Under maintenance
הויפט זייט » גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4335
דינסטאג יולי 23, 2013 2:31 am#135438
גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
ביטער! ביטער! מ'האט דערויף געציטערט, אבער געהאפט ס'וועט למעשה זיך עפעס טוישן.

קומט יעצט אריין די שרעקעדיגע נייעס, אז מ'רעדט שוין נישט פון אז מ'האט מורא אז ס'גייט ווערן א געזעץ, ס'איז א פאקט! ס'איז שוין א געזעץ!

די כנסת המינים האבן יעצט געשטימט 64 קעגן 21 איבער די נייע געזעץ אריינצושלעפן די ישיבה בחורים אינעם טריפה'נעם צה"ל רח"ל.


כלל ישראל האט פראטעסטירט איבער די וועלט אויסשרייענדיג זייער וויי געשריי, דערביי אוועקגעלייגט אלע פריוואטע דיפערענצן פוו צווישן זיך, מ'האט מתפלל געווען און איינגעריסן טעגליך, מ'האט -על פי פקודת ראשי ישיבת בא"י- פלייסיג געלערנט האפענדיג די כח התורה וועט באשיצן, אבער מיט די רשעי ישראל מיט זייער בחירה האט מען נישט געקענט אויפטוהן.

יא היינט האבן די פרומע חברי הכנסת געזאגט תהילים און סליחות אז ס'זאל נישט צושטאנד קומען, קוקט אבער אויס אז ס'האבן אמאל געלעבט קליגע אידן וואס האבן אוועקגעמאכט זייער טענה אז 'פוו אינעווייניג וועלן מיר אסאך קענען אויפטוהן'...! זיי זענען אדורכגעפאלן! זיי זענען א מעט מן המעט, און אלע אנדערע פראקציעס ווילן זעהן א נקמה אין זיי, און ליידער לאכן די פרייע א גוטס ס'לעצטע.

אבער, כלל ישראל געט נישט אויף!

העמער זעהן צו ס'וועט זיין פרטים וואס וועלן יבוא'נען.
דינסטאג יולי 23, 2013 3:01 am#135439
כלל ישראל געט נישט אויף, כלל ישראל גייט ווייטער דערביי אוועקגעלייגט אלע פריוואטע דיפערענצן פוו צווישן זיך, און מיט א פאראייניגטע כח ווייטער מלחמה האלטען דערקעגן
דינסטאג יולי 23, 2013 5:03 am#135441
יא היינט האבן די פרומע חברי הכנסת געזאגט תהילים און סליחות אז ס'זאל נישט צושטאנד קומען, קוקט אבער אויס אז ס'האבן אמאל געלעבט קליגע אידן וואס האבן אוועקגעמאכט זייער טענה אז 'פוו אינעווייניג וועלן מיר אסאך קענען אויפטוהן'...! זיי זענען אדורכגעפאלן!

