Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » וואס קען מען טוהן, בערד ווערט אין style

וואס קען מען טוהן, בערד ווערט אין style

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4469
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:07 am#139722
וואס קען מען טוהן, בערד ווערט אין style
עס איז שוין א לענגערע צייט וואס דער עולם לאזט זיך וואקסן בערד, איטס היפסטער טיימס, ממש עד כדי כך אז די גרויסע razor קאמפעניס ווי proctor & gamble וואס אונטער זיי איז די gillette ברענד האבן געמאלדן א 10 פראצענט פארלוסט..
איז יעצט די גרויסע פראגע, וואס גייען מיר היימישע אידן טוהן מיט די פראבלעם פון מאדע? צו וועלן יעצט די אלע ערליכע אידן לויפן צום שמש און פערטיג אראפ מיטן בארד, אדער וועט ארויס קומען עפעס אנדערע תקנות, ווי צום ביישפיל יעדער ברויכט קניפן דאס בארד צו יעדער פארקערט מוז זיך עס ארויסלאזן.
לעטס וועיט ענד סי וואטס גאנע העפען
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:17 am#139724
זאגסט גוט, איך יעצט געזעהן אן ארטיקל וואס רעדט וועגען דעם אז בערד גייט צוריק אין סטייל, אבער ששרעק דיך נישט מ'גייט נישט שניידען, וואס יא די אלע באשערטע בערד אלע שיינע יונגען גייען זיך לאזען וואקסען סטיילישע לאנגע צולאטע בערד..
וועיט אין סי..
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:40 am#139741
מיך האט מען אויסגעלערענט אז דע יוד דארף אייביג זיין אנדערש פונעם גוי
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:18 am#139755
אבער בערד איז אלעמאהל געוועהן ביי גוים, נו? וואס האבין די רבי ז"ל'ס געזאגט אויף בערד?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:21 am#139756
קרעקער האט געשריבן:מיך האט מען אויסגעלערענט אז דע יוד דארף אייביג זיין אנדערש פונעם גוי


עה, נאר מנשה מייער'ס קינדער לערנט מען אזוי אויס...
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:35 am#139758
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:
קרעקער האט געשריבן:מיך האט מען אויסגעלערענט אז דע יוד דארף אייביג זיין אנדערש פונעם גוי


עה, נאר מנשה מייער'ס קינדער לערנט מען אזוי אויס...

Why did you pick on Him?
I believe a beard can be beautifull and stylish if and when kept wel, of cours proper mainetenance is a must.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:38 am#139759
א בארד קען נישט זיין שיין, נאר אויב מען טרימט עס, אביסל אדער אסאך, עכ"פ עפעס מוז מען צורירן דערצו אז עס זאל זיין שיין.
אויב דו קומסט אין שוהל און דו זעסט איינער מיט א שיינער מסודר'דיגע בארד, זאלסטו וויסן אז ער רירט צו דערצו, אנדערש איז נישט מעגליך אז עס זאל שיין זיין.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 2:48 pm#139844
די אשכול דערמאנט מיר פון דאס
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 7:46 pm#140016
א קנאבעל בארד איז זיכער נאך נישט אין סטייל
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 8:31 pm#140035
זעלבסטשטענדיג האט געשריבן:Why did you pick on Him?
I believe a beard can be beautifull and stylish if and when kept wel, of cours proper mainetenance is a must.


And what exactly is it that you mean by "proper maintenance"?
You have to understand that most of us don't have the option of trimming, if we want to stay well regarded in our communities, some mosdos don't even accept children from fathers that trim their beards.
זונטאג אוגוסט 11, 2013 1:02 pm#140468
מורינו הרב האט געשריבן:א בארד קען נישט זיין שיין, נאר אויב מען טרימט עס, אביסל אדער אסאך, עכ"פ עפעס מוז מען צורירן דערצו אז עס זאל זיין שיין.
אויב דו קומסט אין שוהל און דו זעסט איינער מיט א שיינער מסודר'דיגע בארד, זאלסטו וויסן אז ער רירט צו דערצו, אנדערש איז נישט מעגליך אז עס זאל שיין זיין.

