Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » ספרים און ביכער » איך זוך א בוך אויף דעם נושא

איך זוך א בוך אויף דעם נושא

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
32 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 36 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4354
דאנערשטאג יולי 25, 2013 9:59 am#136145
איך זוך א בוך אויף דעם נושא
דער אשכול איז מיט'ן כוונה אז ווען מען זוכט עפעס א בוך איבער א געוויסע נושא זאל מען עס קענען אריינשרייבן דא.

וזה החלי.

איך זוך א אידישע בוך וואס זאל מיך אראפלייגן די פארשידענע ווינטן אין אייראפע פון נאך די אינדאסטריע רעוואלוציע, אלע אדער א טייל. די נאפאלעאן מלחמה וכדומה.

בשעת הדחק קען עס זיין אויף לשה"ק אויך.

איז דא אזא בוך?
דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:01 am#136146
בשעת הדחק זה ביהכ"ס?
דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:13 am#136152
שלום עליכם שלמהלע

איך זעה סאיז דא א פלוס פון נייע ניק׳ס און איך ראט אייך אלע איר זאלט קודם נעמען אביסל שימוש, און נישט אז די ערשטע תגובה זאל זיין א אשכול אן קיין שום אינפארמאציע, פלעין א שאלה, פיר האלבע שורות (בערך..), און אינעם פאלשן פארום... פליז דעיס קען רואיג אריינגיין אין ״זאכן וואס איך וויל וויסן״ אשכול, סאיז סתם א קרענק צו עפענען אן אשכול וואס איז ליידיג און נעמט פלעין אראפ אנדערע גוטע אשכולות פונעם פראנט פעידזש.

איימסארי פאר אזא נעגאטיוון וועלקאם! מאכט אייך באקוועם.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:20 am#136158
היות איך האב נישט קיין לעגאלע בעלות אויף דעם אשכול איז יעדער וואס איז אנטי "אשכולות-אן-רעאקציעס" ערלויבט אנצופילן דעם אשכול מיט פראגעס און קאמענטארן וואס ענטפערן בכלל נישט מיין פראגע.

און די אלע וואס האבן א ענטפער אויף מיין פראגע זאלן זיך ביטע נישט צוריקהאלטן, טראץ זייער ענטפער וועט זיך געפונען שווימענדיג אין כוואליעס כגאלד פיש אחת בין שבעים ים לייבן.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:30 am#136168

וויאזוי אן אשכול דארף געעפנט ווערן
א) דער פותח פון א נייעם אשכול מוז שרייבן עטליכע שורות און ערקלערן פון וואס ער וויל רעדן, און זאל פאקטיש רעדן דערפון. בלויז א לינק איז נישט גענוג. לכתחילה זאל דער פותח עפעס מחדש זיין, צולייגן א ידיעה וכדומה.
ב) קאפירן טעקסט פון אן אנדערן וועבסייט איז נישט ערלויבט, נאר אויב 1) מ'גיט אן דעם מקור, און 2) מ'לייגט אליין עפעס צו.
ג) א נייער אשכול דארף פלאצירט ווערן אין דעם ריכטיגן פארום.
ד) א נייער אשכול דארף זיין קלאר געשריבן. אן אשכול וואס עס איז נישט קלאר וואס דער פותח וויל דערמיט האט שאנסן אפגעשפארט צו ווערן.
סוף דבר: עפענען אן אשכול פארלאנגט כאטש עטליכע מינוט מחשבה. טראכט וואס איר גייט שרייבן, צי פעלט טאקע אויס נאך אן אשכול, אדער קען דאס אריינגיין ערגעץ אנדערש? סתם אריינפעיסטן אן ארטיקל פון ערגעץ אנדערש אן נעמען די מי צוצולייגן עטליכע ווערטער האט נישט קיין פשט. אויב לייגט מען גארנישט צו האט מען דאך געקענט לייגן בלויז א לינק צו דעם ארטיקל אין דעם "אינטערעסאנטע לינקס" אשכול. צום ביישפיל, אן אשכול וואס קוקט אויס אזוי וועט אפגעשפארט ווערן: "ראמני האט פארלוירן די וואלן, נאכ'ן זיין פארנומען מיט זיין קאמפיין פאר זעקס יאר. וואס מיינט איר וועט ער יעצט טון?"
איינער וואס וועט אנגיין מיט כסדר עפענען אומפאסיגע אשכולות וועט פארלירן די רעכטן צו עפענען אשכולות.
דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:31 pm#136244
גיי צו אידישבוקסענטער.קאם וועסטו טרעפן א געוואלד.

