Under maintenance
הויפט זייט » עדווארד סנאודען'ס אנטלויף וועג, אין ארום,

עדווארד סנאודען'ס אנטלויף וועג, אין ארום,

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
44 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4142
זונטאג יוני 23, 2013 6:21 pm#127355
עדווארד סנאודען'ס אנטלויף וועג, אין ארום,
ווי מיר ווייסען האט עדווארד סנאודען געבלאזען דעם פייפער איבער די אומלעגאלע שפיאנאזש פין די ען עס עי אויף אמעריקאנער בירגער,

אנשטאט צי אויפהערען צי שפיאנירען אומלעגאל, האט גאר די פעדעראלע גאווערמענט באשולדיגט סנאודען אין זיין א פאררעטער, אין זיי זאגען מיט פאטאס אז זיי וועלען אים ברענגען צי "גערעכטיגקייט",

די לעצטע נייעס איז אזוי:

אמעריקע האט פארלאנגט פין כינע אז זיי זאלען ארויס געבען סנאודען צי אמעריקע,

כינע האט גענפערט אז די אפליקאציע איז נישט געווען גוט אויסגעשטעלט ממילא האבען זיי עס נישט אנגענומען,

דערווייל האט זיך סנאודען ארויס געלאזט מיט א עראפלאן קיין מאסקווע אויפען וועג צי א אנדערע מדינה, וואס כ'מיין ס'נאך נישט קלאר וועלכע,

איז יעצט וועט שוין לכאורה גארנישט ווערען מיט די אמעריקאנע אפליקאציע קיין כינע,

דערווייל זענען די אמעריקאנער ללעג ולקלס, די גרויסע ביג שאט די אמעריקאנע גאווערמענט קען נישט לייגען אירע לאפעס אויף א איינצעלע מענטש סנאודען, לאמיר האפען אז זיי וועלען ווייטער בלייבען חוזק,
זונטאג יוני 23, 2013 6:51 pm#127358
האסט אינטער געשריבען דער פעטישען צום ווייסן הויז ?
זונטאג יוני 23, 2013 8:48 pm#127379
מ'ברויך אים הענגען אויפן צונג!
מאנטאג יוני 24, 2013 1:44 pm#127460
דער דרייסיג יעריגע סנאודען איז אנגעקומען קיין מאסקווע, אין ס'ווערט באריכטעט אז ער גייט פארען פין דארט קיין קובא, אין פין דארט קיין ווענוזועלע, אין איך טראכט אז ווארשיינליך פין דארט קיין עקוואדאר ווי ער וועט זיך באזעצען ביז ער וועט לכאורה פלוצים שטארבען פין א "עקסידענט" אראנדזשירט דורך די נ.ק.וו.ד. (סי איי עי),

לויט באריכטען זיכט ער פאליטישע אזיל רעכט אין עקוואדאר, אין ווערט ארויסגעהאלפען דערמיט דורעך "וויקיליעקס",

דער עקוואדאר אויסערען מיניסטאר ריכארדאו פאטינאו האט באשטעטיגט אז זיין גאווערמענט האט באקומען א אזיל רעכט פארלאנג פין סנאודען,

אויך ווערט באריכטעט אז די אמעריקאנע רעגירונג האט אנולירט זיין פאספארט,

אמעריקע האט נישט קיין extradition treaty מיט רוסלאנד, אבער האט יא מיט קובא ווענוזיעלע אין עקוואדאר, אבער דאך קענען די לענדער געבען א פליטישע עקזעמשען,

