Under maintenance
הויפט זייט » דער עונש פאר א מאנס עפ"י תורה

דער עונש פאר א מאנס עפ"י תורה

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
50 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4480
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 2:26 am#139237
דער עונש פאר א מאנס עפ"י תורה
א זאך וואס באדערט מיך שוין א לאנגער צייט:
וויאזוי קען זיין אז על פי דעת תורתינו הקדושה וואס דרכיה דרכי נועם, קומט אויס אז פאר איינער וואס איז מאנס (רעיפ בלע''ז) א מיידל טוט מען גארנישט?
יא איך ווייס אויב די מיידל איז א נערה דהיינו צווישן צוועלף און צוועלף א האלב און זי איז אויך א בתולה (וואס בימים ההם איז נישט אלעמאל דעיס געווען דער פאל) צאלט מען נישטיגער פופציג שקל פארן טאטן, אבער אויסער דעם גארנישט!
איך ווייס אויך אז ס'קען אויך זיין אמאל אז מ'זאל דארפן צאלן די חמשה דברים נזק צער ריפוי וכו' אבער דעס ווענדט זיך שוין אין די מציאות פונעם מעשה, דהיינו אויב איז עס בצנעה איז נישטא קיין בושת, אויב דארף זי נישט קיין דאקטער איז נישטא קיין ריפוי וכדו' און בכלל נזק טראכט איך איז קיינמאל נישטא ווייל ס'איז הזיקא דלא מינכרא.
וויאזוי קען זיין אז א זאך וואס יעדער איינער פארשטייט היינט אז ס'איז איינע פון די ערגסטע זאכן וואס א מענטש קען נאר טון, זאל מען על פי תורה בכלל נישט באקומען קיין ערנסטער עונש אויף דעם?
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 2:35 am#139239
און באמת איז די קשיא אסאך שטערקער, ווייל מיר טרעפן לכאורה נישט אין ערגעץ אז על פי תורה זאל זיין אסור צו מאנס זיין א מיידל!
פון אן הלכה'דיגן שטאנדפונקט קוקט עס אויס ווי א געהעריגן ממון שאלה.
ס'דא שור שנגח את הפרה, נאכדעם איז דא ראובן שאנס את הבתולה
און ע''פ תורה איז נישט אסור פאר א פנוי צו וואוינען מיט א פנויה כ''ז זי איז נישט קיין נידה.
.
אויך דער עונש וואס ער באקומט איז ממש נישט מובן, ער מוז חתונה האבן מיט איר?!?
קודם כל וועלכער מיידל וועט וועלן חתונה האבן מיט איר רעיפיסט?
ושנית וואספארא מין עונש איז דאס, אז ער האט איר מאנס געווען איז א סימן אז זי געפעלט אים גאר שטארק, און ער האט איר אזוי שטארק ליב ביז צום פונקט פון אונס, נו אוודאי וועט ער זיך מחיה זיין חתונה צו האבן מיט איר.
און יענער צייטן וואלט ער נאך געקענט בלייבן מיטן אלטן ווייב און איר מוסיף זיין אלס תאווה לתאוותו.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 9:20 am#139258
און וואס דערפון באדערט דיר? אז די תורה האט זיך נישט צוגעשטעלט צו איין געוויסע קולטור וואס איז פאר א קורצע צייט איצט שולט אין די מערב וועלט, און איז נישט מוכרח צו פארבלייבן פערמענאנט? ביי א איד גייט עס די אדער וועי אראונד, אויב על פי תורה איז עס נישט קיין ווייס איך וואס, מיינט עס אז עס איז דא ערגערע זאכן ווי דאס, כאטש כרגע אין אונזער סביבה איז עס ערגער ווי ע"ז ג"ע שפיכות דמים, ציונות און סקול דיסטריקט אינאיינעם...

(הגם חז"ל, אדער אמווייניגסטנס רבינו גרשם וואלטן עס גאנץ זיכער גע'אסר'ט לויטן היינטיגן מצב, - און 500 יאר ארום וועט מען זיצן אויף קאווע שטיבל און זיך רעגן, פארוואס האט מען עס געדארפט אסר'ן - ווייזט דאס אבער מער אויף א סאציאלאגישע רעאקציע צום עקזיסטירנדן מצב, נישט אז די עצם עולה און איסור דערפון האט זיך געטוישט).

אויב איז דיר שווער דאס קענסטו דאך פרעגן אויכעט, ווי קומט דאס אז די תורה איז אזוי שארף קעגן תועבה? האו קאם די תורה האט זיך נישט גערעכנט מיט די לגב"ט קאמיוניטי? לאך נישט, אידן אביסל ארויסציר פון דא, וואס זענען שוין מער נשפע פון די מערב וועלט'ס (כסדר טוישנדע) ווירדן, מוטשענען זיך שוין יעצט מיט די קושיא, און איים שור אז ווי מער לעגיטים די קאמיוניטי ווערט אין די גוי'אישע וועלט, אלס מער וועט די קשיא ווערן שווערער, און איינעם אויף ק"ש וועט שוין אויך באדערן די קושיא, און אז דו וועסט אים פרובירן ענטפערן וואס איך האב געשריבן כלפי מאנס זיין, וועט ער דיר אנקוקן פונקט אזוי פאני און אינו מן הישוב ווי דו קוקסט מיר אן.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 9:32 am#139264
אליצפן האט געשריבן:.
אויך דער עונש וואס ער באקומט איז ממש נישט מובן, ער מוז חתונה האבן מיט איר?!?
קודם כל וועלכער מיידל וועט וועלן חתונה האבן מיט איר רעיפיסט?
ושנית וואספארא מין עונש איז דאס, אז ער האט איר מאנס געווען איז א סימן אז זי געפעלט אים גאר שטארק, און ער האט איר אזוי שטארק ליב ביז צום פונקט פון אונס, נו אוודאי וועט ער זיך מחיה זיין חתונה צו האבן מיט איר.
און יענער צייטן וואלט ער נאך געקענט בלייבן מיטן אלטן ווייב און איר מוסיף זיין אלס תאווה לתאוותו.

אויב דאס מיידל וויל נישט חתונה האבן מיט אים דארף זי נישט. (די אויפטוה דערפון איז, ווייל צומאל איז דאס מיידל געווארן פארשעמט, און א שוואכערער נומבער ביי שידוכים, נישט צוליב די עצם מעשה פון רעיפ, נאר פשוט ווייל א הייטל אירע איז געווארן אויפגעריסן, מילא הייסט מען דעם עלטערן אנגעזעענעם רעספעקטפולן בעה"ב - ופרשת כנפיך על אמתיך. אויב וויל דאס מיידל צוליב די אומשטענדן בלייבן זיין ווייב, מוז ער דאס טאן, און טאר איר קיינמאל נישט אפ'גט'ן, וואס לפי המצב איז דאס אויך געווען א מאכטפולע גאראנטי און בארואיגונג'ס מיטל פאר די מיידל, אז זי איז קיינמאל נישט אין א סכנה פון ווערן פלוצלינג אפגע'גט ווייל דעם מאן האט אנגעפאקט).

