הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער שליט"א בעל שבט הלוי
פון: הרב אשר לעווין
דער גרויסער פוסק און שר התורה הגאון רבי שמואל הלוי וואזנער שליט"א איז פון די גדולי הדור, און ספעציעל אין די חסידישע וועלט ווי ער איז אנערקענט אלס דער פוסק הדור. דער פוסק שליט"א איז געשעצט, חביב ונערץ ביי כלל ישראל, און גאר ספעציעל ביים היימישן ציבור, אלס גדול וצדיק, מנהיג ופוסק והלכה כמותו בכל מקום. הרב וואזנער איז דער רב פון די זכרון מאיר געגנט אין בני ברק, דער ראש ישיבה פון ישיבה חכמי לובלין, און דער מחבר פון די הלכה ספרים שו"ת שבט הלוי, וועלכע זענען גאר שטארק אנגענומענע ספרי הלכה ביי גאנץ כלל ישראל.
הרב וואזנער געבוירן געווארן אין יאר תרע"ג צו זיין פאטער ר' יוסף צבי הלוי וואזנער, און זיין מוטער מרת רחל (לבית שיף), אין וויען עסטרייך.
הרב וואזנער איז אריינגעגאנגען לערנען אין די גרויסע און בארימטע מבצר התורה חכמי לובלין, ווי ער איז נתקרב געווארן צום גרויסן ראש ישיבה הגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל. אין די גרויסע ישיבה צווישן אלע לייבן און מצויינים האט ארויסגעשיינט די געוואלדיגע התמדה פון הרב וואזנער, וועלכער האט געלערנט יומם ולילה מיט גרויס התמדה. דער גאון שליט"א האט אויך זיך געהאלטן זייער נאנט צום גרויסן משגיח, הגאון הקדוש רבי שמעון זעליכאווער זצ"ל, און האט אסאך געלערנט פון זיינע עמקות'דיגע און פייערדיגע חסידישע שמועסן. הרב וואזנער איז געבליבן א גאנץ לעבן א גרויסער מעריץ פון די צוויי רבי'ס זיינע פון חכמי לובלין.
הרב וואזנער איז א חתן געווארן אין ארץ ישראל, און האט געוואוינט אין ירושלים ווי ער האט געלערנט ביים ירושלימער רב הגאון רבי יוסף צבי דושינסקיא זצ"ל, און האט אויך מקבל געווען הוראה פונעם טעפליקער רב, הגאון רבי שמעון אהרן פאלאנסקי זצ"ל. אלס יונגער יונגערמאן איז הרב וואזנער אויפגענומען געווארן דורך די עדה החרדית אלס מורה צדק אין ירושלים, זייענדיג דעמאלטס דער יונגסטער דיין.
הרב וואזנער האט אלע זיינע יארן זוכה געווען צו נשיאות חן ביי גדולי ישראל וועלכע האבן געזעהן אין אים א כלי שלימה צו זיין דער קומענדער מנהיג הדור. בעיקר האט דער גאון שליט"א זיך מתדבק געווען אינעם גרויסן חזון איש זצ"ל, און האט געלערנט ביי אים דרכי הלימוד, הוראה און הנהגה, דער גאון שליט"א דערציילט אסאך הנהגות און ענינים פון חזון איש און איז דבוק בתורתו. דער הייליגער חזון איש האט זייער מחשיב געווען הרב וואזנער, און האט אים מחזק געווען צו ווערן א מנהיג און ראש ישיבה. אויך האט דער גאון שליט"א גענאסן קרבה ביי הגאונים רבי דוב בעריש וויידנפעלד גאב"ד טשעבין זצ"ל, און הגאון רבי איסר זלמן מעלצער זצ"ל בעל אבן האזל. די אלע גדולים האבן אים מחזק געווען צו עפענען די ישיבה חכמי לובלין, אלס א זכרון עולם פאר די ישיבה חכמי לובלין אין לובלין פוילן וועלכע איז ארויף בסערה השמימה ביים ביטערן חורבן.
דארטן אין די ישיבה האט דער גאון שליט"א מרביץ תורה געווען די לעצטע מער פון זעכציג יארן, אין די ישיבה גדולה, ישיבה קטנה און כולל אברכים. נעבן די ישיבה איז צוגעקומען א בית הוראה ווי דער גאון שליט"א האט געענטפערט שאלות פאר טויזנטער אידן, און שפעטער א בית דין צדק לדון ולהורות בדיני ממונות.
