Under maintenance
הויפט זייט » אידישע די.ווי.די.'ס

אידישע די.ווי.די.'ס

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4232
מאנטאג יולי 08, 2013 5:51 pm#131530
אידישע די.ווי.די.'ס
אזוי ווי מיינע קינדער זענען איצט זומער אסאך אינדערהיים און די ניין טעג קען מען נישט מאכן קיין סווימינג פול און זיי גייען שוין צי סאך ליידיג, וויל איך זיי ווייזן כשר'ע די ווי די'ס, מטעם תקנת המוסדות איז עס נישט קיין פראבלעם.
ווער עס קען מיר העלפן מיט א סייט ווי מען קען דאונלאודען אידישע די ווי דיס פאר אומזינסט אדער פאר ביליג תבא עליו ברכה און ער וועט מיר אסאך העלפן אין מיין שלום בית...איך האב פרובירט MOSTLY MUSIC און עפעס האט עס נישט געארבעט, און קויפן פאר $30 איין די ווי די לוינט זיך מיר אויך נישט, (קען זיין די פלגא וועט אויספירן און איך וועל יא מוזן ספענדען א $150 פאר 5 די ווי די'ס) אבער פרובירן וויל איך אנדעם.
תודה למפרע
מאנטאג יולי 08, 2013 5:53 pm#131533
הבדלה וויין האט געשריבן:מטעם תקנת המוסדות איז עס נישט קיין פראבלעם.

סתם פאר אינטערסאנקייט וועלכע מוסד מאכט נישט היינט קיין פראבלעים מיט אידישע די ווי דיס?
מאנטאג יולי 08, 2013 6:33 pm#131550
האסט אן עצה אדער די ווילסט פרעגן קשיות, איך וויל נישט אויסזאגן צוליב גילוי
דינסטאג יולי 09, 2013 12:39 pm#131843
ATUB @הבדלה וויין ATUB , איך מיין אז עס איז נישט דא דאון-צו לאודען. יא, די אידישע DVD'ס קאסטען טייער. אבער נישט אלע קאסטן 30 דאלער. מ'קען טרעפן ביליגער אויך.
די גרובייס DVD'ס זענען אינטערסאנט פאר דיר?
מיטוואך פעברואר 12, 2014 11:27 pm#183404
איז דא א פלאץ וואו מ'קען פארקויפען געניצטע DVD'S און א גוטע צושטאנד?( ווי למשל גרובייס וכדו')
זונטאג פעברואר 16, 2014 3:06 pm#184010
א גרויסען ישר כח,פארן עפענען די אשכול
ווייסט אפשר איינער ווי מען קען באקימען דעם מאווי '' א געשעפט '' ?
I would really appreciate it
זונטאג פעברואר 16, 2014 10:30 pm#184124
געלט האט געשריבן:א גרויסען ישר כח,פארן עפענען די אשכול
ווייסט אפשר איינער ווי מען קען באקימען דעם מאווי '' א געשעפט '' ?
I would really appreciate it

m http://www.mostlymusic.com/a-gesheft.html m
מיטוואך אפריל 02, 2014 11:01 am#194297
אויף אייוועלט ווערט פארקויפט די שפיל ביים סקווירא טיש פון דאס יאר. די מעשה פון תרח מיטן דור הפלגה.

עס סאונד גאר אינטרעסאנט. בפרט פאר די קינדער חול המועד. (ווער עס ווייזט פאר די קינדער פילמס פארשטייטזיך)