אוי, וואו איז געווען זייער שכל?! ווען זיי וואלטן נאר פארשטאנען דעם ווייטן בליק אז מיט עטליכע פראטעסטן אין מאנהעטן און א צאל אייער שיסער קען מען באקומען זאפארט די נויטיגע רעזולטאטן וואלטן מיר היינט נישט געהאלטן דא. אבער ס'איז נאכנישט צו שפעט! לאמיר צוזאמען ארויסגייען אין די גאסן מיט קייטעלעך אויף די ארעמס און פראוועזארישע תפיסות ארום אונזערע פארשמאכטעטע גופים באדעקט מיט זעק פון די רשעות'דיגע ארמיי און אויסשרייען דעם דבר ה' בקול חוצב להבות אש אויף אונזער אידישער מאמע לשון! לאמיר ווייזן פלאקאטן מיט בלוט פארשמירטע שווערדן וואס די רשעים די ציונים שטעכן אריין אין גאנץ כלל ישראל בשעת'ן אראפפירן פון וועג שלומי אמוני ישראל דורכ'ן זיי צווינגען צו גיין ראטעווען דאס לאנד פון די איידעלע אראבישע טעראריסטן וואס זענען משתוקק אז כלל ישראל זאל שוין מקיים זיין די שלוש שבועות! לאמיר ארויסגיין בראש כל חוצות אויסשרייען דעם וויי געשריי וואס רייסט זיך ארויס פון אונזערע אויסגעטרוקנטע העלזער, דערנאך לאמיר טרונקען א גלעזעלע וואסער וואס די עסקנים מיט די ארעם בענדער וועלן אריינגיסן פון א קילער סעלצער באטל בשעת מיר כאפן אן דעם גלעזל מיט ביידע הענט און שטילן דעם דארשט! און ווען אייער דארשט איז געשטילט, לאמיר אלע שרייען צוזאמען, פוי!!!!! און דערביי האט אינזין דאס וואס רבינו הקדוש שרייבט אין ויואל משה, פוי, פוי, ופוי, מעבירין את רוע הגזירה!
דינסטאג יולי 23, 2013 5:25 am#135442
דינסטאג יולי 23, 2013 7:37 am#135445
דינסטאג יולי 23, 2013 8:15 am#135446
די חרידישע חברי בית המינית האבן געריסן קריעה הערנדיג די בשורה רע
דינסטאג יולי 23, 2013 8:18 am#135447
ATUB @יאיר ATUB , נישט אוועקצוקריכן פונעם ענין דא וועל איך דיר ענטפערן אין קורצן.
אין פאקט ווען נישט מ'נעמט געלט פון זיי, און ווען מ'שטעלט נידט ארויס אייגענע דעפאטאטן וואלט די מדינה קיין שליטה נישט געהאט אין די חרידים סיי ביי די תכנית הליבה און סיי יעצט ביי גיוס.
דאס איז א זאך וואס איז געפראווט געווארן ביי אפילו דע וואס נעמען יא און באטייליגן זיך יא ביי די בחירות מיט א חוב קדוש בדחילו ורחימו.
ס'איז א שמועס פאר זיך
דינסטאג יולי 23, 2013 8:35 am#135448
לכאורה אבי גערעדט.

וואס האט נעמען געלט מיט גיוס?

און מיט ליבה קען זיין ביסט גערעכט, אויך נישט זיכער, ווייל זיי ווילען נישט האבן מיליאן מענטשען וואס ווייסען נישט וויאזוי צומאכען פרנסה חוץ דורך שנארען. און ווען קיינער נעמט נישט קיין געלט איז מעגליך אז זיי מאכען א גזירה אז מען מוז לערנען לימודי חול, נישט קיין חילוק צו יא געלט צו נישט.
דינסטאג יולי 23, 2013 9:58 am#135454
לכאורה די איינציגסטע חרדישע סייט, ווי מיטגלידער דריקן אפן ארויס זייער סימפאטיע און שמחה מיט דעם גיוס געזעץ
דינסטאג יולי 23, 2013 10:07 am#135456
סאיז דא ניקס וואס זענען דא נאר מיטען ציל צו שרייבען אזעלכע פאוסטס ווי חסדי ה' און אנדערע דברי כפירה און פארשמירען קאווע שטיבעל אין די אויגען פון נארמאלע חסידישע יודען
ודל
דינסטאג יולי 23, 2013 10:14 am#135458
אונז האמער שוין געזעצען פין דעם בארג סיני, אין יענע געזעץ זאגט אז מען טאר נישט גיין, האסטע געהערט קומען זיך צאם א פאר ליידיגגייער אין מאכען "געזעצען", ווער זענען זיי ?!, וועמען איז עס מחייב ?!, גיי אינפארסיר א געזעץ ווען הונדערט טויזענט בחורים זענען גרייט אויף מסירות נפש,

