דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:29 am#141318
דער 'איך' ביי די בלינדע מאמינים
עס איז דער שטייגער ביי די בלינדע מאמינים צו פאָרהאלטן די וועלכע האבן א ברייטערן קוק אויף אידישקייט און האבן אייגענע דעות, אז זיי זענען בעלי-גאוה און איינגערעדט אין זיך אליין. "מיר," טענהן זיי, "האלטן נישט פון זיך קיין גרויסע זאכן; בסך-הכל גלייבן מיר אין דאס וואס גרעסערע און הייליקערע פון אונדז האבן געזאגט. אבער איר, 'אויפגעקלערטע', 'טראכטער', 'דענקער', איר זענט פארגלייבט אין זיך אליין, איר האט 'אייגענע' דעות און מיינונגען. און ווער מיינט איר אז איר זענט?"
כאטש דאס איז אוודאי נישט קיין טענה וואס קען אפפרעגן די מיינונגען פון דעם אריגינעלן טראכטער, א בעל-גאוה איז נישט אויטאמאטיש אומגערעכט, קען אבער אמאל דער טראכטער געפאַלן ווערן ביי זיך און מיינען אז דער בלינדער מערקט אן אויף א ריכטיקן כאראקטער-שטריך: טראכטער זענען פארגלייבט אין די אייגענע אינטעלעקטועלע פעאיקייטן, און בלינדע פארמאגן אן ענווה וואס אנערקענט די גרענעצן פון דער אייגענער מחשבה.
אבער פונקט ווי דאס איז נישט קיין טענה וואס איז רעלאוואנט לגבי די השקפה-צוזאמענשטויסן צווישן דעם טראכטער און דעם בלינדן, איז עס אויך נישט קיין טענה וואס זאגט בכלל עפעס איבער די כאראקטערן פון די צוויי מענטשן.
דער בלינדער איז פונקט אזוי פארגלייבט אין זיך אליין – 'ער' האלט אז מ'דארף זיין בלינד; ער זאגט זיך אין זיין מוח 'מיין וועג איז דער ריכטיקער וועג'. אין דער מחלוקת צווישן הרב קוק און דעם סאטמארער רבין איז עס נישט דער 'גדול' (דער סאטמארער רבי) וועמענס דעה דיקטירט אים – נאר 'ער' איז דער וואס האט מחליט געווען אז דער סאטמארער רבי איז געווען גערעכט.
דאס אז זיינע שיטות זענען אין איינקלאנג מיט וואס זיין טאטן האט אים געלערנט און וואס זיין סביבה פרעדיקט נעמט נישט אוועק דעם פאקט אז 'ער' איז דער וואס זאגט עס ווי א החלטה אז 'ער', דער בלינדער, דער וואס איז אן עניו און פארשטייט די גרענעצן פון זיין מחשבה, האלט אז מ'דארף פארמאכן די אויגן און טאנצן דעם בלינדן קאראהאד. צום סוף קומען מיר אלץ צוריק צו דעם מענטש אליין, און צו דער באשלוס וואס ער האט געמאכט.
דער טראכטער האלט טאקע אז זיין מוח האט די מעגלעכקייט צו באשליסן וואס איז אמת און וואס נישט, אבער ער איז גרייט צו שוויצן דערפאר, און בריט אויס דעם מוח אויף יעדן טריט און שריט דורכאויס די יארן פון זיין לעבן. דער בלינדער איז אבער נאך מער פארגלייבט אין דעם כוח פון זיין אינטעלעקט – מיט איין וויש, איין באשלוס וואס ער דארף מער קיינמאל נישט איבערטראכטן, קען אים דיקטירן א פולקאמען מהלך-החיים.