אין יעצט קען מען ווארטען צי זעהן וואס וועט זיין די קומענדע שריט פין די אבאמא אנדמיניסטראציע אין די אנגייענדע דיפלאמאטישע קאץ אין מויז שפיל,
מאנטאג יוני 24, 2013 1:47 pm#127462
עקוואדאר איז א צוריקגעשטאנען לענדעל, ס'באקאנט אז זייערע וואסערן זענען פיהל מיט פלארייד. אויב וועט ער דארט שטארבן וואלט איך נישט אזוי שנעל געזאגט אז ס'האט מיט די סי איי עי
מאנטאג יוני 24, 2013 1:48 pm#127463
ס'ווערט באריכטעד אז סנאודען איז נישט אויף די פלייט קיין קובא ווי ס'געווען באריכטעט אז ער גייט זיין,
ער איז ווארשיינליך אויסבאהאלטען ערגעץ אין רוסלאנד ווארשיינליך מיט די גוטהייסונג פין פוטין,
מאנטאג יוני 24, 2013 1:53 pm#127464
איך מיין אז ער גיט לכאורה בלייבען דערווייל אין רוסלאנד, ער איז צי א פעט ביינדעל אז פוטין זאל עים לאזען ווייטער פארען,

ער האט ציפיהל אינפארמאציע מיט וואס פוטין וואלט זיך באלעקט די פינגער,

בכלל זענען די באציאונגען צווישען רוסלאנד אין אמעריקע יעצט זייער אנגעצויגען, אין פוטין פריידט זיך זיכער צי קענען געבען א גוטען שנעלקע פאר די אבאמא אדמיניסטראציע אזוי אז זיי זאלען שפרינגען,

בכלל ווייס איך נישט ווער ס'איז היינט מער קאמאניסטיש אמעריקע צי רוסלאנד, אמעריקע שפיאנירט היינט אויף אירע בירגער מער פין וואס די קאמאניסטען האבען געקענט חלומען,

א בילד פין עדווארד סנאודען:

בילד
מאנטאג יוני 24, 2013 2:05 pm#127465
ווייסע הויז קריטיקירט כינע פארען לאזען סנאודען ארויס פארען, די ווארט זאגער האט געזאגט אז דאס וועט האבען א עפעקט אויף די כינע - אמעריקאנע רילעשענס, (אנאליסטען געבען איבער אז כינע ציטערט פאר שרעק....)

אויך ווערט באריכטעט אז די ווייסע הויז לייגט פרעשור אויף רוסלאנד צי ארויס געבען סנאודען, לכאורה וועט זיך רוסלאנד אויסלאכען,
מאנטאג יוני 24, 2013 2:09 pm#127466
צו האבן א שטיקעל בליק וואס עס איז זיין אנטלויף וועג.
מאנטאג יוני 24, 2013 2:21 pm#127469
פוטין'ס פרעסע סעקרעטאר האט געזאגט פאר ריפארטער'ס אז זיי האבען נישט קיין אינפארמאציע איבער סנאודען ........
מאנטאג יוני 24, 2013 3:30 pm#127478
ווי עס זעהט אויס לויט באריכטען איז סנאודען פארשווינדען געווארען אין רוסלאנד, רוסלאנד טענה'ט אז ער איז קיינמאל נישט אפיציעל אריבער די גרעניץ ממילא קען מען פין זיי גארנישט פארלאנגען, ס'דא וואס באריכטען פין אז ער האט שוין פארלאזט רוסלאנד,

בקיצור ער איז לכאורה פוטין'ס אויפגעלייגטע גאסט אין די צייט וואס רוסלאנד טענה'ט אז זיי האבען נישט קיין השגה צי ער איז בכלל אין לאנד, נו אבאמא, האסט געמיינט אז נאר די קענסט לייקענען שטיין אין ביין אן רויט ווערען ?, די רוסען האבען עס שוין געטוהן פאר די ביסט געבוירען,
מאנטאג יוני 24, 2013 11:42 pm#127596
Putin is the best!!!!! Did anyone see the story of the owner of the NEW England Patriots , Robert Kraft? Kraft showed Putin his Superbowl ring. Putin put it in his pocket and walked away.
דינסטאג יוני 25, 2013 12:10 am#127619
בכלל דארף מען פארשטיין אז רוסלאנד איז בעסיקלי אין א מלחמה צישטאנד מיט אמעריקע אין סוריא, אין פאר זיי איז אזא ביינדעל ווי סנאודען א גאלדען גרוב,

אמעריקע איז אין א פראבלעם, ווייל פין איין זייט פרובירען זיי צי אויסשפילען רוסלאנד ווי זיי קענען, אין ווען ס'קומט זייער רייע צי חאפען א שנעלקע, דאן זאגען זיי אז זיי "האפען אז רוסלאנד וועט טוהן די ריכטיגע שריט"... , יא זיכער וועט רוסלאנד טוהן די ריכטיגע שריט, אין די ריכטיגע שריט איז זיך אויסציפייפען אויף די אמעריקאנע פעדעראלע קרימינאלע גאווערמענט, וואס האט שוין לאנג גענומען די קאנסטעטוציע אין עס געווארפען אין גארביטש, אין די גרעסטע קרבנות פין זיי זענען די אמעריקאנע בירגער, אין טאמער איינער דעקט אויף זייערע קרימינאלע פראגראמען דאן ווערט יענער גאר דער פאררעטער.....
דינסטאג יוני 25, 2013 12:22 am#127626
I don't think Russia wants the headache. They’ll probably send him to another country. Like this they accomplish 2 goals. They stick it to the USA, and they don’t have the headache.
דינסטאג יוני 25, 2013 12:37 am#127630
קען איינער אביסעל פארציילען מי הוא זה ואיזו היא? וואס איז זיין היסטעריא וואס האט ער געטוהן?
דינסטאג יוני 25, 2013 12:56 am#127631
ס'נארישקייטן, די גאווערמענט אין די מידיע פארקויפן פאר יעדן וועגן עפעס איינער וואס איז געפארן אין ארויסגעגעבן סודות וויזוי אמעריקע שפיאנירט אויף יעדן ציריקציהאלטן טעראר, דאס איז די אפיציעלע ווערסיע וואס אבאמא/ווייסע הויז פארציילט, אין די מידיע פין אינטן ביז ארויף פארקויפט עס פאר אינז נארעלעך אין חזקיהו המלך קויפט עס נאך אפ,

וועיק אפ, סיז א קאנספיריסי! ,
דינסטאג יוני 25, 2013 6:14 am#127646
די אבאמא אדמיניסטרעישאן האט געמיזט נעמען אזא ריכטונג ווייל די לעצטע פיר סקאנדאלן האט ער ערקלערט אז ער האט נישט געהאט קיין אהנונג און וועט נעמען שריט צי מאכן אן ענדע דערצי. די מידיע האט אים צי׳נער געלייגט אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך ארום אים. ממילה האט ער יעצט געמיזט נעמען אן אנדערע גאנג, טו בעד אז עס איז א האקעלע טעמע.

בנוגע א קאנספירעסי, ני לאמיר הערן, וואס גייט עכט פאר?
דינסטאג יוני 25, 2013 11:18 am#127676
פוטין האט יעצט געלאזט וויסן זייעק רלאר אז סנאודען איז אין רוסלאנד און ער וועט אים נישט אויסליפערן!

ערשטע מאל איך בין אויף איין פעיזש מיט פוטין.
דינסטאג יוני 25, 2013 11:27 am#127679
ער איז אין מאסקווע'ס עירפארט
דינסטאג יוני 25, 2013 12:41 pm#127719
smart האט געשריבן:קען איינער אביסעל פארציילען מי הוא זה ואיזו היא? וואס איז זיין היסטעריא וואס האט ער געטוהן?

די היסטעריא איז איבער די היסטאריע...

עדווארד סנאודען איז געווען א טעכנישע קאנטראקטער וואס האט געטון ארבייט פאר די סי.איי.עי. און די ען.עס.עי., און האט פארעפנטליכט פרטים אז די א.ד. ארגעניזאציעס פון די אמעריקאנער פעדעראלע רעגירונג (און אזוי אויך די בריטישע) האבען אומלעגאל שפיאנירט אויף מיליאנען אמעריקאנער סיטיזענס!
דינסטאג יוני 25, 2013 12:47 pm#127721
smart האט געשריבן:קען איינער אביסעל פארציילען מי הוא זה ואיזו היא? וואס איז זיין היסטעריא וואס האט ער געטוהן?


עדווארד איז פאראנטווארטליך אויף די נייעס וואס זר זהב האט דא געמאלדן:

l viewtopic.php?p=122649#p122649 l
דינסטאג יוני 25, 2013 12:57 pm#127735
פאליטישע היסטאריע
אויף זיין לעפטאפ איז געווען ארויפגיקלעבט סטיקערס פון די אי.עף.עף. און די טאר פראיעקט.
אין די 2008 פרעזידעטיאלע וואלען זאגט ער אז ער האט געשטימט פאר א דריטע-פארטיי. ער האט געזאגט אז ער האט געגלייבט אבאמא'ס הבטחות, אבער אבאמא פירט זיך אויף ממש ווי זיינע פארגייערס (מיינענדיג אוודאי בוש א און ב). אין די 2012 פרעזידעטיאלע וואלען ווייזען די רעקארדס פון זיינע פאליטישע באשטייערען אז ער האט געשטיצט ראן פאול.
דינסטאג יוני 25, 2013 1:00 pm#127742
די סקאנדאל
ער האט געמאכט קאָנטאַקט מיט לאַוראַ פּאָיטראַס (א דאקומענטערי פילם-מאכער) אין יאנואר 2013. לויט פּאָיטראַס, האט סנאָוודען איר אויסדערוועלט נאָכן זען איר באַריכט אויף וויליאם ביני (א נסאַ וויסל-בלאָוער) אין די ניו יארק טיימס. זי איז אַ באורד-מיטגליד פון דער Freedom of the Press Foundation (פרייהייט פון דער פרעסע פאנדאציע) צוזאמען מיט זשורנאַליסט גלען גרינוואָלד (פון די גאַרדיען). גרינוואָלד זאדט אז ער האט שוין געארבעט מיט סנאָוודען זינט פעברואר און באַרטאָן געלמאַן (שרייבן פאַר די וואַשינגטאָן פאסט) זאגט אז זיין ערשטער דירעקט קאָנטאַקט איז געווען אויף מאי 16. אבער, געלמאַן טענה'ט אז גרינוואָלד איז געווען בלויז אינוואַלווד נאָך וואס די פאוסט האט נישט געוואלט צוזאגען אז זיי וועלען פארעפנטליכען די פולע דאָקומענטן אין 72 שעה.
דינסטאג יוני 25, 2013 4:41 pm#127872
אפדעיט:

די דעילי ביעסט ריפארטעד אז סנאודען האט געגעבען קאודעד סיקרעט פיילס פין די פיילס וואס ער האט פין די "די ען עס" פאר א פאר מענטשען, אין טאמער עפעס געשעהט צי סנאודען וועלען זיי באקומען עקסעס צי די פיילס, אזוי אז ס'וועט נישט העלפען טאמער די אמעריקאנע טעראריסטען וועלען אים הארגענען אדער ארעסטירען,

א געוועזענע קאנטער אינטעליזשענס אפיציר זאגט: אז זיי טראכטען אז סנאודען האט עס לאנג אויסגעפלאנט אין אז ער האט געלייגט קאפיס אל אווער די אינטערנעט, אין זיי קענען ווייניג טאהן דערוועגען,

דערווייל איז די ווייט האוז אנגעבלאזען אויף רוסלאנד אין אויף כינע, אין ווער ווייסט ואסערע נאך סקאנדאלען וועט ארויס קומען ווען ס'וועט ארויס קומען נאך אינפארמאציע וואס די פעדעראלע טעראריסטען האבען געטוהן אינטער שלאס אין ריגעל,
מיטוואך יוני 26, 2013 4:30 pm#128267
אפדעיט:

- די רוסען זאגען אפיציעל אז ער איז אין די טראנזיט זאנע אין מאסקווע'ס עירפארט, אבער באריכטען געבען איבער אז ער ווערט נישט דארט געזעהן, אין דאס פארשטארקעט די פארדאכט אז ער ווערט אויסבאהאלטען דורעך די רוסען,

- עקוואדאר האט געלאזט הערען אז ס'וועט זיי לכאורה דויערען חדשים צי קומען צי א באשלוס איבער געבען פאליטישע אזיל רעכט פאר סנאודען, ווארשיינליך זענען זיי אינטער היבשע דרוק פין די וואשינגטאן טעראריסטען,

- לדעתי איז סנאודען אסאך מער זיכער אין רוסלאנד ווי אין עקוואדאר וואס איז א דריטע וועלט לאנד ווי די סי איי עי טוט דארט אפ כל מיני שטיק, משא"כ רוסלאנד לאזט זיך נישט טעגליך שפייען אין די קאשע, אין זיי האבען זייערע אייגענע געהעריגע זיכערהייט אינסטוטוציעס,
מיטוואך יוני 26, 2013 5:07 pm#128291
לויט'ן געזעץ איז ער א נארמאלע שפיאן, ניין?
מיטוואך יוני 26, 2013 5:25 pm#128305
נישט א נארמאל'ע, א נארמאל'ע שפיאן האט שכל נישט ארויסצוקומען אין די עפענטליכקייט..
דאנערשטאג יוני 27, 2013 2:31 pm#128627
יא נארמאל נישט נארמאל, ווען א רעגירונג איז עובר אויף אירע אייגענע געזעצן אקעגן אירע איייגענע בירגער, אונטער זייער רוקן און אן זייער וויסן, איז עז זייער א מאראלישע און ריכטיגע זאך פון אזא מענטש ווי סנאודען עס מפרסם צו זיין. און אמעריקע מעג זיך שעמען און טיפעל האלדז אריין פארן זיין אזעלכע ביליגע רוסישע אונטערוועלטניקעס.

אויב איז דאס נארמאלע שפיאנאזש, דאן איז דאס וואס אבאמא האט געטוען נארמאלע דיקטאטורשאפט און טעראריזם
דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:15 pm#128644
בעצם האט אמעריקא געמאכט א גרויסע טעות ווען זיי האבן אין די קלאגעס אריין געלייגט שפיאן קלאגעס.

אסאך פרייע מדינות, אפילו זיי האבן עקסטראדיציע אפמאכען מיט אמעריקא, טוט עס אויסשליסען פאליטישע פארלעצונגען.

ממילא קען בעצם מר סנאדען גיין צו סיי וועלכע מדינה, און דארט טרעפען א מנוחה.

זיין גיין צו האנ קאנג איז געוועהן גאר א קלוגער שריט, אפילו די אמעריקאנער האבען געזאגט אז ער האט פשוט פארזעהן אז זיי האבן אפמאכעןמיט אאמעריקא, ווייל פאר פאליטישער פארלעצונגען האבן זיי נישט קיין חיוב אים איבער צוגעבען.

עם כל זה האט האנג קאנג ליבערשט געקענט באשטיין נישט צו דערצערענען אמעריקא, האבן זיי אים געזאגט הייב פיס פין דא וואס שנעלער.

זיין פארען קיין רוסלאנד איז לכאורה די גרעסטע טעות וואס ערר האט דערווייל געמאכט. לכאורה איז ער נאך דארט. ווען ער איז אין ווענעזוועלא אדער אקוואדער, וואלט ער שוין ארויסקומען.

און פארוואס איז ער אין רוסלאנד?

מן הסתם ווילען די חברה אלעס וואס ערר האט אין ווייסט, און מען לאזט אים נישט גיין.
דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:25 pm#128647
הערשל פרידמאן רעד זייער שיין ארום וועגען די גאנצע מעשה אויף קול מבשר 3 נאכדעם 9 און 379
דאנערשטאג יוני 27, 2013 6:41 pm#128698
האט ער ציגעפיקס אמעריקא. יא

איז אמעריקע ברוגז אויף עים. יא

זענען מיר בירגער פריילעך אז ער האט דאס געטיען. יא

יא איך בין, א חצפה פין די רעגירונג אוועק צינעמען די ציווילע רעכטען פין מיין פריוואטקייט

אנשטאץ מען זאל עים געיבן א מאדאל פארן ארויס שטעקן זיין האלז, רודף'ט מען עים

אבאמא פירט א צימערמאן קלאר בלומבערג ווערטשאפט, איז ער א חדר אינגעל ציוואס.

סנודן האט ליב אמעריקע, ער האט זיך מיט זיין אקט פשטת פארזיגעלט זיין גורל אז ער וועט בקרוב געהרגט ווערן, ער ווייסט עס און ער זאגט עס אויף זיין אינטערוויא וואס איז אויף יו טאב פאר יעדען צי זעין

דאנערשטאג יוני 27, 2013 6:46 pm#128699
[קרעדיט "לכתחילה אריבער" אייוועלט]

אבאמא האט היינט גערעדט צום ערשטען מאל ברבים פון דעם געשעניש.

ער האט געטרייט צו מינימעזירען די וויכטיקייט פון סנאודען. ער האט אים בטעות - לכאורה - גערופען א "העקער", זאגענדיג "כ'פלאן נישט אריינצושיקן F-16 צו כאפן א 29 יאר אלט העקער" (אגב ער איז שוין 30), און נאך האט אבאמא געזאגט, אז ער האט נישט גערעדט צו פוטין, "מען דארף לאזען די יוסטיץ דעפארמענט, האנדלען מיט פארברעכער".

--------

אזוי ווי צו פיילן פאר אסיילעם דארף סנואדאן גיין קיין עקוועדור, און קיין פאס האט ער נישט, די עקוועדאור אמבעסאדער אין לאנדען, האט ארויסגעגעבן א צעטל, וואס געט אים די מעגלעכקייט צו פארן קיין עקוועדואר אויף פאפירן פון עקוואדור, אבער נאר פאר די צוועק פון קומען בעטן אזיל רעכט.

די רעגירונג פון עקוואדור האט אבער געזאגט, אז כאטש עס איז אוטענטישע פאפירן, האבן זיי נישט געגעבן קיין רעכט עס צו געבן, און ממילא האט עס נשיט קיין האפט.

--------

נעכטען האט ראבערט מאנענדעז - די טשערמאן פון די "אויסערען רילעשענס" קאמיטע געסטראשעט עקוואדור, אז איר "טרעיד אגרימענט" מיט אמעריקע איז אין געפאר, אויב זיי נעמען אן סנאודאן.

עקוואדור האט א האנדלס' אפמאך מיט אמעריקע, און עס דארף יעצט ווערן באנייט, און אויף דעם איז געגאנגען די סטראשע, אז מען וועט עס נישט באנייען.

היינט האט עקוואדור געזאגט........... מוחל טובות!! "עס איז סיי ווי געווארן מער א "בלעיקמעיל" שטעקען, ווי א ערענסטע הילף" - האבן זיי געזאגט - און מיר דארפן עס מער נישט!

און נישט נאר האבן זיי געזאגט זיי דארפן עס מער נישט, נאר אויך געזאגט אז זיי טיען זיך שוין פאקטיש איינזייטיג ארויסציען פונעם אפמאך!

און נאך צוגעלייגט, אז אזוי ווי זיי זעהן אז אמעריקע פלאגט זיך מיט מענטשען רעכט, קענען זיי באשטיין ........ צו שיקען פאר אמעריקע 23 מיליאן דאלער - בערך אזויפיל רווח האבן זיי פון די טרעיד עגרימענט - פאר עדיוקעשאן אויף "יומען רייט'ס"!

:oops: :oops: :oops:
דאנערשטאג יולי 04, 2013 5:49 pm#130850
אננא טשאפמאן א געוועזענע רוסישע שפיאן וואס איז דעפארטירט געווארן און וואוינט היינט אין רוסלאנד, האט געטוויטערט פאר סנאודען אויב ער וויל מיט איר חתונה האבן.

באמערקט ווי זי פרעגט די נ.ס.א. אויב זיי וועלן אכטונג געבן אויף זייערע קינדער...
פרייטאג יולי 05, 2013 7:57 am#130992
פארוואס בעצם ניצחו ער נישט אהן אסיילעם אין רוסלאנד?
מוצ"ש יולי 06, 2013 11:11 pm#131128
ווענעזוועלא האט אים געגעבען אסיילעם.

יעצט דארף ער טרעפען א וועג אהין.
דינסטאג יולי 09, 2013 11:16 am#131795
עס ווערט יעצט באשטעטיגט אז ער האט אנגענומען די אייסלעם פון ווענוזוועלע

די שאלה איז נאר ווי אזוי ער קומט אן דארט
דינסטאג יולי 09, 2013 11:39 am#131802
סאשי פיש האט געשריבן:עס ווערט יעצט באשטעטיגט אז ער האט אנגענומען די אייסלעם פון ווענוזוועלע

די שאלה איז נאר ווי אזוי ער קומט אן דארט

דאס מיינט ער באקומט אן ווענוזוועלע'ר פאספארט? אויב יא דאן וואס איז די גרויסע שוועריגקייט אנצוקומען אהין?
דינסטאג יולי 09, 2013 12:10 pm#131816
ווייל ער ברויך א דיירעקט פלייט אהן א סטאפ, טאמער שטעלט זיך דער פליגער אפ אין איינער פין די יורעפעישע מדינות, וועלען זיי אים אראפ נעמען און איבערגעבען צו אמעריקא.

און בכלל איז נישט זיכער, טאמער פארט ער אפילו איבער די לופט פין איירופא, טאמער וועלען זיי נישט צווינגען דער פליגער צו לאנדען, און אים אראפנעמען, דארף דעריבער דער פליגער פארען איבער דער וואסער וכו', און דאס איז גאר שווער.

א פריוואטער פליגער וועט אים קאסטען א ערך פין אפאר הונדרעט אלפים.
זונטאג יולי 14, 2013 3:40 am#133269
א רעפארטער זאגט אז אויב סנאודען טוט פארעפענטליכן די אינפארמאציע איבער אמעריקע וואס ער האט אין זיך, וועט דאס זיין אמעריקע'ס ערגסטער קאשמאר, (מסתמא נאך ערגער ווי די וויקיליעקס סודות), און אז אמעריקע זאל האפן און בעטן אז גארנישט שלעכטס זאל פאסירן צו סנאודען, ווייל אך און וויי וועט זיין אויב יא...

m http://www.vosizneias.com/135914/2013/0 ... e-for-u-s/ m
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 11:14 pm#139610
ען עס עי נעמט אראפ די מאסקע, שפיאנירט אפענערהייט, :-)

דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:46 am#139766
חזקיהו המלך האט געשריבן:ען עס עי נעמט אראפ די מאסקע, שפיאנירט אפענערהייט, :-)


ווען א צווייטער לייגט דאס ארויף, וואלט איך געוויסט אס ס׳איז א וויץ. מיט ATUB @חזקיהו המלך ATUB נעם איך נישט קיין טשענסעס.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:01 pm#140061
פאני. נאך א זיסע פרענק פון עם.
מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:32 pm#254538
עס רודערט זיך אין די נייעס אז די NSA האבן ארומגעשיקט ספייוועיר צו שפיאנירן אין קאמפיוטערס.
דינסטאג יולי 28, 2015 3:33 pm#292387
דאס ווייסע הויז איז בייז אויף די כמעט 170 טויזענט פעטישען אונטערשרייבער צו באגנאדיגן סנאודען

m http://www.zdnet.com/article/white-hous ... -pardoned/ m