ס'נארישקייטען זיי קענען נישט איינזעצען הונדערט טויזענט בחורים, ווען די אלע בחורים געבען א שפיי ווערט די גאנצע כנסת דערטראנקען, זייט ווען דערשרעקט מען זיך פין זייערע "געזעצען", יא געזעץ נישט געזעץ, ס'וועט זיי קיין סאך נישט העלפען, ס'איז אבי גערעדט,
דינסטאג יולי 23, 2013 10:30 am#135462
חזקיהו המלך האט געשריבן:אונז האמער שוין געזעצען פין דעם בארג סיני, אין יענע געזעץ זאגט אז מען טאר נישט גיין, האסטע געהערט קומען זיך צאם א פאר ליידיגגייער אין מאכען "געזעצען", ווער זענען זיי ?!, וועמען איז עס מחייב ?!, גיי אינפארסיר א געזעץ ווען הונדערט טויזענט בחורים זענען גרייט אויף מסירות נפש,

ס'נארישקייטען זיי קענען נישט איינזעצען הונדערט טויזענט בחורים, ווען די אלע בחורים געבען א שפיי ווערט די גאנצע כנסת דערטראנקען, זייט ווען דערשרעקט מען זיך פין זייערע "געזעצען", יא געזעץ נישט געזעץ, ס'וועט זיי קיין סאך נישט העלפען, ס'איז אבי גערעדט,



דער פראבלעם איז אז מען האלט נישט ביים שפייען צו פארשוועמען דעם כנסת נאר אדרבה מען לאזט נישט ארויסגיין אין די גאסען מוחה זיין איבער די גזירה ווייל די פאליטישענס ווילען זיך נאך אנפילען די טאשען מיט די געלטער פינעם רעגירונג
דינסטאג יולי 23, 2013 12:02 pm#135485
סתם פאר די פאקט!!!!!!
די געזעץ איז דערווייל נאר אריבער די ערשטע אפשטימונג און עס איז נאך נישט קיין פאקט ביז עס וועט אריבער גיין די צווייטע און דריטע אפשטימונג וואס וועט פארקומען די קומענדיגע ווינטער .
דינסטאג יולי 23, 2013 12:10 pm#135488
Lapid: The Chareidim are Delaying the Arrival of Moshiach
דינסטאג יולי 23, 2013 12:12 pm#135489
פאר די אלע וואס האבן געבעטן אין אישי

ח"כ מאיר פרוש דרייט איבער די כנסת אנטוענדיג קייטלעך אויף די הענט

דינסטאג יולי 23, 2013 12:14 pm#135491
חברי כנסת משה גפני און ישראל אייכלר רייסן קריעה

דינסטאג יולי 23, 2013 12:17 pm#135494
קעגן די נעט האט געשריבן:Lapid: The Chareidim are Delaying the Arrival of Moshiach


דינסטאג יולי 23, 2013 1:04 pm#135507
אבי גערעדט האט געשריבן:לכאורה די איינציגסטע חרדישע סייט, ווי מיטגלידער דריקן אפן ארויס זייער סימפאטיע און שמחה מיט דעם גיוס געזעץ