ווער זאגט עס איז א עונש? אפשר איז עס סתם די - דעמאלט'דיגע - טעראפי פאר די וויקטים, ווי פריער געשריבן. עס האט א דעטערענט פארט אויך, ווייל אויב פאקט אים אן א תאוה פאר א מינוט זאל ער וויסן אז ער גייט זיך דערמיט פלאגן א גאנץ לעבן. און אוודאי איז דאס נישט קיין עצה צו טאן כדי צו באקומען דאס מיידל פאר א ווייב, ווייל ווי געשריבן מוז זי נישט חתונה האבן מיט אים. די תורה רעדט פון אזא מצב ווען דאס מיידל וואלט ווען געוואלט מיט אים חתונה האבן, נאר ער וויל נישט, דעמאלט צווינגט מען אים.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 12:01 pm#139310
ATUB @דעת תורה ATUB
איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט בכלל. דו ווילסט מיר זאגן אז רעיפ פונקט ווי תועבה איז נאר א תוצאה פונעם מערב וועלט קולטור? רעיפ איז דאס ערגסטע זאך וואס קען געשען צו א פרוי בכלל אן קיין שייכות צו קולטור. דו האלסט אז א פרוי וואס וואקסט נישט אויף אינעם מערב וועלט קולטור וועט נישט אזוי שטארק באדערן און שאטן א רעיפ? אוודאי איז דאס נישט אזוי! רעיפ איז א זאך וואס איז מצד עצמו דאס ערגסטע וואס קען נאר זיין.

אויסער דעם וואס אין נ''ך ביי די מעשה פון אמנון און תמר וואס ער האט איר געוואלט מאנס זיין, זעט מען אז זי האט רעאגירט אויף א אופן וואס ווייזט אז רעיפ דעמאלטס איז געווען פונקט ווי היינט.
און בכלל דער צוגלייך צו תועבה מאכט נישט קיין סענס, ווייל דאס איז א זאך וואס קולטור און סאסייעטי איז מחליט צו ס'איז גוט אדער שלעכט, משא''כ אזא זאך ווי אונס. וק''ל
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 12:30 pm#139317
בכלל איז דאן געווען אנגענומען טב למיסב טן דו א מיידל האט געקענט פארקויפט ווערן פאר א קנעכט א קטנה בע"כ פון טאטן איז מקודש געווארן.
דער גאנצער קאנצעפט אז א פרוי האט אן אייגענעם דעת ספעציעל אין די אינגע יארן איז נישט געווען דאן,
פארגעס נישט אז פרויען וואוטען רעכטן אין אמעריקע איז רעלאטיוו ניי. 
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 12:38 pm#139321
נעמט אין באטראכט אז עסן א טיפת דם פון א בהמה איז א איסור, אבער אכילת בשר אדם לא נאסר.
נעמט אין באטראכט אז א לוי דארף מען געבן תרומות ומעשרות חזה ושוק, אבער עס איז נישטא קיין מצוה צו געבן צו עסן פאר די קינדער.
יש אומרים אז די תורה איז נישט מצווה אויף דברים פשוטים המחוייבים מעצם הסברה והאנושיות, ויש אומרים שאכן, די תורה איז נישט אונזער קאפ אף טי, כפה עלנו הקב"ה הר כגיגית ואין לנו מה לעשות, כי בחימה שפוכה ימלוך עלינו. והבוחר יבחר.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 12:48 pm#139326
moti107 האט געשריבן:בכלל איז דאן געווען אנגענומען טב למיסב טן דו א מיידל האט געקענט פארקויפט ווערן פאר א קנעכט א קטנה בע"כ פון טאטן איז מקודש געווארן.
דער גאנצער קאנצעפט אז א פרוי האט אן אייגענעם דעת ספעציעל אין די אינגע יארן איז נישט געווען דאן,
פארגעס נישט אז פרויען וואוטען רעכטן אין אמעריקע איז רעלאטיוו ניי.

הא גופא קשיא. ווי קען זיין אז די תורה וואס איז נצחיות ערלויבט אז מען זאל טריטען מיידלעך ווי א שטיק... זיי האבן די זעלבע הרגשים און ווייטאגן ווי אונז מענער, זיי שפירן פונקט אזוי צער.
וויאזוי קען זיין אז א טאטע מעג מקדש זיין זיין 3 יעריג טאכטער פאר א מנוול ומוכה שחין, און זי האט נישט קיין שום וועג ארויס.
אדער נאך ערגער, ער קען איר פארקויפן פאר א דינסט ביי די זעקס.
די זאכן זענען מבהיל על הרעיון.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 12:52 pm#139329
וועלקאם טו די תורה. פרויען זענען אין די זעלבע לעוועל ווי בהמות "למען ינוח עבדך וחמורך ואשתך".
ווילסט ערכים סטייל הסברים? אז די פרויען זענען בבחינת קודש הקדשים און די תורה האט זיי די מערסטע ליב דעריבער זענען זיי פטור פון מצוות ווייל זענען נאך העכערע לעוועל ווי מצוות מעשיות?
ווילסט די ביטערע מציאות? די תורה איז געגעבן געווארן אין א ציוויליזאציע ווי דאס איז געווען די נארמע.
ווילסטו דוחק תירוצים, מען קען אויך טרעפן.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 5:56 pm#139501
אליצפן, ער צאלט ה' דברים ובכללם צער וואס רעכענט זיך לויט וויפיהל א מענטש וועט נעמען מיטצומאכן אזא צער.

און די איסור וואס דו טרעפסט נישט איז די בין אדם למקום'דיגער איסור פון עריות, בין אדם לחבירו איז עס פונקט ווי אפשניידן יענעם'ס נאז - כן הדבר הזה.
מיטוואך אוגוסט 07, 2013 11:55 pm#139626
אביסל איז עס נארישקייטן. די גמרא פלאגט זיך וואס איז דער צער, און די גמרא קומט צו צער פיסוק רגלים, וזהו!

איך ווייס בכלל נישט צו די גאנצע צער וואס מען לייגט אן היינט אויף רעיפ און מאלעסטעישאן, איז בכלל שייך מחייב צו זיין תשלומין. זיכער נישט אונטער צער, אויב עפעס אונטער ריפוי - גייסטישע רפואה. (וכמובן לפי זה ה"ה המצער חבירו בדיבור או בגופו וגרם לו סיוטים לאורך שנין יצטרך לשלם בעד ריפוי).
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:13 am#139666
פון רמב"ם - וואס רעכענט איינע פון די פאקטארן אין שאצן צער 'לפי שניו' - איז משמע אז צער איז די גאנצע איבערלעבעניש בשעת מעשה [אפשר לערנט ער דאס אלץ אריין אין צער פיסוק].