און לאליפאפ, איך ווייס נישט וואס דו פארפירסט. ער וויל מייחד זייין א אשכול אויף דעם צוועק, אז ווען איינער זוכט א ספעציפישן ביכל זאל מען אים דאס צואווייזן. (כאטשיק איך אליין האב נישט אזוי געטון, נאר געגעבן א כלליות'דיגער מראה מקום, דאס איז נאר ווייל איך בין פויל צו גיין זוכן, זאל ער אליינס גיין. אבער בעצם דער אשכול איז מיוחד פאר דעם).
פרייטאג יולי 26, 2013 10:08 am#136487
יישר כח דעת תורה.

א מין מישמאש דארט ביי די ביכל צענטער. רוב דערפון איז אנגעפיקעוועט מיט השקפות און דעות מיטן פולסטן אמאליגן צוריקגעשטאנענקייט, אבער איך בין ארויסגעקומען מיט א ביכל צוויי וואס וועט מיר לכאורה שטארק העלפן.

יישר כח נאכאמאל.
פרייטאג יולי 26, 2013 11:44 am#136517
I'm looking for a book on "how to motivate employees", i know there is ton out there with all kind of approaches, so please only recommend your own recommendation


A very useful eshkol! thanks shloimele and welcome to k"s
פרייטאג יולי 26, 2013 1:52 pm#136549
איך האב קיינעם נישט פארפירט @ דעת תורה!
בד״וו אפילו טאמער יא איז עס אראפגעדראפט אין קאווע שטיבל נישט אין ספרים און ביכער, און איך האב פיינט ווען נייע ניק׳ס צופאטשקענען דעם שיינעם סדר... דעטס אלל! נאו אפפענס
פרייטאג יולי 26, 2013 1:55 pm#136550
יעצט באמערק איך אז שלמה׳לע האט רעדאגירט זיין ערשטע תגובה אינעם אשכול און מיינע תגובות קוקן שוין אויס פאני נאכדעם... אבער אפשר זאלן עס די גבאים אריינרוקן צו ׳ספרים און ביכער׳
פרייטאג יולי 26, 2013 3:22 pm#136563
כדעת תורה ועוד. דער אשכול קען זיין זייער אינפארמאטיוו און נוצבאר.
זאכן וואס איך וויל וויסן אשכול איז זייער א גרויסן אשכול, און ס'איז ממש געמאכט פאר קשיות סתם.
יעדער נושא וואס קען קריגן א באזונדערע אפהאנדלונג, פארדינט זיך א פרישן אשכול.

ס'אחוץ פון דעם ווואס שלמה'לע קוקט בכלל נישט אויס צו זיין א ניק געטריבן מיט לויטער צימיסטישע אגענדעס.
שלמה'לע איז אריינגעקומען דא אלס א פרישן מיטדגליד צו פארברענגן אינעם רואיגן ווינקל.

קען טאקע זיין אבער, אז דער עצם אשכול באלאנגט אינעם ספרים ביכער פארום.
פרייטאג יולי 26, 2013 3:49 pm#136566
צעקת בני השטיבל הגיע לאזני, און כ'האב עס אריבערגעפירט צום פאסיגן קאטעגאריע.
זונטאג יולי 28, 2013 10:20 pm#136891
DotCom האט געשריבן:I'm looking for a book on "how to motivate employees", i know there is ton out there with all kind of approaches, so please only recommend your own recommendation


