קוואטער, דארף מען אנהויבן נאר געבן פאר אלטע באבעס, ווייל ס'איז אומאיידל אז די גאנצע שטאט האלט מיט אז זי איז ריין, נישט פרעגנענט, אדער פראבלעמען מיט'ן האבן קינדער.
ביי די חתונה פון א טאכטער, טאר נישט די טאטע ביי אשת חיל ענדע חתונה, טאנצן מיט'ן טאכטער מיט אנטבלויזטע נאקעטע הענט. נאר מיט האנטוך, אדער די ספעציעלע ווייסע אויסגענייעטע חתונה-הענטשוך.
פון היינט און ווייטער איז שטרענג פארבאטן פאר פרויען אראפציווארפן קענדיס שמחת תורה פון ווייבער שוהל, וויבאלד מ'איז מכשיל די מענער ארויפצוקוקן.
אפשניידן די טעשער פון די קינדערלעך, אז זיי זאלן אפ' נישט קענען אריינלייגן די הענט דארט, אלס א תירוץ, זיך צו קענען איינהאלטן ווי מ'טאר נישט.
א אינגערמאן טאר נישט עוסק זיין בפריה ורביה ווען ער איז אפוועזנד פונדערהיים, בכלל! פינטל. אויס חשש משום עינא בישא. און ולפני עור, אפילו מיט די שטארקסטע שלעסער אויפ'ן טיהר.
מ'מעג דעם חתן אנטדעקן דעם באהאלטענעם סוד... נאר נאכוואס ער גייט אהיים פון די חתונה. ווייל איך בין חושש שמא יראה טומאת קרי אין אזעלכע הייליגע טעג, ווען זיין עת רצון איז אזוי גרויס, און ער דארף נאך די מערסטע נזהר זיין אין קדושה ענינים.
פרויערישע בגדים מוזן האבן א גענצליך פארדעקטע שעסל, (ביי די האלדז) און דער סימן איז: ביי דארע פרויען און מיידלעך, מוז עס גרייכן העכער אדם'ס עפל, און ביי דיקליכע רעבעצינ'ס (וואס איז כידוע סתם אזוי מער אויסגעהאלטן אויסצוקוקן אזוי, כדי למעט בעריות. ווי מ'האט טאקע געזען ביי אונזערע צדיקות און באבעס)
בחורים טארן זיך נישט שאקלען מער ביים דאווענען, וויבאלד די טישן גרייכן ביי א געוויסע הויכקייט וואס איז אנ-עפראפריעט פאר בחורי חמד מיט ערליכע געדאנקען וואס זענען אויסגעארבעט אין מדת היסוד . מ'ארבעט יעצט שטארק מיט א חסידישע קאמפאני, זאל אנהויבן פראדוצירן טישן אין די הויכקייט פון סטענדער'ס. דאס וועט שוין אינאיינוועגס, פארלייכטערן דאס שטיין ביים דאווענען און לערנען פאר שעות אין א ציה, און אויך פארגרינגערן פאר די מלמדים צו זען וואס טוט זיך אונטער די טישן.