ריפוי איז עפעס משמע אז עס איז נישט דא [בכלל דארף מען וויסן צו די זאכן גייען נישט אריין אין גרמא, אולי דומה לתוקע לחבירו ללשון ב' דרש"י דהוי תקיעה ממש], אפשר פאסט עס בעסער אין בושת.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:24 am#139707
דער רמב"ם איז ביי דעם ענין ספעציפיש, אדער ער שרייבט עס בכלליות?
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 10:18 am#139725
איך טראכט נאר ביי מיר אזא געדאנק, מוז נישט זיין עס איז ריכטיג, אבער אפשר א נקודה למחשבה,

אין יענע צייטן ווען מען האט נישט איינגעצוימט די קינדער אזוי ווי היינט, די יונגע קינדער האבן אלעס געוואוסט (בימי חזקיהו ? האבן זיי אלע געקענט גאנץ הלכות טומאה וטהרה אויך), אזוי ווי היינט אין די מאדערנע אדער דרויסענדיגע וועלט, אלעס איז גענצליך אפן צו די קינדער, און זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט וואס גייט פאר צווישן מענער און פרויען, ממילא אויב עפעס האט פאסירט זענען זיי נישט געווארן אזוי "שאקירט" ווי די היינטיגע קינדער, וועלכע ווערן ממש 'טראמאטיזירט'. עס האט זיי אפשר וויי געטאן, געבאדערט, אבער ווי דעת תורה שרייבט שוין, איז עס געווען גענוי ווי אנדערע סארט טשעפערייען, ס'איז נישט געווען עפעס ווי א באמבע וואס ס'איז עק וועלט, ממילא האט מען עס נישט אנגעקוקט מיט אזעלכע שרעקעדיגע אויגן ווי היינטיגע צייטן.

דאס איז שוין חוץ מזה וואס נתקטנו הביצים און די דורות און די מוחות טראסקען, מיר זענען ווי שוואכע פליגן אקעגן די אמאליגע פארצייטישע שטארקע כאראקטערס, נישט געווען אזעלכע מפונקים און געפיעטשעט ווי היינט, מען האט כסדר גע'הרג'עט מענטשן ווי גארנישט, און עולם כמנהגו נוהג, די באן איז ווייטער געפארן, נישט יעדע זאך האט אזוי אויפגעשוידערט.

ווי געזאגט, איך ווייס נישט ווי קראנט מיין סברא איז, אבער איך טראכט אזוי בעיסד אויף די אינפארמאציע מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן.
דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 4:06 pm#139902
דעת תורה האט געשריבן:דער רמב"ם איז ביי דעם ענין ספעציפיש, אדער ער שרייבט עס בכלליות?

יא, אין פ"ב פון נערה בתולה ה"ו.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 4:03 am#140145
ATUB @שמעקעדיג ATUB דו זאגסט זייער א שיינער סברא, אבער פון נ''ך ביי די מעשה פון אמנון ותמר זעהט מען גאנץ קלאר אז עס איז יא געווען א ''ביג דיעל'' בימים ההם.
און נאכמער, צום סוף האט יואב געהרג'עט אמנון פאר דעיס וואס ער האט געטון, ואם כדבריך וואלט זיך אים נישט געקומען מיתה.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 12:44 pm#140199
עס איז קלאר אז זייער אסאך זאכן פון די תורה און חז"ל וואס איז שווער פאר אונז צו פארשטיין, פארשטייט זיך אסאך בעסער אין ליכט פון די דעמאלטס'דיגע קולטור. והוא הדין בנידון דידן, ווי אנדערע האבן געשריבן. אין די דעמאלטס'דיגע קולטור האבן פרויען געהאט גאר א שוואכע ווערד, ממש כעין בהמות, די פראבלעם פון מאנס זיין איז געווען די שאדן פארן טאטע און די מאן, מיט די פרוי האט מען זיך ווייניג געקימערט, פונקט ווי מען קימערט זיך נישט מיט איינער וואס איז מאנס א קעמל. (ביי א קעמל איז כאטש דא אן ארור צוליב איר אומווירדיקייט, משא"כ א שוכב עם בתולה וואס האט בימיהם קענטליך זיך געמאכט און איז געווען א "נארמאלע" זאך.) ווען איר פרעגט אויף די תורה דארפט איר אויסטון די 'היינטיגע' ברילן, און אנקוקען די תורה פון די שטאנדפונקט פון די דעמאלטס'דיגע קולטור.

מיין שאלה איז נאר אזוי. ווען מיר וואלטן געהאט א בית דין הגדול, knowing what we know today, די אומשאצבארע שאדן אין פיין וואס א רעיפ וויקטים גייט אדורך, עד כדי כך אז אסאך מאל איז טוב מותם מחיים, וואלט מען געטוישט די דינים לויט אונזער היינטיגע קולטור און פארשטאנד? איז דא אזא זאך אז דינים אין די תורה וועלן זיך טוישן?

אין א געוויסע זין איז אונז גרינגער אז מיר האבן נישט קיין בית דין וואס קען דן זיין אזעלכע דינים, ממילא פארלאזן מיר זיך אויף די דינא דמלכותא וואס רעכנט זיך יא מיט די היינטיגע מציאות. וואס וועט אבער זיין ווען מען וועט מער נישט זיין אונטער די שעובד מלכיות?
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:12 pm#140211
זר זהב האט געשריבן:Knowing what we know איז מעגליך נישט ריכטיג. ווייל דאס פיין וואס א רעיפ וויקטים גייט דורך איז צוליב וואס זי ווייסט אז מהאט געטון עפעס וואס אין די היינטיגע סאסייעטי איז נישט ריכטיג. אויב נעמט מען דאס אוועק פאלט די פעין אוועק. דעריבער איז אנצונעמען אז אין די אלטע צייטן איז בכלל נישט געווען פעין.

אקוראט דאס האב איך געזאגט. אמאל איז נישט געווען די פיין, און די ביסל וואס יא איז די פרוי נישט געווען גענוג ווערד אז מ'זאל זיך רעכענען דערמיט. משא"כ היינט, צוליב די היינטיגע מציאות איז יא דא א שרעקליכע פיין, ערגער ווי רציחה, און די ווערד פון פרויען איז גאר שטארק, אויף דעם ארויף איז געווען מיין שאלה אויב די דינים וועלן זיך טוישן.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:14 pm#140212
חז"ל וואלטן ענדערש מבטל געווען טומאת הא'פעמיניזם והכל על מקומו יבא בשלם. ליהודים היתה אורה :D
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:14 pm#140213
ר' לייבל מינצבערג פון מתמידים האט אן אנדערן פירוש אויפן חתונה האבן מיטן רעפיסט.