ווייל דאס איז די איינציגסטע סיייט וואס עס דרייען זיך נאך אפאר נארמאלע חרדים, וואס זענען נאך נישט אינגאנצען מטומטם געווארען פון די ברעין וואשינג וואס די חרדישע פרעסע באגיסט אונז יומם ולילה מיט אזאלעכע זינלאזע טענות ווי גזירות שמד; עקירת הדת; וכו' ווען סך הכל רעדט מען אז בחורים-נאך זיך אנפילן מיט תורה און יראת שמים פאר גאנצע זעקס יאר- זאלן גיין דינען אין מיליטערר פאר צוויי יא אזוי ווי יעדע אנדערע בירגער און לאנד. היה תהיה.
דינסטאג יולי 23, 2013 1:04 pm#135508
חזקיהו המלך האט געשריבן:אונז האמער שוין געזעצען פין דעם בארג סיני, אין יענע געזעץ זאגט אז מען טאר נישט גיין,
Seems you were not there
האסטע געהערט קומען זיך צאם א פאר ליידיגגייער אין מאכען "געזעצען", ווער זענען זיי ?!, וועמען איז עס מחייב ?!, גיי אינפארסיר א געזעץ ווען הונדערט טויזענט בחורים זענען גרייט אויף מסירות נפש,
They are considered the isreali kingdom, whoever doesent listen is mored bemalchut
ס'נארישקייטען זיי קענען נישט איינזעצען הונדערט טויזענט בחורים, ווען די אלע בחורים געבען א שפיי ווערט די גאנצע כנסת דערטראנקען, זייט ווען דערשרעקט מען זיך פין זייערע "געזעצען", יא געזעץ נישט געזעץ, ס'וועט זיי קיין סאך נישט העלפען, ס'איז אבי גערעדט,
They are building a new center part military part jail. and will make sure to make yiddiskeit impossible in jail
דינסטאג יולי 23, 2013 1:17 pm#135513
אינטרעסאנט ווי ערליכע אידן עובדי ה' ולומדי תורה מתוך הדחק זענען מטומטם און געברעינוואשד און מורדי במלכות און האלטן אויף די גאולה;
און די פורקי עול - וועלכע מאכן תפיסות און וועלן זיכער מאכן אז מען קען נישט היטן אידישקייט דארט - און שניידן אראפ בארד און פיאות פון די מיליטער לייט - זיי דארפן מען פאלגן, און אז נישט איז מען א מורד במלכות...
מי ומי ההולכים?
נישטא ווער ס'זאל לאכן.
דינסטאג יולי 23, 2013 1:24 pm#135520
כ'לאך ווי ס'זיצן זיך דא אידן פארשטיפט אין זייער אפיס סיי ווי אין די וועלט און סקריבעלט דא ארום אז מ'דארף גיין, מ'דארף דינען.
האלא! הייב דיך אויף פון דיין זיצער און גיי דינען דיין לאנד! אויב איז דיין חיבת הארץ אזוי טייער, מאך אן עלי' און גיי דינען אין די מיליטער וואס איז דיר אזוי צום הארצן! שרייב נישט ווי קיין צולייגער דא און טוה וואס דו האלסט אז ס'איז ריכטיג און וויכטיג פאר יענעם צו טוהן!
דינסטאג יולי 23, 2013 1:26 pm#135521
דער לפיד רעדט ווי היטלער ,נאו שאלה עבאוט איט.
דינסטאג יולי 23, 2013 1:34 pm#135524
פארוואס רעדט ער ווי היטלער, ער רעדט דברים של טעם אין מיינע אויגן. וואס היטלערסטו ארום?
דינסטאג יולי 23, 2013 1:36 pm#135526
You really think you are going to get a stender in jail for being porek oil hamalchus. you will be given lechem tzar imayim lachatzs
The story with the beard was. he told them he may not cut it. but he doesnt really mind if they do it.
דינסטאג יולי 23, 2013 1:47 pm#135527
שעפטל האט געשריבן:פאר די אלע וואס האבן געבעטן אין אישי

ח"כ מאיר פרוש דרייט איבער די כנסת אנטוענדיג קייטלעך אויף די הענט




ס'איז א שאד פאר די פרומע חכי''ם מיט זייערע מחאות און פארפירעריי האקט אפ מיט די חברה לגמרי וועט זיין שלום ושלוה פאר אידען יעדע גרויסער ציבור קען אומווארפען א מלוכה און געזעץ ווען מען איז לוחם עד הסוף מיט אן אמת אנע פשרות
דינסטאג יוני 13, 2017 1:43 pm#374894
לא הבנתי.

דער מדינה 'וויל' מאדערניזירען דער חרדישע ציבור, נו נו. און צו דעם האט מען אלץ גע'ענטפערט אז דער לעזונג איז ישיבות און לימוד התורה בכללותה. וואס האט זיך יעצט געטוישט? וואס איז די נושא? וואס האב איך צוגעשטעלט נישט ריכטיג?
דינסטאג יוני 13, 2017 2:02 pm#374897
עפעס פארשטייען מיר זיך נישט דא.

