Under maintenance
הויפט זייט » טייטלבוים איז א סימבאל אדער א סגולה?

טייטלבוים איז א סימבאל אדער א סגולה?

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4423
זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:53 pm#138274
טייטלבוים איז א סימבאל אדער א סגולה?
ווען איך גיי נאר ערגעץ, ווי סאטמאר האט אראפגעלייגט א פיס, זע איך א פיקטשער פון א טייטלבוים.
אויפן ארון הקודש, אויפן מודעה צעטיל, אויפן רבינס הויז, אויפן שוהל פארענט, און נאך מער פון אלעס, ווען ס'קומט פאר א מסע גדול, זעט מען אין אלע גאסן פלאטערן די טאוועלען, ווען א טייטלבוים שטעקט זיך ארויס מיט גאווה, פונעם צעטיל.
ווי איינער וויל דא עפעס צייגן מיט טייטלבוים.
איז דער טייטלבוים געווארן א סימבאל, ווייל סאטמארע רבי הייסט טייטלבוים?
הייסט עס, טאמער וואלט ער געהייסן קאטץ, אדער קנאבלעך, אדער שטויבער, וואלט מען דאס געלייגט אלץ קרוין???
זונטאג אוגוסט 04, 2013 2:55 pm#138275
טאמער וואלט ער געהייסן כ"ץ וואלט מען אפשר געקענט לייגן א בילד פון א כהן גדול. וואס איז א שטויבער? וואס קען מען לייגן ביי שטויבער
זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:02 pm#138277
מכל מלמדי השכלתי. די ציונים לייגן אויך זייער טריפה'נע מגן דוד איבעראל.
אינטערסאנט אז סאטמאר האט נאך נישט קיין קייטל מיט א טייטלבוים.

בד"וו, כ'מיין אז די פרעים ארום די לייסענסט פלעיט אויף די קאר פון איינע פון די אדמורי סאטמאר, האבן אויך די סימבאל.

די וועלט פארציילט, ווער ס'געדענקט, ווען האדמו"ר מצימעס, ר' זלמן לייב, האט חתונה געמאכט אלץ "וויליאמסבורגע רב" האבן די געטרייע חסידים אויפגעבויט גרויסע טייטלביימער פון לעקטער, אויף די חצר הקודש ראסס סטריט. די ווינע רב וואס האט אויך חתונה געמאכט יענע וואך איז געקומען צו לויפן, און געבעטן מ'זאל דאס אראפנעמען, אויס מורא אז זיינע חסידים וועלן לייגן גרויסע קעץ פון לעמפלעך.
זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:05 pm#138280
זר זהב האט געשריבן:טאמער וואלט ער געהייסן כ"ץ וואלט מען אפשר געקענט לייגן א בילד פון א כהן גדול. וואס איז א שטויבער? וואס קען מען לייגן ביי שטויבער

ביי שטויבער קען מען לייגן שטויב
און ביי קאץ א שווארצע קאץ. די קשיה איז נישט דאס, די קשיה איז, וואס דארף מיינען א טייטלבוים, ר' מרדכי דוד אונגאר לייגט א איגערקע.. צו א בילד פון שטאט אונגארן?
האלבערשטאם לייגן א האלבע שטאם? וואס א שייכות האט עס מיט סאטמאר ווייל זיין עלטער באבע האט ליגט געהאט פייגן מיט טייטלען
זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:08 pm#138281
ניין ווייל א אוגערקע מאכט נישט סענס. משא"כ א בוים איז א סימבאל אין חז"ל, צדיר כתמר יפרח, און נאך און נאך
זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:08 pm#138282
קאווע טרינקער האט געשריבן:מכל מלמדי השכלתי. די ציונים לייגן אויך זייער טריפה'נע מגן דוד איבעראל.