ירדה תורה לסוף דעתה של אשה, אז א פרוי האט ליב איינער וואס איז שטארק, א פעסטער... א פרוי האט ליב איינעם מיט בצים או קוקט ארויף אויף איינער וואס געוועלטיגט אויף איר. זי האט ליב צו זיין פארזיכערט און אונטער די שיץ פון אזא איינעם, אפילו אויב יענער איז א גבר אלים אויף איר חשבון. דער תורה האט פארשטאנען אז טיף אין הארץ שעצט א פרוי איר רעיפיסט, פאר זיין שטארקייט און בראווקייט, און די פרוי וויל מיט אזא איינעם חתונה האבן. דערפאר זאגט די תורה אז דער מאנס מוז איר נעמען.

וואס זאגט איר צו אזא פשט?
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:18 pm#140214
זר זהב האט געשריבן:חז"ל וואלטן ענדערש מבטל געווען טומאת הא'פעמיניזם והכל על מקומו יבא בשלם. ליהודים היתה אורה :D

מען קען זיך נישט פארלאזן אויף נסים שלא כדרך הטבע. אדער יא אדער ניין.

מורינו הרב, אפשר פאר א פורים תורה איז עס גוט.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:20 pm#140215
לייבל מיינט עס ערנסט.

ווער עס קען זיין סטייל ווייסט אז אלע זיינע תורות זענען אזעלכע סארט.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:24 pm#140216
די גרעסטע פשט'לעך און לאגישע סברות קענען זיך נישט שלאגן מיט די מציאות. זאל ר' לייבל פרעגן עני רעיפ וויקטים אויב זי וויל חתונה האבן מיט איר מאנס.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:52 pm#140221
ברור לדעתי אז סנהדרין וואלטן געמאכט פאסיגע תקנות לויט די היינטיגע אומשטענדן. פון וואנעט ווייס איך? ווייל אקוראט דאס זעלביגע האבן זיי געטאן בימיהם.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:59 pm#140223
מיטן אוועקשטעלן מיטן אייגענעם שכל געוויסע חוקי התורה נאר לאותו שעה, און מיטן ערקלערן דעם פי הדיבור אלס אלטמאדיש, ווערט געעפענט א פתח כופר צו זיין בכל התורה כולו.

אמאל פלעגט מען פרובירן צו טרעפן אלעס אין די תורה, די היינטיגע ווילן אריינשלעפן די תורה אין די פארגרעבטע וועלט ווי זיי געפונען זיך, און צופאסן די תורה וואס איז נצחיות צום קולטור וואס טוישט זיך יעדע הונדערט יאר.

אפילו וויקיפידיע ווייסט בעסער...
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:35 pm#140229
דו ווייזט אויף די נצחיות התורה מיט א וויקעפידיע? What a paradox! :D

דעת תורה האט דאך געשריבן א גוטע פוינט. האלטסט אז ער איז נישט גערעכט? דאן ווייז אויף. וויקעפידיע איז דו אין איך.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:49 pm#140232
דאס וואס דער עולם זאגט דא אז בימיהם איז אונס אנגעקוקט געווארן אנדערש איז נישט ריכטיג משתי טעמים.
א. ווי גדעון האט שוין ערווענט איז דער סברה א פתח כופר צו זיין בכל התורה כולה ממש. די גאנצער רעפארם באוועגונג איז געבעיסד אויף דער סברה אז די תורה איז געגעבן געווארן געבויט אויף די סאציעלע און קולטוראלע מצב פון יענעם דור. און לפי ווי וואס די זמנים טוישן זיך, טוישן זיך די הלכות מיט דעם ח''ו.