די מעשה וואס דו ברענגסט פון סאטמער רב ז"ל, איז פארגעקומען אין א צייט ווען די רעגירונג האט נישט גענוצט די מיליטער אויף צו 'טוישן' די צורה פונעם חרידישן אידענטום, אוודאי האבן זיי אונז קיינמאל ליעב געהאט, אבער זיי האבן נישט פרובירט צו סיסטעמאטיש טוישן דעם ציבור. כהיום יום זאגן זיי קלאר אז ווילן נוצן די מיליטער אלץ שמעלץ טאפ אויף צו 'טוישן' דעם ציבור, און אויף דעם דארף מען יא שטעלן א ווידערשטאנד (עכ"פ תלוי בדיעות גדולי זמנינו)
מיטוואך יוני 14, 2017 1:26 pm#375062
איך האב טאקע נישט פארשטאנען דיין כוונה.

איך מיין נישט אז דאס איז א ראיה. מ'קען קיינמאל נישט ברענגען פון איין פאל צו א צווייטען. איך האב נאר געוואלט ווייזען אז ביים סאטמארער רב איז דאס אויך געווען א ווירדע, דאס נישט רייצען די ציונים צו פיהל און פראבירען שטילעהייט, יעדעס מאל כפי הענין.
פרייטאג יוני 16, 2017 12:04 pm#375480
א מאמר אויף דער פייט אין א"י.
זונטאג יוני 18, 2017 3:58 am#375570
יעקב מענטש האט געשריבן:עפעס פארשטייען מיר זיך נישט דא.

די מעשה וואס דו ברענגסט פון סאטמער רב ז"ל, איז פארגעקומען אין א צייט ווען די רעגירונג האט נישט גענוצט די מיליטער אויף צו 'טוישן' די צורה פונעם חרידישן אידענטום, אוודאי האבן זיי אונז קיינמאל ליעב געהאט, אבער זיי האבן נישט פרובירט צו סיסטעמאטיש טוישן דעם ציבור. כהיום יום זאגן זיי קלאר אז ווילן נוצן די מיליטער אלץ שמעלץ טאפ אויף צו 'טוישן' דעם ציבור, און אויף דעם דארף מען יא שטעלן א ווידערשטאנד (עכ"פ תלוי בדיעות גדולי זמנינו)

האסט א באווייז אז ס'אנדערש היינט פון אמאל?
זונטאג יוני 18, 2017 9:46 am#375587
א קליפ פון 'נטרונא'
מייסטערהאפטיגע קליפ


נטרונא ארגענעזאציע, אין א פראפעסיאנאלע פרעזענטאציע, "פארוואס אידן ווילן נישט דינען אין מיליטער."

אין ליכט פון די אנגייענדע קאנטערווערסיע ארום דעם חוק הגיוס אין ארץ ישראל, האט די "נטרונא" ארגאניזאציע פארעפענטליכט א פראפעסיאנאל רעדאקטירטע פרעזענטאציע געצילט צו ערקלערן פאר די וועלט פארוואס חרדי'שע אידן אין ארץ ישראל וועלן קיינמאל נישט מסכים צו זיין צו דינען אין דעם מיליטער, און וואס איז די סיבה פון די גרויסע קאמף דערקעגן.

די ווידיאו ערקלערט אויף א לייכטע און פארשטענדליכע מהלך, באגלייט מיט ציטאטן פון די מדינה פירער, אז דער ציל פון די מיליטער דינט אלס "שמעלץ – טאפ" צו מחנך זיין דעם יונגען דור אויף פריקת עול און כפירה.

עס צייגט אויף אז דער געזעץ איז א שארפע פארלעצונג קעגן די רעכטן פון פרומע אידן אין ארץ ישראל, און איז א קלארע פארזעצונג פון די שנאה דורך די מדינה פירער קעגן פרומע אידן, מיט'ן ציל צו טוישן די צורה פון יהדות החרדית, איינמאל פאר אלעמאל.

