Under maintenance
הויפט זייט » ווי אזוי ארבעט "כוחות הטומאה"?

ווי אזוי ארבעט "כוחות הטומאה"?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4173
פרייטאג יוני 28, 2013 11:15 am#128844
ווי אזוי ארבעט "כוחות הטומאה"?
אין דעם הערליכן אשכול "אותות ומופתים באדמת בני חם" זעען מיר זייער אינטערסאנטע מופתים וואס ווערן דערציילט ביי אנדערע רעליגיעס. ATUB @יאנקל ATUB שרייבט: "א מיסטיקער קען זאגן אז יעדע רעליגיע פארמאגט טאקע "כוחות" - אמאל טומאה און אמאל קדושה". וויל איך פארשטיין וואס איז דאס דער באגריף "כוחות הטומאה"?

איך וואלט פארשטאנען אז צדיקים האבן כוחות דקדושה, און מענטשן וואס זענען פונקט פארקערט פון זיי, גרויסע רשעים, פארמאגן כוחות הטומאה. לויט די מעשיות וואס ווערן דערציילט איז אייביג טאקע אזוי געוועהן. די גרויסע רשעים פון אנדערע רעליגיעס וואס האבן געוואלט אונטערברענגען אידן זענען געוועהן גרויסע מכשפים און האבן געהאט גרויסע כוחות הטומאה. זיי האבן געמאכט אותות ומופתים קעגן אידן. אקעי, דאס מאכט סענס. קדושה איז אידיש, ערליכקייט, חסד, אמת, וכו', און טומאה איז עבודה זרה, רשעות, אכזריות, און שקר. דאס אלעס מאכט זייער אסאך סענס.

אבער היינטיגע צייטן זעען מיר א מאדנע ערשיינונג. די מענטשן וואס מ'זעהט ביי זיי מופתים כלומרשט דורך כוחות הטומאה זענען גאר פיינע איידעלע מענטשן. דער לעצטער פויבסט דזשאן פאול 2 איז געוועהן גאר א וואוילער איידעלער מענטש, גוט צו אידן, גוט צו יעדעם. מ'דערציילט מופתים אויף "מאדער טעריסא", א קריסטליכע נאנע ואס האט געהאלפן מיליאנען מענטשן ארום די וועלט - זי האט געמאכט יתומים היימען, סקולס, שפיטעלער, זי איז ארומגעגאנגען אין פארווארפענע מדינות און מחזק געוועהן אלטע, קראנקע, צובראכענע, מצורעות, מענטשן מיט טובערקלאסיס וכו'. זי איז קלאר געוועהן א צדיקת אין פולן זין פון ווארט, נאר צו איר ביטערן מזל האט זי נישט געגלייבט אין די ריכטיגע רעליגיע.

פון די אנדערע זייט די גרויסע רשעים ווי היטלער און סטאלין ימח שמם, וואס זיי זענען געוועהן די פארקערטסטע וואס איז מעגליך פון קדושה, ביי זיי הערט מען בכלל נישט קיין מופתים!! ביי זיי איז נישט דא קיין כוחות הטומאה! איז עס נישט א פלא? הרג'ענען זעקס מיליאן אידן האט נישט געברענגט גענוג טומאה פאר היטלער ימ"ש, אבער דער איידעלער פאופ דזשאן פאול האט גענוג טומאה צו באקומען כוחות דערפון?! דער ברוטאלער רוצח סטאלין האט נישט באקומען כוחות הטומאה, אבער מאדער טעריסא האט יא געהאט גענוג טומאה?