דער 'מגן דוד' איז נישט טרייף! קען זיין זייער פאהן איז טרייף.
דער מגן דוד איז א הייליגע סימבאל פון דוד המלך ע''ה, און טאמער איז אין סאטמאר דער מגן דוד טרייף, איז דער כותל אויך א מקום.. טית חס ושלום
זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:10 pm#138284
זר זהב האט געשריבן:ניין ווייל א אוגערקע מאכט נישט סענס. משא"כ א בוים איז א סימבאל אין חז"ל, פרי צדיק עץ חיים, און נאך און נאך

ווייל זיין לעצטע נאמען - וואס האט נישט קיין שום קדושה, איז טייטלבוים, איז עס א צייכן אויף פרי עץ חיים? און ס'ווערט א סימבאל אויף זיין קאפ?
אפשר לייגט מען א ווייסע פאן אויף ר' טובי' ווייס'ס הויז? ווייס איז אויך א פסוק ...
זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:11 pm#138285
צו זיין מזל האט ער א שיינע נאמען. צדיק כתמר יפרח. ס'נישט א סימבאל און סמיינט גארנישט. ס'סתם שיין
זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:18 pm#138288
מנשה, אויב "לעצטע" נאמען מיינט גארנישט, דאן טויש צוריק צו דיין אלטע.
זונטאג אוגוסט 04, 2013 3:32 pm#138290
כ'מיין ס'גרעניצט זיך מיט עבודה זרה, צו לייגן אויפן ארון הקודש א טייטלבוים, ווייל דער רב הייסט אזוי אויפן לעצטע נאמען
זונטאג אוגוסט 04, 2013 4:10 pm#138299
מנשה לוסטיג האט געשריבן:כ'מיין ס'גרעניצט זיך מיט עבודה זרה, צו לייגן אויפן ארון הקודש א טייטלבוים, ווייל דער רב הייסט אזוי אויפן לעצטע נאמען


האבן די מנהלים ווערעפייט אז מנשה ליסטיג דידן איז מנשה ליסטיג ד׳סקווערע?
עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז א סקווערער זאל האבן א חשש ע״ז ווען מען רעדט עניטינג פון רבי׳ס..
זונטאג אוגוסט 04, 2013 5:17 pm#138314
אין יעדע ריכטיגע חסידות, ווייסט מען, אז א צדיק איז קדוש בקדושת השם, ס'דא דערויף גאנצע שטיקער מאור עינים, חסידישע מאמרים און סיפורים, און אויך מאמרי חז''ל.
אבער אין סאטמאר, די רויעך מאשין, וואס פארדאמט יעדע רבי און חסידות, זיי זאלן טוהן אזאנס? דאס איז די פראגע, לשיטתם איז די פראגע, און טול דקל מבין עיניך.
זונטאג אוגוסט 04, 2013 5:45 pm#138316
.
זונטאג אוגוסט 04, 2013 5:50 pm#138317
אוודאי נישט, ווייל ס'קומט נישט אריין
זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:06 pm#138336
מנשה לוסטיג האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:מכל מלמדי השכלתי. די ציונים לייגן אויך זייער טריפה'נע מגן דוד איבעראל.

דער 'מגן דוד' איז נישט טרייף! קען זיין זייער פאהן איז טרייף.
דער מגן דוד איז א הייליגע סימבאל פון דוד המלך ע''ה, און טאמער איז אין סאטמאר דער מגן דוד טרייף, איז דער כותל אויך א מקום.. טית חס ושלום


חוץ אין סקווירא, איז דער מגן דוד כמעט איבעראל טרייף. וכידוע וואס צדיקים האבן געזאגט דערויף אז ס'איז אזוי ווי א מציבה שאהובה היתה בימי האבות ועכשיו שנואה. פארוואס אין סקווירא נישט, וועיס איך נישט. איך קען פארשטיין אז א רוסישע חסידות זאל זיך נישט צוטון מאכן פון דעם וואס די ציונים נוצן עס (כאטש כ'מיין אין חב"ד נוצט מען עס אויך נישט. נישט זיכער. וויאזוי איז אין אנדערע טשערנאבלער חסידות'ן? ביי די ריזשינער גזע - ווי די עצם ציונות איז נישט געווען קיין פסול'ע זאך ואכמ"ל - איז דאך א פשיטא אז מען נוצט עס אין גרויסן) אבער דער סקווערער רבי וואס האט אזויפיל קפעידות מקבל געווען אין בעלזא - כידוע די גאנצע ווארט "קפידא" וואס מען הארגעט מענטשן דערויף איז א בעלזע פראדוקט, נישט ממקורו פון רוסלאנד - פארוואס טאקע דער ענין נישט? וצ"ע.
זונטאג אוגוסט 04, 2013 7:16 pm#138345
וויאזוי טייטש איר איין דאס לאקשן שטרודל אינעם פרשת השבוע??
ווער זענען די צדיקים וואס האבן געזאגט, אז עכשיו שנואה? אפשר דער זעלבער 'נשתכחה' רשכבה''ג?? חח
ס'מיר זייער אינטערעסאנט צו הערן וואס קומט פון וואו. יא ניין נישט זיכער..
א מגן דוד איז א סימבאל אויף קדושה, וואס כמובן האט יעדע יודעי חן פארשטאנען אז קדושה קען נישט בטל ווערן. פארשטייט זיך, דארט אין די פארטייען און רייען ווי ס'נישטטאתכחהע.. פאכעט מען מיטן פיפיק אין די לופטן און מ'רעדט אויף יעדן גדול ומנהיג וואס איז נישט איינשטימיג מיטן שיט
זונטאג אוגוסט 04, 2013 8:23 pm#138384
מנשה לוסטיג האט געשריבן:א מגן דוד איז א סימבאל אויף קדושה, וואס כמובן האט יעדע יודעי חן פארשטאנען אז קדושה קען נישט בטל ווערן.ט