די פרעזענטאציע לייגט אויך א באזונדערן געוויכט צו מפרסם זיין די רדיפת הדת אין ארץ ישראל, מיט לעבעדיגע סצענעס פון די פאליציי ברוטאליטעטן קעגן פרומע אידן, מיט דער האפענונג אז דאס וועט עטוואס צוימען די בארבארישע באהאנדלונגען דורך די ארטיגע אינסטאנצן ווען עס האנדלט זיך פון אידן שומרי תורה ומצות.
זונטאג יוני 18, 2017 9:58 am#375591
סנישדא ווער זאל זיך אננעמען פארן איד, ק"ו א פרומער "טוב שבגויים ה..."
דער עיקר ווי קען מען שיקן דע טשעקס
זונטאג יוני 18, 2017 12:10 pm#375606
diff האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:עפעס פארשטייען מיר זיך נישט דא.

די מעשה וואס דו ברענגסט פון סאטמער רב ז"ל, איז פארגעקומען אין א צייט ווען די רעגירונג האט נישט גענוצט די מיליטער אויף צו 'טוישן' די צורה פונעם חרידישן אידענטום, אוודאי האבן זיי אונז קיינמאל ליעב געהאט, אבער זיי האבן נישט פרובירט צו סיסטעמאטיש טוישן דעם ציבור. כהיום יום זאגן זיי קלאר אז ווילן נוצן די מיליטער אלץ שמעלץ טאפ אויף צו 'טוישן' דעם ציבור, און אויף דעם דארף מען יא שטעלן א ווידערשטאנד (עכ"פ תלוי בדיעות גדולי זמנינו)

האסט א באווייז אז ס'אנדערש היינט פון אמאל?

יא ס'איז דא אסאך באווייזן, ס'אחז אבער צו לאנג פאר מיר יעצט איבערצוגיין אלע פונקטן.

איך וועל מיך באגענוגען מיט דעם וואס 'זיי' אליינס זאגן אזוי.
זונטאג יוני 18, 2017 12:44 pm#375608
זיי האבן דאס געזאגט אמאל, נישט היינט
סאיז דער פאלק וואס פארלאנגט שיוויון מיטן וויילן לפיד ועוד
זונטאג יוני 18, 2017 4:50 pm#375630
diff האט געשריבן:זיי האבן דאס געזאגט אמאל, נישט היינט
סאיז דער פאלק וואס פארלאנגט שיוויון מיטן וויילן לפיד ועוד

איך האב נישט יעצט קיין געדולד, אויב דו האסט נערוון צו לעזן דעם קונטרס, און אפפרעגן וואס דו קלערסט אז ס'איז פאלש, איך בין גרייט צו הערן.
זונטאג יוני 18, 2017 6:35 pm#375660
סקוקט מיר אויס מוויל בעיקר די פרומע זאלן מאכן ביזנעס ווי אלע, רבינו האט אויך דאס געוואלט
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:16 pm#386635
ישראבלאף
די ליצנות איז גרויס,
מען באריכטעט מיט די שארפסטע טערמינען אויף ערנסטע הפגנות קעגן ארעסטירן אומשולדיגע בחורי חמד וואס זייער איינציגע חטא איז לימוד התורה און נישט גיין אין מיליטער, אבער אביסל שפעטער אינעם רעפארט ווערט פארציילט לפי תומם וויאזוי זיי זענען געכאפט געווארן, אין א קאר פארנדיג פארוויילן ביי ים המלח.
m http://m.ch10.co.il/news/397561/#.WeUAHp8pDqA m

