דינסטאג יוני 18, 2013 11:33 pm#126150
אותות ומופתים באדמת בני חם
עס איז פאר יעדן באקאנט וואונדערליכע געשיכטעס ווי עס זענען פארגעקומען זאכן וועלכע האבן נישט קיין פשוט'ע נאטירליכע ערקלערונג. אזעלכע זאכן ווערן אויסגענוצט דורך שארלאטאנען אויף צו איבערצייגן אז זיי האבן "העכערע כוחות", דורך געוויסע "דאקטוירים" צו ווייזן אז זיי פארמאגן וואונדערליכע אלטערנאטיווע היילונגען, דורך רעליגיעס צו באשטעטיגן אז זיי פארמאגן אן אמת, דורך רבי'ס אז זיי פארמאגן "כוחות", און אזוי ווייטער.
"מופתים" איז קיינמאל נישט געווען קיין ארטיקל ביי אידן. דער רמב"ם שרייבט (יסודי התורה ח, א): "משה רבנו לא האמינו בו ישראל, מפני האותות שעשה, שהמאמין על פי האותות יש בליבו דופי, שאפשר שייעשה האות בלאט וכישוף." (ווען דער רמב"ם שרייבט אז מען קען מאכן מופתים מיט כישוף מיינט ער נישט דעם סארט כישוף מיט וועלכן מיר זענען באקאנט, וואס ווערט אנגעבליך דורכגעפירט מיט איבערנאטירליכע כוחות הטומאה. דער רמב"ם האט דאך געהאלטן אז כישוף איז א בלויזע אילוזיע, אחיזת עיניים.)
אין חסידישע הויפן זענען טייל נכשל געווארן צו בויען אויף "מופתים", אבער אין אנדערע מקומות האט מען דאס שטארק אוועקגעמאכט. דער קאצקער פלעגט זאגן "אותות ומופתים באדמת בני חם" – די גוים, די בני חם, זיי דארפן האבן מופתים, מיר דארפן דאס נישט האבן.
שטעלט זיך די פראגע, וואספארא מופתים דארפן די גוים האבן? זענען ביי זיי דען דא "מופתים"? דער תירוץ איז: אוודאי יא. "מופתים" איז אן אינדוסטריע וואס איז נישט עקסקלוסיוו פאר קיין שום אומה ולשון, און יעדער וואס גלייבט אין העכערע כוחות האט "ראיות" אז אזעלכע וואס גלייבן פונקט ווי ער האבן געזען "אפענע מופתים". פארשטייט זיך אז א סקעפטיקער איז זיך מסתפק אין אלע באהויפטונגען פון מופתים, א מיסטיקער קען זאגן אז יעדע רעליגיע פארמאגט טאקע "כוחות" - אמאל טומאה און אמאל קדושה, און אן אראגאנטער בת-היענה גלייבט נאר די אייגענע מופתים און נישט דעם צווייטנ'ס.
לאמיר אנפאנגען מיט "אינקארופטיביליטי" אין דער קאטוילישער קירכע. אומקארופטיביליטעט איז די פענאמען פון פגרים מתים וואס בלייבן גאנץ און פריש אפילו נאכ'ן ליגן אין קבר פאר לאנגע יארן. אין דער רוימיש-קאטוילישער קירכע איז פאראן א ריזיגע ליסטע פון פארהייליגטע, "סעינטס" בלע"ז, וועלכע זענען באקרוינט געווארן מיט דעם טיטל "סעינט" צוליב דעם וואס זיי זענען געפינען געווארן גאנץ, איבערווייזנדיג דאדורך אז זיי זענען ראוי לאותה איצטלא. דאס געפינען א גוף גאנץ איז א ראיה אויף הייליגקייט דווקא אויב מען האט עס נישט געפאלמעסט. לאמיר אנכאפן דריי אזוינע "סעינטס".
איין אזא געשיכטע איז פון בערנארד סוביראס וועלכע איז געשטארבן אין 1879, און איז געפינען געווארן גאנץ דרייסיג יאר שפעטער אין 1909. טראצדעם וואס דער שתי-וערב וואס זי האט געהאלטן אין איר האנט איז צעגאנגען אין לויף פון די יארן, איז איר גוף געווען גענצליך אומקארופטירט. מיט דער צייט האט איר הויט פארלוירן דעם אריגינעלן קאליר, האט מען ארויפגעלייגט אויף איר פנים און האנט וואקס וואס זאל עס געבן דעם קאליר ווי ביים לעבן.

דזשאן וויאני איז געווען א פראנצויזישער גלח אין פראנקרייך וועלכער איז געשטארבן אין יאר 1859. דורכאויס זיין לעבן איז אויף אים דערציילט געווארן גאר א סך מופתים, און מעשיות פון רוח הקודש.

וויאני אויף אויסשטעל (מיט וואקס אויפ'ן פנים)
פיא פון פיעטרעלטשינא איז געווען אן איטאליענישער גלח וועלכער איז געשטארבן אין 1968. בחייו איז ער געווען בארימט פאר זיין סיגופים, הויפטזעכליך די סטיגמאטא, דאס איז פייניגונגען לויט די קרייציגונג-וואונדן פון ישו הנוצרי. ער פלעגט גיין הענטשוך צו באהאלטן זיינע געלעכערטע הענט. די וואס זענען געבליבן מיט זיין גוף ביז דער קבורה האבן עדות געזאגט אז די סטיגמאטא איז פלוצלונג גענצליך פארהיילט געווארן, און עס איז נאר געבליבן א צייכן "ווי עס וואלט ווען געמאלן געווארן דורך א רויטן פענציל." אין מערץ 2008 האט מען געעפנט זיין קבר, און זינט דאן איז זיין גוף אויף אויסשטעל.

עס זענען פאראן אן א שיעור "מופתים" פון כל-מיני רעליגיעס און סעקטעס (עטליכע זענען דא צוגעצייכנט געווארן דורך יאיר), ועוד חזון למועד.