דער רבוש"ע איז דאך זיכער אויך פון די יודעי חן, און ער האט פארשטאנען אנדערש. אין זיין תורה - היי וואך פרשת שופטים - שרייבט ער: "ולא תקים לך מצבה אשר שנא ה' אלוקיך" כאטש יעקב אבינו האט יא אויפגעשטעלט איינס.

למעשה, האבן כמעט אלע יודעי חן געסטאפט צו נוצן דעם מגן דוד זינט די ציונים האבן עס גענומען פאר זייער סימבאל, חוץ סקווירא. איך וואונדער זיך נאר פארוואס. אפשר וועט נאך אפירקומען א בריוו פון בעלזער רב פרא מגן דוד געשטימט...
זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:20 pm#138420
די קריסטן, מינים ואפיקורסים, וואס גלייבן אין יאשקע שר"י, זיי האבן אדאפטירט תורת משה אלץ זייער אייגענע old testament, אידן יודעי חן ברויכן זיך אפלאזן דערפון, אע"פ שהיתה אהובה בימי האבות, אבער עכשיו שנאה... עפ"ל.
זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:38 pm#138428
געפילטע פיש האט געשריבן:די קריסטן, מינים ואפיקורסים, וואס גלייבן אין יאשקע שר"י, זיי האבן אדאפטירט תורת משה אלץ זייער אייגענע old testament, אידן יודעי חן ברויכן זיך אפלאזן דערפון, אע"פ שהיתה אהובה בימי האבות, אבער עכשיו שנאה... עפ"ל.


