עס איז דא א טערמין וואס איך האב א נאמען געגעבן "די קאר עפעקט" (קענסט עס גוגלען, וועסט גארנישט טרעפן...)
כ'האב עס גענוצט ווען איך האב אמאל געוואלט מסביר זיין וויאזוי באמת קען מען טרעפן דעם גאנצן מהות פון דעם מענטש אין יעדע זאך וואס א מענטש טוט. וויאזוי ער רעדט, וויאזוי ער גייט, און, פונקט אזוי אויך, לויט וויאזוי ער שרייבט. אויב זאלסט אנהייבן גוט אנאליזירן בלויז איין באוועגונג, קענסטו אויך ארויסלערנען א גאנצע טוץ מיט כאראקטערן און נאטורן, און טייל וועלן זיין צוגעטראפן אין פינטל און אנדערע וועלן זיין אריינגעשטופט בדוחק מיט פשעטלעך און וועלן נישט קלעבן אויף יענעם.
צו געבן אן עקסטרעמע ביישפיל האב איך גע'טענה'ט אז אפילו אויב מען זאל דיר בלויז ווייזן א מענטשנ'ס קאר, וואלסטו געקענט דערפון ארויסלערנען און מעגליך צוטרעפן אן א שיעור זאכן.
פארשטייט זיך מען דארף קוקן פארזיכטיג און יעדע קלייניגקייט קען טוישן דעם בילד און אים לייגן אין אן אנדערע קאטעגאריע, אבער לאמיר אנכאפן עטליכע ביישפילן צו געבן די איידיע: אויב עס איז אן אויפרייסערישע קאר, א בעל גאוה, זוכט אטענשאן. א טייערע קאר, א קלוגער ביזנעסמאן. זויבער, א מסודרדיגער מענטש. עס גלאנצט, א מפונק (אדער א טונקעלער). א מיני ווען, פארהייראט מיט קינדער. א פיצעלע קאר, סינגל. א סמארט קאר, א גיק, סינגל. א הייבריד, אן ענווייראמענטאליסט (און אפשר א וועגעטעריאנער). א פיק-אפ טראק, א שווערער ארבעטער. א הויכע מאפלער, א יונגאטש. א געלע קאר, מסתמא א לעבעדיגער טיפ. אויב האט ער סיי וועלכע סטיקער, קענסטו שוין זיכער וויסן זיין גאנצע אידעאלאגיע.
דאס איז נאר ווען מ'זעט בלויז די קאר, ניטאמאל פון אינעווייניג, וואס קען זאגן נאך הונדערט זאכן.
שוין אפגערעדט אויב זעט מען אים אויך פארן אפילו בלויז איין מינוט, קענסטו וויסן נאך טויזנט זאכן. פארט ער זומער מיט אפענע פענסטער, א קארגער. ווינטער מיט אפענע פענסטער, א צעהיצטער. הויכע מוזיק, ווענדט זיך וועלכע דזשאנער. פארט און סטאפט אן קיין סדר, א צעמישטער. טעילגעיט, א נערוועזער. טוישט כסדר ליניע הין און צוריק, אן אומראציאנאלער פארשוין. מאכט בלינקערס א האלבע מייל פריער, אן ערליכער בירגער. מאכט נישט קיין בלינקערס, א חסיד. שווארצע פענסטער, א קילער חסיד. (אקעי, ס'נאר א דזשאוק...) וכו' וכו' וכו', כאפסט די נקודה.
און דאס אלעס ווייסטו איידער דו האסט בכלל געהערט, געליינט אדער אפילו געזען דעם פנים און מין פון דעם מענטש.
דאס איז די "קאר עפעקט". דאס הייסט יעדע סארט זאך פון מענטש, אפילו בלויז זיין קאר, קען דיר אוודאי געבן הינטס און צומאל גאנץ גוט העלפן צוטרעפן נאטורן פון א מענטש, אבער פונקט ווי ביים קאר איז אסאך זאכן טאקע מסתמא גאנץ קרוב אל האמת אבער אנדערע זאכן און דקדוקים זענען ווייט פון זיכער, און עס ווענדט זיך אפט בלויז אין די פארטייטשונג פונעם אנאליזירער און גארנישט מער. אין בעסטן פאל איז עס א שיינע געס באזירט אויף די אויסגעשפרייטע שטיקלעך פאזל ואס מען זעט פאר זיך, אבער איז זייער ווייט פון קענען צושטעלן א קלאר בילד.
בקיצור, אויב זאגט דיר דער גראפאלאג ביסט אויסנאם קלוג, פריי דיך נאכנישט. און אויב ער זאגט דיר האסט א שלעכט הארץ, רעג דיך נאכנישט. סך הכל טראכט ווי ער וואלט געקוקט אויף דיין קאר און פרובירט צוטרעפן ווער עס איז דער דרייווער.