A very useful eshkol! thanks shloimele and welcome to k"s

איך וואלט דיר מייעץ געווען צו ליינען דעם טעקסט בוך (organizational behavior (robbins and judge 13th edition עס איז איינע פון די אפיציעלע טעקסט בוך -אויף אלעס ארום מאטאוואציע פאר ארבייטער- וואס מען לערנט אין קאלעדזש, עס איז זייער שיין באשריבן מיט משלים און הסברים מעשיות און פאקטן אויף יעדע זאך "און בעיקר אלע לעצטע שטודיעס וואס ארבעט יא און וואס ארבעט נישט און וואו און ווען עס ארבעט. בפרט טשעפטער 6 און 7. אז איר וועט ליינען דעם גאנצן בוך וועט עס אייך צוגעבן א ים מיט ידיעות און טאקטיקן (און אויב איר קענט זיך פארהערן דערויפ קענט איר באקומען דריי קאלעדזש קרעדיטס אויך).
מאנטאג יולי 29, 2013 10:30 am#137033
שלמהלע האט געשריבן:דער אשכול איז מיט'ן כוונה אז ווען מען זוכט עפעס א בוך איבער א געוויסע נושא זאל מען עס קענען אריינשרייבן דא.

וזה החלי.

איך זוך א אידישע בוך וואס זאל מיך אראפלייגן די פארשידענע ווינטן אין אייראפע פון נאך די אינדאסטריע רעוואלוציע, אלע אדער א טייל. די נאפאלעאן מלחמה וכדומה.

בשעת הדחק קען עס זיין אויף לשה"ק אויך.

איז דא אזא בוך?

קלמן שולמאן'ס ביכער . וואס דיא גאנצע וולאזינער ישיבה האט שטודירט
זונטאג אוגוסט 04, 2013 11:30 pm#138495
האט איימער געליינט how to stop worrying and start living פון דעיל קארניגי?
אחז עס צים זאך ?.אזוי גוט ווי זיין how to win friends?
מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:12 am#138537
נולד מאוחר האט געשריבן:האט איימער געליינט how to stop worrying and start living פון דעיל קארניגי?
אחז עס צים זאך ?.אזוי גוט ווי זיין how to win friends?


איך האב עס געליינט פאר א שטיק צייט צוריק. כ'האב זייער הנאה געהאט דערפון (פון מיר איז אבער נישט קיין ראיה ווייל איך האב געליינט - און איך ליין נאך אלץ - גאר אסאך self help ביכער) . עס איז כשמו כן הוא.

עס איז אבער נישט קיין פארגלייך צו זיין אנדערע בוך וואס איז די שו"ע פון רילעישאנשיפס, people skills, און סאשעלייזינג סקילס.
מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:18 am#138541
פון זיין אנדערע ביכער פיפעל און סאשעלייזינק סקילס האב איך ניטאמאל געוויסט שכוח
כזע נישט די ביכער דא
מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:21 am#138542
נולד מאוחר האט געשריבן:פון זיין אנדערע ביכער פיפעל און סאשעלייזינק סקילס האב איך ניטאמאל געוויסט שכוח


איך רעד פון זיין בוך "how to win friends and influence people".
מאנטאג אוגוסט 05, 2013 12:23 am#138543
אה כאב פארשטאנן מאוחר
זונטאג מערץ 30, 2014 10:49 pm#193673
רבינו בחײ טרענסלעיטעד
איך זיך דעם ספר רבינו בחײ אין ענגליש בלית ברירה אין לה׳ק. איך בין ארײן אין עטליכע ספרים סטארס פרעגן אויב ס׳איז בכלל פארהאן
אזאנס און זײ זאגן אז עפעס דעמאנען זײ זיך אז ס׳איז דא אבער זײ האבן מיר נישט געקענט העלפן. איז װײסט אײנער אפשר אויב
ס׳איז דא בכלל און װי איך קען גײן/זוכן? תודה למפרע
זונטאג אפריל 07, 2019 12:20 pm#427999
ATUB @petergrifin ATUB
א גוגל זוך האט מיר געטראפען אזא טרענזלאציע אויף אמאזאן, אבער איין ריוויוער באקלאגט זיך אויף פילע אומפונקליכקייטן און טעותים, ווי עס קוקט אויס פון דעם ריוויוער האבן זיי אריינגעלייגט א טיילווייזע ליסטע פון קארעקציעס סוף פונם זיבעטען באנד:
Torah Commentary: Midrash Rabbeinu Bachya, 7 volume set m https://www.amazon.com/dp/9657108454 m
זונטאג אפריל 07, 2019 8:47 pm#428027
איך זיך רב קוק אורות אויף ענגליש. נישט ווארט פאר ווארט נאר אזא טראנסלאציע ווי הרב מארק שפירא האט פון צייט צו צייט אויך קליינע שטיקלעך. אורות אדער סיי וועלכע פון רב קוקס ספרים.
זונטאג אפריל 07, 2019 9:39 pm#428030
Re: איך זוך א בוך אויף דעם נושא
זוך אויף פון הרב בצלאל נאור. איך מיין ער טייטשט איבער די זאכעו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מאי 19, 2019 3:07 pm#430756
איז דא ביכער פון נ''ך געשריבן אזויווי א מעשה, אין ענגליש?
(ווען איך זאג ''ווי א מעשה'', מיין איך צו זאגן 'נישט' בלויז טייטש...)
זונטאג מאי 19, 2019 3:11 pm#430757
The family medrash says
זונטאג מאי 19, 2019 4:39 pm#430769
Re: איך זוך א בוך אויף דעם נושא
פון ראביי דזשוראוועל איז אויך דא. ער איז דער גרעסטע מרביץ צורה צו קינדער ריז די ענגליש רעדענדיגע וועלט, און אינדערויסן ווייסט מען בכלל נישט פון איהם צו זאגען. איידער מיין קינדער זענען געווען גענוג אלט איהם אויסצוהערן, האב איך פון דער מענטש נישט געהערט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זונטאג מאי 19, 2019 5:07 pm#430777
ס'זענען אויך דא עלטערע און נישט חרדי'שע ביכער:

