דינסטאג יולי 30, 2013 8:55 pm#137340
ר' נתן לעווין: איך שטיץ דעם קאנסענט פאר מציצה בפה
בארימטער אדוואקאט נתן לעווין דרוקט אויס שטיצע פאר קאנסענט געזעץ פאר מציצה בפה
טייל ערליכע אידן איבער די וועלט האבן מיט פרייד אויפגענומען די בשורה אז דער בארימטער היימישער אדוואקאט ר' נתן לעווין נ"י האט אין א אינטערוויו געזאגט אז ער שטיצט די באשלוס פון די סיטי אף ניו יארק וואס פארלאנגט אז עלטערן זאלן אונטערשרייבן א קאנסענט צעטל פאר'ן לאזן דעם מוהל מאכן אויף זייער פריש-געבוירענע בעיבי די פראצעדור פון מציצה בפה.
ווי באקאנט האבן חז"ל גאר שטארק וויכטיג געהאלטן דעם מצות עשה דאורייתא פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, און האבן באפוילן אז אפילו אום שב"ק מוז מען טוהן אלעס וואס פעלט אויס פאר א פריש גע'מל'עטע בעיבי, אז דער וואונד פון די מילה זאל זיך גוט פארהיילן. די וואס ווילן נאכפאלגן די מסורה פון חז"ל שטייען אבער היינט אויס צו געפערליכע נסיונות דורך די וועלכע ווילן איגנארירן פסקים פון די סאמע גדולי ישראל ווי מרן בעל חתם סופר זצוק"ל, און פארארבייטן מעשים אז מ'זאל ביי א ברית מאכן מציצה מיט דעם מויל דייקא, א זאך וואס היינטיגע שטודיעס באשטעטיגן אז עס קען חלילה אומברענגען דעם קינד.
ר' נתן לעווין איז בארימט מיט זיינע פילע טעטיגקייטן פאר אחב"י, און איז אין די פארגאנגענהייט שטארק אויסגעלויבט געווארן דורך אלע עסקנים פאר זיין איבערגעגעבענקייט לטובת ר' שלום רובאשקין נ"י. די עמי מאגאזין האט אים פאריאר אויסגעקליבן ווי זייער "מאן פון יאר", און דער שטערן האט געהאט א לענגערע אינטערוויו מיט אים, און האט ברייט אויסגעשמועסט זיינע פילע פעולות לטובת אחב"י.
יעצט קען מען מיט גאלדענע אותיות צושרייבן נאר א בלעטל צו ר' נתן'ס רייכע היסטאריע, ווי ער האט נישט געוואלט אננעמען צו זיין דער אדוואקאט פאר די צד זיך צו שלאגן מיט די געזעץ, און האט זיך אפען ארויסגעשטעלט לטובת טייל אידן וואס שטיצן די געזעץ וואס פארלאנגט א קאנסענט צעטל.
עס איז צו האפן אז דער געזעץ וועט ווייטער זיך נישט אנשטויסן אין קיין שטרויכלונגען, און מיר זאלן ווייטער קענען זיין עהרליכע אידן אין די געבענטשטע אמעריקע, געזונטערהייט און פרייליכערהייט עד ביאת הגואל בב"א.