ווען בני ברק האט זיך אנטוויקלט האט דער חזון איש זצ"ל ממנה געווען דעם גאון שליט"א אלס רב אב בית דין פון די געגנט זכרון מאיר, און האט אים מכבד געווען און זיך גערעכנט מיט זיין פסק מיט געוואלדיגע כבוד.
הרב וואזנער האט א געוואלדיגע כח אין שרייבן תשובות להלכה, מיט א גאונות, בהירות, און א זיסע שפראך. די ספרים שבט הלוי זענען געווארן א ספר יסוד אין יעדע ספרים שאנק, און א ספר פאר יעדן מורה הוראה. אין יעדע שאלה וואס איז געשטאנען על הפרק די לעצטע זעכציג-זיבעציג יארן ביי כלל ישראל איז דער פוסק שליט"א דער וואס האט געזאגט דעם דעת תורה און כלל ישראל האט זיך געפירט על פיו.
הרב וואזנער איז א ליבליכער מענטש, זיין ווארעמע שמייכל און סבר פנים יפות איז משמח טויזנטער אידן וואס זענען משכימים לפתחו, און זיינע זיסע דרשות און שיעורים, מיט א הייליגע און זיסע לשון, זענען א עונג רוחני פאר אלפי תלמידי חכמים און לומדי תורה. במשך די איבער זיבעציג יאר זינט דער רב האט מיסד געווען די ישיבה האט ער שוין פארגעלערנט טויזנטער שיעורים אין אלע מקצועות התורה, גמרא און הלכה, חומש און מוסר, און די געוואלדיגע כח התורה, התמדה, קדושה וטהרה און געוואלדיגע חיבה האבן א געוואלדיגע השפעה אויף די פילע תלמידים, און פילע פון זיי זענען געוואקסן תלמידי חכמים און גדולי תורה.
פון די תלמידים האבן זיך במשך די יארן מסדר געווען הונדערטער אידן און געגרינדעט קהלות איבער גאנץ ארץ ישראל, איבעראל איז פארהאן קהלות און בתי מדרשים שבט הלוי, ווי די תלמידים האלטן זיך צוזאמען תחת שבטו והנהגתו, מיט א הכנעה און א התבטלות, ווי טרייע תלמידים צו אזא גרויסן און הייליגן רבי'ן.
דער גאון שליט"א איז דער עמוד השלום והאחדות, נעמט נישט קיין שום שטעלונגען אין קיין קהלישע געפעכטן, און איז באליבט חביב ונערץ ביי אלע קרייזן, חסידישע, ליטווישע ספרדישע. און ביי יעדן צוגלייך מיט א גאנצקייט, ווייל עס דערקענט זיך זיין אהבת ישראל און זיין הערצה צו אלע קהלות ישראל. הרב וואזנער איז מחזק אלע מנהיגי ישראל און אפילו רבנים וואס זענען זיבעציג יאר יונגער פון אים, און במקום גדולתו שם ענוותנותו, אז ער גייט האלטן דרשות און שמועסן ביי גרעסערע כינוסים און פארזאמלונגען אין אנדערע קהלות אין ארץ ישראל, ווי מען נעמט אים אויף בכבוד ושמחה רבה. יעדע שמועס און שיעור פון רב שליט"א ווערט נתקבל בהערצה ובשמחה, און פון יעדע שיעור איז פארהאן מערערע הוק-אפס וועלכע פירן איבער זיינע ווערטער צו לענדער איבעראל ווי עס וואוינען ערליכע אידן.
חשובע תלמידים פונעם גאון שליט"א געבן ארויס זיינע גרויסע ספרים אין אלע מקצועות התורה, שיעורים און דרשות, דברי דרוש און שיחות חיזוק.
דער גאון שליט"א האט זוכה געווען צו א שיבה טובה, א הפלא'דיגע געזונט צושטאנד, א מאור פנים און א בהירות הדעת, און גאנץ כלל ישראל איז מתפלל פאר זיין אריכות ימים און בריאות השלימות.
מרן בעל שבט הלוי שליט"א האט זוכה געווען צו מעמיד זיין גאר חשובע דורות, רבנים גאונים וצדיקים.
בנו הגדול הגאון הגדול רבי חיים מאיר הלוי שליט"א האט ביז לעצטנס געדינט אלס סאטמארער רב פון לאנדאן, און לעצטנס האט ער זיך געצויגן קיין בני ברק, צו זיין נאנט צו אביו הגדול און העלפן אין די הנהגת הישיבה, הקהלה והמוסדות.