Three Kings by Hyman E. Goldin, Hebrew Publishing Company, NY, 1929
Children's History of Israel (3 vols.) by Sulamith Ish-Kishor, Hebrew Publishing Co. republished 1960
זונטאג מאי 19, 2019 9:28 pm#430782
אפשר נישט ממש דאס אבער דאך עפעס מענין לענין באותו ענין, ילקוט מעם לועז אין ענגליש:
Torah Anthology - 45 Volume Complete Set of Torah Anthology
m https://www.amazon.com/dp/B008MQQJI6 m

איך זעלבסט האב עס נאכנישט געליינט אבער כ׳געדענק ווי מיין מוטער זז״ג פלעגט עס תמיד ליינען און דערנאך באהאלטען פון מיינע געשוויסטער, מסתמא צוליב די גראפישע חלקים אין פרשת חוקת בלק ציוואס ;)

אזוי גוגלענדיג פאר די ענגלישע טראנזילאציע זע איך אז דער ספר האט אפילו א וויקי בלאט און אז ס׳איז ארגינעל געשריבען געווארן אין לאדינא
m https://en.wikipedia.org/wiki/Me'am_Lo'ez m
מאנטאג מאי 20, 2019 11:01 am#430804
פליישיג האט געשריבן:איז דא ביכער פון נ''ך געשריבן אזויווי א מעשה, אין ענגליש?
(ווען איך זאג ''ווי א מעשה'', מיין איך צו זאגן 'נישט' בלויז טייטש...)


עס זענען דא א סאך. די ביכער פון ראביי יונתן קירש זענען העכסט אינטערעסאנט. ער פארציילט די מעשיות פון א טעאלאגישע/פילאזאפישע שטאנדפונקט. פאר א מער ארטעדאקסישע אבער העכסט ציענדע approach, ליין די ביכער פון הרב דוד פורמאן. אויך איז גאר אינטערעסאנט זיינע אנימעיטעד ווידיאוס אויף זיין אלפא ביתא וועבזייטל. ווען איך וועל מיר דערמאנען נאך וועל איך פאוסטן.



.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 4:45 pm#441214
י. קאפעליעוו 'אמאל איז געווען'
איך זיך א בוך דורך י. קאפעליעוו מיטן נאמען 'אמאל איז געווען' דארף זיין געדריקט בערך אום 1930.

די ידיעה איבער דעם בוך נעם איך פון די לייברערי, יארע 1930 יום ראשון ינואר 5.

סיי וועלעכע ידיעה איז הילפבאר.
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 5:05 pm#441217
דאנערשטאג יאנואר 09, 2020 5:34 pm#441221
קורקלענד האט געשריבן:מעגליך דא?


יאפ! דאס איז עס! שנעלער ווי איך האב מיר געראכטן.

ישר כח.