Under maintenance
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ערנסט גערעדט - לאמיר תשובה טוהן.

ערנסט גערעדט - לאמיר תשובה טוהן.

געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
ארכיוו־באצייכענונג: 2026-10-14 14:15 EDT
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #4499
מאנטאג אוגוסט 12, 2013 12:20 pm#141063
ערנסט גערעדט - לאמיר תשובה טוהן.
לאמיר רעדן אביסעלע ערנסט, מיר האבען טאקע א רייכע שטיבל, כולנו חכמים כולנו נבונים, יעדער איינער האט זיך זיין קוק-ווינקל אויף אלע ענינים און אוודאי אויך אויף אלול און די הייליגע טעג.
יידל וועט אונז אוודאי וויסען מסביר צו זיין אז היסטאריש איז די גאנצע מושג פון חודש אלול מער ווייניגער א נייער זאך, ער וועט אנווייזען אז אפילו די גאנער מושג פון יום הדין ווערט נישט געברענגט אין תנ"ך און אפילו אין חז"ל איז עס סך הכל עטליכע מאמרים און אין אנדערע פלעצער זעהט מען אז מ'האט נישט געמאכט אזא טראסק דערפון. יאנקל וועט טענה'ן אז דער גאנצער מושג א חודש פון תשובה איז נישט במקור קיין אידישער און איז אפשר געבארגט פון דער קאטולישער 'לענט' אדער דער מוסמלענישער ראמאדאן.
לעיקוואד מיט יאיר וועלן חוקר זיין צו עס איז בכלל אויסגעהאלטען צו מייחס זיין צו גאט אזא מושג פון יום הדין אויף אזא מענטשליכע אופן און צו עס זענען טאקע דא דריי ספרים אין הימל אדער איז אלץ נאר א משל ומליצה. מח שליט וועט פראבירען מסביר צו זיין אז וויבאלד עס איז אלץ תלוי אין אונזער קאפ איז אויב מיר רעדן זיך איין אז עס איז א יום הדין ווערט עס טאקע אזוי, געפילטע פיש וועט עם פרעגן אויב אזוי לאמיר זיך איינרעדן אז עס איז גארנישט מיט נישט ווערט עס דען אזוי? און זיי וועלן זיך ארומטענה'ן פאר פערציג בלעטער.
שמעקעדיג וועט חוקר זיין אויב די גאנצע עסק פון תשובה טוהן און ימים נוראים איז נישט צופיל פרעשור, און צו עס שטערט נישט פאר אונזערע איידעלע נפשות און די פון אונזערע קינדער אז מ'רעדט פון דעם.
די דייעטישינס וועלן חוקר זיין צו עפל מיט האניג, קרעפלעך און האניג קעיק זענען געזונט און צו מ'פארזיכערט זיך נישט א פעטע יאר כפשוטו מיט די אלע סימנים ומאכלים ומעדנים. סאשי פיש וועט אונז מהנה זיין מיט בילדער פון אן עפל טעלעפאן אין האניג און פון פארשידענע פאני פאזעס ביי כפרות שלאגען.
קאווע טרינקער וועט זיך קווענקלען צו די תשובה זיינע איז אמת'דיג און צו די אויפזיין הושענה רבה מאכט עם נישט סתם מיד און צו ער זארגט זיך נישט צופיל זיין קיטל זאל נישט שמוציג ווערן.

בקיצור, איך ווער שוין מיד פון אלעס מסביר זיין און מסכם זיין, איך הייס נישט קופערניקוס און אפילו נישט יואב, זאל ער מסכם זיין יעדער איינער, ועוד חזון לחול המועד.