די שרייבסט באהאלטענע סיבה פארוואס א טייל האבן עס אפגעלאזט?
זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:47 pm#138435
איין זאך ברויכסטו נעמען אין קאפ אריין, סאטמארע רב האט מיט חסידות קיין שייכות נישט געהאט, און קיין השגה אין מתקן זיין נשמות בפרט, דער אלטע סקווערע רבי וואס האט געהאנדעלט מיט די סארט זאכן, האט געזאגט קלאר פארן סאטמארע רב, איר קענט אויפהערן צינדן אין א מנורה, אויב ס'שטערט אייך אז די ציונים ניצען עס.
ער האט פארשטאנען אז א מגן דוד איז א הייליגע זאך, און ביי עהם איז נישט געווען קיין שכחה און קיין תורה חדשה
זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:50 pm#138437
סאטמארע רב האט אים געענטפערט, ווען ער וועט אויפהערן גיין מיט בוטצעס וועט ער אויפהערן צינדן אין א מנורה
זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:55 pm#138440
אזוי האט ער געענטפערט?
זונטאג אוגוסט 04, 2013 9:59 pm#138441
עפעס צו דעם אפפעקט
זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:05 pm#138445
ס'קוקט אויס פון דיין ענטפער אז די האסט געזאגט ליגענט. ווייל מיינע ווערטער זענען מקורות'דיג. און די האסט עפעס געמיינט אז איך צאפ אויס א סטארי פון פינגער האסטו אויך צוגעלייגט א שטיקל.
באמת אמרו, איז סאטמארע רב געווען נישט מער ווי א פוסק א רב פונקט ווי יעדע רב אין א קהילה, גראדע האט ער שפעטער געוואונען א גרויסן ציבור צוליב זיין דעמאגאגיע.
אבער א רבי איז גאר עפעס אנדערש, גאר עפעס באזונדער. צו לייגן אין איין וואגשאל א רבי מיט א רב, איז פונקט ווי זאגן א פלאמבער און א דאקטאר זענען די זעלבע ליין.
זונטאג אוגוסט 04, 2013 10:14 pm#138449
גערעכט נישט געוויסט, וואס נאך ווייסטע אלטץ? פארצייל נאך..
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 7:57 pm#139556
ווילסט רעדן דברים שמה בכך? גאו פאר איט
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 8:33 pm#139565
איינער האלט דא טאקע אז שפיצער איז געגאנגען בדעה צו פארברענען ראטטענבערג?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:12 pm#139827
מנשה, דער סאטמארער קוקט אן וועכטער פונקט ווי דו קוקסט אן ראטענבערג אדער נאך ערגער.
וואס איז געווען ראטענבערג'ס חטא, ער איז געווען א מחוצף? און אויף דעם זאגסטו אז עס וואלט זייער גוט געווען ווען מען פארברענט איהם אינגאנצן (הארגענען). איא?
איז קענסטו טאקע נישט פארשטעען דעם סאטמארער וואס האט סך הכל גוט אנגעשלאגן דעם וועכטער? דער וועכטער האט (לויט דעם סאטמארער) אפגעהארגעט זיינע קינדער אויף אייביג.
איי בעט יוא אז אויב קומט היינט איינער אין סקיוורא וואס פרעדיגט זיינע קינדער אנטקעגן דעם רבי'ן וועסטו האבן מילליאן און איין פשעטל'יך פארוואס דער יעניגער איז חייב מיתה.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:35 pm#139835
דארפסט נישט גיין ביז פרעדיגן קעגן דעם רבי'ן. סתם א ברעסלעווער משפיע וואס כאפט אריין סקווירא בחור'לעך קיין ברסלב.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:37 pm#139836
אחת דתו! שוין געווען מער ווי איין גט אין סקווירא צוליב ברסלב
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:49 pm#139889
מ. גליקמאן האט געשריבן: דער וועכטער האט (לויט דעם סאטמארער) אפגעהארגעט זיינע קינדער אויף אייביג.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:52 pm#139893
דאפלט איז שטערקער.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:54 pm#139894
וואס האט ער אפגעהארגעט? זיי זענען ערליכע חבד'סקע
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 3:56 pm#139899
פארדעם האב איך געשריבן לויט דעם סאטמארער.
ווען איינער וועט קומען אין סקווירא און מאכן די בחורים פאר ערליכע ברסלב'ע אדער ליבאוויטש'ע וועט קיינער גארנישט טוהן?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:24 pm#139915
און טאמער וועט איינער טון?..
די פארמאגסט אפשר פיש זאפט אין מוח? זעסטו נישט אז זיין א ליבאוויטשער איז פשט זיין א יוד מיט די ריכטיגע זיטן און יסודות. ס'דא אזא זאך, ווי מ'זעט איין אין א צווייטע דרך, און מ'איז נישט מחויב זיך מכניע זיין פאר אזעלכע וואס האבן באצווינגן דעם שטאט ווילי זיך שיצן אונטערן שאטן פונעם תמר.
אבער איינער וואס איז פשוט און פראסט נישט אויסן, נאר איין זאך, 'נישט איך און נישט דו'. נישט קיין פסק בי''ד, נישט קיין דעת תורה, נישט קיין פראפארציע, נישט קיין יושר נישט קיין כבוד המקום, כבוד הבריות, און נאך אלעמען, א כפוי טובה. ביי יענעם אין דיינונג רום.
דאס איז ביי דיר איין זאך? איז דא א חיוב צו שיעבוד ווען מ'שרייבט זיך איין אין די קאנסול פון ווילי צו פאלגן רבינו הקדוש? ווען האט ער קונה געווען די תושבים?
אפשר ווילסטו סתם שפרודלען ווערטער, שרייבסטו דאס, אזוי בין איך דיר דן לכף נארמאל
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:25 pm#139916
מיט וואס איז חב"ד מער איד ווי ברסלב
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:29 pm#139928