ב. פון די פסוקים אין שמואל ב' ביי די מעשה פון אמנון ותמר זעט מען זייער קלאר אז אונס איז געווען גאר א שרעקליכער זאך אפילו בימיהם. איך ברענג אראפ די פסוקים במילואם אז יעדער זאל דאס קענען אליינס זען.
ואני אנה אוליך את חרפתי ואתה תהיה כאחד הנבלים בישראל ויחזק ממנה ויענה וישכב אתה . ותאמר לו אל אודת הרעה הגדולה הזאת מאחרת אשר עשית עמי לשלחני ולא אבה לשמע לה יז ותקח תמר אפר על ראשה וכתנת הפסים אשר עליה קרעה ותשם ידה על ראשה ותלך הלוך וזעקה ויקם המלך ויקרע את בגדיו וישכב ארצה וכל עבדיו נצבים קרעי בגדים ויען יונדב בן שמעה אחי דוד ויאמר אל יאמר אדני את כל הנערים בני המלך המיתו כי אמנון לבדו מת כי על פי אבשלום היתה שומה מיום ענתו את תמר .
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:50 pm#140235
גדעון, דו קומסט אריין אומקלאר. עס איז ברור אז די מצוות התורה, די דאורייתות ווערן נישט געטוישט, זאת התורה לא תהא מוחלפת. עס איז אבער אויך א פאקט אז זייער אסאך פון די תקנות חכמים איז געווען צוגעפאסט לויטן מצב הדור. און ווען עס האט אויסגעפעלט האט מען צוגעלייגט און מתקן געווען לויט די אומשטענדן.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 2:53 pm#140239
אליצפן, עס איז בכלל נישט קלאר אין פסוק אז די פראבלעם איז דער "אונס".
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:08 pm#140244
דעת תורה, פון די גמרא סנהדרין כא.-כא: זעט מען קלאר אז די פראבלעם איז געווען די אונס.
די גמרא זאגט דארט אזוי
תנא משמיה דרבי יהושע בן קרחה: גדר גדול גדרה תמר באותה שעה אמרו לבנות מלכים כך? - לבנות הדיוטות על אחת כמה וכמה אם לצנועות כך לפרוצות על אחת כמה וכמה! אמר רב יהודה אמר רב: באותה שעה גזרו על הייחוד ועל הפנויה .
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:13 pm#140247
אין די תורה עקזיסטירט נישט קיין פרויען רעכטן, פוקנט ווי עס עקזיסטירט נישט קיין מענטשן רעכטן (שקלאפן), קיין מלחמה פארברעכנס (לא תחיה כל נשמה), און קיין חיות רעכטן (ורדו בדגת הים ובעוף השמים ובכל חיה). קענסט זאגן ס'איז אן אפשפיגלונג פון די ווירדן פון זיינער צייט. קענסט גיבן ערכים אויפקלערונגען, קבלה'ישע באדייטן, אדער סיי וואס. אבער לעולם אין מקרא יוצא מידי פשוטו.
אנדערש ווי די דא וואס מאכן דאס אוועק, ווערט אינוס באטראכט אלס א שטארקע צער אין פסוק. די ווארט צו באצייכענען אינוס איז "עינוי", ווי נשים בציון ענו, און ויענה.
פארט זענען די נאכפאלגן פון אינוס געווען א גרעסער פראבלעם ווי די אקט גופא. אין די ווערטער פון תמר צו אמנון ווען ער האט איר פארשיקט, "אל אודות הרעה הגדולה הזאת מאחרת אשר עשיתי עמי לשלחני." אן אנוסה האט נישט געקענט קיין שידוך טאן, און דאס האט באדייט נישט צו האבן קיין מעמד פרנסה. די מדרש זאגט אויף שאול בן הכנענית אז שמעון האט פארשפראכן פאר דינה איר צונעמען כדי זי זאלן וועלן ארויסגיין פון שכם. דינה האט געוואלט פארבלייבן מיט איר מאנס, פונקט ווי תמר האט געוואלט, ווייל דאס איז געווען דאס איינציגסטע שכל'דיגע אויסווייל.
אודאי איז אינוס גופא א פראבלעם, אבער נישט דאס ווערט באהאנדלט אין פסוק. מ'רעדט דיני ממונות. ממילא צווינגען צו האלטן די אנוסה איז נישט קיין שטראף בכלל, נאר א מיטל צורעכט מאכן די פינאנציעלע שאדן. דאס גאנצע מושג פון באצאלן צער ריפוי שבת בושת איז ממנות. בושת האט א פינאנציעלע זייט אויך. באמת איז נישט שייך צובאצלן פאר צעשאסענע געפילן.
נאך עפעס, אז מען באצאלט באדייט דאס אן אנטשולדיגונג פארן פארשוועכן כבוד המשפחה. פארצייטענס זענען געווען פאמיליע בלוט קריגערייען, ווי ביי ראמיא און יוליעט, און בלוט האט זיך געגאסן אין אן ענדלאזע צירקל אלס נקמה פאר חילול שמם. די תורה שטעלט אראפ א סכום אנטשעדיגונג ווי צוזאגן, דאס איז עס און נישט מער, דלא כבני יעקב וכאבשלום. עיין ערך ווערגילד אין מיטלאלטער.
ס'זענען דא אויך אנדערע פארברעכעס ארגער אין ראנק ווי דאס עצם מעשה. לוט האט געשפירט אז צו מאנס צו זיין געסט במש"ז איז א גרעסער אומרעכט ווי צו מאנס זיין זיינע נערות. די חלק ממנות האט ער פון זיין זייט מוחל געווען. ווי מען זעט טאקע ביי פילגש בגבעה אז מאנס צו זיין געסט איז געווען אזא מדת סדום ובנימין און דאס, נישט דאס עצם אינוס, האט געשטורעמט די געפילן ביי די שבטים, און דאס איז די ביישפיל וואס די תורה גיבט אן פאר ואנשי סדום רעים וחטאים לה' מאוד.
די בני יעקב זענען דאס מערסטע געווען אויפגעברויזט "אשר טמאו אחותם". פארגלייכט מיט אבשלום'ס שנאה צו אמנון "על דבר אשר עינה". שכם איז געווען אן ערל, איר פארשטייט. דוד האט נישט מוחל געווען אבשלום'ן פארן הרג'ן אמנון, ווייל דארט איז נישט געווען קיין טימא.
וואס כ'מיין ארויסצוברענגען איז אז רעיפ אין די תורה איז אן עולה, סוכ"ס פארשטייט מען אבשלום'ס כעס, יפת תואר זוכט די תורה צו אנטמוטיגן, און רופט עס עינוי, אבער נישט עק וועלט.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:17 pm#140248
הערשי האט געשריבן:אין די תורה עקזיסטירט נישט קיין פרויען רעכטן, פוקנט ווי עס עקזיסטירט נישט קיין מענטשן רעכטן (שקלאפן), קיין מלחמה פארברעכנס (לא תחיה כל נשמה), און קיין חיות רעכטן (ורדו בדגת הים ובעוף השמים ובכל חיה). קענסט זאגן ס'איז אן אפשפיגלונג פון די ווירדן פון זיינער צייט. קענסט גיבן ערכים אויפקלערונגען, קבלה'ישע באדייטן, אדער סיי וואס. אבער לעולם אין מקרא יוצא מידי פשוטו.

שמעקט נישט גוט
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:25 pm#140250
זר זהב האט געשריבן:

בין איך מחויב צוזאגן אז ס'יא דא? איך קען זאגן ה' הוא הצדיק און טוב ורע זענען נישט אפהענגיק אין קיין מענטשליך שכל. איך גיב דאך אן ביישפילן פארוואס איך האלט אז רעכטן, חוץ ממנות בין אדם לחבירו, זענען נישטא אין די תורה.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:33 pm#140253
אליצפן האט געשריבן:דאס וואס דער עולם זאגט דא אז בימיהם איז אונס אנגעקוקט געווארן אנדערש איז נישט ריכטיג משתי טעמים.
א. ווי גדעון האט שוין ערווענט איז דער סברה א פתח כופר צו זיין בכל התורה כולה ממש. די גאנצער רעפארם באוועגונג איז געבעיסד אויף דער סברה אז די תורה איז געגעבן געווארן געבויט אויף די סאציעלע און קולטוראלע מצב פון יענעם דור. און לפי ווי וואס די זמנים טוישן זיך, טוישן זיך די הלכות מיט דעם ח''ו.

ב. פון די פסוקים אין שמואל ב' ביי די מעשה פון אמנון ותמר זעט מען זייער קלאר אז אונס איז געווען גאר א שרעקליכער זאך אפילו בימיהם. איך ברענג אראפ די פסוקים במילואם אז יעדער זאל דאס קענען אליינס זען.
ואני אנה אוליך את חרפתי ואתה תהיה כאחד הנבלים בישראל ויחזק ממנה ויענה וישכב אתה . ותאמר לו אל אודת הרעה הגדולה הזאת מאחרת אשר עשית עמי לשלחני ולא אבה לשמע לה יז ותקח תמר אפר על ראשה וכתנת הפסים אשר עליה קרעה ותשם ידה על ראשה ותלך הלוך וזעקה ויקם המלך ויקרע את בגדיו וישכב ארצה וכל עבדיו נצבים קרעי בגדים ויען יונדב בן שמעה אחי דוד ויאמר אל יאמר אדני את כל הנערים בני המלך המיתו כי אמנון לבדו מת כי על פי אבשלום היתה שומה מיום ענתו את תמר .

פון דעם פסוק זעסטו דאך קלאר אז תמר האט גע'חלש'ט צו חתונה האבן מיט אים נאך די מעשה, און ווען ער וואלט געפאלגט וואלט אלעס געווען כסדרן. זעסטו דאך קלאר אז די גאנצע זאך איז געווען אנגעקוקט מיט אן אנדערן בליק.
---
נישט באמערק אז הערשי האט שוין דאס דערמאנט.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:36 pm#140255
אליצפן האט געשריבן:דעת תורה, פון די גמרא סנהדרין כא.-כא: זעט מען קלאר אז די פראבלעם איז געווען די אונס.
די גמרא זאגט דארט אזוי
תנא משמיה דרבי יהושע בן קרחה: גדר גדול גדרה תמר באותה שעה אמרו לבנות מלכים כך? - לבנות הדיוטות על אחת כמה וכמה אם לצנועות כך לפרוצות על אחת כמה וכמה! אמר רב יהודה אמר רב: באותה שעה גזרו על הייחוד ועל הפנויה .