וויל טאקע איינער זאגן אז טומאה האט מער יניקה פון עפעס א זאך אין וואס מ'גלייבט (אפילו מ'איז בעצם א גאר וואוילער מענטש), ווי אין שוידערליכע מעשים ווי ערמארדן מיליאנען אידישע קינדער? אויב ס'איז טאקע אזוי אז כוחות הטומאה האט נאר צוטוהן מיט די רעליגיע און האט נישט צוטוהן מיט וואספארא רשע מ'איז, דעמאלטס פארוואס זעהט מען אז היינטיגע צייטן זעהט מען מופתים נאר ביי גוטע מענטשן? ס'וואלט דאך געדארפט זיין מופתים אויך אויף גרויסע רשעים פון אנדערע רעליגיעס, למשל די קריסטליכע גלחים האט האבן מאלעסטערט קינדער, וכדומה?
פרייטאג יוני 28, 2013 12:09 pm#128858
ס'איז דא טויזעטער שיטות, לאו דוקא קאנסיסטענט מיט אבזערוואציע און לאו דוקא קאמפלעט פאר זיך. ס'שיינט מיר אז דו ווילסט פארשטיין דאס עסק על בוריו און בשורשם. עתי ועטי אין איתי, און כ'בין נישט דער גרויסער פארשטייער, אבער כ'האלט יא אז ס'איז וויכטיג צו פארשטיין נעאפלעטאניזים און איר ברייטפארצווייגטע היסטאריע פון איידיעס פון די תקופת התלמוד ביזן מיטל אלטער און דערנאך, אלס די פיליזאפישע פארגייערס צו טעאלאגיע, צו קענען אידענטיפיצירן די מיסטישע באגריפן אין קאנטעקסט. צו פארשטיין די היסטאריע פון אן איידיע איז פיל מאל סך וויכטיגער ווי פארשטיין די איידיע זעלבסט.
פרייטאג יוני 28, 2013 1:01 pm#128877
this subject intrest me very much i wish the freinds can explain it well!
פרייטאג יוני 28, 2013 5:54 pm#128958
שיטה מקובצת האט געשריבן:פון די אנדערע זייט די גרויסע רשעים ווי היטלער און סטאלין ימח שמם, וואס זיי זענען געוועהן די פארקערטסטע וואס איז מעגליך פון קדושה, ביי זיי הערט מען בכלל נישט קיין מופתים!! ביי זיי איז נישט דא קיין כוחות הטומאה! איז עס נישט א פלא? הרג'ענען זעקס מיליאן אידן האט נישט געברענגט גענוג טומאה פאר היטלער ימ"ש, אבער דער איידעלער פאופ דזשאן פאול האט גענוג טומאה צו באקומען כוחות דערפון?! דער ברוטאלער רוצח סטאלין האט נישט באקומען כוחות הטומאה, אבער מאדער טעריסא האט יא געהאט גענוג טומאה?


כ'האלט אז היטלער איז זייער מעגליך אז די כוחות הטומאה איז אים געשטאנען צוהילף, כאטש אז בשעת מעשה האט אלעס אויסגעקוקט ע"פ דרך הטבע איז אבער ווען מ'קוקט צוריק מיט א ניכטערן בליק זעהט מען אז ער האט דורכגעפירט אסאך שלא ע"פ דרך הטבע'דיגע זאכן, כ'רעד לגבי די האלאוקאסט, אנגעפאנגען ביים איבערדרייען א נארמאל באזעסן פארגעשריטן פאלק און געטוישט צו א פאלק פון אכזרים רוצחים די נידריגסטע וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן, און ווייטער דורכאויס די גאנצע מלחמה ווי למשל די דורכגעפאלענע אטענטאטן דורכאויס די מלחמה, די באקאנטע דורכגעפאלענע אליאירטע אושוויץ באמבאדירונגען, און בכלל אז ס'איז אים געלונגען אויס-צו-מארדן אזויפיל אומשולדיגע מענטשן אפילו בשעת ווען אויפ'ן מלחמה פראנט איז ער שוין געשטאנען שמאל, וואס אנדערש ווי סטאלין וואס האט ג'רצח'ט אן קיין שום שטער האט היטלער גערצח'ט ביז צום לעצטן אטעם אונטער נסים'דיגע אומשטענדן, איך בין זיכער ווען היטלער זאל ארויסגעבן א בוך פון זיינע נסים וואלט עס געווען פון די גרעסטע נסים ביכער אין היסטאריע.
פרייטאג יוני 28, 2013 6:26 pm#128964
יא.
פרייטאג יוני 28, 2013 6:33 pm#128967
ATUB @יואליש ATUB , אזוי ווי ער זאגט. איך שעץ דיינע ידיעות, אבער איך מיין אז מיין פראגע איז זייער פלעין און יסודות'דיג, און מ'דארף נישט קריכען צו טיפע פילאזאפישע וויקיפידיע בלעטער.