הונדערט פראצענט!!! איך האב שוין יארן מחשבות זרות אויף ר' ישראל חיים מנשה'ס בארד (פינעם ניקלשבורגער'ס בארד רעד איך אפי' נישט ס'איז דברים פשוטים).
דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:47 am#433027
פרייטאג יולי 19, 2019 1:44 pm#433391
בחורים פיצן זיך דער בערד און דער ראש היישבה הייסט גענצליך שניידן...

פון דא זעט מען: ענדערש גארנישט ווי בלויז אביסל.
מאנטאג יאנואר 27, 2020 9:22 pm#442151
וואס קען מען טוהן, בערד ווערט אין style
מי אני האט געשריבן:https://fox8.com/2018/11/14/study-men-with-beards-are-more-attractive/

ועיין בב"מ פד.

IMG_6474.jpg

IMG_6473.jpg

פון:
Neave, N. & Shields, K. (2008). The effects of facial hair manipulation on female perceptions of attractiveness, masculinity, and dominance in male faces. Personality and individual differences. 45. pp. 373-377.

לפי״ז קען מען אפשר זאגן אז וויבאלד ר׳ יוחנן האט נישט געהאט א (פולע/גאנצע/געהעריגע; ער׳ט דאך געהאט 10 קינדער כדאיתא בברכות ה:) בארד איז געווען אביסל בעסער (מטעם צניעות ועיין בברכות כ.) זיין זיצן בשערי טבילה, וואס דעמאלטס איז מצוי אז די פרויען אוויולעיטן וממילא ווילן זיי דוקא איינער מיט א בארד.
דינסטאג יאנואר 28, 2020 10:00 am#442172
[img][img][/img][/img]
ראשעקאל האט געשריבן:א קנאבעל בארד איז זיכער נאך https://www.youtube.com/watch?v=U1nvlFQxCMoנישט אין סטייל
מאנטאג יולי 27, 2020 10:38 am#455230
Re: וואס קען מען טוהן, בערד ווערט אין style
דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט געהאט גערעדט קעגן די וואס שערן זיך די בארד, טענה׳נדיג אז עס איז נישט נאטורליך דאס אפצושערן...
(דעמאלטס איז א בארד געווען אזא סארט הדרת פנים פון א פילאזאף, אזוי ווי מ׳זעהט טאקע פון די בּאָסטס וואס מ׳האט געמאלן וכו׳ פון די פיליזאפן.)
מאנטאג יולי 27, 2020 12:25 pm#455235
מי אני האט געשריבן:דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט געהאט גערעדט קעגן די וואס שערן זיך די בארד, טענה׳נדיג אז עס איז נישט נאטורליך דאס אפצושערן...
(דעמאלטס איז א בארד געווען אזא סארט הדרת פנים פון א פילאזאף, אזוי ווי מ׳זעהט טאקע פון די בּאָסטס וואס מ׳האט געמאלן וכו׳ פון די פיליזאפן.)


מקען זען ביי די פיראמידן, סטאטוען פון פרויען וועלכע האבן זיך אנגעטון א מאסק פאר א בארד. זעט אויס אז אמאל האט מען געהאלטן אז סאיז א גוטע סימן.
מאנטאג אוגוסט 17, 2020 9:30 am#456607
Re: וואס קען מען טוהן, בערד ווערט אין style
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:עס איז שוין א לענגערע צייט וואס דער עולם לאזט זיך וואקסן בערד, איטס היפסטער טיימס, ממש עד כדי כך אז די גרויסע razor קאמפעניס ווי proctor & gamble וואס אונטער זיי איז די gillette ברענד האבן געמאלדן א 10 פראצענט פארלוסט..
איז יעצט די גרויסע פראגע, וואס גייען מיר היימישע אידן טוהן מיט די פראבלעם פון מאדע? צו וועלן יעצט די אלע ערליכע אידן לויפן צום שמש און פערטיג אראפ מיטן בארד, אדער וועט ארויס קומען עפעס אנדערע תקנות, ווי צום ביישפיל יעדער ברויכט קניפן דאס בארד צו יעדער פארקערט מוז זיך עס ארויסלאזן.
לעטס וועיט ענד סי וואטס גאנע העפען
עס איז שוין אדורך 7 יאר זינט דאס איז געשריבן געווארן, נא וואסדזשע איז געשעהן ?


Sent from my iPhone using Tapatalk