פארקערט, ער האט דאך קודם פרובירט מיט שיינעם, מען רעדט דאך פון א גדולה, און ווי די לשון הגמרא ווייזט, לגבי אונס איז דאך נישט קיין חילוק צווישן א צנועה און א פרוצה, מען האט נאר דעמאלטס גוזר געווען ווייל מען האט געזען עס האט געגרייכט א קלימאקס אז אפילו א צנועה וואס קען שטיין אין א פיתוי, איז נאנס געווארן.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:37 pm#140257
זר זהב האט געשריבן:
הערשי האט געשריבן:אין די תורה עקזיסטירט נישט קיין פרויען רעכטן, פוקנט ווי עס עקזיסטירט נישט קיין מענטשן רעכטן (שקלאפן), קיין מלחמה פארברעכנס (לא תחיה כל נשמה), און קיין חיות רעכטן (ורדו בדגת הים ובעוף השמים ובכל חיה). קענסט זאגן ס'איז אן אפשפיגלונג פון די ווירדן פון זיינער צייט. קענסט גיבן ערכים אויפקלערונגען, קבלה'ישע באדייטן, אדער סיי וואס. אבער לעולם אין מקרא יוצא מידי פשוטו.

שמעקט נישט גוט

שמעקט טאקע נישט גוט. מ'וועט מוזן בדוחק זאגן לויט ווי דער מורה נבוכים איז מבאר אז מ'האט נישט געקענט נעמען אן עם יצא ממצרים מעם לועז און באלד אריבערשפרינגען צום איין און צוואנציגסטן יאר הונדערט, מ'האט געמוזט צוביסלעך אויסמענטשלען די דור דעה.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:39 pm#140258
הערשי האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:
הערשי האט געשריבן:אין די תורה עקזיסטירט נישט קיין פרויען רעכטן, פוקנט ווי עס עקזיסטירט נישט קיין מענטשן רעכטן (שקלאפן), קיין מלחמה פארברעכנס (לא תחיה כל נשמה), און קיין חיות רעכטן (ורדו בדגת הים ובעוף השמים ובכל חיה). קענסט זאגן ס'איז אן אפשפיגלונג פון די ווירדן פון זיינער צייט. קענסט גיבן ערכים אויפקלערונגען, קבלה'ישע באדייטן, אדער סיי וואס. אבער לעולם אין מקרא יוצא מידי פשוטו.

שמעקט נישט גוט

בין איך מחויב צוזאגן אז ס'יא דא? איך קען זאגן ה' הוא הצדיק און טוב ורע זענען נישט אפהענגיק אין קיין מענטשליך שכל. איך גיב דאך אן ביישפילן פארוואס איך האלט אז רעכטן, חוץ ממנות בין אדם לחבירו, זענען נישטא אין די תורה.

וואס איז מיט כי נפש הוא חובל, ושמעתי כי חנון אני, ואהבתם את הגר, לא תסגיר עבד אל אדוניו, לא תרדה בו בפרך?
אגב, דאס איז דער עיקר חילוק הניכר צווישן חוקי חמורבי און חוקי התורה, ביי חמורבי איז דער מענטש א פראפערטי, בעת אין די תורה באקומט ער צום ערשטן מאל א דין מענטש.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:40 pm#140259
הערשי, לגבי מלחמה פארברעכנס ביסטו נישט גערעכט, דו פארגעסט אז לא תחיה כל נשמה איז א דירעקטער ציווי נישט קיין הסרת השגחה. אדרבה, אלע אנדערע ציוויים שבתורה וואס רעדן איבער א מלחמה, האבן איין ציל צו ציוויליזירן די מלחמה אויפפירונג (אריין גערעכנט יפת תואר, רעלאטיוו צו די מנהג הגוים בימים ההם).
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:42 pm#140261
דעת תורה האט געשריבן:אדרבה, אלע אנדערע ציוויים שבתורה וואס רעדן איבער א מלחמה, האבן איין ציל צו ציוויליזירן די מלחמה אויפפירונג (אריין גערעכנט יפת תואר, רעלאטיוו צו די מנהג הגוים בימים ההם).

ווי למשל אז איינער וואס האט אנגעבויט א כרם אדער אויסגערעדט צווישן של יד און של ראש זאל נישט גיין אין מלחמה?
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:46 pm#140262
דעת תורה האט געשריבן:פארקערט, ער האט דאך קודם פרובירט מיט שיינעם, מען רעדט דאך פון א גדולה, און ווי די לשון הגמרא ווייזט, לגבי אונס איז דאך נישט קיין חילוק צווישן א צנועה און א פרוצה, מען האט נאר דעמאלטס גוזר געווען ווייל מען האט געזען עס האט געגרייכט א קלימאקס אז אפילו א צנועה וואס קען שטיין אין א פיתוי, איז נאנס געווארן.

איך זעה נישט פונטקליך וויאזוי דו נעמסט ארויס פון די גמרא פארקערט ווי איך האב געזאגט.
כ'האב לעצטנס געלערנט די גמרא, און ס'איז גאנץ קלאר דארט אז זיין עוולה איז געווען אונס, און די גזירת יחוד על הפנויה האט מען געמאכט אז ס'זאל נישט צוקומען צו קיין מצב פון אונס.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:46 pm#140263
ATUB @יאיר ATUB , ניין, ונשמרת מכל דבר רע, ויתד תהיה לך על אזנך, והיה מחניך קדוש, לא תשחית את עצה, וקראת אליה לשלום, און אויך יפת תואר, לא מיבעיא לויט די ראשונים אז אויפן פעלד איז דאס עצם מעשה געווען אסור, נאר אפילו מען לערנט אז איין ביאה איז יא געווען מותר תומ"י, איז דאס נישט קיין הפקרות, אכלה ומחתה פיה און געגאנגען ווייטער, ניין, זיי מוחל נעם איר אהיים און פלאג דיך מיט איר, עס עס אויף ווי מען זאגט.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:51 pm#140265
דעת תורה האט געשריבן:@יאיר, ניין, ונשמרת מכל דבר רע, ויתד תהיה לך על אזנך, והיה מחניך קדוש, לא תשחית את עצה, וקראת אליה לשלום, און אויך יפת תואר, לא מיבעיא לויט די ראשונים אז אויפן פעלד איז דאס עצם מעשה געווען אסור, נאר אפילו מען לערנט אז איין ביאה איז יא געווען מותר תומ"י, איז דאס נישט קיין הפקרות, אכלה ומחתה פיה און געגאנגען ווייטער, ניין, זיי מוחל נעם איר אהיים און פלאג דיך מיט איר, עס עס אויף ווי מען זאגט.