ATUB @DotCom ATUB , איך רעד נישט פון הצלחה "למעלה מדרך הטבע" וואס אפשר האט היטלער ימ"ש געהאט און אפשר נישט, און וואס איז אפשר די טמא'נע קאונטערפארט פאר "סייעתא דשמיא". איך רעד דווקא פון "אותות ומופתים". אזוי ווי איינער וואס מאדער טעריסא האט איר צוגעזאגט א רפואה און איר קענסער איז פארשווינדן געווארן, וכדומה. איז אויך דא א מעשה אז - להבדיל - היטלער ימ"ש זאל קענען טוהן אזעלכע מופתים מיט זיינע כוחות הטומאה?
פרייטאג יוני 28, 2013 6:46 pm#128973
DotCom האט געשריבן:כ'האלט אז היטלער איז זייער מעגליך אז די כוחות הטומאה איז אים געשטאנען צוהילף, כאטש אז בשעת מעשה האט אלעס אויסגעקוקט ע"פ דרך הטבע איז אבער ווען מ'קוקט צוריק מיט א ניכטערן בליק זעהט מען אז ער האט דורכגעפירט אסאך שלא ע"פ דרך הטבע'דיגע זאכן, כ'רעד לגבי די האלאוקאסט, אנגעפאנגען ביים איבערדרייען א נארמאל באזעסן פארגעשריטן פאלק און געטוישט צו א פאלק פון אכזרים רוצחים די נידריגסטע וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן, און ווייטער דורכאויס די גאנצע מלחמה ווי למשל די דורכגעפאלענע אטענטאטן דורכאויס די מלחמה, די באקאנטע דורכגעפאלענע אליאירטע אושוויץ באמבאדירונגען, און בכלל אז ס'איז אים געלונגען אויס-צו-מארדן אזויפיל אומשולדיגע מענטשן אפילו בשעת ווען אויפ'ן מלחמה פראנט איז ער שוין געשטאנען שמאל, וואס אנדערש ווי סטאלין וואס האט ג'רצח'ט אן קיין שום שטער האט היטלער גערצח'ט ביז צום לעצטן אטעם אונטער נסים'דיגע אומשטענדן, איך בין זיכער ווען היטלער זאל ארויסגעבן א בוך פון זיינע נסים וואלט עס געווען פון די גרעסטע נסים ביכער אין היסטאריע.

און ווער רעדט נאך פון די אומפארשטענדליגע גאנץ אנפאנג פונעם קריג. כאטש עס איז געווען א סוד פאר גאנץ בראד אז אין די יאהרן פארן קריג האט ער גענומען דייטשלאנד (וואס האט נישט געמעגט האבען קיין ערענסטע וואפען צוליב די ערשטע וועלט קריג) און באוואפענט שטארק און שנעל, אם כל זה, איז געווען שווער צו פארשטיין די מעכטיגע פארשריט וואס ער האט געמאכט. אפילו מיט די גוטע קעפ קון ארבעטס-קראפט וואס דייטשלאנד איז ווואויל-באוואוסט האט ער געכאפט די גאנצע וועלט אין א סופער-סורפרייז.

אויך אין די ענדע, ביי די בעטל אוו באלדזש (Battle of the Bulge), האט ער באוויזען מעכטיגע כוחות, לאנג נאך וואס זיין גאנצע מיליטער איז געווען צושמעטערט און זיינע זעלנער דעמאראליזירט.
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:01 pm#302361
די וואך איז א גרויסע וואך אין די היסטאריע פון ניו יארק מיט די באזוך פון דעם פויבסט פראנציס. מ'הערט היימישע אידן רעדן וועגן דעם איידעלן און פריינטליכן פויבסט און רופן אים "אבי אבות הטומאה". וויל איך נאכאמאל פארשטיין ווי אזוי דאס ארבייט.
פרייטאג סעפטעמבער 25, 2015 1:11 pm#302366
שיטה מקובצת האט געשריבן:די וואך איז א גרויסע וואך אין די היסטאריע פון ניו יארק מיט די באזוך פון דעם פויבסט פראנציס. מ'הערט היימישע אידן רעדן וועגן דעם איידעלן און פריינטליכן פויבסט און רופן אים "אבי אבות הטומאה". וויל איך נאכאמאל פארשטיין ווי אזוי דאס ארבייט.

אנדערע זענען העפי
זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:09 am#302545
כוחות הטומאה האט צוטוהן מיט א אמונה אין וואס מען גלייבט, און מיט געוויסע כוחות מיט וואס מען איז זיך מקשר, און נישט דווקא מיט די גוטסקייט אדער שלעכטיגקייט פון א מענטש,
פאר אינטרעסאנטקייט וועל איך צוצייכענען צו רש"י סוף פרשת תולדות אויפן פסוק אז אברם אבינו האט געגעבן מתנות פאר די בני הפלגשים און זיי משלח געווען צו די מזרח לענדער, זאגט רש"י
נתן אברהם מתנות. פירשו רבותינו שם טומאה מסר להם.

און ווי רש"י איז מסביר אין די גמ' (סנהדרין צא.)
שם טומאה. כשוף ומעשה שדים:
מיטוואך יולי 20, 2016 6:52 pm#343021
ליטוואק פון בודאפעסט דא האט געשריבן:דער חילוק איז אז איך גלויב אויך נישט אז דער בעלזער רב האט געטוהן דערין. פאלקס געשיכטעס וואס מ'האט ממציא געווען כדי צו פארוויילען די לאנגע טונקעלע נעכט, וואס תמימי לב האבען אנגענומען פאר ערנסט, אזש אלע אנדערע מעשה'ס האט מען פארגעסען. ליין א בוך פון גוים פון יענער צייטען און זאג מיר צו ס'איז נישט די זעלבע