אבער אלע חכמות אין א זייט, עס איז גארנישט אזא שלעכטע אדער אפגעפרעגטע זאך אז מ'נעמט אביסעלע צייט פאר תשובה מיט תיקון המעשים. אפגעזעהן צו די פיש אין וואסער ציטערען יא אדער נישט, סתם, מיר זענען דאך נישט קיין צדיקים גמורים, יעדער איינער לפי שיטתו אמונתו ונטיית לבו ווייסט עס וואלט עם גארנישט געשטערט אביסעלע בעסר צו ווערן, איז אז מיר האבען דא אזא טייערע קיבוץ פון חברים תלמידי חכמים חסידישע אינגעלייט וכו', איז לאמיר זיך דא אביסעלע אויסשמועסען וואס מיר קענען א משהו טוהן אין דער געביט פון תיקון המעשים. זאל דער עולם זיך דורכרעדן אביסעלע ערנסט קליינקייטן וואס מ'קען זיך מחזק זיין, צו בין אדם למקום, צו בין אדם לחבירו. זאל זיין די א ריכטיגע אסיפת התעוררות, אן קיינע שרעקעדיגע פלאקאטען און טאקע אויף די טריפה'נע אינטערנעט. סתם חברים צווישען זיך זאלן זיך דורכשמועסען אביסעל וואס און וויאזוי מ'קען בעסער ווערן.
מיטוואך סעפטעמבער 04, 2013 10:04 am#148009
נישט געזען דעם אשכול, ביז יעצט ערב ראש השנה תשע"ד הבעל"ט.
א דאנק אייך מרן שליט"א, אזא וגילו ברעדה בעידנא דקא גרים.
בשם כל הקהל הקודש תלמידיו ידידיו ואהוביו וואונטש איך אייך א זיס לעכטיג יאר, שנה שתולכינו בה קוממיות, לראות בישועתן ושמחתן של ישראל, בהתרוממות קרן התורה והיראה, כאוות נפשו הטוב, וימלא ה' כל משאלות לבך לטובה בניקל ובשמחה.
מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:36 am#218441
ארויפגעברענט לכבוד ראש חודש אלול הבעל״ט
מיטוואך אוגוסט 27, 2014 8:25 pm#219321
:
זר זהב האט געשריבן:מער נישט זיין ראסיסטיש כלפי רויטע

ר איד, גיב זיך גוט אכטונג דיינע ביינער ווייל דעם חודש גייט @רויטע דינען אלס גבאי, סאו מאך נישט קיין ליצנות אויף רויטעס חשבון.

און יעצט טאקע ערנסט גערעדט!
היות ס'איז צייט תשובה צו טהון אין זיך נעמען גוטע קבלות,

איך בין מקבל אויף זיך בלב שלם בהכנעה ובכפיפות קומה זייער נזהר צו זיין מקיים פסק זיין פון די דעת בעלי מכשירים אין היפעח דעת תורא און רופן רמ"ד מיטן טיטל 45 כדי אז יעדער וואס הערט זאל גלייך וויסן פון וועמען מ'רעדט, און מזאל אויך רופן רב"צ באבוב 48 אז יעדער זאל וויסן פונקט פון וועמען מ'רעדט.

איך בין אויך מקבל מיט הכנעה וברצון גמור בתנאי כפול נישט צו לאכען הויעך אויפן קול פון די ליצנות'דיגע פסק פון די רע בנים וואס האבן דאס גע'פסק'ענט נאכן זיצען על המדוכה פאר גאנצע 9 מיט האלב יאר בכובד ראש און כפיפות קומה, פונקט אזוי ווי מיר יעצט בשעת איך שרייב ארויס די שורות מיט אזא מין ערנסטקייט און רעספעקט...
:like
מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 11:04 pm#295894
סאשי פיש האט געשריבן:ארויפגעברענט לכבוד ראש חודש אלול הבעל״ט
דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2023 10:22 pm#536519
10 יאר שפעטער...
מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2023 10:18 pm#536602
זעהסט אפילו אויף ק"ש גייט אן די פיער פרעשור, קיינעם פאסט נישט אריינצעקומען מיט אן ערנסטקייט אלס מה יאמרו הבריות...