Under maintenance
הויפט זייט » תורה ודעת » אנשי שם » מענטשען וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון

מענטשען וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
25 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 66 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #4425
זונטאג אוגוסט 04, 2013 5:02 pm#138311
מענטשען וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון
אין גייסט פון דעם אשכול זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט עפען איך דעם אשכול איבער אנשי שם וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון.

למשל היינט בין איך געוואויר געווארן פון רביצין Lori Palatnik, כ'האב אויסגעהערט עטליכע קליפס. גאנץ געשמאק.
איר BIO אין וויקי פארמאגט שיינע מעלות.

אויב איינער וויל שרייבען דא מער איבער איר, וואלט איך הנאה געהאט.

א שיעור "falling in love staying in love"

נאך שיעורים m http://www.aish.com/authors/48865532.html m
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:43 pm#140103
עילי אבדני.

אזא שיינע שטימע.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:57 pm#140104
קאווע טרינקער האט געשריבן:א שיעור "falling in love staying in love"

ס'געפעלט מיר וואס זי זאגט, אז זי האט א ראי' צו תורה מן השמים, ווייל מענער וואלטן קיינמאל נישט אריינגעשריבן הלכות נדה אין די תורה...
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 12:56 am#140116
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'געפעלט מיר וואס זי זאגט, אז זי האט א ראי' צו תורה מן השמים, ווייל מענער וואלטן קיינמאל נישט אריינגעשריבן הלכות נדה אין די תורה...

:lol: :D :lol:
געוואלדיג גוט געזאגט!!!
דאס איז איינער פון די שטערקסטער הוכחות אז תורה מן השמים היא וואס כ'האב נאר אמאל געהערט!
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:10 am#140120
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין גייסט פון דעם אשכול זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט עפען איך דעם אשכול איבער אנשי שם וואס כ'האב קיינמאל נישט געהערט פון.

למשל היינט בין איך געוואויר געווארן פון רביצין Lori Palatnik, כ'האב אויסגעהערט עטליכע קליפס. גאנץ געשמאק.
איר BIO אין וויקי פארמאגט שיינע מעלות.

אויב איינער וויל שרייבען דא מער איבער איר, וואלט איך הנאה געהאט.

א שיעור "falling in love staying in love"

נאך שיעורים http://www.aish.com/authors/48865532.html


יישר כח פארן אריינלייגן. קיינמאל נישט געהערט פון איר. זי רעדט מוראדיג גוט.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 5:55 am#140149
אליצפן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'געפעלט מיר וואס זי זאגט, אז זי האט א ראי' צו תורה מן השמים, ווייל מענער וואלטן קיינמאל נישט אריינגעשריבן הלכות נדה אין די תורה...

:lol: :D :lol:
געוואלדיג גוט געזאגט!!!
דאס איז איינער פון די שטערקסטער הוכחות אז תורה מן השמים היא וואס כ'האב נאר אמאל געהערט!


איך האב א הוכחה אז די אמעריקאנער געזעץ איז מן השמים, ווייל קיין שום נארמאלער מענטש, זכר צו נקבה, וואלט נישט אריינגעשריבען דארט אן איסור אויף אזא געשמאקע זאך ווי מאריחוואנא.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 3:37 am#140406
לעיקוואד האטס עס אמאהל פראבירט אז דו רעדסט?
זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:56 am#140408
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב א הוכחה אז די אמעריקאנער געזעץ איז מן השמים, ווייל קיין שום נארמאלער מענטש, זכר צו נקבה, וואלט נישט אריינגעשריבען דארט אן איסור אויף אזא געשמאקע זאך ווי מאריחוואנא.

די חילוק איז פשוט, די אמעריקאנער געזעץ זאגט טאקע אז ס'איז אסור, און ס'דא מיליאנען געזעץ איפארסירער, און מיט דעם אלעם נוצן קרוב צו הונדערט מיליאן אמעריקאנער מאריכואנא.
משא''כ. לגבי הלכות נדה וואס קיין שום שותו''מ און אפילו גאר אסאך פרייער וועלן זיך נישט וואגן עובר צו זיין אויף דעם.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 8:20 am#140410
אין קאראן איז דא שווערערע הלכות פין די תורה להבדיל, און דאס גיט נישט צו צום ריכטיקייט פין דער זאך כמובן, ווייל דער מחוקק איז נישט געוועהן משועבד צו זיינע אייגינע הלכות, והו הדין כאן.