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

ס'איז נישט אפגעפרעגט אז גוים האבן אויך כוחות.
דאנערשטאג יולי 21, 2016 1:17 pm#343083
עס איז נישט דא קיין כוחות הטומאה היינט גענוי ווי עס איז נישטא קיין כוחות הקדושה, קאן זיין עס איז געווען אבער היינט איז נישטא, פשוט קיינער איבערצייגט עס נישט ווי שוין ערווענט און אנדערע אשכולות אז עס זענען טאקע יא דא וואס זאגן אז זיי האבען איבער נאטירליכע כוחות אבער למעסה קען עס קיינער נישט איבערצייגן אז זיי פארמאגן דאס ווען מען שטעלט זיי פאר א דאבל בליינדעד טעסט. עי' ערך דזעמס רענדי און די רעמזי טשלעלנטש אדרבה איר קענט כאפן א מיליאן טאלער גאנץ גרינג, אפשר דאך איז עס גרינגער צו גיין טראנטא צי די רייכמאן'ס און מאכן א בילד און כאפן א מוצה, ווי איידער ברויכן איבערצייגן אז מען איז טאקע א מורם מעם.
מוצ"ש יולי 23, 2016 11:23 pm#343227
Re: ווי אזוי ארבעט "כוחות הטומאה"?
דער דזשעימס רענדי פרייז איז שוין פארנומען m https://youtu.be/c_0E1XJP33E m
מוצ"ש יולי 23, 2016 11:29 pm#343229
פליקער האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין כוחות הטומאה היינט גענוי ווי עס איז נישטא קיין כוחות הקדושה, קאן זיין עס איז געווען אבער היינט איז נישטא, פשוט קיינער איבערצייגט עס נישט ווי שוין ערווענט און אנדערע אשכולות אז עס זענען טאקע יא דא וואס זאגן אז זיי האבען איבער נאטירליכע כוחות אבער למעסה קען עס קיינער נישט איבערצייגן אז זיי פארמאגן דאס ווען מען שטעלט זיי פאר א דאבל בליינדעד טעסט. עי' ערך דזעמס רענדי און די רעמזי טשלעלנטש אדרבה איר קענט כאפן א מיליאן טאלער גאנץ גרינג, אפשר דאך איז עס גרינגער צו גיין טראנטא צי די רייכמאן'ס און מאכן א בילד און כאפן א מוצה, ווי איידער ברויכן איבערצייגן אז מען איז טאקע א מורם מעם.

פליקער: דעם גרויסן כח פון רוח הקודש (הקאקאש) האמיר געזעהן ביי דעם טראגישן פאל פון די 3 ישיבה בחורים וועלכע זענען ל"ע געקידנעפט געווארן דורך די פאלעסטינער רוצחים ימ"ש. און די הייליגע מישקאלצע רבי שליט"ע האט געזאגט אז אויב די מאמעס וועללן באקן חלות אויף שבת, וועללן די קינדער צוריקקומען. ווען זיי זענען נעבעך שוין געווען געהרג'ט...!
זונטאג יולי 24, 2016 12:53 am#343241
Re: ווי אזוי ארבעט "כוחות הטומאה"?
בר-כוכבא האט געשריבן:דער דזשעימס רענדי פרייז איז שוין פארנומען https://youtu.be/c_0E1XJP33E

בכלל נישט, אבע''א אבער ווייס, ואידך גיסא אפריל פולס, איכא דאמרי סתם א פרענק, דו מיזט קוקן ביזן ענדע.
מיטוואך יולי 27, 2016 5:40 pm#343763
ר' בערל דער בעל עגלה האט געשריבן מיט שפאס
דעם גרויסן כח פון רוח הקודש (הקאקאש) האמיר געזעהן ביי דעם טראגישן פאל פון די 3 ישיבה בחורים וועלכע זענען ל"ע געקידנעפט געווארן דורך די פאלעסטינער רוצחים ימ"ש. און די הייליגע מישקאלצע רבי שליט"ע האט געזאגט אז אויב די מאמעס וועללן באקן חלות אויף שבת, וועללן די קינדער צוריקקומען. ווען זיי זענען נעבעך שוין געווען געהרג'ט...!

איך בין זיכער אז דארט איז בלויז געווען א טעכנישע-מיס-פארשטענדעניש, וואלטן די מאמעס געבאקן זעקס-פיסיגע-לאנגע-הויכי-און-ברייטע-מישקאלצע-רבי-סטייל-חלות בין איך זיכער דערינען אז די דריי בחורים וואלטן ניצול געווארן ממות לחיים און אפשר אפילו אויפגעשטאנען תחיית המתים אין זכות פון דער רבינס קויליטש