די ערשטע פיר האבן גארנישט מיט מענטשן רעכטן. די לעצטע צוויי, מעגליך אז בימים ההם האט געהייסן א חסד אז מ'גיבט די ברירה פאר א לאנד זיך צו אונטערגעבן תיכף און ווערן קנעכט אנשים נשים וטף, אדער אז נאכ'ן געווינען א מלחמה זאל מען אויסהארגענען יעדן זכר און לאזן די נשים וטף לעבן אלס קנעכט. אבער בימינו אלה ווערט דאס נישט גערופן מענטשן רעכטן. וה"ה מיט יפת תואר. מ'מוז על כרחך צוקומען צום מורה נבוכים.
פרייטאג אוגוסט 09, 2013 3:54 pm#140266
עס איז אבער ציוויליזאציע, לאפוקי פונעם געווענליכן מצב ביי מלחמה. לגבי צי עס שטימט מיט די קארענט דעמאקראטישע ווירדן, מסתמא נישט, מען רעדט רעלאטיוו צום דאמאלס'דיגן (און מעגליך אויך אפאר הונדערט יאר ארום-יגן) מצב.
מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:31 pm#140314
איך בין מיט דעת תורה, די פסוקי און מעשיות התורה שטומען גוט מיט די קולטור און מהות פון די וועלט דעמאלטס. מען זעהט עס מכמה אנפין און עטליכע מבקרי ומבארי התורה ערקלערן אזוי מערערע חלקים.

אליצפן, מעגליך אז דו ביזט גערעכט אז אונס איז געווען א ביג דיעל אפילו דעמאלטס, אבער די חשיבות פונעם פרוי איז נישט געווען גענוג אז מען זאל זיך רעכענען דערמיט. ווען איינער האט מאנס געווען א פרוי אדער א מיידל, איז געווען א גרעסערע דאגה איבער די שאדן פארן טאטע/מאן ווי די פיין פונעם מיידל/פרוי.
מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 11:20 pm#140325
חשיבות איז נישט אמת, איינער וואס הארגעט אדער שעדיגט א פרוי בגופה או בממונה, ליידט די זעלבע קאנסעקווענצן ווי ווער עס טוט דאס זעלבע פאר א מאן, די נקודה איז נאר אז די פרוי איז נישט קיין יש בפני עצמה, זי איז אייביג אונטער איינעם'ס אפוטרופסות, צי דער פאטער צי דער מאן, און דאס איז די סיבה זי האט חתונה יונג, רוב מאל צי א פיל עלטערן מאן, עס קען זיין א מאן זאל האבן מער ווי איין פרוי, אבי די פרוי זאל נישט זיין - אפילו פאר א קורצע וויילע - אומבאשוצט. די פרוי איז די 1 צו זאגן טב למיסב טן דו (לויט פסיכאלאגן איז דער מצב היינט פארקערט). פעמיניזם צילט בעיקר צו זאגן פארקערט, אז א פרוי איז די זעלבע מאן דאמר ווי א מאן.

וועגן אדאפשענס פון אונזערע חכמים לאורך הדורות צום מצב, זעט מען לכאן ולכאן, צומאל איז די תקנה א צופאסונג צו די סביבה (חרמות דר"ג), צומאל איז עס דוקא לאפוקי מהנהוג ביי די גוים (חרם גדולי אשכנז נגד הכאת האיש את אשתו - זיי דריקן זיך דארט אויס אז דאס פאסט פאר גוים, נישט פאר אידן).

די אלע תקנות בזמן בית שני והתנאים, תקנות כתובה, שקדו חכמים על תקנת בנות ישראל, איז דען דא היסטארישע דאקומענטאציע איבער עקווילענט טרענדס ביי די גוים פון יענע תקופה?
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 8:07 pm#357802
דעת תורה האט געשריבן:הערשי, לגבי מלחמה פארברעכנס ביסטו נישט גערעכט, דו פארגעסט אז לא תחיה כל נשמה איז א דירעקטער ציווי נישט קיין הסרת השגחה

לייג צו אז די ציווי איז נאר געווען ביי די שבעה עממין.
פון ספר החינוך אויף די מצוה:
משרשי המצוה, לפי שאלו השבעה עממים הם שהחלו לעשות כל מיני עבודה זרה וכל תועבות ה' אשר שנא, ועל כן בהיותם עיקר עבודה זרה ויסודה הראשון נצטוינו עליהם למחותם ולאבדם מתחת השמים, לא יזכרו ולא יפקדו בארץ החיים. ובמצותנו זאת עליהם להחרימם ימצא לנו תועלת, שנאבד זכרם מן העולם ולא נלמוד ממעשיהן. וגם יש לנו ליקח מוסר בזה שלא נפנה אחר עבודה זרה, כי ברדפנו אחר כל איש מהמשפחה הרעה הזאת להרגו על התעסקם בעבודה זרה, לא יעלה על לב איש לעשות כמעשיהם בשום פנים.

ואין לשאול כלל למה נבראו האומות הרעות אלו אחר שסופן ליאבד לגמרי מן העולם, כי כבר ידענו שרשות נתונה בידו של אדם להיות טוב או רע, ושלא יכריח השם את האדם על אחד מהן. ואחר שכן נאמר כי שבעה עממים אלו קלקלו מעשיהם והרשיעו עד שנתחייבו כולם אבדון ומות, ובתחילת הבריאה היו ראויין גם לטובה, ואל הטעם הזה נסמוך מצות כליון עמלק שבסדר כי תצא בסוף מצות עשה שבסדר (מצוה תר"ד). ואם נחפוץ נאמר עוד, כי אפשר שהיה להם בזמן מן הזמנים שעת הכושר, ומפני אותה השעה זכו להבראות. או אולי נאמר שיצא מבין כולם אדם אחד הגון ובשבילו זכו כולן להבראות, וכענין שמצינו חכם אחד שאמרו זכרונם לברכה (עבודה זרה י ע"ב) שהיה מבני בניו של עמלק והוא אנטונינוס. ואין מן הנמנע אצל הבורא לבראות כמה בני אדם בשביל אחד, כי הוא ברוך הוא לא יראה עמל בכל אשר יחפוץ... והוא ברוך הוא המבין את כל מעשינו, ויודע מה צורך לאחרים אל האחד המיוחד כי יבראו כולם בשבילו (או נאמר שנבראו כדי שיקחו מהם מוסר בני העולם, או כדי שיבנו ערים ויטעו גנות וכרמים לישראל).

פאר מער זעה דא
דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 8:25 pm#357806
דעת תורה האט געשריבן:און וואס דערפון באדערט דיר? אז די תורה האט זיך נישט צוגעשטעלט צו איין געוויסע קולטור וואס איז פאר א קורצע צייט איצט שולט אין די מערב וועלט, און איז נישט מוכרח צו פארבלייבן פערמענאנט? ביי א איד גייט עס די אדער וועי אראונד, אויב על פי תורה איז עס נישט קיין ווייס איך וואס, מיינט עס אז עס איז דא ערגערע זאכן ווי דאס, כאטש כרגע אין אונזער סביבה איז עס ערגער ווי ע"ז ג"ע שפיכות דמים, ציונות און סקול דיסטריקט אינאיינעם...