דא רעדט מען פון סתם אזוי מכניע זיין א צווייטן? אדער מען רעדט פון טאטע'ס וואס האט געבאדערט אז מען האט געברעינ-וואשט זייער אינגע בחורים?
#פישזאפט
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 6:21 pm#139987
ועמך כולם צדיקים, נישט קיין נפקא מינא ברסלב חבד בעלז גור יעקישע אונגערישע קאצקע רוסישע תימ'נע פאלאשן פרענקן מזרחים מערבים, כל זמן ער איז נישט ארויס פונעם כלל פון עושה מעשה עמך.
ווילאנג ער הייסט אחיך העברי
סתם א פשוטע יוד [ליפא שמעלצער למשל..] אז ער זיצט אין זיין אייגענע רשות, און איז נישט עובר אויף די בעיסיג מצוות, איז ער נכלל אין די כלל פון עמך כולם צדיקים.
א יוד וואס געהער יא צו א קהילה חסידות תנועה, וויפיל בעלות זיי האבן אויף עהם, אזויפיל שיעבוד האט ער. פארשטייט זיך אויך ווילאנג ער איז נישט עובר אויף עיקרי המצוות פאר זיך.
ווידער אויב א יוד, וואוינט אין א מקום, וואס דער מקום האט א כח בי''ד, א נשיאות וואס איז בירושה הונדערט פראצענט א רכוש פרטי פונעם נשיא המקום, און יעדע תושב ווייסט גוט אז ס'איז גע'חתמ'ט געווארן צו אויספאלגן אפילו די נישטיגע תקנות המקום, סיי אלץ קנין ביים ווערן א תושב, סיי אלץ הלכות התורה פון תקנת בי''ד, ווי שחוטי חוץ, און דאס גלייכן, כח בי''ד אויף יענע שטאט וואס זיי זענען באלעבוס מכח התורה, גראדע אויך מכח הקנין.
אויב ס'גייט איינער און מאכט אויף א מאוומענט קעגן די דרך, זאל ער הייסן אפילו סקווער בארא פארק, זאל ער הייסן אפילו בעל שם טוב'ס בן יחיד, האט ער למעשה עובר געווען אויף א רייהע יושר'דיגע שטריכן.
און אוודאי, אז איינער וואס זוכט נישט א 'אנדערע דרך אין עבודת השם', נאר פשוט צוצוברעכן די כח בי''ד, די שטארקייט פון א תקנה פון א מקום תורה, זייענדיג א מסרב לבי''ד און מבזה תלמידי חכמים, און נאך מגנה זייענדיג בפרהסיא, און פורץ גדר זיין נאך התראה שבע פעמים שבע.
נאכן מסדר זיין מיט א סכום הגון בדרכי נועם, [וואס איז באמת לפנים משורת הדין און אפשר נאך קעגן די דרך פון א דיין צו דארפן געבן געלט פאר א עזות פנים זאל עהם פאלגן] נאכן האבן עדות אז ער איז א פארדארבענער וואס האט נישט געלייגט קיין תפילין נישט געזאגט קיין קדיש נאכן פאטער, נישט מקיים געווען די יסודות פון קדושת ישראל, ועל כולם אז אזא חתיכת חרא ווערט דער הויפט פון דעם פירצה פון א תקנה וואס איז דערמיט געגרינדעט געווארן אלץ תקנת יסוד ביים שטעטל גרינדונג.
האט ער בכלל א שאטן פון לעבן? ער איז לפי דעת הפוסקים בכל דור ודור א גברא קטילא. און אז איינער איז פוגע אין עהם, האט ער געשטויסן א טויטע מענטש.
אגב, איך רעד ע''פ דעת תורה, ע''פ דעת הערכאות וואס ער האט אנגעווענדעט, וואלט געווען פאסיג טאקע, אז ביים מכבד זיין סנדקאות און סידור קידושין זאל ער - און זיין גלייכן, אויך ניצן די זעלבע שופטים מיט די כיבודים.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 7:01 pm#139996
מנשה די אלע ''הייליגע'' תקנות פון זיין אדוק צו די חסידות אין רעבין ביים וואוינען אין שטעטל האט זילטש מיטען התייסדות ה'שטעטל א שוואגער מיינער א זין פין איינע פין די וואס האבען זיך אהינגעצויגען מיטן אלטען רבי'ן זאגט קלאר אז דער סקווירער האט קיינעם נישט געזאגט אז ער איז מקשר דעם שטעטל מיטן חסידות ער האט דאן געבראכט רבי משה ניישלאס מ'סערדאהעלי כדאי צו האבען א רב ווי א פארצייטיש שטעטל אין אלטען היים שפעטער האט זיך אנגעהויבען דאס מטפש זיין דעם ציבור מיט דיינע פארשמייליגטע תקנות וואס די ביסט שוין היינט צו טאגס גרייט צו ''הארגענען'' מענטשען פארדעם
ס'א'שאלה צו די וואס האבען דיר פארנארט מיט די דברי שגעון וטפשות צו גאר זיי זענען מחוייב מיתה מדין רודף שניתן להצילו בנפשו
פאר דעם חוצפה אליין צו נעמען א שטעטל וואס איז געבויט אויף יענעם'ס חשבון פין עטליכע תמימישע מענטשען און נאכדעם מהפך זיין הקערה על פי' און טענה'ן אז מ'מעג הארגענען די נישט שמייליגע קומט זיך דער פארדינטער פסק ווי יעדער רודף.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 7:15 pm#140002
נו ר' משה ניישלאס איז עפעס ווייניגער ר' יואל טייטלביימער?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 7:21 pm#140004
פארוואס האבן די הייסע חסידים נישט ליב געהאט רבי משה ניישלאס ז'ל?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 7:41 pm#140011
איך פערזענליך האב עהם נישט ליב געהאט, צוליב זיין שטרענגקייט, אבער פארקערט, מ'האט עהם מער ליב געהאט ווי ר' זלמן אונגאר, און איך האב דווקא ליב געהאט ר' זלמן, און ר' משה האט געפירט די תקנות מיט א אייזערנע פויסט.
נאך זיין פטירה, האבן זיך אנגעהויבן מתחמקים פון אסאך זאכן וואס ער האט איינגעפירט, ווי למשל אז פרויען מוזן אהיימגיין באלד נאך כתר, און טארן נישט זיין אין פארענט פון שוהל נאכן דאווענען
ר' זלמן איז געווען א ווייעכער, און האט שווער געקעמפט מיט די גרושים הויז, אויב די ווייסט די געשיכטע, וואס דער ראש הגרושים, איז היינט דער ראש הלוחמים [געווען] וואס האט געשטעלט דעם ראטנבערג שר''י אלץ שליח פון זיין סעקטע

אויב ס'וועט זיין א פארלאנג, קען מען עפענען א באזונדערע אשכול וועגן דעם גרושים הייזקע אמאל אין שיכון סקווירא
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:41 pm#141174
געווען אין ווילי שבת, ממש א עקל, ווי יעדער וואס האט נאר א שטיקל בויך אין קאפ, שרייעט מיט זיין אמעראצעס, נו.. פוי שבת
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:42 pm#141175
אין סקווירא שרייט מען נישט?
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:43 pm#141176
הלכה ווייז איז א שאלה צי מ'מעג בכלל טראגן א בויך אין קאפ אפילו אינדערוואכן
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 3:47 pm#141178
ניין אין סקווער שרייעט מען נישט. מ'קומט איבערבעטן
דינסטאג אוגוסט 13, 2013 1:32 am#141333
שעפטל האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל, ס'איז מיר א כבוד ווייטער צו זיין א סאטמארער ספעציעל נאכדעם וואס איך זעה וואס באדערט... אבער איין זאך דארף זיך דא אויפהערן... די ווארט כידוע איז שוין ערגער ווי דעם וד"ל.. כידוע פארוועם? ווער ווייסט דערפון? אז מ'האט דאס גערעדט ביי א העץ דרשה אין שטעטל צו ביי דיין פאטער אין דיינונג רום מיינט נאכנישט אז ס'איז ידוע לכל.

@מנשה לוסטיג מנשה'לע, גיי אן מיט דיינע ווערק, ס'איז א כבוד און פראכט יעדע איינציגע תגובה!

און די ווערט דאך. איז בכלל פארהאן אזא ווערט אין ביי וועליכער שפראך?
דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:37 pm#141484
נאכן וויילן אין ווילי דעם שבת, פארשטיי איך נישט, וויאזוי קענען נאך די סאטמארע גרופע חלומ'ן אז זיי זענען נאך מושל בווילי, ס'דאך א לאס קעיס פאר זיי
דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:40 pm#141485
זאלביטוב האט שוין לאנג איבערגענומען ווילי
דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:47 pm#141489
אין סקווער שרייט מען נישט מפארברענט