#_באפקעס...
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:44 pm#386636
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
יעצט איז דאך בין הזמנים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:52 pm#386637
און אז מען כאפט זיך ארויס פון ביהמ''ד פאר א טאג צוויי מיינט עס אז מ'דארף אויפגעבן די גאנצע תורה?
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 4:19 pm#386640
ריכטיג, אבער ווען מען ארעסטירט איינעם נעבן ים המלח איז זייער חטא נישט לימוד התורה, והבן.
מאנטאג אקטאבער 16, 2017 7:20 pm#386663
אינטרעסאנט. זיי ווייסען אז ווען א בחור פארט כאפן א טבילה אין ים המלח איז א סימן אז ס'פעלט עם אין לימוד התורה...
דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 4:32 pm#387101
m https://www.yahoo.com/news/hardline-rel ... 12265.html m

די קאמענטס דארט זענען געפערלעך, אונז זענען אזוי באשטינקען.
מאנטאג אקטאבער 23, 2017 1:54 am#387329
Re: גיוס בני ישיבות -ליידער- שוין א פאקט, א געזעץ!
m http://m.ch10.co.il/news/398623/ m
די משטרה טויגט אויך...
מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 9:48 am#389070
C/P דער איד
רמלה – א ריכטער אין ציווילן בירגער-געריכט אין רמלה, מדינת ישראל, האט נעכטן ארויפגעלייגט א פרעצעדענטלאזן קנס פון 600,000 שקלים לטובת דעם חרד"ק יהודה גליקמאן, געוועזענער סגן מפקד ממ"ח – מדור בני הישיבות תל השומר, וואס האט גע'טענה'ט אז ער האט געליטן רדיפות אלס רעזולטאט פון אקטיוויטעטן דורך ערליכע עסקנים פון די ליטווישע קרייזן, און מיט דעם פרובירט דאס געריכט אפצושרעקן דעם ערליכן אידנטום אין דער מלחמה קעגן גזירת הגיוס.

נאך א דיון פון 10 שעה אין געריכט פאריגן דאנערשטאג וירא, איז נעכטן אווענט ארויסגעגעבן געווארן דער אורטייל אז דער חשוב'ער עסקן הרב יחיאל בלויא הי"ו, רעדאקטאר פון 'קו הגנה' טעלעפאן ליניע קעגן גזירת הגיוס, דארף באצאלן 100,000 שקלים פאר'ן פארשעמען דעם גליקמאן אויפ'ן טעלעפאן ליין, און די צוויי אנדערע חשוב'ע עסקנים - הרב שלמה פיין הי"ו, מנהל ת"ת נפש החיים עטה"ק און הרב יונה מערצבאך שליט"א, חבר הועדה להצלת עולם התורה - דארפן באצאלן יעדער באזונדער 200,000 שקלים פאר'ן פובליצירן דאס ביכל 'הציידים', וואו ס'איז פארעפנטליכט געווארן דער נאמען און די פרטים פונעם חרד"ק גליקמאן, אין צוגאב דארפן די עסקנים באצאלן נאך ארום 100,000 שקל פאר די אויסגאבן וואס ס'האט געקאסט פאר גליקמאן דער משפט און די לאיערס (ווידער פאר'ן עסקן הרב שלמה פיין הי"ו דארף גליקמאן באצאלן ארום 15,000 שקלים וויפיל ס'האט אים געקאסט דער לאיער).

דער ריכטער האט זיך פארלאזט אויף די עדות פון גליקמאן כמעט מיט פארמאכטע אויגן, און עס דראעט אצינד א גרויסע סכנה אז אויך די אלע איבער 50 נעמען וועלכע ווערן דערמאנט אינעם ביכל הציידים וועלן פאדערן די חשוב'ע עסקנים אייניגע סומעס.
מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:45 pm#389097
בעריש גראס לאנדאן צאלט עס
מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 2:49 pm#389098
סאטמאר וועט נישט נעמען קיין געלט פון די מדינה אבער וועלן געבן וויפיהל ס׳לאט זיך...
מאנטאג נאוועמבער 13, 2017 3:28 pm#389104
די פלג נעמט פין מדינה