(הגם חז"ל, אדער אמווייניגסטנס רבינו גרשם וואלטן עס גאנץ זיכער גע'אסר'ט לויטן היינטיגן מצב, - און 500 יאר ארום וועט מען זיצן אויף קאווע שטיבל און זיך רעגן, פארוואס האט מען עס געדארפט אסר'ן - ווייזט דאס אבער מער אויף א סאציאלאגישע רעאקציע צום עקזיסטירנדן מצב, נישט אז די עצם עולה און איסור דערפון האט זיך געטוישט).

אויב איז דיר שווער דאס קענסטו דאך פרעגן אויכעט, ווי קומט דאס אז די תורה איז אזוי שארף קעגן תועבה? האו קאם די תורה האט זיך נישט גערעכנט מיט די לגב"ט קאמיוניטי? לאך נישט, אידן אביסל ארויסציר פון דא, וואס זענען שוין מער נשפע פון די מערב וועלט'ס (כסדר טוישנדע) ווירדן, מוטשענען זיך שוין יעצט מיט די קושיא, און איים שור אז ווי מער לעגיטים די קאמיוניטי ווערט אין די גוי'אישע וועלט, אלס מער וועט די קשיא ווערן שווערער, און איינעם אויף ק"ש וועט שוין אויך באדערן די קושיא, און אז דו וועסט אים פרובירן ענטפערן וואס איך האב געשריבן כלפי מאנס זיין, וועט ער דיר אנקוקן פונקט אזוי פאני און אינו מן הישוב ווי דו קוקסט מיר אן.

גוט געזאגט (קרי: מיט'ן ליוויטשן אקצענט) גענוג מיט די "ליבעראלערזירטער חסידישע קולטור" וואס האלטן אין איין מעסטן די תורה צו עס איז אין איינקלאנג מיט די צוויי טויזענט און זיבענצטע יארהונדערט

קעגען חרדים, רבנים וואס צווינגן ארויף זייערע פערדישקייטן קענסטו שפעקעלירן: עס איז יא לפי רוח הזמן, עס איז נישט לפי רוח הזמן, אבער דעם אייבערשטנס תורה? וואס איז מיט ענק ווי ווייט דארף מען נאך פארקריכן אז מען זאל שוין מעגן איינעם אנרופן מיט דעם שם המושאל: אפיקורס כופר? איך מיין... מרעדטאך דא נישט פון פערפעל מיט צוויבל קוגל, און אפילו נישט פון כותל און עירוב מרעדט פון גופי תורה
עד כאן!
מוצ"ש דעצעמבער 24, 2016 10:35 pm#357913
בארואיגט אייך יונגעלע....

וועסט עלטער ווערען וועט איר פארשטיין בעסער, און בעסער קענען פרעגען די קשיות. דערווייל דארפט איר זיין רואיג און פראבירן צו פארשטיין.
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 3:11 am#357929
אישתישבי האט געשריבן:בארואיגט אייך יונגעלע....

וועסט עלטער ווערען וועט איר פארשטיין בעסער, און בעסער קענען פרעגען די קשיות. דערווייל דארפט איר זיין רואיג און פראבירן צו פארשטיין.

שיינע תגובה איך האב דיר געגעבן א לייק
זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:39 pm#357978
שמעקעדיג האט געשריבן:איך טראכט נאר ביי מיר אזא געדאנק, מוז נישט זיין עס איז ריכטיג, אבער אפשר א נקודה למחשבה,

אין יענע צייטן ווען מען האט נישט איינגעצוימט די קינדער אזוי ווי היינט, די יונגע קינדער האבן אלעס געוואוסט (בימי חזקיהו ? האבן זיי אלע געקענט גאנץ הלכות טומאה וטהרה אויך), אזוי ווי היינט אין די מאדערנע אדער דרויסענדיגע וועלט, אלעס איז גענצליך אפן צו די קינדער, און זיי האבן גאנץ גוט געוואוסט וואס גייט פאר צווישן מענער און פרויען, ממילא אויב עפעס האט פאסירט זענען זיי נישט געווארן אזוי "שאקירט" ווי די היינטיגע קינדער, וועלכע ווערן ממש 'טראמאטיזירט'. עס האט זיי אפשר וויי געטאן, געבאדערט, אבער ווי דעת תורה שרייבט שוין, איז עס געווען גענוי ווי אנדערע סארט טשעפערייען, ס'איז נישט געווען עפעס ווי א באמבע וואס ס'איז עק וועלט, ממילא האט מען עס נישט אנגעקוקט מיט אזעלכע שרעקעדיגע אויגן ווי היינטיגע צייטן.

דאס איז שוין חוץ מזה וואס נתקטנו הביצים און די דורות און די מוחות טראסקען, מיר זענען ווי שוואכע פליגן אקעגן די אמאליגע פארצייטישע שטארקע כאראקטערס, נישט געווען אזעלכע מפונקים און געפיעטשעט ווי היינט, מען האט כסדר גע'הרג'עט מענטשן ווי גארנישט, און עולם כמנהגו נוהג, די באן איז ווייטער געפארן, נישט יעדע זאך האט אזוי אויפגעשוידערט.

ווי געזאגט, איך ווייס נישט ווי קראנט מיין סברא איז, אבער איך טראכט אזוי בעיסד אויף די אינפארמאציע מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן.

בעסער שפעטער ווי קיינמאל. איצטעט דורכגעלאפן דעם אשכול.

עס איז זיכער אז נתקטנו הביצים, אבער מאן יימר אז די אמאליגער קולטור וואס איז נישט טראמאטיזירט געווארן דארף צו הייסן שטארקע כאראקטערס. אפשר זענען זיי שטארק געווארן מרוב עינו וצער. אפשר איז די דאמאלטסדיגער קולטור געווען א גאר געמיינע נידריגע שמיציגע, מען האט מאנס געווען מיידלעך, און זיי פארקויפט פאר קנעכט. און טאקע פאר די דאמאלטסדיגער קולטור האט די תורה געשריבן וואס עס שטייט. און עס מיינט נישט אז די פארהאטעוועטע כאראקטערס פון אמאל איז געווען מער נאטורליך ווי אונזערע מפונק'דיגער נאטור.

אבער די שאלה פון די פותח האשכול איז געווען אז די תורה איז א נצחיות. און די תורה האט געוויסט אז די דאמאלטסדיגער [נארמאלע] (משוגענע) קולטור איז געווען קראנק און פארדארבן. און דאס גייט זיך טוישן עווענטועל. און לויט די היינטיגער גלעזער וועט דאס נישט מאכן קיין סענס.