בנו הגאון הגדול רבי בנציון שליט"א ראש בית דין שבט הלוי, ורב אב"ד אין מאנסי, און פירט א קהלה אין בית שמש.
און זיינע חשובע זון הרבנים הגאונים:
רבי יוסף צבי שליט"א
רבי משה יהודה שליט"א
רבי אברהם אליהו שליט"א אבד"ק שבט הלוי מודיעין עלית,
רבי מרדכי אלימלך שליט"א אבד"ק שבט הלוי בארא פארק
דעם גאון'ס איידעמער זענען:
הרב הגאון רבי ישראל אונגאר זצ"ל, מרביץ תורה אין שיכון סקווירא, וועלכער איז נפטר געווארן די פארגאנגענע יאר תשס"ט, אלס רעזולטאט פון די שוויין פלו ל"ע.
הגאון רבי אברהם יעקב איצקאוויטש שליט"א רב דק"ק שבט הלוי ירושלים עיה"ק.
צווישן די אייניקלעך פונעם גאון שליט"א ציילן זיך אויך גרויסע רבנים וצדיקים, ובתוכם כ"ק מרן אדמו"ר מקאסוב הגאון רבי שרגא האגער שליט"א, אן איידעם ביי הגאון רבי חיים וואזנער שליט"א, הגאון רבי יוסף בנימין וואזנער שליט"א רב דק"ק סאטמאר אין לאנדאן, און הגאון רבי אברהם צבי וואזנער שליט"א רב דק"ק יטב לב סאטמאר מאנסי.
צווישן די תלמידים פון מרן בעל שבט הלוי ציילן זיך גרויסע גדולי תורה, ובתוכם הגאון האדיר רבי משה הלברשטאם זצ"ל, הגאון רבי שמואל אליעזר שטערן שליט"א, הגאון רבי משה שאול קליין שליט"א און נאך אסאך תלמידי חכמים מופלגים.
בדידי הוי עובדא
ווען איך האב זוכה געווען צו זיין מרואי פני המלך, גייענדיג הערן דברי קודש און מיטדאווענען מיטן גאון שליט"א בהיכל ישיבה זכרון מאיר, האב איך געזעהן וויאזוי דער פוסק הדור והדרו שליט"א וועלכער טראגט די משא העם על שכמו פרייט זיך צו יעדן איד, און ווייזט ארויס פאר יעדן א סבר פנים יפות, אזש עס קען מיינען אז ער האט געווארט אויף יעדן איינעם און ארויסגעקוקט אויף זיין אנוועזנהייט.
במה הארכת ימים?
איך האב געפרעגט א חשובן אייניקל פון בעל שבט הלוי שליט"א, וועלכער איז זייער נאנט צום זיידן, און איז יארן לאנג געווען א מקורב ומשמש, איבער די סוד פון די אריכות ימים ושנים. דער אייניקל זאגט אז פארשטייט זיך אז עס איז א מתנה מן השמים, אבער ער געדענקט אז דער זיידע שליט"א האט זיך זייער געהיט דאס געזונט, סיי מיטן עסן, און סיי מיטן טון פיזישע אנשטרענגונג ווי עס שטייט אין רמב"ם הלכות שמירת הגוף.
לדעתי צייכנט הרב וואזנער שליט"א אליין אן וואס איז די סוד פון די אריכות ימים, אין איינער פון די ערשטע תשובות אין צענטן באנד פון שבט הלוי, פרעגט איינער אן דעם גאון שליט"א וויאזוי זיין רבי דער חזון איש זצ"ל האט געהאט אזא כח צו געבן עצות פאר אידן אין מעדיצינישע זאכן און מצליח זיין ממש ווי ער וואלט געווען א גרויסער דאקטאר, דער גאון שליט"א ענטפערט מיט די ווערטער פון פרקי אבות, רבי מאיר אומר כל הלומד תורה לשמה זוכה לדברים הרבה... ונהנים ממנו עצה ותושיה.
די זעלבע ענטפער איז גילטיג אויף הרב וואזנער שליט"א אליין. איינער פון די זאכן וואס שטייט קלאר אין די פסוקים אין די זכות פון תורה איז "אורך ימים בימינה". תורה שענקט אריכות ימים.
(טייל פון אן ארטיקל אין "דער שטערן", תשרי תש"ע)