חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:באריסטא האט געשריבן:אין "קאווע שטיבל" זענען מיר נזהר נישט צו שטערן שרייבער אויסדרוקן זייערע מיינונגען, און נישט צו קאנטראלירן אנדערע. אבער דא איז נישט קיין פלאץ אָן קיין אחריות. מיר פארשפרעכן אין "א ווארט צו דעם נייעם מעמבער" אז "קיין שום הודעה וועט נישט פארשוואונדן ווערן אָן דעם וואס א קלארע סיבה זאל אנגעגעבן ווערן." אין דעם פאל ווערט די הודעה נישטאמאל פארשוואונדן - די וועלכע ווילן זיך פּאָרן אין מיסט קענען רואיג אריינגיין אין "מיסט קאסטן" און זען אויף זיין אייגענעם אחריות וואס עס איז דארטן געשטאנען. אזוי אויך, די סיבה פארוואס די הודעה איז אריין אין מיסט קאסטן איז קלאר אנגעגעבן געווארן.
(פון
דא.)
דאס איז א געוואלדיגער געדאנק צו האלטן דעם מקום ריין פון אפפאל, און פון דעסטוועגן דאך נישט קאנטראלירן, נאר געבן די אויסוואל פאר די וואס ווילן דווקא יא זען דאס וואס מ'האט אוועקגעפירט, צו גיין קוקן אין מיסט קאסטן.
און אויב מעג איך פרעגן, פון ווי וועל איך זיין פארזיכערט אז עס איז טאקע אזוי? פון ווי ווייס איך אז מיינע און אנדערנ'ס תגובות ווערן נישט אינגאנצן אדער האלבוועג'ס אפגעמעקט?.... ווייל דער מנהל גאראנטירט מיר? און אויב אבאמא גאראנטירט מיר אז ער גייט זייער גוט פירן דעם לאנד וועל איך וואוטען פאר אים? און ווער איז בכלל מחליט וואס זאל גיין אין מיסט קאסטן? און וואס איז אנדערש א מיסט קאסטן פון א אשכול נעול, וואס מ'זעהט אין אנדערע פארומ'ס? ווייל מ'גיט א סיבה? און ווי קען איך דיפאזיטן די סיבה? (דאס פאר זיך אז אומאויסגעהאלטענע זאכן זאלן זיך געפונען אין מיסט קאסטן, אזוי ווי יעצט צום ביישפיל, איז א שאנדע און א בושה פאר א אידישע פארום, אפילו סדארף צו הייסן אויף די אייגענע אחריות... מיר וועלן נאך בל"נ אמאל צולייגן דעם ענין אי"ה.)
איך וויל זייער נישט זיין דער וואס גיסט אריין זויערע מילך אין די פרישע קאווע דא, דער עולם קוקט דא אויס צו זיין זייער ענטוזיאסטיש און כ'וויל עס נישט אוועק הרג'נען, אבער דאס איז דאך זיכער אז יעדער מענטש האט נגיעות צו זיינע מיינונגען, און אויב וועט איינער האבן די געלעגנהייט צו מאנעוורירן אז זיין דעה זאל ארויסגעהויבן ווערן קעגן די אנדערע איז בלי שום ספק אז ער וועט דאס טהון, דער מנהל פארלאנגט דאך נישט אז מ'זאל אין אים 'גלייבן', און אפילו אויב יא איז זיין ווארט נישט ווייניגער ווי פון להבדיל די עיקרי הרמב"ם (עיין בתגובות לעיל), און איך מעג אין אים כופר זיין.
כבודו במקומו מונח, אבער פאר מיר מאכט נישט אויס ווער און וויפיל מען צענזורירט, איינמאל אז איינער קאנטראלט מיר און מיין דעה איז שוין נישט קיין חילוק ווער, ווי, און וויפיעל, אין חדש תחת השמש, אזעלכע פארום'ס שפראצן ארויס און גייען אונטער יעדע שטיק צייט און האט מיר שוין צופיל מאל אויסגעשפילט, אין די היידפארק עפאכע פלעגן כאטש די סארט פארום'ס פארבלייבן נאכ'ן אדורכגיין א שטייטע און פיינליכע טויט, אבער אזעלכע פארום'ס ווי דא קענען איבערנאכט פארשוואונדן צוזאמען מיט טויזנטער שעות ארבעט, און דאנ'ט געט מי ראנג, איך האלט שוין לאנג אז עס איז דא א מאנגעל אין היימישע שטיבלעך, אבער אויב עפנ'ט זיך א נייע זאך זאל עס זיין געבויט אויף פעסטע יסודות, נישט איינער און נישט צוויי זאלן פירן דעם עראפלאן נאר יעדער מעמבער צוגלייך, לדעתי קען מען אויסארבעטן א מיני גאווערמענט סיסטעם וואס וועט געבן א מעגליכקייט פאר יעדן מעמבער צו לאזן הערן זיין שטימע, און צו באשיצן זיין אייגענע שרייב-ארבעט, איך בין מכבד דעם מנהל ער זאל ארויסשטעלן די פלענער פונעם עתיד, אויף נאך ווען די שטויב וועט זיך שוין באזעצן, אויף דעמאלטס ווען פרישע ניק'ס וועלן אנפאנגען צו פאפן ווי טשיקנ'ס אין א פארם, מ'קראכט אויף און מ'נעמט זיך קוויטשענען, און ס'וועט נישט מעגליך זיין פאר איינעם אלעס אנצופירן וואס דאס האט געפירט אז אנדערע פארום'ס קוקן יעצט אויס ווי עס קוקט אויס....
איך האב געזעהן אז דער מנהל רעדט פון דעם אז אלע ניק'ס זאלן קענען ווערן מנהלים, דאס איז זיכער נישט קיין גאנצע רפואה, ווייל נישט יעדער האט די צייט אויסצופירן די אויפגאבע פון א מנהל, (אזוי ווי מיר צ.ב.) אבער יעדער וויל יא האבן א ווארט אין די הנהלה, זה ועוד, אז גיין מיט דעם וועג אז יעדער האט די מעגליכקייט פון זיין א מנהל וועט עס מיט דער צייט נישט אויסקוקן אנדערש ווי אנדערע פארום'ס. דעריבער בעט איך פונעם מנהל צו הערן מער פונקטליכע פלענער פונעם עתיד! בבקשה!