ועוד יש לטעון, אפשר האט גאר א פרוי געשריבען די תורה, ווי געוויסע וויסענשאפטליכע האלטען.

אבער פאר א ווערטעל איז עס גראדע גוט.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:44 pm#140496
לעיקוואד האט געשריבן:
אליצפן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'געפעלט מיר וואס זי זאגט, אז זי האט א ראי' צו תורה מן השמים, ווייל מענער וואלטן קיינמאל נישט אריינגעשריבן הלכות נדה אין די תורה...

:lol: :D :lol:
געוואלדיג גוט געזאגט!!!
דאס איז איינער פון די שטערקסטער הוכחות אז תורה מן השמים היא וואס כ'האב נאר אמאל געהערט!


איך האב א הוכחה אז די אמעריקאנער געזעץ איז מן השמים, ווייל קיין שום נארמאלער מענטש, זכר צו נקבה, וואלט נישט אריינגעשריבען דארט אן איסור אויף אזא געשמאקע זאך ווי מאריחוואנא.

מאריחוואנא מיינט מען דאך אז סאיז שעדליך. אודאי וואלט אחריות'דיגע מענטשען געמאכט זאלכע תקנות. משא''כ נדה.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:56 pm#140508
פאלט דיר נישט איין אז אמאל האט מען געמיינט (אפשר היינט אויך) אז נדה איז שעדליך?
זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:08 pm#140519
אלץ וואס בלוט אדער רוחות?
זונטאג אוגוסט 11, 2013 4:06 pm#140569
כ'ווייס נישט פונקט פארוואס, ס'געווען אזא טאבו צווואס, דער רמב"ן ברענגט אז אזוי פלעגן זיך פירען אפילו די גוים בזמן המקרא זיך מרחיק זיין פון א נדה גאר שטארק.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 6:42 pm#140608
כ'געדענק נישט אויב ס'שטייט שוין ערגעץ אין ק"ש, אבער די שומרונים פירן זיך נאך אזוי בימינו.
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 1:06 am#140879
שוין געוואטשט מיט די בני בית צענליגע דרשות פון איר. זי איז פון די הויפט מארקעטערס פארן ארגענעזאציע אש. איר מאן איז א בעל תשובה אין א רב היינט צוטאגס. א שאד זי קומט נישט רעדן ביי אונז אין בית מדרש, אז רחי פרייער קען געבן דרשות פאר היימישע יונגעלייט קען זי אויך.
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 10:19 am#140944
הוגה האט געשריבן:כ'געדענק נישט אויב ס'שטייט שוין ערגעץ אין ק"ש, אבער די שומרונים פירן זיך נאך אזוי בימינו.


מסתמא אלס שמירת התורה.
דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 8:15 am#141998
לעיקוואד האט געשריבן:פאלט דיר נישט איין אז אמאל האט מען געמיינט (אפשר היינט אויך) אז נדה איז שעדליך?

דו ווייסט נישט אויב א נדה איז שעדליך?! פראביר צו כאפן א שמועס מיט איינס, און דאן רעפארט צוריק אהער.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:16 pm#145858
אין צימעס ביי די בית שמש אשכול זע איך אסאך ארום רעדן איבער הגה״צ חזקי׳ סנדר ענגלענדער שליט״א

קיינמאל נישט געהערט פון אים, ווי אלט איז ער? וועמענס זון? א משפיע? א מקובל?
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 9:48 pm#145866
ער איז א ליטוואק, עלטערע איד, עוסק אין קבלה, שטארק אריינגעטוהן אין עניני קדושה וטהרה און מקוה וכו'.
ער קומט גאנץ אפט קיין חו"ל, שטייט איין אין ב"פ אויף 49/15.
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:22 pm#145889
ווער איז די רביצין אסתר יונגרייז? געוואטשט עטליכע קליפס פון איר זי רעדט זייער גוט.

דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:23 pm#145891
זייער א באקאנטע רעדנער/משפיע
זי האט אויך געשריבן א בוך "החיים הם נסיון".
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:26 pm#145894
זי לעבט נאך? וואו וואוינט זי? ווער זענען אירע חסידים/מתנגדים?
דינסטאג אוגוסט 27, 2013 10:28 pm#145896
DotCom האט געשריבן:זי לעבט נאך?

יא. מ'זעהט איר נאמען כסדר אויף די ליסטע פון בעלי דרשנות.

פון וויקיפעדיע

רעביצן אסתר יונגרייז (געב' סעגעד ה'תרצ"ו) איז זייער אקטיוו צוריקצוברענגן אידישע קינדער צו אידישקייט.

זי שטאמט פון א רבנישער משפחה און איר מאן האט געהאט א שול, איר ארגאניזאציע און צענטער אין מאה שערים הננו געט צועסן פאר ארימע היימלאזער מענער און לערנט מיט זיי תורה.

פרעזידענט בוש האט איר געקרוינט צו זיצן אויף די פארשטאנד פון האלאקאסט מוזיי זייענדיג זעלבסט אן איבערלעבער און אקטיוו צו הייבן די מאראל פון פאלק שוין יארן כדי דאס זאל זיך נישט איבערחזרן.

זי קומט זיך צוזאם יעדן דארנערשטאג נאכט אין די וועסט סייד אין קהל עדת ישורון, מאכן שידוכים פאר די מאדערן ארטאדאקס וואס זי זעט אין דעם שידוכים פראבלעם די גרעסטע צרה סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 12:58 am#145937
קאווע טרינקער האט געשריבן:ער איז א ליטוואק, עלטערע איד, עוסק אין קבלה, שטארק אריינגעטוהן אין עניני קדושה וטהרה און מקוה וכו'.
ער קומט גאנץ אפט קיין חו"ל, שטייט איין אין ב"פ אויף 49/15.


אויב איך מאך נישט קיין טעות, האט ער שוין מחבר געווען א ספר אויכעט בבירור פרטי טבילת עזרא.

וואו האט ער אנגעהוקט מיט קנאות? בריסק? ער רעדט ווי א געבוירענער סאטמארער. עטליעסט ביי סאטמארע מאורעות. אגב דער הוט וואס ער טראגט איז נישט קיין קנייטש הוט.
מיטוואך אוגוסט 28, 2013 4:48 am#145947
ר' סענדער ערלאנגער קומט זיך אן עקסטערע אפהאנדלונג ביי די משפיעים אשכול. און אויך מאחורי הפרגוד עקסטער (כמדומה אז ערגעץ האט מען שוין עם דערמאנט אביסעל וועגן דעם).

לגבי קנאות, איז ער טאקע א קנאי פון סאטמערע חדר, איך ווייס נישט פונקט פון וואו ער האט דאס אויפגעפיקט, בכלל איז ער אזא מלקט ער איז א חסיד פון ר' חאצקל לעווענשטיין און פון ויואל משה, דאווענט שבת ביים נאדבורנא רבי און איז אן איידים בי טורצין מגדולי החזונאישניקים (מחבר שונה הלכות ביחד עם רח"ק), איז א מקובל פון כל מיני קבלה און קאכט זיך אין קדושה און קען אביסעל לערנען אויך. בקיצור א גרויסער טשולנט (נאר מיט מער דעת ווי רצ"מ זילברברג'ס טשולענט). דאכציך ער איז אמאל געווען ראש ישיבה אין סאטמער אין ירושלים. און ער איז בשיטה אזוי מקפיד נישט צו געהערן צו איין ספעציפישע קרייז נאר נעמען דאס וואס איז גוט בעיניו פון יעדער איינער. ער טענה'ט אז דער דרך האט ער מקבל געווען פון זיין טאטע ר' חיים אריה זצ"ל, וואס איז אויך געגאנגען מיט די סאטמערע שיטה כמדומני.