
מאנטאג יוני 17, 2013 9:39 pm#125628
הגה"ה צו זר זהב שליט"א
נישט געזארגט. ס'קומט א' דברים. און ווער שמועסט נאך א' שמות. אי"ה.
מאנטאג יוני 17, 2013 9:59 pm#125636
א׳ דברים??
זיי מסביר
מאנטאג יוני 17, 2013 11:08 pm#125669
פרישער האט געשריבן:איינער א פעלטשער האט פאברעצירט א קול קורה אין די בלעטער אז עס איז באשטימט געווארן א יום תפלה

און דערווייל הייבט זיך עס נישט אן עס איז קיין מאל נישט באשטימט געווארן אזא זאך

נאר א אחד מיט אפאר טאלער קויפט פלאץ אין בלעטער און מאכט אפ וואס איך מיט די זאלן טיען

געפעלטשט??? א פרישער מעשה.
איך פארלאז מיך נישט אויף דיר און דיינס גלייכן. איך האב שוין גוט אויסגעטרוקענט מיין מיט טרערען דורכגעווייקטער תהילמעל, כדי עס זאל קענען מקבל זיין א פרישע רונדע פון דורכווייקונג. ואל ייבוש מפני המלעיגים... איך מיין ואל ואל... עפעס אז מען זאל נישט גלייבן די ליגנערס, פעלטשערס, פעלטשערס פון פעלטשונגען, פעלטשונגען פון פעלטשערס, א.א.וו., און בלייבן פון די הייפעלע אשר לא כרעו לבעל.
נאכדערצו ווען דו ביסט אליין מודה אז ער האט געקויפט די רעכט אפצומאכן, פאר גוט געלט.
דינסטאג יוני 18, 2013 3:29 pm#125933
איך האב גארנישט קעיגן דיין געתהילם'עכץ

אדרבה זאג ערליך תהילים אז די זאלט איבער לעיבען זימער

מיר גייט נאר אויף די געהירן ווען יעדער וואס האט א קרעמפ אין די געדעירם לאזט אראפ א נפחא על גבי כלל ישראל

ווען די זאגסט תהילים ביטע האב מיך אינזין פרישער בן פרישקע
דינסטאג יולי 01, 2014 7:19 am#208882
אויפגעוועקט
זונטאג יולי 23, 2017 1:42 am#379913
זונטאג יולי 23, 2017 1:46 am#379914
תחית המתים?
זונטאג יולי 23, 2017 2:05 am#379915
I can't believe it
:lol:
אונזער באליבטער זר... נאסטאלגיע!!
אוי האט ער געהאט גוטע אויגן...
:lol: