Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » ר' מרדכי שטיינער פון מאנסי

ר' מרדכי שטיינער פון מאנסי

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
41 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 42 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4158
מיטוואך יוני 26, 2013 2:21 pm#128203
ר' מרדכי שטיינער פון מאנסי
איך קען נישט דעם איד, מיטן עפענען אן אשכול בשמו, וועלן די וואס ווייסען מער קומען און מעיר זיין איבער דעם איד.
אבער כדי די אשכול זאל נישט פארשפארט ווערן מיטן אויסרייד אז די תגובה האט נישט קיין תוכן, וועל איך ברענגן די נייעס איבער זיין נסיעה קיין טאהש.
m http://ladaat.info/article.aspx?artid=6501 m
מיטוואך יוני 26, 2013 2:27 pm#128204
טאשע רבי פלעגט אייביג גיים אן א היט אדער סאיז נאר לעצטענס??
מיטוואך יוני 26, 2013 2:43 pm#128208
ער פלעגט אלץ גייט מיט אן הוט, נאר לעצטענס טוט מען אים אויס די הוט, והבן כי קצרתי.
צוריק צום ענין.
מיטוואך יוני 26, 2013 8:03 pm#128348
פון דעם בלאט קוקט אויס אז ער איז פון די סארט וואס דו גלייכסט...
מיטוואך יוני 26, 2013 9:18 pm#128365
זעהט מיר אויס ווי ס'ווערט (מלשון שוה) אן אשכול פאר הרב שניצלער...
בנוגע הרב שטיינער, לאנג צוריק האב איך געהערט זאגן אז ער איז א גרויסע עובד..
כ'וואלט געוואלט וויסן מער איבער אים. קיינער ווייסט נישט?
מיטוואך יוני 26, 2013 9:23 pm#128368
איך האב אים שוין כמה פעמים געטראפן דאווענען ביי א שמחה, ער לייגט אראפ אן עבודה כחד מקמאי, ברענט פארן באשעפער.
איך ווייס נישט צופיל מער פון דעם.
וואו איז מאראנצןזאפט? אפשר האלט ער אינמיטן שרייבן אן ארטיקל?
דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:27 pm#128648
איך געדענק איהם ווען ער האט נאך געדאוונט אין וויזשניץ און ער האט און ער האט זיך געווארפן און גערעדט ווערטער אין מיטן דאווענען ווי משיח זאל קומען וכדו' און עס איז מיר געבליבן איינגעקריצט אין זכרון, יא ער איז א הייליגע יוד, כידוע איז ער אויך פון די מורדים
דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:55 pm#128657
איך מיין איר האט א טעות, ער איז נישט געווען פון די מורדים.
דאנערשטאג יוני 27, 2013 4:56 pm#128658
איך דענק אז יא
דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:00 pm#128663
???????
קען מיך איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר אין וועם האט מען מורד געווען?
דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:03 pm#128666
אה ווי אלט זענט איר? כ'האב פונקט געקלערט מיינע אייניקלעך וועלן מיר פרעגן זיידי געדענקסט די מעשה פון לייבי מושל'ע נחמן גלויבער וכו' די אלע קאודס, די זעלבע זאך "מורדים" איז א אלטע קאוד פון אמאל
דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:04 pm#128667
ווען מען רעדט פון די וויזניצע מורדים מיינט מען די וואס האבן מורד געווען אין די אמרי חיים נאכדעם וואס ער האט אויפגענומען זיין זוהן כ'ק בעל ישועות משה זצ'ל אלץ ראש הישיבה.
דאנערשטאג יוני 27, 2013 5:34 pm#128681
קאווע טרינקער האט געשריבן:זעהט מיר אויס ווי ס'ווערט (מלשון שוה) אן אשכול פאר הרב שניצלער...
בנוגע הרב שטיינער, לאנג צוריק האב איך געהערט זאגן אז ער איז א גרויסע עובד..
כ'וואלט געוואלט וויסן מער איבער אים. קיינער ווייסט נישט?


קענסט אים טרעפן אויף פעיסבוק, איך האב א שטיק צייט צוריק געהאט מיט אים א טעלעפאן געשפרעך, זייער צוגעלאזן און פארשטענדליך.
ער וואוינט היינט אין פלארידע, ער איז א ירא וחרד לדבר ה'. ער פלעגט האבן א טעגליכן שיעור מיט זיין פאטער ע"ה פאר 2 שעה יעדן פארטאגס.
ער האט געהאט פארשידענע מעברים אין זיין לעבן וואס איך בין נישט אזוי באקאנט.
דאנערשטאג יוני 27, 2013 7:26 pm#128702
מורדים איז דער טיטל וויאזוי מען רופט זיי אין אמעריקע, די אריגיענעלע נאמען איז "נדחים".
פרייטאג יוני 28, 2013 12:31 pm#128868
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב אים שוין כמה פעמים געטראפן דאווענען ביי א שמחה, ער לייגט אראפ אן עבודה כחד מקמאי, ברענט פארן באשעפער.
איך ווייס נישט צופיל מער פון דעם.
וואו איז מאראנצןזאפט? אפשר האלט ער אינמיטן שרייבן אן ארטיקל?

ער איז א זון פון ר' יוסף אלי שטיינער דומ"ץ קהל עדת יראים וויען. ווי די זאגסט ער לייגט אראפ אן עבודה ביים דאווענען וואס מען זעט כמעט נישט.
בשנות הנו"ן האט מען כסדר געזען זיין חתימה מיט די רבנים וואס האבן באקעמפט דעם דיסטריקט און נאך פירצות בשעתו, די לעצטע 10 יאר האט מען זעלטן פון אים געהערט בעניני סאטמאר.
פרייטאג יוני 28, 2013 3:14 pm#128919
איך מיין ער איז א שטיף זין פונעם וויענע דיין.
פרייטאג יוני 28, 2013 3:59 pm#128934
געהערט פון א איד וואס האט געלערנט מיט אים אין ישיבה אז אלץ בחור פלעגט ער דאווענען מיט אזא התלהבות און מיט אזוילכע קולות, אז די בחורים האבן אים אמאל צוגעבונדן פאר עטליכע שעה צו א בענקל כדי ער זאל אויפהערן, וכן נוהגין.
פרייטאג יוני 28, 2013 4:45 pm#128942
ממש אזוי?
כנראה אז ס'האט נישט געהאלפן.

וואו איז ער אן איידעם?
פרייטאג יוני 28, 2013 7:19 pm#128984
איך מיין ער איז אן איידים ביי לעפקאוויטש, ער איז א שוואגער מיט ר' משה לעפקאוויטש פון מאנסי,( כפרות)
זונטאג יוני 30, 2013 2:04 am#129142
לאליפאפ האט געשריבן:געהערט פון א איד וואס האט געלערנט מיט אים אין ישיבה אז אלץ בחור פלעגט ער דאווענען מיט אזא התלהבות און מיט אזוילכע קולות, אז די בחורים האבן אים אמאל צוגעבונדן פאר עטליכע שעה צו א בענקל כדי ער זאל אויפהערן, וכן נוהגין.

:?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?: :?:
דינסטאג יולי 02, 2013 3:33 pm#130121
הרה"צ ר' מרדכי האט א שוהל אין מאנסי ס'הייסט בית מרדכי, אונטערסאנט איז אז ער דאווענט כמעט נישט אויף זיין פלאץ, בעסער געזאגט אויפן פלאץ וואס מ'האט אים געלייגט אן עמוד... ער דאווענט געווענדליך ביים שאנק אויף מעריב ביי דרום פון זיין שוהל, רבי מרדכי דאווענט מיט בהשתפכות הנפש, בכיות נוראות, מלא תחנונים, ווי אויבן דערמאנט הערט מען פון אים כסדר קרעכצן "אוי באשעפער העלף" "הייליגער טאטע" "ווי איז משיח?!" ועוד.

די לעצטע פאר יאר האבן זיך אסאך אידן צוגעטשעפט צו אים אן זיי דערציילן (אז דו פרעגסט..) גרויסע זאכן וואס מ'זעהט ביי אים.
מיטוואך יולי 03, 2013 12:18 am#130352
נאך אינטערעסאנטער איז, אז טייל פון די וואס האבן זיך צוגעכאפט צו אים זענען דוקא אזעלכע וואס ווערן אין אונזער ציבור אנגערופן "שוואכע" אדער "דראפאוטס". און דוקא דער כניאק איז זיי געפאלן.
מיטוואך יולי 03, 2013 12:23 am#130353
איך זע אויך אסאך מאל אין שול אזעלכע מינע חברותות איך קען נישט טראכטען ווער עס האט זיי צאמגעשטעלט
מיטוואך יולי 03, 2013 11:12 am#130412
הדד בן בדד האט געשריבן:נאך אינטערעסאנטער איז, אז טייל פון די וואס האבן זיך צוגעכאפט צו אים זענען דוקא אזעלכע וואס ווערן אין אונזער ציבור אנגערופן "שוואכע" אדער "דראפאוטס". און דוקא דער כניאק איז זיי געפאלן.

וואס די שאלה אפילו
זייער פראבלעם איז נישט די עצם כאניאקישקייט, זייער פראבלעם איז די כאניאקישקייט מיט וואס זיי זענען אויפגעוואקסן, איינמאל ס'קומט פון א צוייטע פעלד איז עס שוין גוט
זונטאג יולי 14, 2013 4:05 pm#133426
דאס איז דאך א פשוטע זאך .. ווייל וויא באוואסט קומען זייא פין היימישע שטיבער .אין ליידער פארקראכען . אין מיט דעם וואס זענען מקושר ציא ר' מרדכ'ן מיט געלט וכדומה .פיעל'ן זייא אז זייא האבען א כפרה . ס'איז א פסיכילאגישע בונד .
זונטאג יולי 14, 2013 4:13 pm#133429
העלא, ישבה בדד... זיץ נישט אזוי איינזאם, קום ארויס פון דיין לעכל און פארפול דעם שטיבל מיט ליכטיגקייט, ויתמלא הבית כולו אורה.
מאנטאג יולי 15, 2013 11:48 am#133712
ביי של''ס פ' דברים תשע''ג האט הרה''ג רבי מרדכי גאר שארף גערעדט קעגן הגראי''ל איבער די גזירות בארה''ק
איז רבי מרדכי פין שארפע קיצונית'דיגע קנאישע לאגער??
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:29 pm#145840
נאר פרייליך הער אויף מיט די ליגנס אלעס האט א גבול, בלייב אין צימעס כי שם נאה לך ונאה לשטיבל, ושם תהא..... דער איד רעדט נישט אויף קיינעם פערזענליך
איך וועל אי"ה פרובירן אראפ לייגן ר' מרדכי פון דערנאנט כשירחיב לי הזמן
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:41 pm#145844
ביים זאגן עלינו לשבח אין א גרינגע דינסטאג, מיט א התלהבות פון א עלינו פון מוסף של ר''ה.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 8:53 pm#145852
אויס מענטש האט געשריבן:נאר פרייליך הער אויף מיט די ליגנס אלעס האט א גבול, בלייב אין צימעס כי שם נאה לך ונאה לשטיבל, ושם תהא..... דער איד רעדט נישט אויף קיינעם פערזענליך
איך וועל אי"ה פרובירן אראפ לייגן ר' מרדכי פון דערנאנט כשירחיב לי הזמן


פרעג דיר נאך העסטי ניש זיין אזוי אויס מענש דער יוד הרה''צ שליט''א האט פארגאנגענער פ' דברים גערעדט גאר שארפע דבורים איבער'ן מרן הבני ברקאי

פרעג דיר נאך ביי אנ''ש
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 3:37 pm#146074
הרה"צ ר' מרדכי איז א שטיף זון פון דעם ווינער דיין ר' יוסף אלי' הכהן שטיינער, ר' מרדכי איז נישט קיין כהן,

אלץ בחור האט ער געלערנט אין די סאטמארע ישיבה אין וומ"ס, ער איז אן איידעם ביי ר' מענדל לעפקאוויטש חתן ר' שמואל שפירא מברעסלאוו ירושלים, ר' מענדל האט געוואוינט א שטיק אין סקווירא און זיין איידעם ר' מרדכי האט אויך דארט געוואוינט, און זיי אלע האבן זיך אוועק געצויגן מפני מלכות בית דוד הנופלת, (ר' אהרן לעפקאוויטש בן ר' מענדל א מלמד אין סאטמאר מאנסי וואוינט נאך עד היום אין סקווירא),

ר' מרדכי האט זיך באזעצט אין די ברויער געגנט אין מאנסי לעבן טשעסנאט רידזש נאך יארן צוריק, און זיין עבודת התפלה איז געווען מאז ומקדם א מעין תפלת ר' עקיבא מיט קולות וברקים און מניחו בזוית זו ומצאו בזוית אחרת בלי שום גוזמא, און די בעלי בתים פון די שול אין געגנט האבן דאס נישט געקענט סובל זיין, איז זיין שווער ר' מענדל געגאנגען און אים געמאכט א ביהמ"ד דארטן וואו עס איז היינט עד היום הזה ( נשט ממש באותו מקום נאר אביסל געטוישט)

ר' מרדכי'ס מקום קבוע איז אויף די לעצטע טיש אין ביהמ"ד, ביים ווינקל, ווי ער האט צוויי ליידיגע בענקלעך, און ביים אויבן אן איז דא שטענדער פאר אים, וואס ער האט נאך קיינמאל נישט גענוצט.

וכך היא עבודתו: אלעס וואס ער זאגט ארויס פון דאווענען, איז בקול רעש גדול וכל איבריו מתפרקין ומזדעזדעין, נישט קיין חילוק אן אשר יצר צו תפלת נעילה, ער קען איבערזאגן כמה וכמה ווערטער אן א שיעור מאל אין קען אויך דאווענען גאר שנעל הכל לפי הצורך, ער רעדט אסאך אידישע ווערטער אינמיטן וואס איז שווער צו פארשטיין,

יעדער וואס קומט אריין אין די שול די ערשטע פאר מאל, נעמט נישט אראפ די אויגן פון אים, און עס איז א זעלעטנער איבערלעבעניש, (ביי די סאטמארע איז דאס קצת שחוק, ווייל זיין הייליגער פון דעם רבי'ן און דאווענען אנדערש איז פאלש), פאר קינדער בפרט, איז דאס א געוואלדיגע איבערלעבניש און מורא'דיגע מראה, ער דאווענט מער ווייניגער מיטן ציבור נאר שלא על הסדר ער הייבט אן הודו און גייט צו קר"ש קומט צוריק צו פסוד"ז און גייט צו שמו"ע נאך הויכע שמו"ע, פארן ליינען ווארט מען ער זאל משלים זיין די גאנצע דאווענען.

ער הייבט אן צו דאווענען ביי זיין אין ווינקל אין ביי נשמת געפינט ער זיך א צוויי שורות אהינציר אינמיטן ביהמ"ד, פון צייט צו צייט קומט אריין א פרעמדער אין ביהמ"ד און זעצט זיך אינטען אויף די ליידיגע פלאץ לעבן רבי מרדכי אבער אינמיטן דאווענען זעהט ער שוין איין דעם טעות וואס ער איז באגאנגען ווייל ער מוז מאכן א צוריקטריט פון דארטן,

ר' מרדכי דאווענט גארנישט פארן עמוד ווייל ער קען נישט, נאר ר"ח בענטשן לדוד מזמור וכו', עס איז דא שווענץ וואס ווילן ער זאל דאווענען אבער והוא באחת ער שיקט צו אנדערע בעלי תפלה, ביי שלש סעודות זיצט ער ביים ווינקל פון די אויבן אן און א הייפעלע אידן בערך 6 בעלי בתים און 4 בחורים, הערן צו די דברי תורה רוב מאל איז עס סתם מוסר און חיזוק, און פון צייט צו צייט, ווען גוטע אידן גייען אריין אים צו פארדרייען דעם קאפ קען ער ברענען קעגן די פירצות, ווי למשל ווען מען האט געדארפט באשטעטיגן די זעלבע מין הייראט, זענען געווען אפאר משוגעים וואס האבן אים אנגעדרייט און ער איז געווען ממש אן אש להבה און אויס מענטש, ער האט געשריגן און געוויינט געהאקט מיט די הענט אויפן טיש, אז די ווענט האבן געטרייסעלט, ער האט געשריגן ימ"ש אויף קאומאו מיט די אלע וואס גייען באשטעטיגן דעם געזעץ, אינטערנעט איז אויך זייער א דענדזעשרס ספאט פאר אים, איין שלש סעודות איז ער געווען מלא התרגשות אז פעיסבוק פאלט אין די סטאקס, און די טומאה גייט אונטער, (דאס האב איך געמיינט פריער צו זאגן אז א פאר משוגעים דרייען נעבעך דעם איש צדיק תמים א קאפ,) ער רעדט וועגן גיוס בני ישיבות און קען רעדן בכלליות פון די וואס ווילן מאכן פשרות אבער קיינמאל נישט דערמאנען פערזענליך א נאמען אפי' ברמז, די ציונים קענען אויך אריינכאפן פון אים א טוץ קללות אבער בכלליות נישט קיין יחידים, לאחר ככלות הכל זיין כוח איז בכלל נישט זיין תורה וואס ער זאגט, ער פלעגט בכלל נישט וועלן רעדן, דאס איז אויך נאר ווען מען האט משוגע געמאכט, און די קינדער פרובירן נאך עד היום דאס אפצושטעלן ווייל אים קומט דאס אן זייער שווער ווייל לפי מדתו וטבעו איז ער א ביישן.

די הויכפונקט פון בית שטיינער איז ביום הפורים הונטערטער אידן שטייען שעות להתברך מברכותיו, ער האט א מנהג פורים אז כטוב לב המלך ביין ווען ער איז שוין לעילא ולעילא מכל היינות המשובחין, צו שלאגן און קושן דעם עולם, מיר האט ער איבערגעבעטן פאר ער האט מיר געשלאגן, און נאכדעם געשלאגן אזעלכע קליינע פעטשלעך, און געקושט אפאר מאל און געווינטשן, אזוי שטייען חשוב'ע אידן דיינים וואס ער וויל בשום אופן נישט שלאגן, און בעטן זיך ער זאל זיי שלאגן, און יעדע צובראכענע נשמה מאכט ער א גאנצע טאראראם, עעס שטייען דארטן עשירים אדירים, און ווארטן ביז ער ענדיגט זיך אפגעבן מיט יעדן אינגל בחור באזונדער, אזוי גייט דאס אן ביז 1-2 ביינאכט.

זיין עבודת הצדקה איז זייער גרויס, ער נעמט צוזאם סכומים אדירים פון די עשירים וואס האלטן פון אים, און ער טיילט אויס לכל דורש ומבקש, ביום הפורים האב איך מיטגעהאלטן עס איז אריינגעקומען 60,000 און ביז שושן פורים האט ער געהאט אויסגעטיילט 80,000 ער בארגט און טיילט אינגרויסן, פילע אמאליגע געוועזענע נדיבים און עשירים קומען ארויף צו אים און ער ברענגט זיי געלט אנדעם וואס קיינער זאל וויסן,

ר' מרדכי איז א שפל ברך וואס איר האט נאך אין אייער לעבן נישט געזען, ער איז נישט קיין עניו ווייל ער ווייסט בכלל נישט פון זיינע מעלות, עס איז ביי אים בכלל נישטא קיין איך, איך קען נישט ברענגען קיין משלים ווייל עס איז נישט שייך צו זאגן ווי ער זאל האלטן פון זיך, ער רעדט צו יעדן איינציגן מענטש מיט אזא שמייכל און הערצה ווי כאילו דו ביסט זיין איינציגסטער ידיד, אין זיין שכינות איז דא בית משוגעים פאר עלטערע צובראכענע אידן, משוגעים, און שטענדיג הערט ער אויס זייערע שווערע שאלות מיט כובד ראש, און געדולד, און אפי' ווען מען האלט אינמיטן דאווענען, און עס קען זיך מאכן אינמיטן שמו"ע, און אזא רחמנות קומט צו מיט זיינע שאלות, צו ער זאל זיך מיט כאפן מיט די מנין, אדער צו זאל ער מאכן א ברכו נאך מעריב, צו ער האט פארגעסן ותן טל ומטר לברכה וכו' וכו', און ער ענטפערט מיט אזא ערנסטקייט זיי שפירן זיך כשאול מן האורים ותומים, איך האב דאס שטארק מפליא געווען, אזוי נישט צו מאכן פון זיך, אז אפי' זיין פייערדיגע דאווענען זאל ער אויפגעבן פאר עפעס א משוגענעם דאס איז מורא'דיג.

ווען דו רופסט אים צו א שמחה, קענסטו אים געבן וועלכע כיבוד ס'זאל נאר זיין, און אפי' גאר אן קיין כיבוד, דו זעהסט און שפירסט ווי עס איז אים בכלל נישט מעלה און מוריד.

מען קומט אים בעטן ברכות פון אלע קרייזן און מענטשן שווערן זיך ביי אים, און ווי דערמאנט עס איז דא וואס האבן פון אים מופתים וכו' וכו'.

העת נגמר והעט נעצר, ואי"ה עוד חזון למועד.
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:04 pm#146363
אה, הערליך.
Finally איינער פארדרייט נישט קיין אשכול, הערט וואס מ'בעהט, און ענטפערט וואס מ'פרעגט.
זייער שיין, ענדיג צו ווען מעגליך.
ייש"כ
דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:28 pm#146399
נעכטען נאכט איז געוועהן דע גרויסע דיננער פאר RCCS אין מאנסי ווי חזן העלפפגאט האט געזינגען א שיינעם שטיקעל אויף דע ווערטער רבונו של עולם פאר מען האט אנגעהויבען תהילים. עס האט יעדען איבערגענומען,
אבער דערנאך האט זעך ר' מרדכי שטיינער ארויפגעשטעלט זאגען תהילים מיט זיין צעבראככענע הארציגע שטימע בקול בכי געשטיקט פון געווויין און עס האט מיך זייער מעורר געוועהן, סאך מער ווי דע גאנצער פארשפיל פון די שענסטע חזנים
מען האפט אז גאט זאל שוין מקבל זיין דעי אלע תפילות פון יודישע קינדער,
מאנטאג יוני 11, 2018 3:25 pm#405719
אויס מענטש האט געשריבן:הרה"צ ר' מרדכי איז א שטיף זון פון דעם ווינער דיין ר' יוסף אלי' הכהן שטיינער, ר' מרדכי איז נישט קיין כהן,

אלץ בחור האט ער געלערנט אין די סאטמארע ישיבה אין וומ"ס, ער איז אן איידעם ביי ר' מענדל לעפקאוויטש חתן ר' שמואל שפירא מברעסלאוו ירושלים, ר' מענדל האט געוואוינט א שטיק אין סקווירא און זיין איידעם ר' מרדכי האט אויך דארט געוואוינט, און זיי אלע האבן זיך אוועק געצויגן מפני מלכות בית דוד הנופלת, (ר' אהרן לעפקאוויטש בן ר' מענדל א מלמד אין סאטמאר מאנסי וואוינט נאך עד היום אין סקווירא),

ר' מרדכי האט זיך באזעצט אין די ברויער געגנט אין מאנסי לעבן טשעסנאט רידזש נאך יארן צוריק, און זיין עבודת התפלה איז געווען מאז ומקדם א מעין תפלת ר' עקיבא מיט קולות וברקים און מניחו בזוית זו ומצאו בזוית אחרת בלי שום גוזמא, און די בעלי בתים פון די שול אין געגנט האבן דאס נישט געקענט סובל זיין, איז זיין שווער ר' מענדל געגאנגען און אים געמאכט א ביהמ"ד דארטן וואו עס איז היינט עד היום הזה ( נשט ממש באותו מקום נאר אביסל געטוישט)

ר' מרדכי'ס מקום קבוע איז אויף די לעצטע טיש אין ביהמ"ד, ביים ווינקל, ווי ער האט צוויי ליידיגע בענקלעך, און ביים אויבן אן איז דא שטענדער פאר אים, וואס ער האט נאך קיינמאל נישט גענוצט.

וכך היא עבודתו: אלעס וואס ער זאגט ארויס פון דאווענען, איז בקול רעש גדול וכל איבריו מתפרקין ומזדעזדעין, נישט קיין חילוק אן אשר יצר צו תפלת נעילה, ער קען איבערזאגן כמה וכמה ווערטער אן א שיעור מאל אין קען אויך דאווענען גאר שנעל הכל לפי הצורך, ער רעדט אסאך אידישע ווערטער אינמיטן וואס איז שווער צו פארשטיין,

יעדער וואס קומט אריין אין די שול די ערשטע פאר מאל, נעמט נישט אראפ די אויגן פון אים, און עס איז א זעלעטנער איבערלעבעניש, (ביי די סאטמארע איז דאס קצת שחוק, ווייל זיין הייליגער פון דעם רבי'ן און דאווענען אנדערש איז פאלש), פאר קינדער בפרט, איז דאס א געוואלדיגע איבערלעבניש און מורא'דיגע מראה, ער דאווענט מער ווייניגער מיטן ציבור נאר שלא על הסדר ער הייבט אן הודו און גייט צו קר"ש קומט צוריק צו פסוד"ז און גייט צו שמו"ע נאך הויכע שמו"ע, פארן ליינען ווארט מען ער זאל משלים זיין די גאנצע דאווענען.

ער הייבט אן צו דאווענען ביי זיין אין ווינקל אין ביי נשמת געפינט ער זיך א צוויי שורות אהינציר אינמיטן ביהמ"ד, פון צייט צו צייט קומט אריין א פרעמדער אין ביהמ"ד און זעצט זיך אינטען אויף די ליידיגע פלאץ לעבן רבי מרדכי אבער אינמיטן דאווענען זעהט ער שוין איין דעם טעות וואס ער איז באגאנגען ווייל ער מוז מאכן א צוריקטריט פון דארטן,

ר' מרדכי דאווענט גארנישט פארן עמוד ווייל ער קען נישט, נאר ר"ח בענטשן לדוד מזמור וכו', עס איז דא שווענץ וואס ווילן ער זאל דאווענען אבער והוא באחת ער שיקט צו אנדערע בעלי תפלה, ביי שלש סעודות זיצט ער ביים ווינקל פון די אויבן אן און א הייפעלע אידן בערך 6 בעלי בתים און 4 בחורים, הערן צו די דברי תורה רוב מאל איז עס סתם מוסר און חיזוק, און פון צייט צו צייט, ווען גוטע אידן גייען אריין אים צו פארדרייען דעם קאפ קען ער ברענען קעגן די פירצות, ווי למשל ווען מען האט געדארפט באשטעטיגן די זעלבע מין הייראט, זענען געווען אפאר משוגעים וואס האבן אים אנגעדרייט און ער איז געווען ממש אן אש להבה און אויס מענטש, ער האט געשריגן און געוויינט געהאקט מיט די הענט אויפן טיש, אז די ווענט האבן געטרייסעלט, ער האט געשריגן ימ"ש אויף קאומאו מיט די אלע וואס גייען באשטעטיגן דעם געזעץ, אינטערנעט איז אויך זייער א דענדזעשרס ספאט פאר אים, איין שלש סעודות איז ער געווען מלא התרגשות אז פעיסבוק פאלט אין די סטאקס, און די טומאה גייט אונטער, (דאס האב איך געמיינט פריער צו זאגן אז א פאר משוגעים דרייען נעבעך דעם איש צדיק תמים א קאפ,) ער רעדט וועגן גיוס בני ישיבות און קען רעדן בכלליות פון די וואס ווילן מאכן פשרות אבער קיינמאל נישט דערמאנען פערזענליך א נאמען אפי' ברמז, די ציונים קענען אויך אריינכאפן פון אים א טוץ קללות אבער בכלליות נישט קיין יחידים, לאחר ככלות הכל זיין כוח איז בכלל נישט זיין תורה וואס ער זאגט, ער פלעגט בכלל נישט וועלן רעדן, דאס איז אויך נאר ווען מען האט משוגע געמאכט, און די קינדער פרובירן נאך עד היום דאס אפצושטעלן ווייל אים קומט דאס אן זייער שווער ווייל לפי מדתו וטבעו איז ער א ביישן.

די הויכפונקט פון בית שטיינער איז ביום הפורים הונטערטער אידן שטייען שעות להתברך מברכותיו, ער האט א מנהג פורים אז כטוב לב המלך ביין ווען ער איז שוין לעילא ולעילא מכל היינות המשובחין, צו שלאגן און קושן דעם עולם, מיר האט ער איבערגעבעטן פאר ער האט מיר געשלאגן, און נאכדעם געשלאגן אזעלכע קליינע פעטשלעך, און געקושט אפאר מאל און געווינטשן, אזוי שטייען חשוב'ע אידן דיינים וואס ער וויל בשום אופן נישט שלאגן, און בעטן זיך ער זאל זיי שלאגן, און יעדע צובראכענע נשמה מאכט ער א גאנצע טאראראם, עעס שטייען דארטן עשירים אדירים, און ווארטן ביז ער ענדיגט זיך אפגעבן מיט יעדן אינגל בחור באזונדער, אזוי גייט דאס אן ביז 1-2 ביינאכט.

זיין עבודת הצדקה איז זייער גרויס, ער נעמט צוזאם סכומים אדירים פון די עשירים וואס האלטן פון אים, און ער טיילט אויס לכל דורש ומבקש, ביום הפורים האב איך מיטגעהאלטן עס איז אריינגעקומען 60,000 און ביז שושן פורים האט ער געהאט אויסגעטיילט 80,000 ער בארגט און טיילט אינגרויסן, פילע אמאליגע געוועזענע נדיבים און עשירים קומען ארויף צו אים און ער ברענגט זיי געלט אנדעם וואס קיינער זאל וויסן,

ר' מרדכי איז א שפל ברך וואס איר האט נאך אין אייער לעבן נישט געזען, ער איז נישט קיין עניו ווייל ער ווייסט בכלל נישט פון זיינע מעלות, עס איז ביי אים בכלל נישטא קיין איך, איך קען נישט ברענגען קיין משלים ווייל עס איז נישט שייך צו זאגן ווי ער זאל האלטן פון זיך, ער רעדט צו יעדן איינציגן מענטש מיט אזא שמייכל און הערצה ווי כאילו דו ביסט זיין איינציגסטער ידיד, אין זיין שכינות איז דא בית משוגעים פאר עלטערע צובראכענע אידן, משוגעים, און שטענדיג הערט ער אויס זייערע שווערע שאלות מיט כובד ראש, און געדולד, און אפי' ווען מען האלט אינמיטן דאווענען, און עס קען זיך מאכן אינמיטן שמו"ע, און אזא רחמנות קומט צו מיט זיינע שאלות, צו ער זאל זיך מיט כאפן מיט די מנין, אדער צו זאל ער מאכן א ברכו נאך מעריב, צו ער האט פארגעסן ותן טל ומטר לברכה וכו' וכו', און ער ענטפערט מיט אזא ערנסטקייט זיי שפירן זיך כשאול מן האורים ותומים, איך האב דאס שטארק מפליא געווען, אזוי נישט צו מאכן פון זיך, אז אפי' זיין פייערדיגע דאווענען זאל ער אויפגעבן פאר עפעס א משוגענעם דאס איז מורא'דיג.

ווען דו רופסט אים צו א שמחה, קענסטו אים געבן וועלכע כיבוד ס'זאל נאר זיין, און אפי' גאר אן קיין כיבוד, דו זעהסט און שפירסט ווי עס איז אים בכלל נישט מעלה און מוריד.

מען קומט אים בעטן ברכות פון אלע קרייזן און מענטשן שווערן זיך ביי אים, און ווי דערמאנט עס איז דא וואס האבן פון אים מופתים וכו' וכו'.

העת נגמר והעט נעצר, ואי"ה עוד חזון למועד.


יא !זייער גוט ארויסגעברענגט בקיצור
הערה: זיין שווער ר' מענדל לעפקאוויטש איז א איידעם ביי ר' נחמן קלאר
זיין שוואגער ר' משה לעפקאוויטש ער איז א איידעם ביי ר' שמואל שפירא פון ברסלב

אינטערסאנט איז אז ביי ר' מרדכי קען מען זעהן דאס וואס די גמרא זאגט אויף דעם תנא אלקי ר' עקיבא אז בשעת זיין דאווענען הניחו בזוית זו ומצאו בזוית אחרת - און אוזי דערציילט מען אויך אויפ'ן הייליגען קדושת לוי זי"ע

בנוגע זיינע צדקות וחסד וועל איך דערציילען איין מעשה אחד מני אלף ! וואס איינער האט בטעות באמערקט בשעת'ן גיין נאך געלט אין וויזניץ ביי די מנינים אז ער איז אריינגעקומען ביי א מנין ווי מען האט געהאלטען אינמיטען שטילע שמונה עשרה ויפן כה וכה וירא כי אין איש און ער האט אריינגעריקט אין איינעס טלית בייטעל עטליכע הונדרעטערס און גלייך אנטלאפן כאילו לא הי'
יא עס איז נאך דא ערליכע אידן !!!

זיין טאטע איז געווען הרב ר' יוסף ווייס פון פרעשבורג ?
האב איך געהערט פון ר' אלי' קאהן פון נייטרא אז ער איז אוועק אין די מלחמה יארן א טאג נאך יום כיפר נישט וועלנדיג אויספאסטען אין יום כיפור כאטשיק ער איז געווען א חלוש
דאנערשטאג יוני 14, 2018 5:39 am#406000
איך געדענק זיין דאווענען אין וויזניצער ביהמ"ד אלץ קינד. אויסטערליש! ס'איז מיר געבליבן איינגעקריצט אין מיין זכרון עד היום הזה. גאר א אינטערסאנטע אידל. אויב איינער זוכט א אמת'ע ערליכע איד אין מאנסי - ער איז דאס... מ'פלעגט זאגן ווער ס'וויל פארשטיין וויאזוי א דאווענען פון ר' מרדכי חנא זצ"ל האט אויסגעקוקט זאל צוקוקן צו א דאווענען פון ר' מרדכי שטיינער. איך בין א שטיקל חסיד פון אים.
פרייטאג יוני 15, 2018 11:52 am#406112
ביים חומש סעודה אין סאטמאר מאנסי
זונטאג יוני 17, 2018 12:44 pm#406202
שבת אחים האט געשריבן:איך געדענק זיין דאווענען אין וויזניצער ביהמ"ד אלץ קינד. אויסטערליש! ס'איז מיר געבליבן איינגעקריצט אין מיין זכרון עד היום הזה. גאר א אינטערסאנטע אידל. אויב איינער זוכט א אמת'ע ערליכע איד אין מאנסי - ער איז דאס... מ'פלעגט זאגן ווער ס'וויל פארשטיין וויאזוי א דאווענען פון ר' מרדכי חנא זצ"ל האט אויסגעקוקט זאל צוקוקן צו א דאווענען פון ר' מרדכי שטיינער. איך בין א שטיקל חסיד פון אים.

לערנענדיג אין איינע פון די מאנסיער ישיבות אלץ בחור (ארום 14 יאר צוריק) פלעג איך זיך אסאך דרייען אין וויזניץ, איך בין כמעט זיכער אז ער איז דער איד וועם איך האב געטראפן, פלעגט ער דאווענען ביים פענסטער?

א חבר האט מיר דאן פארציילט אז ווען מ'לייגט ארויף די הענט אויף די מזוזה ווען ער שלאפט, וועקט ער זיך אויף. קען זיין ס'איז א באבע מעשה,
זונטאג יוני 17, 2018 3:05 pm#406209
ווען איך בין געוועהן א קינד געדענק איך אז ער פלעגט שטיין אין די בעיק ביי די ספרים שאפעס אין די אלטע ביהמ״ד. ער האט נישט ממש געהאט קיין מקום קבוע. ער פלעגט אנהייבן דאווענען איין זייט שול און גענעדיגט די אנדערע זייט, אזויווי מ׳פארציילט אויפן בארדישובער. ער פלעגט אריינמישן אידישע ווערטער אינמיטן דאווענען און אינמיטן שמו״ע.
זונטאג יוני 17, 2018 5:42 pm#406221
יעקב מענטש רעדט לכאורה פון די שטיבלעך אונטן אין ויזניץ, און יא ער פלעגט דאווענען נישט ביי קיין טיש, שטייענדיג ביים פענסטער, מיט זיין לינקע האנט אנהאלטענדיג זיין טלית, און די רעכטע האנט פלעגט זיך ווארפן ווי ר' זיידל קרעטשניפער'ס לולב..
מיטוואך יוני 20, 2018 1:38 am#406677
יין שרף האט געשריבן: די רעכטע האנט פלעגט זיך ווארפן ווי ר' זיידל קרעטשניפער'ס לולב..

:lol: :lol:
מאנטאג פעברואר 11, 2019 3:05 pm#424269
rps20190211_140403.jpg